וויכוחים מיט די אמיש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2046 מאל

וויכוחים מיט די אמיש

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

געוויסע אשכולות דא אין שטיבל אין די לעצטע פאר טעג האבן מיר דערמאנט א שמועס וואס האט זיך געמאכט ביי מיר מיט אפאר וואכן צוריק. האב איך א חבר וואס איז אויך ליידער מזרע ישראל וואס האט געגעבן קידוש לכבוד דאס געבורט פון א מיידל און זיינע עלטערן (די ישראלים) זענען געקומען צופארן לכבוד'ן וויזויהייסטעס. בקיצור, ביים קידוש איז געוועהן פיינע קעיזקוכן (טשיעזקעי"ק בלעז) אבער דער ישראל האט זיך הויעך אפגעזאגט פון פארזוכן ווייל ס'איז חלב עכום רח"ל, האבן זיך אפאר פרישע מתפללים אנגעפאנגען ארומ'טענה'ן מיט איהם אז ס'נישט חלב עכו"ם נאר חלב סתם... שוין, דערנאך האב איך אגב געגעבן אזא ווארף אריין אז איך פלעג אלץ עסן "חלב סתם" אפילו ווען איך בין נאך געוועהן א ישראל ווייל ס'איז א בפירוש'ע גמרא אז אין א פלאץ וואו ס'נישט שכיח קיין מילך פון טמא'נע בעלי חיים דארף מען נישט חושש זיין, ווי די לשון הגמרא דארט "אי דליכא דבר טמא בעדרו פשיטא (דמותר)". פארקערט, אויב עפעס דארף מען חושש זיין אז איינער וואס פארקויפט קעמל מילך מישט עס אויס מיט קיען מילך זיך צו שפארן געלט... שוין, האבן די זעלבע פרישע חברה מיך פארגעהאלטן אז ס'גייט נישט אזוי, מ'קען זיך נישט סתם אזוי ארויס'פסק'נען פון גמרות. האב איך געענטפערט אז שלוש תשובות בדבר: 1) דעמאלטס האב איך נאכנישט געוואוסט אז מ'קען נישט פסק'נען פון גמרא... 2) די רמב"ם (הלכות מאכלות אסורות פרק יז הלכה כו) און חזון איש (יורה דעה מא ד) ציטירן דעם זעלבן סברא. שוין, ווי נאר איך האב ערווענט דעם חזון איש זענען זיי שטיל געווארן, האט שוין נישט אויסגעפעלט צו זאגן דעם דריטן, און עיקר טענה, וועל איך עס דא זאגן.

האט מיך איינער א ישראל אמאל געזאגט, כאילו מיך אויפצוקלערן איבער די אמת'דיגקייט פון די תורה, אז ס'דא עפעס א דאקטער וואס האט געטראפן אז שעטנז איז עפעס נישט געזונט צו וואס. די ערשטע זאך האב איך איהם געזאגט אז נאך א מזל אז דער דאקטער האט געטראפן אז שעטנז מאכט קראנק, שטעל זיך פאר ווען דער דאקטער טרעפט ווען אז ס'גאר געזונט :P שוין, האט ער זיך אינגאנצן באליידיגט. איך האב מיך אבער נישט געפוילט און מיך גענומען צום גוגל הדור, נאך אפאר מינוט נישטערן האב איך געטראפן אז איך בין גערעכט געוועהן, נישט מער און נישט ווייניגער, שעטנז איז גאר געזונט. ס'איז א חלק פון א גאנצע שיטה פון אלטערנאטיוו סייענס וואס רופט זיך "Paramagnetism", און זיי (Harry Kornburg און Philip Callahan) טענה'ן אז שעטנז גיבט ארויס א וויבראציע וואס רופט זיך "Schumann resonance" און דאס איז זייער געזונט, איינער שרייבט ערגעץ אז ער האט זיך זאגאר אויסגעהיילט פון קענסער דורכדעם. :lol: :lol: :lol:

בקיצור, א שטיק צייט שפעטער האב איך יענעם אנגעטראפן און ער האט מיך אנגעפאנגען לעקטשורן מיט עפעס אן אנדערן פסעוודאסייענס-אידישקייט נאנסענס האב איך איהם געזאגט אזוי בדרך אגב אז איך האב גענישטערט אביסל וועגן די שעטנז ביזנעס און ס'איז גראדע גאר געזונט און אויב ביזטו טאקע אזוי ערנסט מיט דיינע זאכן וואלט אפשר כדאי געוועהזן אז דו זאלסט עס אנטוהן :lol: :lol: :lol:

איז וואס וויל איך ארויסברענגען? ס'דא א צד השווה צווישן דעם פסעוודאוסייענטיסט און מיין חבר דער חלב סתם (ח"ו נישט חלב עכו"ם) עסער, ביידע נעמען א talking point און ארום דעם דרייט זיך דאס גאנץ לעבן. וואו איך בין אויפגעוואקסן איז די talking point געוועהן "אויטענטישע אידישקייט" (און "אויטענטישקייט" בכלליות). א מין מאדערנקייט דאס שניידן די בארד, אידן זענען "אייביג" געגאנגען מיט בערד! (יעצט דארף איך דיר אויפווייזן אז נישט?) דאס איז "נישט אידיש", יענץ איז "נישט מסורה'דיג", און א שטריימל איז דאך אפגערעדט ווייל אברהם אבינו איז געגאנגען מיט א שטריימל (פרעג מיך אפ), וואס איז דען שייך מער "אויטענטיש" פון דעם? דרייט זיך א חסידיש אידל ארום אין מאנהעטן אונטער דעם בריעדיגן זוהן אינגאנצן שטאלץ מיט זיך, אמער, ער איז דאך פון די "אויטענטישע" וואס גייען נאך מיט א הוט און רעקל פונקט ווי מ'איז געשטאנען ביים soup kitchen ביים great depression, איי מה יתן לך ומה יוסיף לך האויטענטישקייט? ווי האט מיך נאך איינער אמאל געזאגט, הגם וואס סטריקטלי ע"פ הלכה איז נישט אזא חיוב צו גיין מיט א קאפל אבער ער איז מקפיד כאטש צו גיין מיט א "קעפ" ווייל "אמאל פלעגן אפילו די גוים (כלומר די "אויטענטישע גוים") גיין מיט א הוט!" ממש גאונות! יו נעילד איט! באקומסט א פוליצער פרייז פאר'ן זיין דאס מערסטע "אויטענטיש". און אזוי קען מען גיין אין צירקלען לעולם ועד, יא אויטענטיש צו נישט אויטענטיש, מ'ברענגט זיך ראיות אהער, פירכות אהין, מ'שלעפט "מקורות" פון דא און פון דארט, אין דעם ספר שטייט אזוי, אין יענע ספר שטייט פארקערט, קומט א דריטער און מאכט א פשרה, איי למאי נפחה מינה צו ס'איז אויטענטיש צו מאדערן? ס'טאקע נישט קיין נפקא מינה, אבער אזויווי אלעס דרייט זיך ארום דעם איינעם טאלקינג פוינט וועסטו קיינמאל נישט צוקומען צו דעם קשיא, ס'איז אזויווי א געים פון טעטריס וואס האלט אין איין ארויסשפראצן לעכער אנצופילן און ס'פאלט דיר ניטאמאל ביי אז דו קענסט פשוט נעמען דעם גאנצן טעטריס געים און ווארפן צום ריבניצער און פטור אן עסק. איך דארף עפעס צוקומען אז דער חזון איש זאל מיך מגלה זיין פשט אין א פריקין גמרא? איך דארף מיך דען צוטוהן מאכן פון יעדע אויסטרעף וואס יעדער כלומפרשטע סייענטיסט גרעפסט ארויס? בין איך נישט אויטענטיש, א געשעפט האב איך! I couldn't care less

און אזוי זענען דא אסאך טאלקינג פוינטס אין וואס מענטשן גראבן זיך אריין און זיי פירן גאנצעטע וועלט מלחמות דארט און דערוואגן זיך נישט ארויסצושטעקן דאס שפיץ נאז פון דארט. ביי איינעם איז דער רבי זי"ע, ביי א צווייטן איז עס דעם חזון איש, ביי א דריטן אבולוציה, ביי א פערטן ביקורת המקרא, ביי א פופטן דער בודדהא, ביי א זעקסטן דעם מורה הנבוכים, ביים זיבעטן הרב קוק, ביים אכטן רבי נחמן, און די ליסטע איז ענדלאז. אלס קינד פלעגן מיר שפילן מיט די געים בויס אינגאנצן אנגעצויגן, די גאנצע געים בוי האט זיך מיטגעדרייט... אזוי קוקט עס אויס... א געשעפט האב איך מיט'ן סופער מאריאו, לאז איהם שטארבן און שרייען מאמאמיא איך זאג דיר צו ס'וועט דיר גארנישט געשעהן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 8 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר