חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

בן אדם האט געשריבן:, די בי"ד אין בעלזא איז באשטאנען פון ר' פיניעלע אוסטילער, מהר"א מבעלזא, און אט דעם ר' יצחק נחומ'ל! .

די ערשטע מאל איך הער פון דעם בי''ד.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

(ליטפאקל) דו אויך, דיין טראציקייט און אומוויסנהייט פון היסטאריע איז שטוינענד יעדעס מאל פריש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

moshav zekeinim האט געשריבן:פארוואס זאל אים בעלז נישט מחשיב זיין, ער איז געבליבן אין זייער סיסטעם, ער איז געווען אן איידעם פונעם רב און אן ערנסטער תלמיד חכם און פוסק, און האט זיך צוגעשטעלט צו זיי.

טראכט נאר אריין וויאזוי מען וואלט באהאנדלט דיין רבי'נס איידים א דזשיניעס ת"ח וואס האט "אויפגעקלערטקייטן" אבער שטעלט זיך צו.

ס'איז באוואוסט אז אין בעלז האט מען נישט נושא פנים געווען פאר קיין שום מיטגליד אין דעם רב'ס משפחה אויסער דער רב אליין.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

לאמיר שוין זאגן אז עס איז אמת, וואס וואלטן זיי געדארפט טון, אים ארויס ווארפן? עס איז דאך א סך בעסער אים צו האלטן און פשוט דערשטיקן די תופעה זאגנדיג אז עס איז בלויז א בייזער גייסט. אין אזעלעכע מקומות ווי בעלז האט מען אן היימישן אויפגעקלערטן באצייכנט אלס איינער וואס איז אין אים אריין א בייזער גייסט. דאס איז געווען איינגעפירט אויך ביי די קירכעס. טאמער האט זיך דער אויפגעקלערטער נישט געהאלטן פעסט עד הסוף האט ער צום סוף "תשובה געטון" און אפילו מודה געווען אינעם בייזן גייסט וואס האט אים באהערש.

דאס וואס איך זאג איז אמת לאמיתו. די חברה זענען געווען דענדזשרעס.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

[tag]בן אדם[/tag], האסט עפעס פרוף אז אזא בי''ד האט עקזיסטירט אדער האסט עס פשוט אויסגעזויגן פונעם פינקי?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ישבב הסופר האט געשריבן:....
===

פעם הועלה באחד הפורומים, קטע מעיתון משכילי ישן נושן, לא מימי הקוצקר אלא אחריו, שכתבו שם כי בראשוני ימי הסגירה בקוצק, הגיעו כמה משכילים כדי לתהות על קנקנו של הקוצקר, ולראות שמא בחפשו אחר האמת הצרופה נהפך לבו לאהוב את כיוצא בהם. וכתבו שם שביניהם הגיע המדקדק איציק סטנוב בעל סידור ויעתר יצחק, ושאל את הקוצקר שאלה: בתהלים כתוב "רַבִּ֥ים מַכְאוֹבִ֗ים לָרָ֫שָׁ֥ע וְהַבּוֹטֵ֥חַ בַּידוָ֑ד חֶ֝֗סֶד יְסוֹבְבֶֽנּוּ:" והקשה איציק סטנוב מדוע יש אתנחתא אחר המילים והבוטח בה', שמשמע כאי' המילים 'והבוטח בה' שייך לרישא של הפסוק. לכאו' צריך להיות תחת המילה "לרשע", כלומר "רבים מכאובים לרשע, והבוטח בה' חסד יסובבנו". וכתבו שם שהקוצקר ענה לו, שאכן זה שייך לרישא של הפסוק, דהיינו, שהרשע יש לו הרבה מכאובים, אבל כשהוא רואה שיש איש בוטח בה' זה כואב לו יותר מהכל... ולכן "רבים מכאובים לרשע, ואחד מהם הוא "הבוטח בה'"... המשכילים ראו שהקוצקר לא שינה טעמו, ורמז להם בזה שהוא מכיר את זממם ושעל אפם ועל חמתם הוא לא השתנה.
א שיינע

עטליכע פון ר' יצחק'ס ספרים אויף היברו בוקס
http://hebrewbooks.org/home.aspx
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

moshav zekeinim האט געשריבן:לאמיר שוין זאגן אז עס איז אמת, וואס וואלטן זיי געדארפט טון, אים ארויס ווארפן? עס איז דאך א סך בעסער אים צו האלטן און פשוט דערשטיקן די תופעה זאגנדיג אז עס איז בלויז א בייזער גייסט. אין אזעלעכע מקומות ווי בעלז האט מען אן היימישן אויפגעקלערטן באצייכנט אלס איינער וואס איז אין אים אריין א בייזער גייסט. דאס איז געווען איינגעפירט אויך ביי די קירכעס. טאמער האט זיך דער אויפגעקלערטער נישט געהאלטן פעסט עד הסוף האט ער צום סוף "תשובה געטון" און אפילו מודה געווען אינעם בייזן גייסט וואס האט אים באהערש.

דאס וואס איך זאג איז אמת לאמיתו. די חברה זענען געווען דענדזשרעס.

מושב זקנים: אויב דו לעיבסט נאך. (לויט די גמרא,אין וואס דו גלייבסט דאך נישט, נישט.) און אין די פארקערטע דיירעקשן. אויב ביי די אזוי-גערופענע סייענטיסטן, עוואלוציאנערן און אויפגעקלערטע האטציך איינער פון די גרופ פלוצלינג דערקלערט אלס א מאמין . אן ר'האט געטענה'ט אז ער האט פרוף אז ס'איז דא א באשעפער וואס האט באשאפן און פיהרט די וועלט, האבן זיי איהם באטראכט אלס משוגע און באזעסן פון א בייזן גייסט. די שאלה איז אבער צו וועמען זיי האבן איהם גענומען. צו א רב אדער גלח האבן זיי דאך איהם נישט געקענט נעמען אז ער זאלל ארויסטרייבן דעם בייזן גייסט פון איהם. און זיגמונד פרויד איז דאך נאכנישט געהאט געבוירן...! אפשר צו אזעלכע חכמים ווי דו...!
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

d
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תורה ומדע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

בנוגע דעם קאצקער. פראפעסאר העשל לייקנט די גאנצע מעשה מיט די לייכטער, ער טענה'ט אז אפילו ווען דער קאצקער זאל ווען טאקע ווערן א כופר הכל, וואלט ער נאך געמעגט האבן אזויפיל שכל. ער טענה'ט אז די סגירה איז פשוט געקומען פון ייאוש, ער האט כמה פעמים געלאזט פאלן אזעלכע ווערטער. אין די תקופה פאר'ן סגירה האט ער זיך אמאל אויסגעדרוקט בערך אזוי, כ'האב געמיינט אז איך וועל קענען מאכן פון ענק לייט, למעשה זעה איך אז ענק האלטן נישט ביי גארנישט. אין אנפאנג פון די ימי הסגירה, ווען ס'נאך געווען מיט וועמען צו רעדן, האט מען איהם אמאל געבעטן ארויסצוקומען פראווען דעם סדר. ווען ס'געקומען צום מרור, און דער עולם האט זיך געשטופט כאפן שיריים, האט ער זיך צובייזערט און אויסגעשריגן "מרור פרעסערס", און דער עולם איז זיך צולאפן. נאך ברענגט ער, אז ווען דער קאצקער איז צום ערשטן מאל געקומען צום רבין פון לובלין, האט איהם די רבי געזאגט אז זיין דרך פירט צו מרה שחורה... איך מיין אז די בילד קומט ארויס גאנץ קלאר.

בנוגע רביה"ק זי"ע, מיין איך אז לעיקוואוד איז גערעכט מיט דעם אז ער איז געווען א שטיקל לץ. לויט די מעשיות וואס איך האב געהערט, קומט ארויס א בילד פון א כיטרע יונג, וואס שטעלט אן א פנים פון א תם, ווייל קיינער פארשטייט איהם סייווי נישט. אנשטאט קומען זאגן זאכן וואס מ'וועט איהם פארשרייען אלץ אפיקורוס, איז איהם געווען אסאך גרינגער צו מטהר זיין את השרץ בק"ן טעמים, און נאך ארויסקומען אלץ פרומער אויך. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אויב איך וועל הערן אז בסתר האט ער געליינט ספרים חיצוניים. ס'נאך דא אסאך צו רעדן איבער דעם מענטש וואס איז באמת געווען א חידוש בעולם הרבנים, ואולי דברתי יותר מדי, וה' הטוב יכפר.

בנוגע דעם ליעווער. קען זיין אז היינט איז אביסל אנדערש ווייל ס'מער אן אפענע וועלט, אבער ביי די רוז'ינע חברה איז ער אלץ געווען פארהייליגט. דער ריבניצער איז אמאל געווען ביי א ברית, און איינער דארט האט גערעדט מיט א זלזול אויפן ליעווער. האט זיך דער ריבניצער אנגערופן בתוך דבריו, "ביי אונז איז ער נאך אזוי גרויס ווי ביי ענק שיניעווע רב".
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ריבה"ק זי"ע: איך וועל נישט קאמענטירן אויף דיין גאנצע תגובה. אבער איין זאך קען איך דיר גאראנטירן אז דער סאטמאר'ע רבי זי"ע דער עכטער. האט נישט געליינט קיין ספרים חיצונים. אפילו נישט קיין צייטונגען. אויסער דעם המודיע. אפילו נישט אין בית הכסא. וואו ער איז אפגעזיצן שעות ארוכות משום גוף נקי. הכנה לתפילה...!

און דאס וואס דער ריבניצער רבי האט נישט געוואלט הערן א נעגאטיווע מיינונג איבער דעם ליעווער. ווייל ער איז געווען א נאנטער חבר אדער תלמיד פון דעם שטעפאנעשטער. און ער איז געווען פון די רוזשינער גזע...!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בנוגע רביה"ק זי"ע, מיין איך אז לעיקוואוד איז גערעכט מיט דעם אז ער איז געווען א שטיקל לץ. לויט די מעשיות וואס איך האב געהערט, קומט ארויס א בילד פון א כיטרע יונג, וואס שטעלט אן א פנים פון א תם, ווייל קיינער פארשטייט איהם סייווי נישט. אנשטאט קומען זאגן זאכן וואס מ'וועט איהם פארשרייען אלץ אפיקורוס, איז איהם געווען אסאך גרינגער צו מטהר זיין את השרץ בק"ן טעמים, און נאך ארויסקומען אלץ פרומער אויך. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אויב איך וועל הערן אז בסתר האט ער געליינט ספרים חיצוניים. ס'נאך דא אסאך צו רעדן איבער דעם מענטש וואס איז באמת געווען א חידוש בעולם הרבנים, ואולי דברתי יותר מדי, וה' הטוב יכפר.

כאב מורא דו האסט צופיל אויטאנאמיע געוואטשט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יידל האט געשריבן:כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...

ס'איז אינטערעסאנט צוצושטעלן די שיטה פונעם ספר חזון עזרא איבער די ספרים החיצוניים, וז"ל: "ויכתבו בארבעים היום ספרים תשעים וארבעה. ויהי ככלות ארבעים היום וידבר אלי עליון לאמר את ארבעה ועשרים הספרים אשר כתבת בראשונה תגלה וקראו בהם כטובים כאשר לא טובים. ושבעים האחרונים שמורים יהיו אתך למסור אותם לחכמי עמך. כי בהם מקור הבינה ומעין החכמה ונהר הדעת ואעש כן." און ווי אברהם כהנא שרייבט אין די הערות: "מגיד בשבחם של הספרים החיצונים, כי לחכמים יש בהם מקור הבינה ומעין החכמה יותר מספרי התנ"ך...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לפי די טיטעל פון דעם אשכול איז אינטערסאנט אפשר מוסיף צו זיין די גרויסער מלבי"ם וועלכע האט אין זיינע יונגע יארן מקבל געווען פון הרה''ק ר' הערש מזידוטשוב זי''ע אבער איז נישט באקאנט געווען שפעטער אלץ איינער וואס האט שייכות מיטן דרך החסידות.
און וואס איז טאקע פשט, מגייט צו א חסידישן רבי לערנען קבלה און סבלייבט ביי דעם , אנדעם וואס מזאל אויך איינזאפן חסידות?! אביסעל שווער צו פארשטיין.
איך רעד נאר אויבן אויף.
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

בנוגע די שנים סגורות פונעם קאצקער:

אינעם לבלר אויסגאבע איז געווען אמאל א שמועס מיט הרב אברהם פרישמאן, דער מחבר פונעם ספר ממעונות האריות, וואו ער באציט זיך שטארק איבער דער גאנצער טעמע פון די אזוי באקאנטע צוואנציג איינגעשפארטע יארן פונעם קאצקער.

ער ברענגט דארט פון א גוי'אישן פארשער אין צייטן פונעם קאצקער וועלכער האט באשריבן דאס אידישן לעבן אין קאצק, און הרב פרישמאן שרייבט אז דער פארשער האט געהאט פארשידענע דאקומענטן, און אז פון די דאקומענטן זעט מען אז די לעגענדע אויף הרה"ק מקאצק אז ער איז געווען פארשפארט אין זיין צימער די לעצטע צוואנציג יאר פון זיין לעבן, איז נישט ריכטיג, ווייל מען זעט פון די דאקומענטן אז ער איז געווען אקטיוו ביז זיין לעצטן טאג. "די דאקומענטן העלפן אסאך צו מבטל זיין אגענדעס וואס די משכילים האבן פאבריצירט אויף די צדיקים", שרייבט ער.

און הרב פרישמאן, וואס אגב איתמחי גברא וקמיעא אלס קראנטער שרייבער, שרייבט דארט, אז ווען מען קוקט נישט אין די פארשידענע מעשה ביכלעך, זעט מען נישט קיין שום רמז אז דער קאצקער איז געווען פארשפארט אין זיינע לעצטע יארן. אין ספרי חסידות וואס זענען נתחבר געווארן דורך זיינע תלמידים, און אזוי אויך אין די כתבי החסידים וואס ברענגען דברי תורה וואס זיי האבן געהערט מפ"ק, זעט מען אז ער האט געפירט זיין הייליג הויף ווי אלעמאל ביז צו זיין הסתלקות ממש.

און ער ענדיגט צו ווי אזוי ער פארשטייט דעם אנגענומענעם לעגענדע, אז עס זענען געווען טויזנטער חסידים וועלכע פלעגן קומען איינקויפן תורה און עבודת ה' ביים קאצקער, און די ווערטער און הנהגה פונעם קאצקער האט אריינגעדרינגען אין אידישע הערצער. אבער עס זענען געווען אזעלכע וואס זענען געקומען צוליב דעם "מצב", און הרה"ק מקאצק, וואס איז געשטאנען מיילן ווייט פון חיצוניות און געציטערט דערפון, האט געהייסן זיינע משמשים אז מען זאל זיי נישט אריינלאזן ביז זיי וועלן צואווארטן א לענגערע תקופה כדי אויפצואווייזן אז זיי האלטן טאקע ביים קונה זיין תורה באמת מרצונם. ממילא, פאר די יעניגע מענטשן איז ער באמת געווען פארשפארט.

דערנאך פירט ער אויס אז עס איז מסתבר אז ווער זענען געווען די וואס האבן געשריבן די סיפורי מעשיות, די וואס עס האט פון זיי געפעלט יעצט א רבי. און ווען זיי האבן געשריבן לויט זייער בליק, פאר זיי איז באמת די טיר געווען פארשלאסן...

עד כאן תוכן דבריו און איך נעם נישט קיין אחריות.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

ר' צדוק הכהן
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ר' מאטעלע טשערנאבלער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאצקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך קאצקער »

שרייבער האט געשריבן:ער האט נישט אפגעלאזט, ער האט געוואוינט אין פראנקפורט האט ער נישט געקענט פירן ברבים
תלוי אין מחלוקת חסידים און זיין זוהן און מ"מ רבי צבי הירש
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
קאצקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך קאצקער »

יידל האט געשריבן:
אויס מענטש האט געשריבן:גיי ארויף אויף איינע פון דוד אסף'ס בלאגס וועסטו זעהן ווי מען פרעגט אים שטארק אפ זיינע פאקטן און מען ווייזט אים אויף כדברי הנ"ל
און ער דרייט דארט מיט די צונג
איך האב אדורך געטון די פר' פון בערניו פון אלטע בוכער און צייטונגען
נאך פאר איינער האט בכלל געשריבן דערפון
און איך זעה ווי ער האט גענומען א ליניע פון אנפאנג אן, צו מאכן דערפון א געבראטנס און ער פארהוילט זיך פון אסאך פאקטן
כדברי וועלכע נ"ל?
אדרבא! גיב אונז לינקס, זאג אונז וואס דו האסט געפונען פאלש און זיינע ביכער! טאקע ווייל ער איז נוטה לצד אחד דארף מען אים ליינען קריטיקעלי. אבער אים סתם אזוי אוועקמאכן בלויז ווייל ער זאגט נישט וואס מיר ווילן הערן? אגב, דער מהר"ם מ'רוטנבורג האט אויך געהאט א זון שנחמץ און אזוי אויך דער מאור ושמש. איך זע נישט עס זאל זיי האבן געשאדט.
אויס מענטש האט געשריבן: בנוגע זיין בוך בעצם איז א שוידער וואס ער שרייבט דארט, זיינע השגות אויף די פריערדיגע גדולי תלמידי הבעשה"ט איז אזוי ווי ער רעדט פון די היינטיגע כל העולם כולו ניקעס
טאקע א געפערליכע חוצפה. אבער ווי אויבנדערמאנט, אמת מעסט זיך נישט אין דעם שפראך אין וואס זי ווערט געזאגט.
שמעקעדיג האט געשריבן:יידל, נישט יעדער איז אין די מדריגה פון "תוכו אכל וקליפתו זרק", ליבערשט זאל מען נישט לייענען און נישט וויסן.
וואס טראכסטו? ס'איז א נקודה?
אודאי אזוי. כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...
האבעך געהערט א הוספה, מ'האט געמאכט א חרם פאר דו שוטים זאלן נישט אריינקוקן און פאר דו קלוגע זאלן טאקע מכח דו חרם יא אריינקוקן
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
קאצקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך קאצקער »

דולה ומשקה האט געשריבן:א. משה דער זוהן פון דער בעל התניא האט זיך גע'שמד'ט לנוצרות רח"ל, טייל זאגען סוף ימיו איז ער געווארען א בעל תשובה גמור א גאנצע ביכל שוין ארויסגעקומען אויף דו פרשה דורך חב"ד אויך דאכצעך א הערליך ניגון ע"י eughth day

ב. בער'ניו זוהן פון דער רוזינ'ער וואס האט אויך חתונה געהאט מיט שיינדל די טאכטער פון רבי מרדכי מטשערנאביל, דאס איז א פרשה בפני עצמה. וחזר בתשובה

ג. קלונימוס קלמן א זוהן פון דער 'באר מים חיים' וואס האט חתונה געהאט מיט יוכבד דער טאכטער פון דער אוהב ישראל מאפטא איז געווארען א אפיקורס גמור, צוליב דעם האט ער זיך שפעטער גע'גט פון איהר.

ד. יחזקאל א זוהן פון רבי אריה לייב מקוזמיר, און א תלמיד פון דער חוזה מלובלין, ער האט זיך געטויפט די גלויבן רח"ל, און אין סנאניסלאוו געוועהן באקאנט אלס איינער פון די גרעסטע משומדים.

ה. יעקב יוקל הורוויץ א זוהן פון רבי מענדל לינסקער, א ברידער פון רבי נפתלי מראפשיץ - ווען ער איז געוועהן אין בארדיטשוב איז ער געווארען צוגעצויגען צו די 'חברת בערלין', פון די נאכשלעפער פון משה דעסויער, זיין פאטער ר' מענדל לינסקער האט זיך זייער מצער געוועהן איבער דעם זוהן (אהל נפתלי סימן רכז). מאיר וונדר (מאורי גאליציה ח"ב עמוד 235) שרייבט אז ער איז געוועהן א רב אין בוליחוב, אבער שפעטער האט ער זיך גע'גט..., עכ"פ ימיו (דהיינו לא בחיי אביו) איז ער געווארען א בעל תשובה. אונטערעבאנט אז זיין זוהן ר' מענדל איז א זיידע פאר פילע רעבישע משפחות זאל נישט אויס גערעדט זיין

ו. נחום מרדכי טווערסקי (שפיקוב, ראוע-רוסקא) איידעם פון רבי יששכר דוב רוקח רב מעיר בעלזא, איז שוין באקאנט געווארען זיין לאנגע תוכן'פולע בריוו ואס ער האט געשריבן צו א צייטונג שרייבער, וואס דארט שרייבט ער זיין שנאה צו חסידות. יצחק מרדכי, אונטערעסאנט צי זעהן ווי דו בעלזע מאכן זיך נישט ציטוהן פין דו גאנצע פרשה

ז. זוהן פון רבי אייזיקל קאלוב'ער, מ'זאגט אז ער האט תשובה געטוהן סוף ימיו, אפשר פריער אויך, ווענדט זיך וועלכע גירסא איהר ליינט.
ח' שלמה מימון שריבט אז ער איז געווען א חסיד אויב איר ווילט גלייבן זיינע שקרים וה"ה יוסף פערל
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
twek123
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 3:07 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך twek123 »

ישבב הסופר האט געשריבן:כידוע כל זה רק מדברי חסידי חב"ד, שבסוף ימיו נעשה שיכור וכו'. בכתבי שאר החסידים אין זכר לפרט זה, רק שחלק על חבריו תלמידי המגיד והר"א הגדול מקרלין, ובית מדרשו היה בעיר קארלין.
בכתבה של ר' אביש שור, אנו מוצאים העתק דברי חתנו שמרבה לשבח את חותנו שהיה גאון עצום ומקובל גדול. לכן מסתבר להסיק שהרבה מהדברים שנאמרו נגדו, נמסרו לנו מאלו שהתנגדו לו, ובהחלט מסתבר שהיה פן אחר להר"ח מוואלפא ולכל הסיפור, ולא הגיע אלינו אלא הסיפור ממבט הצד שכנגדו. ואולם אגדת חסידי חב"ד אודותו אין לה סימוכין משום מקום אחר, וגם אינו מסתבר שחתנו יתהלל בחותנו שבסוף ימיו נעשה שיכור ידוע...
ראה כאן
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 8&pgnum=70
גם כאן הוא מוזכר בדרך כבוד ובהערצה - אע"פ שזה היה כבר מאוחר יותר
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... A4&pgnum=2

ר' דוד קמנצקי כתב עליו מאמר בקובץ ישורון, במאמרו "רבנים שנקרא שמם 'חיים' ". בו הוא דן על זהותו ונלחם על כבודו. [התגלע ריב בין רד"ק ובין רא"א שור, שלדברי רא"א שור, גנב רד"ק ממנו את התגלית של שמו של הוואלפער, רבי חיים, שלא נודע עד הנה. ורד"ק טוען היפוך הדברים.]
ראה המאסר הראשון on this subject
ספינקא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 5:59 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך ספינקא »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ר' מאטעלע טשערנאבלער.
קום אריין קלארער
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

קאצקער האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:
ה. יעקב יוקל הורוויץ א זוהן פון רבי מענדל לינסקער, א ברידער פון רבי נפתלי מראפשיץ - ווען ער איז געוועהן אין בארדיטשוב איז ער געווארען צוגעצויגען צו די 'חברת בערלין', פון די נאכשלעפער פון משה דעסויער, זיין פאטער ר' מענדל לינסקער האט זיך זייער מצער געוועהן איבער דעם זוהן (אהל נפתלי סימן רכז). מאיר וונדר (מאורי גאליציה ח"ב עמוד 235) שרייבט אז ער איז געוועהן א רב אין בוליחוב, אבער שפעטער האט ער זיך גע'גט..., עכ"פ ימיו (דהיינו לא בחיי אביו) איז ער געווארען א בעל תשובה. אונטערעבאנט אז זיין זוהן ר' מענדל איז א זיידע פאר פילע רעבישע משפחות זאל נישט אויס גערעדט זיין
אפשר מישט מען אויס מיט ר' יעקב יוקל הורוויץ בוליחובער רב דער פאטער פון ר' איציקל האמבורגער דער זיידע פון ר"נ מראפשיץ?
פארשפארט