גענעטישע מח קרענק נאר פאר טיטוס אייניקלעך?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

גענעטישע מח קרענק נאר פאר טיטוס אייניקלעך?

שליחה דורך ביבער »

א חבר האט מיר צוגעשיקט דעם ארטיקל, איך האב אפאר קשיות אבער אהן קודם ליינען דערפון ממקור ראשון איז נישט שייך צו רעדן. כהאב גארנישט געקענט טרעפן אויפן געוועב איבער דעם ספעציפישן שטודיע. ווייסט איינער ווער דער דאקטאר גילמאן איז און ווי ער שרייבט זיינע זאכן?

דעם פארלאפענעם שב"ק מטו"מ איז אין ביהמ"ד בית אלעזר דקהל יטב לב אין שכונת ויואל משה פארגעקומען א שיעור אין הלכות ימי בין המצרים דורך הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א משפיע בקהלתינו וועלכער האט פארגעלערנט די וויכטיגע הלכות וואס זענען נוגע אין די טעג.

ביים סוף פונעם שיעור האט הרה"ג רבי דוד שליט"א ארומגערעדט פארשידענע ענינים איבערן חורבן בית המקדש און איבער די ימי בין המצרים. בין הדברים האט ער אויפגעדעקט גאר א אינטערסאנטע געשיכטע וואס וועט זיין גאר אינטערסאנט צו ברענגען פאר אונזערע ליינער.

אין פייוו טאונס איז דא א איד הרב יודא גילמאן, דער איד האט א ארגאניזאציע וואס איז אוועקגעשטעלט חוקר צו זיין פארשידענע זעלטענע קרענק, אויף אלע גויים געזאגט. גענוי ווי עס איז דא ארגאניזאציעס וועלכע זענען אוועקגעשטעלט פאר פארשידענע ספעציפישע קרענק ל"ע, איז ער דא צו פארשן און דערגיין דעם אוזאך פון זעלטענע קרענק וואס מאכן זיך נישט אזוי אפט.

צו זיין טישל קומען אן ווענדונגען סיי פון אידן רח"ל און אויך פון נישט אידן. אין די לעצטע תקופה איז אנגעקומען צו אים אינפארמאציע איבער א נייע קרענק מיטן נאמען ATAXIA FRIEDREICH, א קרענק וואס טוט אויפעסן די נערוו פונעם מח און דראעט נאך א שטיק צייט צו לאזן אפשטארבן דעם גאנצן מח רח"ל.

די אינטערסאנטקייט פון דעם קרענק איז אז מען האט עס דערווייל נאר געטראפן ביי נישט אידן, השי"ת יעזור להלאה. אזוי אויך איז עס זייער זעלטן און אין די גאנצע וועלט איז עס נאר דא ביי אזויפיל ווי צוויי הונדערט מענטשן.

הרב יודא האט אנגעהויבן פארשן און די ערשטע זאך האט מען נאכגעקוקט די דזשינ"ס פון די אלע מענטשן צו זעהן פון וואו זיי שטאמען און אויב עס האט סיי וועלכע שייכות איינער צום צווייטן. דא האט זיך ארויסגעשטעלט גאר אן אינטערסאנטן בילד אז אלע צוויי הונדערט שטאמען פון די זעלבע משפחה! און נישט נאר פון די זעלבע משפחה נאר זיי שטאמען גאר פון א רוימישע קייסער.

נאכן ווייטער חוקר זיין האט זיך ארויסגעשטעלט דעם גאר אינטערסאנטן בילד אז די אלע צוויי הונדערט מענטשן שטאמען נישט מער און נישט ווייניגער נאר פונעם קיסר טיטוס הרשע אליינס. יא, דער באקאנטער טיטוס הרשע וועלכער האט חרוב געמאכט דעם צווייטן ביהמ"ק און האט דערנאך באקומען די קללה ווען א קליינער פליג איז אים אריין אין מח און אנגעזייעט חורבנות.

אין גמרא ווערט דערציילט אז טיטוס הרשע האט זיך זייער געמוטשעט מיט דעם פליג וועלכע האט געדזשומעט ביי אים אין קאפ, ער האט פרובירט צו טון וואס ער קען, איינמאל איז ער אדורך נעבן איינעם וואס האט געהאלטן אינמיטן קלאפן מיט א האמער און פלוצים איז דער פליג שטיל געווארן, ער האט זיך דערשראקן פון דעם האמער קלאפ און ער איז שטיל געווארן.

האט דער רשע פון דאן און ווייטער געהייסן א איד זאל שטיין נעבן אים און קלאפן מיט א האמער אזוי זאל דער פליג שטיל זיין. דאס האט אבער נישט אנגעהאלטן לאנג ווייל נאך דרייסיג טעג האט זיך דער פליג בארואיגט און ווייטער אנגעהויבן מאכן קאפ וויי פאר דעם רשע.

נאך זיין פגירה האט מען אויפגעשניטן זיין קאפ און מען האט געטראפן אז דער פליג איז שוין גארנישט קיין פליג נאר עס איז שוין געווען אזוי גרויס ווי א פייגל!. זעט אויס אז די חורבנות וואס דער פליג/פייגל האט אנגעמאכט ביים רשע אין מח האבן געהאט א השפעה און זיינע אייניקלעך כמעט צוויי טויזנט יאר שפעטער ליידן נאך פון יענע גרידזשערייען ביי זייער זיידן אין מח.
נאך מער אינטערסאנט איז צו כאפן א בליק אין ספר נצח ישראל להמהר"ל פרק ז' וואו דער הייליגער מהר"ל שרייבט אז מען קען קוקן במשך אלע דורות איז נישט געבליבן קיין איין אייניקל פון דעם רשע טיטוס וואס האט זיך מגייר געווען, אלע זענען געבליבן גויים גמורים עד היום הזה.

דעריבער איז פארשטענדליך פארוואס די זעלטענע מחלה איז נאר אנגעקומען צווישן גויים, נעמליך דער רשע ביי וועמענס אייניקלעך די מחלה איז באזירט, האט נישט איבערגעלאזט קיין איין אייניקל וואס האט זיך מגייר געווען און אזוי ארום איז ער געבליבן מיט אלע זיינע מחלות צווישן גויים.

אזוי אויך טרעפט מען אין חזקוני סוף פרשת בשלח אז טיטוס איז גערעכנט ווי אן אייניקל פון עמלק און ווען די תורה שרייבט "מחה אמחה" מיינט עס אויך טיטוס, אויך זעט מען אין ספר נצח ישראל פרק ה' אז טיטוס האט געהאט א כח השחתה ומחבל און דאס איז געקומען פון דעם יתוש וואס איז געזיצן ביי אים אין קאפ.

זאל דער רבוש"ע העלפן אז אלע אנדערע מחלות זאלן אויך נישט טרעפן זייער פלאץ ביי אידן און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: גענעטישע מח קרענק נאר פאר טיטוס אייניקלעך?

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

מען קען פרובירן צו דינגען א איד וואס זאל קלאפן מיט א האמער נעבו די אלע מיט די זעלטענע מחלה, אפשר וועט דאס ארבעטן ביי זיי אויך?...

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: גענעטישע מח קרענק נאר פאר טיטוס אייניקלעך?

שליחה דורך טמיר »

אינטערעסאנט, ווען כ'האב געמאכט די גוגל סירטש
ATAXIA FRIEDREICH "titus"
איז ארויפגעקומען אסאך ריזאלטס. כידוע מיינט די קוואטעישאן מארקס אז די ווארט איז מענדעטארי. צי מיין וואונדער איז אבער טיטוס נישט געווען צי באקומען אין די רעזאלטאטן.

זעהט אויס אז עס קומט פאר א געהיימע קאנספעראציע פון טיטוסענס איינעקליך צי פארויישן די פרשה.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

https://www.rarediseaseadvisor.com/dise ... ence.1%2C3

מ'דארף אנפרעגן דעם ר' יודא גילמאן אליינס

https://www.yehudagelman.com/
https://hwofhope.org/
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

מ'דארף נישט קיין קלארן ייחוס בריוו צו טיטוס ווייל ער האט געלעבט פאר'ן אייראפעאישן genetic isopoint און אלע "ווייסע" מענטשן זענען זיינע אייניקלעך סייווי.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
לפורקנך סברית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 1:17 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך לפורקנך סברית »

ברויך מען דורכפירן א מאסן מוח סקען צו לאקירן דאס יתוש..
#מארגערעטןאלערט
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: גענעטישע מח קרענק נאר פאר טיטוס אייניקלעך?

שליחה דורך חתן בחור »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:מ'דארף נישט קיין קלארן ייחוס בריוו צו טיטוס ווייל ער האט געלעבט פאר'ן אייראפעאישן genetic isopoint און אלע "ווייסע" מענטשן זענען זיינע אייניקלעך סייווי.
קענסט עס אפשר מסביר זיין? איך פארשטיי נישט וואס דאס וויקי זאגט.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

איך האב נארוואס אראפגעלייגט די פאון מיט הרב געלמאן, ער טענה'ט אז די מעשה איז אמת אבער די פרטים זענען היפש פארדרייט. איינע פון די זאכן וואס די ארגאנאזאציע פון ר' יהודה טוט איז צו מקשר זיין די אלע מענטשן מיט זעלטענע מחלות צו די ארגאנאזאציע וואס גיבט זיך אפ מיט דעם. און אויך אויף די מחלה (וואס איז דא ביי מער ווי 200 מענטשן אויף די וועלט) איז דא אן ארגאנאזאציע מיטן נאמען Friedreich's Ataxia Research Alliance וואס זיי טוען ריסוירטש אויף דעם. זיי האבן געמאכט א Natural History סטאדי צו זעהן וויאזוי די מחלה אפעקטירט די מענטש במשך די יארן, און בשעת'ן מאכן די סטאדי האבן זיי געזעהן לויט DNA אז זיי אלע טרעיסן צוריק צו איין ספעציפישע מענטש, און דאס איז טיטוס. ער האט דאס געהערט ביי א מיטינג פון די ארגאנאזאציע זייענדיג אנוועזנד צוליב זיין אינוואלוומענט מיט זיי. איך האב אים געפרעגט אויב זיי האבן די DNA פון טיטוס, זאגט ער אז ניין אבער זיי האבן פון אן אור אייניקל פון אים, און לויט דעם האבן זיי דאס אויסגעארבעט.

איך האב פארשידענע ספיקות איבער די מעשה, אבער עס איז זייער שווער זיך אפילו צו דינגען מיט עפעס וואס איז נאר א שמועה און איז נישט סייענטיפיש אפגעשריבן אינערגעץ, נישטא אפילו וואו אנצוהייבן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סקעפטיקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

יישר כח@סקעפטיקער פאר דיין דזורנעליסטישע ארבעט!
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

סקעפטיקער האט געשריבן:איך האב נארוואס אראפגעלייגט די פאון מיט הרב געלמאן, ער טענה'ט אז די מעשה איז אמת אבער די פרטים זענען היפש פארדרייט. איינע פון די זאכן וואס די ארגאנאזאציע פון ר' יהודה טוט איז צו מקשר זיין די אלע מענטשן מיט זעלטענע מחלות צו די ארגאנאזאציע וואס גיבט זיך אפ מיט דעם. און אויך אויף די מחלה (וואס איז דא ביי מער ווי 200 מענטשן אויף די וועלט) איז דא אן ארגאנאזאציע מיטן נאמען Friedreich's Ataxia Research Alliance וואס זיי טוען ריסוירטש אויף דעם. זיי האבן געמאכט א Natural History סטאדי צו זעהן וויאזוי די מחלה אפעקטירט די מענטש במשך די יארן, און בשעת'ן מאכן די סטאדי האבן זיי געזעהן לויט DNA אז זיי אלע טרעיסן צוריק צו איין ספעציפישע מענטש, און דאס איז טיטוס. ער האט דאס געהערט ביי א מיטינג פון די ארגאנאזאציע זייענדיג אנוועזנד צוליב זיין אינוואלוומענט מיט זיי. איך האב אים געפרעגט אויב זיי האבן די DNA פון טיטוס, זאגט ער אז ניין אבער זיי האבן פון אן אור אייניקל פון אים, און לויט דעם האבן זיי דאס אויסגעארבעט.

איך האב פארשידענע ספיקות איבער די מעשה, אבער עס איז זייער שווער זיך אפילו צו דינגען מיט עפעס וואס איז נאר א שמועה און איז נישט סייענטיפיש אפגעשריבן אינערגעץ, נישטא אפילו וואו אנצוהייבן
מען קען גארנישט טהון מיט א שמועה, אזא שטודיע וואס וואלט געטרעיסט צו איינעם 2000 יאר צוריק און שליסט אויס אנדערע וואלט געווען כמעט אוממעגליך, אחוץ אויב מהאט היינט זיין געביין, און די געביין פון זיין טאטע מיט נאך אנדערע פון זיין משפחה אויך. און דער געלמאן איז אדער א לץ אדער א טיפש. אגב אויף דער סייט וואס ער זאגט רעדן זיי פון 15000 מענטשן אין דער וועלט, כווייס נישט פון ווי ער נעמט 200.

איך טראכט יעצט אז באבע מעשיות זענען זייער ענליך צו גענעטישע מחלות, ביידע פאנגען זיך אן קליין און ווערן מיוטעידעד צו א וועלט אנשיקעניש. ביידע קען מען זעלטן טרעיסן, חוץ אין דעם פאל וואס מען האט עס געקענט טרעיסן צו געלמאן.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

ביבער האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:איך האב נארוואס אראפגעלייגט די פאון מיט הרב געלמאן, ער טענה'ט אז די מעשה איז אמת אבער די פרטים זענען היפש פארדרייט. איינע פון די זאכן וואס די ארגאנאזאציע פון ר' יהודה טוט איז צו מקשר זיין די אלע מענטשן מיט זעלטענע מחלות צו די ארגאנאזאציע וואס גיבט זיך אפ מיט דעם. און אויך אויף די מחלה (וואס איז דא ביי מער ווי 200 מענטשן אויף די וועלט) איז דא אן ארגאנאזאציע מיטן נאמען Friedreich's Ataxia Research Alliance וואס זיי טוען ריסוירטש אויף דעם. זיי האבן געמאכט א Natural History סטאדי צו זעהן וויאזוי די מחלה אפעקטירט די מענטש במשך די יארן, און בשעת'ן מאכן די סטאדי האבן זיי געזעהן לויט DNA אז זיי אלע טרעיסן צוריק צו איין ספעציפישע מענטש, און דאס איז טיטוס. ער האט דאס געהערט ביי א מיטינג פון די ארגאנאזאציע זייענדיג אנוועזנד צוליב זיין אינוואלוומענט מיט זיי. איך האב אים געפרעגט אויב זיי האבן די DNA פון טיטוס, זאגט ער אז ניין אבער זיי האבן פון אן אור אייניקל פון אים, און לויט דעם האבן זיי דאס אויסגעארבעט.

איך האב פארשידענע ספיקות איבער די מעשה, אבער עס איז זייער שווער זיך אפילו צו דינגען מיט עפעס וואס איז נאר א שמועה און איז נישט סייענטיפיש אפגעשריבן אינערגעץ, נישטא אפילו וואו אנצוהייבן
מען קען גארנישט טהון מיט א שמועה, אזא שטודיע וואס וואלט געטרעיסט צו איינעם 2000 יאר צוריק און שליסט אויס אנדערע וואלט געווען כמעט אוממעגליך, אחוץ אויב מהאט היינט זיין געביין, און די געביין פון זיין טאטע מיט נאך אנדערע פון זיין משפחה אויך. און דער געלמאן איז אדער א לץ אדער א טיפש. אגב אויף דער סייט וואס ער זאגט רעדן זיי פון 15000 מענטשן אין דער וועלט, כווייס נישט פון ווי ער נעמט 200.

איך טראכט יעצט אז באבע מעשיות זענען זייער ענליך צו גענעטישע מחלות, ביידע פאנגען זיך אן קליין און ווערן מיוטעידעד צו א וועלט אנשיקעניש. ביידע קען מען זעלטן טרעיסן, חוץ אין דעם פאל וואס מען האט עס געקענט טרעיסן צו געלמאן.
ער האט מיר געזאגט אז די 200 מענטשן איז א טעות, איך האב עס געשריבן אין מיין ערשטע תגובה, אפשר נישט גענוג קלאר

פון מיין רעדן מיט אים זעהט ער נישט אויס צו זיין נישט קיין לץ און נישט קיין טיפש, ער איז געווען זייער סורפרייזד אז די מעשה איז געווען באשריבן, אבער איך האלט קלאר אז עפעס א טעות איז דא דא. אינטערעסאנט אז זוכנדיג פאר Titus DNA קומט מען אן אהער וואס רעדט פון DNA פון א משפחה וואס הייסט Titus וואס האט גארנישט איינגעשטויסן מיט די רוימישע קייזער טיטוס, איך בין חושד אז מ'האט מעגליך גערעדט פון עפעס אזא סארט זאך.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

חתן בחור האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:מ'דארף נישט קיין קלארן ייחוס בריוו צו טיטוס ווייל ער האט געלעבט פאר'ן אייראפעאישן genetic isopoint און אלע "ווייסע" מענטשן זענען זיינע אייניקלעך סייווי.
קענסט עס אפשר מסביר זיין? איך פארשטיי נישט וואס דאס וויקי זאגט.
דער איז עס בעסער מסביר. שפעטער זעה איך דא אז מ'האט ערווענט עפעס וועגן "גענעטישע אייניקלעך פון טיטוס" וואס דיזע ווערטער קלעבן שוין יא איינס צו אנדערן, הגם די טימטום דערפון איז ארויס פון יעדעס פראפארציע ווייל קיינער האט נישט די איבערבלייבענישן פון טיטוס צו קענען דערפון ארויסציעהן די DNA (אויך נישט פון זיין אור-אייניקל אדער עלטער באבע, מפגרים וואס עטץ זענטס), אויב וויל מען נאך גלייבן איין ווארט פון דעם לץ דארף מען איינזעצן אז מ'רעדט טאקע פון א DNA ליניע (נישט א קאמפלעט DNA סעט פון אן איינציגער מענטש) פון א פאמיליע מיט'ן נאמען טיטוס.

נאכאמאל, איך האב נישט קיין פראבלעם מיט'ן עצם געשיכטעלע ווייל אפילו אויב ס'נישט אמת וואלט עס נאך געקענט זיין קיוט, וואס שטערט מיך יא איז דאס retardness פון אזעלכע אויסדרוקן ווי "די משפחה פון טיטוס" (קענסט דאך פאר די זעלבע געלט רעדן וועגן "די משפחה פון אדם הראשון"), אדער "די DNA פון טיטוס'נס עלטער באבע" (סיריעסלי?! דו מיינסט טאקע אז איינער האט עס? אפשר שיקסטו מיר אריבער די DNA פון יהודה המכבי?).
סקעפטיקער האט געשריבן:איך האב פארשידענע ספיקות איבער די מעשה, אבער עס איז זייער שווער זיך אפילו צו דינגען מיט עפעס וואס איז נאר א שמועה און איז נישט סייענטיפיש אפגעשריבן אינערגעץ, נישטא אפילו וואו אנצוהייבן
סיי וועלכע שטודיע וואס מ'קען נישט טרעפן דורך א שנעלע גוגל-זוך קענסטו זיכער זיין אז ס'עקזיסטירט נישט, איך טוה אביסל אין די occult און מיסטיקע, יעדע נארישע טעאריע אדער גרעפס וואס יעדע witch אדער פאנטאזירער האט נאר אמאל גע'חלומ'ט איז אפגעשריבן ערגעצוואו אויפ'ן אינטערנעט, ווער רעדט נאך פון אן אפיציעלע שטודיע, הוילע פאנטאזיעס.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: גענעטישע מח קרענק נאר פאר טיטוס אייניקלעך?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

פארשער האבן געטראפן טיטוס לעבעדיג און פריש, אינטערעסאנט ווי ער האלט זיך אזוי פריש פאר 2,000 יאר...
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: גענעטישע מח קרענק נאר פאר טיטוס אייניקלעך?

שליחה דורך כרם זית »

זענען די קענעדיס אייניקלעך פון טיטוס?

https://www.nytimes.com/2024/05/08/us/r ... -loss.html
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
פארשפארט