איך וואלט מסביר געווען דיין טענה עפ״י דאס וואס דער רמב״ם שרייבט במו״נ ח״ג פכ״ה איבער א ״פעולת הבל״ און א ״פעולת ריק״. והיינו, א ״פעולת הבל״, וואס איז דאך אַן אקט פון ״טוהן״, איז אַן אקט וואס האט נישט קיין תכלית כלל. דאס איז משמע מדבריו שם אז דאס איז גרוע און האט נישט קיין שום שוויית לשלעצמה (ופשוט). א "פעולת ריק" איז וואס האט יא א תכלית טובה אבער מ׳קומט נישט אָן דערצו און עס שטעלט זיך ארויס אז הטירחה היתה לריק ע״ש.
די שאלה איז צי ווען עס איז יא א פעולה טובה אל תכלית של שוויית, וואס איז דאך (בדרך כלל) לתענוג, צי די ״פעולה״ און ״אקט״,
לשלעצמה ממש, קען ווערן אפּגעטיילט מתכליתה הנרצה. מיינענדיג, מ׳קען דאס באטראכטן אז טאמער טיילט מען עס אפ לגמרי, קען עס נישט ווערן גערעכענט ווי מער ווי א פעולת הבל שאין בה שוויית כנ״ל. אדער מאידך גיסא קען מען דאס באטראכטן אז פונקט ווי א פעולת ריק, וואס איז יא געווען לתכלית טובה, האט למעשה א (פילאזאפישע) שוויית און וועליוּ
לשלעצמה (אפילו טאמער דער מענטש שפירט נישט אין דעם קיין שום תענוג כלל) אפילו מ׳איז לגמרי נישט אָנגעקומען צו עני תכלית, כן הוא בכל פעולה לטובה
לשלעצמה.
אט דאס ליגט לכאורה אין אט די חקירה פון דר. נאָזיק.
ואגב, בנוגע דעם געדאנק פונעם
עקספּיריענס מאשין געדענק איך א שמועס איך האב געהאט ווען איך האב געזעהן דעם באקאנטן פילם
די מעיטריקס (וואס, כידוע, איז א פילאזאפישע פילם). די theme דערפון איז אז AI ראבּאטן האט איבערגענומען די וועלט, איינגעשלעפט דאס רוב מענטשהייט, און אריינגעלייגט זייער קאַנשעסנעס אין א פּראגראם. און עס זענען דא א הייפעלע רעבּעלן וואס האבן זיך ארויסגעזעהן פון אט דעם סימיולעיטעד ריאליטעט און רעוואלטירן קעגן די ראבּאטן. אין דעם איז דא די באקאנטע ברירה צווישן וועהלן דעם רויטן פּיל און ווערן ״אויפגעוועקט״, אדער דעם בּלויען פּיל און בלייבן וואו מ׳איז.
געדענק איך אז ווען איך האב דאס געזעהן זייענדיג א אינג בחור אין תש״ס מיט א קאזין, האב איך געטראכט און אים געזאגט אז ״מ׳קען דאך היטן די תורה פונקט אזוי בתוך די
מעיטריקס! פארוואס זאל מען וועהלן דעם רויטן פּיל זיך אויפצווועקן צו דעם ״עכטן״ וועלט, וועלכע איז דאך
נאך שווערער?!" איך האב אים דערויף געזאגט אז די איינציגסטע הסבר איך זעה, איז אז דורכ׳ן זיך אָנפּלאָגן און דערנאך זיך צוריק אריינפּלאָגן באקומט מען דאך כוחות און מ׳איז ״cool״…
(הגם די ראבּאטן ווייסן פון דיר דעמאלטס און שיקן פּראגרעמס/"עידזשענטס" דיר נאכצולויפן און עלימינירן. סויׂ יצא שכרו בהפסידו...)
***
אחרי עיון שוב גלייב איך אז די תירוץ איך זאג
פריער, האלט למעשה יא אויס:
מי אני האט געשריבן:די פראבלעם איז נאר אז דאן פארוואס קען מען נישט נוצן דאס זעלבע תירוץ פאר ע"ז וכדומה, וואו ס'איז גילטיג אינעם "לעבנסוועלט"? ואולי וועט זיך דאס טאקע ווענדן אין ווי ווייט נפסד די דעה וואס ליגט אונטער די מעשה איז, וואס דאן וועט דאס די הלכה, לפי הרמב"ם, נישט צולאזן אפילו ס'איז דא די סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם. וקצת כעין וואו ווען די סאָשׁעל קאַנסטראָקט מציאות איז אז מ'איז מתיר רציחה, וואס דאן וועט דאס דאך, כמובן, נאך אלס בלייבן אסור להלכה. (ועיין לדוגמא בהל' ע"ז פי"א הי"א-הי"ב (אבל עיין בכסף משנה ולחם משנה שם) והט"ז ובבאר אליעזר, ובמו"נ ח"ג פל"ז. וידוע הגר"א ביו"ד סימן קעט ס"ק יג.)
ווייל הגם דער רמב״ם
האלט במו״נ ח״א פל״ו אז הגשמת הבורא (בענין כעס וכדומה) איז
ערגער ווי ע״ז ע״ש, האלט ער אבער דאך, ווי באקאנט, במו״נ ח״ג פכ״ח אז עס איז דאך יא דא א מקום פאר אַן אמונה הכרחית פון הגשמת הבורא בענין כעס ועונש הבא מחמתו, כדי אָנצוהאלטן דאס פּאליטישע סטאַבּיליטעט ע״ש. און ווי דער נרבוני שרייבט דערויף, ״כי ההמון אין להם היזק בזאת האמונה״ ע״ש. עכ״פ זעה׳מיר אז ס׳דא ניואנס אין דעם ומקום לחלק.
ועיין כאן, וואו חז״ל׳ס סיסטעם פון הלכה מיט אירע סענקשאנס וכו׳, איז בעצם אָנצוהאלטן פּאליטישע סטאבּיליטעט.
ואגב, דארט פריער בח"א פל"ה, וואו דער רמב"ם איז אויך מאריך אז מ'האט אפילו צו לערנען מיט נשים וקטנים איבער שלילת הגשמות מהא-ל, שרייבט ער:
וכן מציאותו ומציאות זולתו אמנם יאמר עליה מציאות בהשתתף השם, כמו שאבאר.
און דער אפודי איז דארט מפרש:
ר"ל כי מציאותו ית׳ הוא מהותו, ומציאותו מחוייבת, ומציאות זולתו אפשרית בלתי המהות.
מיינענדיג, אז עס איז א גאנץ אנדערע סארט "מציאות" בכלל, און אינדרויסן פון דעם ווארט, וויבאלד עס איז מחוייבת ומקושר למהות הדבר, משא"כ בנוגע הגדרת תיבת "מציאות" בכלליות.
און עס איז אויך מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס ר' יוסף כספי איז דארט
מפרש, און פארוואס דאס קומט נאך די פרקים וואו דער רמב"ם שרייבט
איבער די שוועריקייט צוצוקומען לחכמת אמת בעניני אלקות ומעטאפיזיקס:
כי חכמת האלקות וזה הספר, עיקרם הרחקת ההגשמה וההתפעלות מהשם, והוא האריך בפרקים הקודמים בשימנע לימודם מן ההמון, לכן היה הכרחי מה שיאמר עתה.
וראוי לפי חלשת ההמון שיהיה המאמרים בזה הדעת האמתי מעט והראשון הרבה, וזה כדמות מושך חבל בשני ראשים.
וכתב אבן סינא: אין ראוי להטריד ההמון בשום דבר בידיעת הא-ל ית׳, אלא שהוא אמת ואחד באין דומה. ואין להטרידם שיאמינו שאינו מתחלף ושאינו חוץ העולם ולא תוכו וכן כל הדומה לזה, כי זה ישבש עליהם הדת, כי אין כח בם לצייר זה הענין, אבל יכזיבו אותו או יהיה סבה למחלוקת ימנעום מהמעשים המדיניים.
דער נרבוני
שרייבט דארט אויך כזה:
ואמנם החכם אבן רש״ד אמר כי אין ראוי לומר להמון שאיננו גשם כי יבטל מציאותיו [בלשון מושאל, כנ"ל] אצלם, גם איננו ראוי לומר כי הוא גשם כי הוא חילוף האמת. אבל ראוי שנבחר היותר נכבד ממשיגי הגשם ושנאמר כי הוא אור כי נמלט אותם מאמונת ההגשמה, ויהיה נמצא אצלם ונכבד שבנמצאים עד שיכלול זה מן הצדק כמו שהאור סיבת מציאות הגוונים בפועל וסיבת ראותינו אותם, כן הא-ל ית' סיבת הנמצאות כולם וסיבת השכלתם. ומאד המריץ באמרו ונהורא עמי' שרי׳.
וע"ש בפי' שם טוב ואפודי.
***
בנוגע דעם אור השם'ס קשיא בריש האשכול, אז עס איז נישט שייך צו מְצַוֶה זיין אויף אמונה שאינה תלויה בבחירת האדם (אפילו במושכל ראשון), ענטפערט דער אברבנאל אין זיין ראש אמנה (
פי"ז) אז די מצוה איז בנוגע די
הקדמות צו אמונה און דאס זיך מאכן גרייט דערצו, וואס דאס איז יא תלוי בבחירתו ע"ש. (ועיין
כאן בטענת דר. דזשאן שעלענבערג ומענת דר. וויליאם לעין קרעיג אליו.)
***
דא שרייבט הרב דר. מלך שפירא, בנוגע א פולמוס קעגן זיין
בוך איבער דעם רמב״ם׳ס י״ג עיקרי אמונה:
R. Hochman goes on to explain that most of the Principles are indeed mentioned in Hilkhot Yesodei ha-Torah in a positive sense (even if not as a unit of Thirteen Principles). He also notes the following important point, that when principles of faith are mentioned in the Talmud, they are never listed in a positive sense, that one must believe X. Rather, they are listed in a negative sense, that one who denies X has no share in the World to Come. Why Maimonides, in his Commentary on the Mishnah, chose to formulate the Principles in a positive sense and require active belief as a necessity for all Jews — something the Talmud never explicitly required — is an interesting point which we will come back to. Regarding some of the Principles the difference is clear. For example, according to the Talmud, denial of Resurrection is heresy, but one who has never heard of the Resurrection and thus does not deny it, or affirm it, is a Jew in good standing. For Maimonides, however, the doctrine of Resurrection must be positively affirmed. In a future post we can come back to which Principles even the Talmud implicitly requires positive affirmation of (obviously number 1, belief in God, but there could be others as well)
***
איך האב געקלערט אין דעם גאנצן שמועס אז זייענדיג אז דאס האט א קשר
צו מאטעמאטיקס אין דעם אז 1-1≠0 ביי דעם, און עס קען אויך באטראכט ווערן ווי מ׳קען פרעגן א שאלה אבער נישט באקומען אַן ענטפער, אז דאס קען געבן א טיפערע באדייט צו וואס געארג קענטאר האט געזאגט:
In Mathematics the art of proposing a question must be held of higher value than solving it
והיינו, אז אין דעם תחום פון טעאלאגיע אויך, וואס האט א קשר דערצו צו מאטעמאטיקס וכנ״ל, זענען די שאלות וקושיות
און דאס קלערן דערין, חשוב׳ער ווי די ענטפערס ותירוצים אשר ממילא אי אפשר להשיגם. וכעין די בוך פון דר. וויליאם אירווין:
Irwin.jpg
קענטאר האט גראדע ארומגערעדט פון די חילוקים במושגי אינפיניטי פון אלקות ומאטעמאטיקס.
***
לגבי די חילוק צי די עיקר פאקוס באמונה איז אויף דעת וואס איז קודם ופועל על המעשה, אדער פארקערט ווי די מעשה בפועל איז פועל על הדעת, שרייבט דער חינוך בשורש של מצוה כה על האמונה במציאות השי"ת:
ואשר לא יאמין בזה כופר בעיקר ואין לו חלק וזכות עם ישראל. וענין האמונה הוא שיקבע בנפשו שהאמת כן ושאי אפשר חילוף (בחילוף) זה בשום פנים. ואם נשאל עליו, ישיב לכל שואל שזה יאמין לבו ולא יודה בחילוף זה אפילו יאמרו להרגו, שכל זה מחזיק וקובע האמנת הלב כשמוציא הדבר מן הכח אל הפועל, רצוני לומר כשיקים בדברי פיו מה שלבו גומר. ואם יזכה לעלות במעלות החכמה ולבבו יבין ובעיניו יראה (ישעיהו ו י) במופת נחתך שהאמונה הזאת שהאמין אמת וברור אי אפשר להיות דבר בלתי זה, אז יקיים מצות עשה זו מצוה מן המובחר.
ער זאגט דאס טאקע בגדר פּאזיטיוו, אבער ווי ער שרייבט בריש הספר האט ער דאס געשריבן פאר אינגע (וכשמו של "חינוך"), וואס
פאר זיי האלט מען נאך ביים ערשטן שטאפל פונעם "1+":
אמרתי במה אתרצה לבוא לשמש לפני הגבורים, וכבר ביררו לנו הם כל הדברים, הלא בסדר תרי"ג מצות על דרך הסדרים, אולי יתעוררו יותר בהן מתוך כך הנערים, ישימו לב בהם בשבתות ובחגים, וישובו מהשתגע ברחוב הערים, לאור באור החיים, איש אל רעהו הילדים רכים, ישאלו מצות שבת זו כמה, ומלאה הארץ דעת ומזמה. והנה פרוש כל אחת נכון לפניהם, ומבלי יגיעה ימצאו דברי חפץ בסמניהם, זרע קדש יתברכו מאלקים, הם ובניהם וכל אשר להם, בכל מקומות מושבותיהם, ואני בכלל הברכה עמהם.
***
ולגבי
דעם אז ההאמנה אינה העניין הנאמר בפה, אבל העניין המצוייר בנפש, איז דאס אויך וואס דער עיקרים שרייבט (מאמר א פי"ט):
האמונה בדבר הוא הצטייר הדבר ציור חזק עד שלא תשער הנפש בסתירתו בשום פנים, אף אם לא יודע דרך האמות בו.
והאמונה תפול בכל דבר שלא הושג למאמין מצד החוש, אבל הושג לאיש מה רצוי ומקובל או לאנשים רבים גדולי הפרסום, הושג הדבר ההוא או כיוצא בו בזמן מה בחוש ונמשכה הקבלה למאמין מן האיש ההוא או האנשים ההם קבלה נמשכת מאב לבן.
וכמובן, ווערט דאס א פראבלעם וואו עס איז נאר, און קען נאר זיין, א נעגאטיווע פּראפּאזישאן.
***
און אז כ'האב מדמה געווען דעם ענין בהעדר הדיבור בהא-ל לענין, להבדיל, ניבול פה, ווי אויך אז שמירת שבת בפועל צייגט לזה במחשבה, קען מען זאגן אז דאס איז די רמז ביי שבת אז מ'דרש'נט (שבת קיג:) דעם "שלא יהא דבורך של שבת כדבורך של חול", פונעם פסוק (ישעיה נח יג-יד) ודבר דבר, און די פסוק איז ממשיך "אז תתענג על ה'". והיינו, לרמז צום גאנצן געדאנק פון אי-השגה ודיבור בענין ה' שהוא מקור התענוגים. ולכן נמי קען מען זאגן איז עונת ת"ח בשבת (או"ח סימן רפא), וויבאלד איבער געשלעכט קען מען אויך נישט רעדן בהשגה. ווי אויך קען מען זאגן א רמז, אז "המלך" אין די מגילה איז דאך מרמז להקב"ה. ולכן בא הרמז במגילה יב:
ביום השביעי כטוב לב המלך ביין אטו עד השתא לא טב לביה בחמרא אמר רבא יום השביעי שבת היה שישראל אוכלין ושותין מתחילין בד"ת ובדברי תשבחות אבל עובדי כוכבים שאוכלין ושותין אין מתחילין אלא בדברי תיפלות וכן בסעודתו של אותו רשע הללו אומרים מדיות נאות והללו אומרים פרסיות נאות
והיינו, אין שבת האט מען עוסק געווען בסעודתו של המלך בעניני תיפלות, וואס ווייזט אויף די גדרים פון שפראך, און וואס מ'קען טאקע נישט נוצן בדיבור אודות "המלך".
ובזה, אז כ׳האב געזאגט אז מאטעמאטיקס האט אויך א קשר צו דאס אלעס בטעאלאגיע, און אז טעאלאגיע מיט
הומאר גייען נישט צוזאמען, איז דאס געווען אינטרעסאנט:
IMG_5314.jpeg
***
עס איז מן הראוי לציין ווי אזוי דר. דוד קעמפּבּעל, דר. דזשאפרי לעימען, און דר. דזשאן גרין
צוטיילן רעליגיעזע און נישט-רעליגיעזע אין צו פיר סארטן:
1). נישט-רעליגיעזע - זיי זענען הויך אין נישט זיין רעליגיעז אבער נישט דוקא הויך אין זיין סעקולאר. אין אנדערע ווערטער, מענטשן וועלכע האבן פשוט נישט אריינגעקלערט אין דאס אלעס, און זענען סתם אזוי קל וכדומה. (מ׳קען דאס טערמינען ״
נאַן-טעאיסטן״.)
2). סעקולאריסטס - זיי זענען הויך אין סיי נישט זיין רעליגיעז און סיי אינעם יא זיין סעקולאר. אטעאיסטן (פּאזיטיוו צי נעגאטיוו) בשיטה און דורכגעטראכט, און וואס טרעפן מיענינג אין זייער שיטה.
3). רעליגיעזע - זיי זענען נידעריג אין סיי נישט זיין רעליגיעז און סיי אינעם זיין סעקולאר. רעליגיעז כפשוטו.
4). רעליגיעזע סעקולאריסטס - זיי זענען נידעריג און נישט זיין רעליגיעז אבער הויך און זיין סעקולאר. זיי האבן א פיס אין ביידע וועלטן. זייער וועלט-אויסקוק איז בעצם סעקולאר און סייענטיפיק, און האבן דאס אדער משווה געווען מיט א רעליגיעזע מהלך החיים, אדער אז זיי זענען ״ספּיריטואל״ ווי איידער רעליגיעז.
IMG_5322.jpeg
IMG_5323.jpeg