קאלעדש פאסיג פאר חרדישע בחורים און מיידלעך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2047 מאל

קאלעדש פאסיג פאר חרדישע בחורים און מיידלעך

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

וואס דארף די פאבליק סקול סיסטעם טוהן אז חרדים זאלן קענען זיך איינגלידערן דערין? (אקעי, דיעס אשכול איז טאקע א ספינאףף פון די צה"ל אשכול, אבער אויסער די צינישקייט שבו מיין איך עס זייער ערנסט, עניוועיס.)

דאס הייסט אזוי, קען זיין אז איך מאך א גרויסן גראבן גרייז, אבער ווי איך פארשטיי טוט היינט דער חסידישער עולם הייראטן אביסעלע שפעטער ווי אמאל, ד.ה. מער אזוי ביי די 21. איז פארוואס זאל מען אין דעם צייט (פון די 18 ביז די 21) זיצן אינעם echo chamber וואס רופט זיך ישיבה וואו מ'טוט ראדיקאליזירט ווערן און מ'לערנט זיך נישט גארנישט אויס אויפ'ן לעבן און שפעטער גייט מען קיין ארץ ישראל וואו מ'ווערט פארכאפט אין ציונות און אנדערע שטותים, ווער רעדט נאך פון די ממון ודמים וואס דאס קאסט אפ פאר די עלטערן. און וואס טוען די מיידלעך אין דעם תקופה אין לעבן? מ'זיצט אין אפיסעס רח"ל, מ'ווערט צו נאנט מיט די פרענדס און דערנאך וויל מען ליידער נישט הערן פון הייראטן רח"ל. מ'קען דאך צו דער זעלבער צייט שיקן די קינדער אין קאלעדש וואו אנשטאט אריינזומען אין עפעס אן אירעלעוואנטע ניעש ווי תכלת אדער שיטת ר' גדליה נאדעל אדער ר' יואלי ראטה וועלן זיי באקומען א ברייטערן בליק אויפ'ן וועלט פון די ארט קלאסן און לערנען עפעס תכלית'יג אויפ'ן לעבן פון ביזנעס און STEM קלאסן. האבענדיג נאך אפציעס וועלן די מיידלעך זיך שוין נישט אזוי אנקלעבן מיט זייערע "פרענדס", זיי וועלן זיך אפלערנען פון די אראבקעס א זאך אדער צוויי איבער צניעות, און די בחורים וועלן זיך פון זיי אפלערנען זיך אביסעלע צוצופלייסן און נישט סתם זיצן ארומקוליצן און פארברענגען די צייט אויף נארישקייטן און אנדערע הארבע עבירות.

און נאכאמאל, איך רעד נישט פון סטוטשינע חסידים אדער אנדערע עקסטרעמע גרופעס, איך רעד פון אזעלכע וואס האלטן יא פון ארבעטן און עוסק זיין ביישובו של עולם, און זיי וואלטן געשיקט די קינדער אין קאלעדש ווען ס'וואלט פאסיג געוועהן פאר די חרדישע יונגווארג. וואס אלץ האלט איר דארף מען דארט צופאסן און טוישן כדי עס זאל ווערן א פאסיגע מקום פאר חרדים? כשר'ע עסן? מער אידישע לימודים? (גראדע אין מיינע צייטן פלעגט זיין א אידיש קלאס אין ברוקלין קאלעדש, מ'פלעגט דאס נעמען אנצופילן קרעדיטס :lol: ) Creationist און flat earth קלאסן? דירעקטע באסעס פון בפ/ווילי? הוקס אויפצוהענגען די היטן? אפגעטיילטע דארמס?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר