ווי שוין אויפגעוויזן פריער, האט אים זיינע שטודיעס נישט געפירט צו די געפס, ער איז נישט איבערצייגט געווארן אדאנק סייענס, נאר פארקערט, זיין גלויבונג האט אים געפירט דערצו אז ער זאל אפירקראצן די פאר לעכער וואס סייענס פארמאגט נאך. ער איז עס אייגנטליך געהעריג מודה אז דאס האט אים אהינגעפירט. און אזוי ווי אלע נישט אויפריכטיגע אפאלאגעטער ניצן זיי דאס צו 'אפפרעגן עוועלוציע'. אבער ווי שוין מסביר געווען איז דאס בכלל נישט קיין אפפרעג.הקטן האט געשריבן:איך האב געמאכט אפאר קליינע טוישינגען כדי מי אני זאל נישט טועה זיין\פארדרייען וואס איך האלטזייער גוט אז דו האסט זיך בעסער אויסגעקלארט, אז דו וועסט שרייבן קלאר מתחילה וועט מען זיך נישט טועה זיין/פארדרייען דיינע ווערטער. כ'האלט נאכאלץ אז דו וועסט מוזן תשובה טון יו"כ אויף דעם אז פאר אפאר מינוט האט זיך געדאכט פארן עולם אז דו האסט געשריבן אז גלייבן אין גאט איז נאריש. אינטערסאנט אז בלויז מיטן אריינשטעלן אותיות פון אנפאנג האסטו דאס שוין פארמיטן. אז ס'איז אזוי גרינג געווען, איז דאך די טענה אסך שטערקער.הקטן האט געשריבן:ווען מען רעדט פין ביינער טשויס (איינס אדער די אנדערע) אדער ביידע קענען גיין צו זאמען קען מען רעדן פון צוויי באזינדער זאכן
א. עוועלאשאן מיט דיזיין -
כגון גיידעד עוועלאשען אדער שטעלן די חיקי הטבע אויפן פלאץ וואס דאס זאל ערמעגליכן דערנאך די עוועלאשען פראסעס.
אויף דעם זאגט מיכי אברהם אין לך דיזיין גדול מזה!!!
ב. עוועלאשען מיט גאט - (דאס איז אויך ציטיילט אין 3)
עוולאשען קען אלס אליין, און דארף בכלל נישט ציקימען צו קיין דיזיינער, נישט אויף צי גיידען, און אויך נישט אויף אהער שטעלן דעם עוועלאשען מאשין.
--א אבער דאך נעם איך אן דאס ס'איז דא א גאט. מכוח אנדערע פיליזאפישע וכד'
לדעתי לאזט דאס איבער עוועלאשען, אלס דער וועג פין וועלט באשאף, וואו א טערי וואס זוכט נאך א פראבלעם!!! אויב ס'איז ממלא דא א גאט.
--ב איך האב נישט קיין שום סיבה צו זאגן ס'איז דא א גאט אבער קען זיי ס'איז דא
די קען זיין סאיז דא, אלס א פאזישען, מאכט אזויפיל סענס וואו האלטן פין די Flying Spaghetti Monster אדער ראסעלס טשייניק
און איז נעריש...
--ג אל וואס איך זאג, ס'איז נישט קיין סתירה, איך ווייס נישט איין וועג אדער די אנדערע
איך טשיקען ארויס, איך נעם נישט קיין שטעלאנג - דאס איז א קאפאט ווייל ס'איז געשמאקער צו זיין א נער...
אבער אז מען רעדט שוין, האסט עס שיין צוטיילט אין צוויי חלקים, אבער דו לאזט אויס די דריטע אפציע פון בלינדע זייגערמאכער וואס אויף דעם פעלט בכלל נישט אויס קיין דעזיין, בעסער געזאגט עס ווערט דעזיינט, אבער אן קיין דעזיינער וואס האט א רצון.
נאך א הערה, אויף חלק ב, סיעף קטן א'. אויב גלייבט מען אין גאט הייסט נישט געזיכט פראבלעמען אויב נעמט מען אן עוועלוציע. נאך אלעם איז שווער פאר א בר דעת זיך אינגאנצן מתעלם צו זיין פון עווידענץ.
-----------
Molecular biologist Douglas D. Axe, Ph. D. איז געווארן איבער צייגט טאקע אדאנק סייענס. זיינע סטאדיס האט אים אן געפילט די gaps מיט וואס ער איז געווארן געפיטערט די אלע יארן און דאס וואס ער שרייבטנאך א פאקטאר איז, אז די בעסטע ראיה אז ס'איז דא א גאט אין די ערשטע פלאץ איז דאך די וואטשמעיקער ארגומענט. דאס פלעגט מען אלס ניצן, און עד היום איז דאס נאכאלת די שטערקסטע טאלקינג פוינט וואס די אפאלאגעטער ניצן. אויב אבער קען מען עס מסביר זיין מיט אלטארנאטיווער מהלכים, אז ס'איז א בלינדע זייגערמאכער, דאן פאלט אוועק די גאנצע ראיה. וואס די אפאלאגעטער וועלן טון איז וואס זיי האבן אלעמאל געטון. און דאס איז זיך ארויפכאפן און רייטן אויף די god of the gaps און שרייען אז אפאר זאכן פארשטייט מען נאכנישט,
“Darwin’s idea that life wanders from one variation to the next, never committing, always yielding to the blind force of natural selection…” is plainly incompatible with the facts of the exquisitely designed and optimized life forms we find all around us.
איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 16, 2023 12:44 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די נאר שטעלן די חוקי הטבע מעיקרא איז די זעלבע ״דיזיין״ וואס דו זעהסט אין, צב״ש, א גלאז פאלן, דורך די אוועקגעשטעלטע חוק הטבע פון גראוויטי, ווען דו לאזט דאס ארויס פון דיין האנט. נישט דאס איז וואס מ׳מיינט מיט ״דיזיין״ אין די קאנטעקסט. חוץ טאמער מיינסטו א סארט כלליות׳דיגע פּעילי׳ס ארגומענט פון דיזיין - נישט ID/אינטעלידזשענט ״דיזיין״. קענסט זאגן דאס איז דיזיין על הכלל אבער נישט אַן אקטיווע דיזיין על הפרט, וואס דאס איז דאך שיטת ID; די נושא דא. (אבער ווי @לעיקוואד האט שוין באמערקט טאנצטו פון טענה צו טענה.)הקטן האט געשריבן: ווען מען רעדט פין ביינער טשויס (איינס אדער די אנדערע) אדער ביידע קענען גיין צו זאמען קען מען רעדן פון צוויי באזינדער זאכן
א. עוועלאשאן מיט דיזיין -
כגון גיידעד עוועלאשען אדער שטעלן די חיקי הטבע אויפן פלאץ וואס דאס זאל ערמעגליכן דערנאך די עוועלאשען פראסעס.
אויף דעם זאגט מיכי אברהם אין לך דיזיין גדול מזה!!!
דאס לאזט איבער די זעלבע פראבלעם פונעם פריער-דערמאנטן טעאריע פון גראוויטי (וואס, ווי געזאגט, איז דאס אין פיזיקס די אנאלאג פון עוואלושאן אין ביאלאגיע): אויב ס׳איז ממילא דא א ג-ט, וואס דארף איך א טעאריע פון גראוויטי וואס זאגט מיר וויאזוי זאכן פאַלן/ווערן צוגעצויגן צו אנדערע מאסע?הקטן האט געשריבן:ב. עוועלאשען מיט גאט - (דאס איז אויך ציטיילט אין 3)
עוולאשען קען אלס אליין, און דארף בכלל נישט ציקימען צו קיין דיזיינער, נישט אויף צי גיידען, און אויך נישט אויף אהער שטעלן דעם עוועלאשען מאשין.
--א אבער דאך נעם איך אן דאס ס'איז דא א גאט. מכוח אנדערע פיליזאפישע וכד'
לדעתי לאזט דאס איבער עוועלאשען, אלס דער וועג פין וועלט באשאף, וואו א טערי וואס זוכט נאך א פראבלעם!!! אויב ס'איז ממלא דא א גאט.
דאס איז די זעלבע לעכערליך ווי דיין טענה דא: ווי דו זאגסט האט ער דאך אנדערע פילאזאפישע סיבות/הוכחות צו גלייבן און האלטן פון מציאות הא-ל און עס איז נישט תלוי צי עס זענען דא חוקי הטבע וואס פירן איר.
איה״נ. סתם א טענה פון ״קען זיין ס׳איז דא״ איז פשוט סוּפּערפלוּאָס, וכעין ווי לאַפּלאַס האט געזאגט ווען ער האט געשריבן איבער די פיזישע מעכאניזמס בהעולם, ״איך דארף נישט צוקומען צו די היפּאטעזיע.״ און אטע דאס איז דאך די טענה פון ראָסעל מיט זיין משל פונעם טשייניק.הקטן האט געשריבן:-- ב איך האב נישט קיין שום סיבה צו זאגן ס'איז דא א גאט אבער קען זיי ס'איז דא
די קען זיין סאיז דא, אלס א פאזישען, מאכט אזויפיל סענס וואו האלטן פין די Flying Spaghetti Monster אדער ראסעלס טשייניק
און איז נעריש..
לגבי מציאות הא-ל? אויסדרוקליך ניין. וואו איין פאזיציע והיפוכה זענען (לכאורה) אינהערענטלי נישט דעמאנסטרעטיוו וניתן להוכחה חותכת, און ביידע האבן די זעלבע שטארקע ראציאנאלע ראיות (שאינם חותכות) לצידם (איך גלייב אז אפילו דו וועסט בע״כ יענה אמן און מוזן מודה זיין אז גאר אסאך אטעאיסטן זענען חכמים מחוכמים און האבן דורכגעטוהן זייער אטעאיסטישע פאזיציע לראציאנאל מספיק), דאן איז דער מענטש גאר ווייט פון א נאַר טאמער ווען ער טוהט דורך ביידע צדדים איז ער אַגנאסטיק און קומט צו דאס אָנצונעמען אלס א ספק השקול.הקטן האט געשריבן:-- ג אל וואס איך זאג, ס'איז נישט קיין סתירה, איך ווייס נישט איין וועג אדער די אנדערע
איך טשיקען ארויס, איך נעם נישט קיין שטעלאנג - דאס איז א קאפאט ווייל ס'איז געשמאקער צו זיין א נער...
(יאָפּ, ווי איך האב פריער געשריבן איז די סארט בּיינערי שווארץ-אדער-ווייס טראכטן די האָלמאַרק פון א נאַר וואס איז נאכנישט צוגעקומען לחכמה. ווער ווייסט? אפשר איז גאר דיין כוונה אפצושוואכן אמונה ושמירת התורה אין די אויגן פון די ליינערס דא, וכדכתב הרס״ג אז א סיבה אז מענטשן לאזן אפ אמונה ותורה איז ווייל זיי זעהן די שוואכע טענות בעדה פון אירע אָנהענגערס.)
ועוד יותר, דאס איז דאך אָלטימעטלי תכלית הידיעה שנדע שלא נדע (וואס דער נפוצות יהודה בדרוש ט זאגט אז דאס גייט ארויף אויף ידיעה בכלליות ועפ״י סקראט, ובפרט אין די מעטאפיזישע סארט עניני אלהיות; נישט נאר אין וויסן ס׳איז דא א ג-ט נאר נישט וויסן בתוארים בו). ואפילו אויף די עצם עקזיסטענץ און זאגן א פּאזיטיוון ענטפער אויף די פּראַפּאַזישאן, טענה איך אין די אשכול (בפרט לפי דרכו של הרמב״ם) אז א חכם באדארף צוצוקומען לההכרה אז מ׳קען דאס פשוט נישט טוהן דערויף; נישט ״יא״ און נישט ״ניין״. דאס איז אָלטימעטלי קאָלעפּסיבּל צו, ובעצם דאס זעלבע ווי, נישט נעמען א שטעלונג - וויבאלד מ׳קען נישט נעמען אין דעם א שטעלונג; אויב קענסטו דאס נישט מגדיר זיין מכל וכל אלס ״לא נדע״, קענסטו נישט דן זיין דערויף בכגון זה וכעין כמו שהבאתי שם ממה שטען דר. רודאלף קאַרנאַפּ.
וואס בלייבט יא איבער איז אז מ׳קען זאגן אז די שטעלונג וואס מ׳דארף יא נעמען איז לגבי קיום התורה בפועל ובמעשה און ״כאילו״ ס׳איז דא דיין סארט אַנטראָפּאָמאָרפישע ג-ט. ״פארוואס?״ איז שוין א שמועס פאר זיך און וואס איך דערמאן אינעם אשכול שציינתי. אין אנדערע ווערטער, לגבי וואו ס׳איז שייך נפק״מ אויף למעשה בפעולה נעמט מען א פאזיציע. דאס מיינט נישט אז ער נעמט דייקא א פאזיציע פון זיכערקייט אויף די שאלה התלוי בדעת.
נ.ב. איך בין נישט @להזהיר גדול על הקטן. נישט אז בין דערקעגן כמובן. עם עקש תתפל און מיט זיין שטעכעדיגע פּאלעמישע לשון.
איך האב נאר די איינע ניק פון ״מי אני״. עס פעהלט מיר נישט אויס מער.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 16, 2023 12:44 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
אפשען ב רעדט פין דעם בלינדען זייגער מאכער, אן אים געבן דעם נאמען. דהינו עוועלאשען אינגאנצען אליין.אבער אז מען רעדט שוין, האסט עס שיין צוטיילט אין צוויי חלקים, אבער דו לאזט אויס די דריטע אפציע פון בלינדע זייגערמאכער וואס אויף דעם פעלט בכלל נישט אויס קיין דעזיין, בעסער געזאגט עס ווערט דעזיינט, אבער אן קיין דעזיינער וואס האט א רצון.
איך בין נאר מסביר וואו אזוי דאס איז בעצם נישט קיין סתירה צו גאט.
ס'איז נישט דא אדער דארט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דא און דא האב איך ארומגערעדט איבער דעם געדאנק פון די סטענדערד דיוויעישאן אין סטאטיסטיקס ביי דעם נארמאלע דיסטריבּיושאן. פאלגענד איז א הומאראס נארמאלע דיסטריבּיושאן וואס איך האב געזעהן בנוגע חכמה:
דאס האט מיר געמאכט טראכטן אז ביי חכמה וואס מ׳האט וואס איז נאר איין פאזיטיווע סטענדערד דיוויעישאן אוועק פונעם עוורידזש, דאן האט מען גענוג חכמה צו פארשטיין וואס ס׳פעהלט אלס דעם מענטש און אנערקענען דעם שפלות עצמו, אבער נישט גענוג חכמה צו למעשה זיין עקסעלענט. און דאס ברענגט דעם (קהלת א חי) כי ברב חכמה רב כעס ויוסיף דעת יוסיף מכאוב. וואס מ׳האפט אויף איז צו זיין (כאטש) צוויי פּאזיטיווע סטענדערד דיוויעישאנס אוועק פונעם עוורידזש, וואס דאן איז שוין מער שלימות. ובזה אפשר לרמז אז די שפעטערע פסוק בקהלת זאגט, (שם ד ט) טובים השנים מן האחד: לגבי חכמה איז בעסער צו זיין צוויי פּאזיטיווע סטענדערד דיוויעישאנס אוועק פונעם עוורידזש ווי איידער איינס.
וברמז בפסוק זה ובענין חכמה והיפיכה האב איך אויך געקלערט אז מ׳קען מרמז זיין בזה דאס וואס שרולי גרין זינגט. והיינו, ער צייגט אז אין דאס אידישע קאלאָקוויעל שפראך ווען מ׳זאגט ״גוט משוגע״ האט דאס א נעגאטיווע קאנאָטעישאן, משא״כ ווען מ׳איז דאס מהפך און מ׳זאגט ״משוגע גוט״ האט דאס א פּאזיטיווע קאנאָטעישאן. ולכן אפשר לומר אז די פסוק דא איז מרמז אז ״טובים השנים״, והיינו די ״גוט״ [״טובים״] דארף זיין די צווייטע [״השנים״] ווארט [״משוגע גוט״] ווי איידער דאס ערשטע [מן האחד; ״גוט משוגע״]…
איך האף אז די טייטש איז ״משוגע גוט״ ווי איידער ״גוט משוגע״…
וברמז בפסוק זה ובענין חכמה והיפיכה האב איך אויך געקלערט אז מ׳קען מרמז זיין בזה דאס וואס שרולי גרין זינגט. והיינו, ער צייגט אז אין דאס אידישע קאלאָקוויעל שפראך ווען מ׳זאגט ״גוט משוגע״ האט דאס א נעגאטיווע קאנאָטעישאן, משא״כ ווען מ׳איז דאס מהפך און מ׳זאגט ״משוגע גוט״ האט דאס א פּאזיטיווע קאנאָטעישאן. ולכן אפשר לומר אז די פסוק דא איז מרמז אז ״טובים השנים״, והיינו די ״גוט״ [״טובים״] דארף זיין די צווייטע [״השנים״] ווארט [״משוגע גוט״] ווי איידער דאס ערשטע [מן האחד; ״גוט משוגע״]…
איך האף אז די טייטש איז ״משוגע גוט״ ווי איידער ״גוט משוגע״…
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
די וואך געזען א קדושת לוי געברענגט אין אש השבת, נישט נאכגעקוקט אינעווייניג - אז מקען טאקע שפירן די אור פון שבת אדער א געוויסע יום טוב אינמיטן די וואך אויב טוט מען פעולות פון שבת אדער יענעם יום טוב. סתם פאר אינטרעסאנטקייטשמן למאור האט געשריבן:זאג דיר מיר, וואס איז מער מסתבר, אז מען קען שפירן די זעלבע קדושת שבת אינדערוואכן פינקט ווי שב"ק. ; אדער אז שבת שפירט מען אויך נאר די זעלבע איינגערעדטע געפילן וואס מען קען שפירן אינדערוואכן אויב וויל מען זיך נאר אריינלייגן אין דעם זעלבן מצב?ערנסטגערעדט האט געשריבן:בנוגע די קדושת שבת אינדערוואכן אפשר קען מען זיך טאקע קאנעקטן צו א קדושת שבת אינמיטן די וואך פון וואנעט ווייסט אז נישטשמן למאור האט געשריבן: כ'האף אז די ארגינעלע ארטיקל האסטו כאטש יא געליינט. איך מאך נישט קיין הנחה אז 'אלעס' וואס אידישקייט פארקויפט איז שטותים, וואס איך ברענגט יא ארויס, איז אז 'אסאך' זאכן זענען יא בעלאוני. און אפילו בלויז די זאכן קען מאכן נישט גוט אויפן הארצן, א שטייגער ווי געוואויר צו ווערן אז די גאנצע זוהר קומט לאו דווקא פון רשב''י. וואס פעלט אויס צו וויסן די אמת...? איז נישט בעסער זיך איינצורעדן אז עס קומט יא פון רשב"י?
די מעשה מיט די בגדי שבת האב איך קלאר געשריבן אז כ'האב דאס אויספראבירט! (מיי גאש, האסטו געליינט דעם ארטיקל?) איך פלעג מיינען אז נאר אידן 'שפירן' קדושת שבת, און נאר אויף שבת קודש... ווייל נאר דעמאלטס איז דאך דא קדושת שבת... ס'איז נישט געשמאק געווען ווען מיין באבל האט געקראכט. אז מען זעט ווי דער גוי 'שפירט' די זעלבע הייליגער גייסט אין תיפלה ווי דיר אין ביהמ"ד, דאן ווייסטו שוין ווי אמת די געפילן זענען.
בנוגע וואס דער גוי שפירט ווייסעך נישט, ווער זאגט סאיז די זעלביגע און אויב יא? ער איז זיך מדבק אין יאשקע און אונז אינעם בורא, מטאנצט ביי אשר בחר בנו מיט א קאך אנו עמלים והם עמלים ווער זאגט אז די געפיל איז טאקע אנדערש? אויב גלייבט מען אין קדושה דארף מען דאך גלייבן אין טומאה אויך
ווער זאגט סאיז טאקע דא א חילוק???
מען קען גלייבן אין קדושה און אין טומאה, אבער גלייבן אז מען 'שפירט' עס, איז שוין א צווייטע שטאפל...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
שאלתיאל האט געשריבן:@שמן למאור, שטארק! דער זעלבע תמיהה האט מיר געעגבערט יארן לאנג. דער פראבלעם ווערט נאך שווערער ווען מען טראכט אריין וואס מען פארדינט מיטן טראכטן ראציאנאל, אפילו נאך יארן לאנג אריינטראכטן איז מען נאכאלץ נישט פארזיכערט אז מען וועט אנקומען צום אמת. אין פאקט וועט דיין חבר אנקומען צו אן אנדערע מסקנא און דו אליין וועסט עטליכע יארן שפעטער אנקומען צו אן אנדערע מיינונג, ווען אויפן וועג פארלירט מען די תמימות, דער לויטערקייט און חיות, אין דער צייט וואס מיין חבר דינט דעם באשעפער מיט אמונה פשוטה מיט א פלאם פייער. אבער פארמאכן דעם קאפ און נישט טראכטן איז דאך אויך נישט קיין אפציע.
(נאכמער, עס איז באוואוסט וואס מען זאגט - דאכט זיך מיר אין נאמען פון ר' יונתן אייבשיץ - אויף די אנוסי ספרד אז די 'אמונה פשוטה' מענטשן האבן זיך אריינגעווארפן אין פייער אויף קידוש השם בעת די 'קלוגע ראצינאלע' חברה האבן זיך מערסטנס גע'שמד'ט.) טעות: געברענגט אין א ביאור פון בני יששכר בשם רבי יוסף יעבץ.
דאס איז וואס אדנירם האט געשריבן אין אן אנדערע אשכול און איך האב זיך שטארק אידענטיפיצירט מיט זיינע ווערטער:
אדנירם האט געשריבן:כלפי מה דברים אמורים?
@קאווע טרינקער האט געעפנט זייער א בייסיגער אשכול. א נושא וואס ציפט יעדן רעכטדענקנדן [תרתי משמע] מענטש'ס געוויסנביסן. א זאך וואס שאקלט אויף די סדרי בראשית. א טענה וואס שרייט זיך ארויס מתהומות נשיה: וואס ווילסטו גאט? מיר זוכן דיר צו פארשטיין, כדי צו זיין א מותר האדם מן הבהמה, און נאך מ'ווערט אן אדם - הייבן זיך אן די ספיקות. אלא מאי ווילסטו מיר זאלן זיין בהמות און עסן שיריים מיט א ברען?!
דאס איז די מאנענדע קשיא, די תירוץ ווידער איז נישט צום זאך [כאטש ווי כמעט אייביג, איז דא עפעס א נקודה שיש להוציא, ואכמ"ל], וכמו שהפריך בקדשו @פארוואס? ו@הוגה, ובדומה להם בעל המורה - @מיימון.
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
אזוי געטראכט א לאנגע צייט, ס'האט מיר אלס געבאדערט ווי מינע חברים לעבן זיך א חיים טובים און איך דריי זיך ארום מיט ספקות וואס מליבא לפומא לא גליא ביז כ'האב געזען א טייער ווארט פון מו"ר השרף מקאצק זי"ע צו א תלמיד וואס האט זיך אפגערעדט אויף אט דאס טאקע, "יוסף דעת יוסף מכאוב - וויי טוהן זאל וויי טוהן אבער קלוג זאל מען זיין" (ציטירט פון זכרון)ברוינשטיין האט געשריבן:אין קארצן: יא, ס'איז געשמאקער צו זיין א נאר.
ביסט אין פאסטקע.
Make the best out of it.
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
ידוע פון רבי ר' בונם "אז מ'וועט מיר נעמען אין גיהנום און דער נאר אין גן עדן העלעך איהם זאגן נאר בלייבט נאר און כ'בין דיר נישט מקנא!יאסל ראקאווער האט געשריבן:ברוינשטיין האט געשריבן:דאס אז ער איז נישט גרייט צו ווערן אויס קלוג מיינט נאכנישט אז ער האט א גוטע לעבן.יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'איז געזונטער/געשמאקער און א גוטע טשויס צו זיין א נאר ווי א האלבע חכם. אבער א גאנצע חכם וועט אוועק ווארפן כל הון דעלמה ווי איידער צוריק אריינצוגיין אין פיש טאנק און אוועק ווארפן זיין חכמה.
א געזונטע פאר פוס אבער אין תפיסה א גאנץ לעבן איז נישט בעסער ווי די טויט. זיכער נישט בעסער ווי לעבעדיג אין א ווילטשעיר. אוודאי textual מיט פיס איז עס מער געזונטער אבער מ'דארף זיין א גאר גרויסע נאר צו זאגן אז דאס איז א בעסערע לעבן ַַ
אז מרעדט שוין.. דאס איז אמאל זיכער גאט וויל נישט עובדי השם נאראנים. ווען יא נעמט ער אוועק אונזער שכל.
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
דער חכם מכל אדם האט דיר שוין מקדים געוועזן - יתרון החכם מן הסכל כיתרון האור מן החושך נישט ווייל זיין לעבן גייט איהם בעסער נאר ווייל החכם עניו בראשו והכסיל בחושך יהלך ודו"קשמן למאור האט געשריבן:ווי מער דו ביסט מאריך, אלס שווערער איז מיר צו כאפן וואס דיין פראבלעם איז,סאנטיאגא האט געשריבן:
די נקודה דא איז איין זאך, זיך צו פארמאכן די קאפ און נישט ווילן אנפילן די קאפ מיט ידיעות און וויסנשאפט, קען אפשר זיין געשמאקער, עס וועט מעגליך לאזן דיינע אלע הנחות קדומות אין פלאץ, און וועט נישט שטעלן דיין גאנצע לעבנסשטייגער אונטער א פראגע צייכן, וועסט קענען ווייטער זיך האלטן מיט די קאפ אין דער הייך אז איך בין גערעכט מיט מיין מהלך החיים
אבער פון די אנדערע זייט וועט די מוח זיך נישט לאזן טרעטן, און וועט פאדערן דאס זייניגע, ער וועט שטרעבן פארן אמת, און שטענדיג גלוסטן אויפריכטיגקייט אהן קיין נגיעות.
ביזט גערעכט אז די טוירם "זיין א נאר" איז אפשר נישט גוט ארויסגעברענגט די נקודה, ווייל א נאר איז אזוי געבוירן און קען נישט טוישן זיין שיקזאל, אפשר וואלט די קעפל געדארפט זיין:
"איז נישט געשמאקער ארויסצובלאקן ידיעות וואס קענען פאטענציאל שטעלן מיינע הנחות קדומות אונטער א פראגע צייכן"
אזוי ווי די משל פון די קדמות הזוהר,
איינער וואס זעט אזא קעפל האט צוויי אפציעס, אדער זאגן צו זיך, "איך ליין נישט אזא אשכול"!! אלע מיינע רביס/מחנכים/עלטערן און יעדער ארום מיר, האבן אנגענומען אז רשב"י אליינס האט אלעס געשריבן, איך וויל נישט ליינען אזא כפירה'דיגע מאמר וואס קען מעגליך טוישן מיין קאך און מיין הרגש דקדושה וואס איך האב צום זוהר הקדוש,
אבער פון די אנדערע זייט נודזשעט די מוח, קוק אויף די פאקטן! זע וואס יענער שרייבט! עס איז נאריש צו זיין איינגערעדט אז א ספר פון ליאן קומט גאר פון רשב"י, ווילסטו דען לעבן אין א געשמאקע טעות איידער ווי א פיינפולע אמת?
אפשר איז לעבן אין די טונקלקייט געשמאקער, אבער לעבן מיט די פאקטן איז מער ריכטיג, און ריכטיגקייט קומט פאר אלעס.
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
יש לחלק בין חוש מיוחד לאונגארשע באבע וז"פסאנטיאגא האט געשריבן:פון א פילם האסטו שוין אמאל געהערט? ס'איז פארהאן עקטערס וואס שפירן באמת וואו זיי האבן פארלוירן א קינד אזש ביז געשטיקטע טרערן אפילו אויב ס'איז נאר געשפילט...פאר'ן דאווענען האט געשריבן:וואו האסטו געליינט די מעשה? איך זיך שוין די מקור דערצו א לענגערע צייט.עצי שטים האט געשריבן: ביז איך האב געליינט אט די מעשה,
אמאל זענען די חסידים פון ר' מענדעלע רימינווער זיך צוזאמגענימען פאר א וויכטיגע מיטינג, און ארויפגעברענגט א שטארקע שאלה, מיר שוועבן אלע פרייטאג צינאכטס אין די עולמות העליונים, מיר שפירן קלאר דעם הייליגן לעכטיגן קדישת שבת, מען שפירט ווי די נפש און די רוח מיטן נשמה יתירה מאכן זיך באקוועם אינעם וואכנדיגן גוף, אין ברענגען אריין מיט זיך דעם הייליגן שבת גייסט.. אבער.. איין מינוט!! אפשר איז דאס אלעס דמיון...? אפשר לעבן אונז אינטער א פאנטאזיע, און אונז זענען גארנישט אנדערש ווי די מענטשן אינעם משיגאים הויז וואס שפירן אויך ווי די רוחות שפאצירן אריין אין זיי...
האט מען מחליט געווען, מען גייט מאכן א פראבע, מען וועט איבערדעקן די ביה"מ מיט די ווייסע טישטעכער, מען וועט אנטון די שטריימל אין בעקיטשע, אנהייבן מיט א ברען הודו, דערנאך מנחה מיטן ערב שבת'דיגער נוסח, און דאן וועט מען מיט א ברען אנהייבן קבלת שבת מיטן לכה דודי, און ונראה מה יהיה...
אומר ועושה מען האט זיך אנגעגרייט צום פראבע, און אין א גרינעם דינסטאג האבן די חסידים געפראוועט דעם הייליגן תפילות פון שבת קודש....און... יא!! זיי האבן אלע "געשפירט" דעם קדישת שבת פינקט ווי זיי פלעגן "שפירן" יעדע שבת!!!
מיט א טרויער זענען זיי אריין צום רבין און פארגעלייגן זייערע טענות, הלמאי די גאנצע זאך איז פיסטע איינרעדענישן, מען קען שפירן "קדישת שבת" און די וואכן אויך,
האט זיי די רבי געזאגט, זארגט ענק נישט, די בגדי שבת האבן א כח אריינצוברענגען די קדישת שבת אפילו אינמיטן די וואך!!!!!
עס איז אביסל שווער צו גלייבן די מעשה, ווייל למעשה האבן דאך די מענטשן געוויסט טיף אין הארצן אז ס'איז נישט שבת. איז מיר אביסל שווער צו גלייבן אז זיי האבן טאקע געשפירט. משא"כ דיין חבר בערל, ער האט באמת געמיינט אז ער האט געהאט כשרע תפילין, האט ער טאקע געקענט שפירן.
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
די וועלט זאגט אז א חכם ההיסט "תלמיד" חכם ווייל ער ווייסט אז ער'ז קיינמאל נישט קיין מושלםמי אני האט געשריבן:אריסטו האט געזאגט:סאנטיאגא האט געשריבן:גוט געפרעגט. קענסט נעמען א אייקיו טעסט, קענסט דיך לערנען בעסיק לאגיק און זעהן צו דיין שכל פאלגט נאך די רולס אף לאגיק, נאטירליך צו נישט (וואס מיינסטו טוה איך דא? איך פרעקטיס:)היסטאריע האט געשריבן:אויף די עיקר שאלה, איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?
פרעג איך, ווער זאגט דו ביסט נישט?
און בכלל אלע מגיבים וואס רעדן וועגן דער טיפש, פין ווי איז דער זיכערהייט אז מען איז נישט א טיפש אליין?
און while משוגע האט נישט קיין שיעור ווי די וועלט זאגט, האט קלוגשאפט יא. אזוי פארשטיי איך. דאס מיינט אוודאי נישט אז א קלוגע מענטש קען קיינמאל נישט זיין סטופיד, און אז א נאר קען קיינמאל נישט זאגן א גוטס...
@מי אני בעק מיך אויף דא מיט עפעס אן אריסטאטאליען quote
Knowing yourself is the beginning of all wisdom
אבער מער קלארער לגבי די שאלה דא וואלט געווען די מימרא מסקראט (רבו של רבו אפלטון) המובא בחתימתי: "אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט [אחוץ דעם עצם פאקט]". והיינו, אז אט דאס טאקע איז א סימן של חכמה: די עפּיסטעמיק יוּמיליטי וענווה פונעם אנערקענונג אז מ'איז שוין גארנישט אזא חכם ווי מ'האט אלס געמיינט וכו'. אט די אנערקענונג פון "אפשר בין איך גאר א טיפש" איז שוין א סימן לחכמה.
דא הא'מיר אראפגעברענגט ציטאטן פון אלכסנדר דומא און איינשטיין איבער די אינפיניטוד פון מענטשליכע סטוּפּידיטי.
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
אין אנדערע ווערטער - אז ס'איז דא א ג-ט ווייס איך שוין אבער מה"ת אז ער איז עס טאקע, דאס איז אלוקי אבותינו כידוע מספה"קקהל'ס נער האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון בען'ענען זאגט ער אויך אז כאטש זיין אמונה איז באזירט אויף לאגיק דארף ער נאך אלץ א leap of faith, ממש ווי די בעש"ט האט געזאגט "נאך אלעם בין איך א נער און איך גלייב"
לכאורה, מיינט ער דעיס צי זאגן (ער זאגט נישט ביז ווי איז לאגיק און ווי הייבט זיך אן זיין אמונה פשיטה, מילא וועל איך זאגן וואס איך האלט), אז ס'דא א בורא עולם איז לאגיק, ווייל א וועלט באשאפט זיך נישט אליין, אבער אז דער בורא האט געגעבען די תורה דא דארף מען שוין אמונה פשוטה.
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
שפינאזע אין זיין עטיקס (מאמר ה) שרייבט לגבי (קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב:
PROP. XVII. Desire arising from the true knowledge of good and evil, in so far as such knowledge is concerned with what is contingent, can be controlled far more easily still, than desire for things that are present
Note. — I think I have now shown the reason, why men are moved by opinion more readily than by true reason, why it is that the true knowledge of good and evil stirs up conflicts in the soul, and often yields to every kind of passion. This state of things gave rise to the exclamation of the poet:
The better path I gaze at and approve
The worse — I follow
Ecclesiastes seems to have had the same thought in his mind, when he says, "He who increaseth knowledge increaseth sorrow." I have not written the above with the object of drawing the conclusion, that ignorance is more excellent than knowledge, or that a wise man is on a par with a fool in controlling his emotions, but because it is necessary to know the power and the infirmity of our nature, before we can determine what reason can do in restraining the emotions, and what is beyond her power
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער משכיל דר. שלמה רובין שרייבט אין זיין ״תהלת הכסילים״ (וועלכע איז געמאדעלט אויף ערעסמוס׳ ווערק), וואו ער ברענגט ארויס סאטיריש (ועפ״י חכמה…) ווי עס איז געשמאקער צו זיין א נאַר וכסיל, א פּעראדי פון מזמור א בתהלים:
ולגבי דעם אז די קלוגע האבן ווייניגער קינדער, שרייבט ער:לַמְנַצֵּחַ עַל-שִׁגְיֹנוֹת
אַשְׁרֵי הָאִישׁ אֲשֶׁר לֹא הָלַךְ בַּעֲצַת חֲכָמִים וּבְדֶרֶךְ מַשְׂכִּילִים לֹא עָמָד וּבְשֶׁבֶת תַּחְכְּמֹנִי לֹא יָשָּב: כִּי אִם בְּסִכְלוּת חֶפְצוֹ וּבִפְתַיוּת יֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה: וְהָיָה כַּכְּסִיל זָרוּעַ בִּמְרוֹמֵי שָׁמָיִם אֲשֶׁר קִנּוֹ יָשִׂים בֵּין כּוֹכָבִים וְאוֹרֵהוּ לֹא יֶחְשָׂךְ וְכֹל אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה יַצְלִיחַ: לֹא-כֵן הַחֲכָמִים כִּי אִם כֶּעָלֶה נִדָּף לְכָל-רוּחֲ: עַל-כֵּן לֹא-יָקֻמוּ חֲכָמִים בִּקְהַל פְּתָאִים וּמַשְׂכִּילִים בַּעֲדַת אֱוִילִים: כִּי שֹמֵר פְּתָאִים ה' וֶאֱוִילִים לֹא-יִתְעוּ וְדֶרֶךְ חֲכָמִים אַךְ כִּמְסוּכַת חֶדֶק סֶּלָה:
הסכלות היא מקור כל דרך ארץ בשלום ובמלחמה. והחכם סוקראט בעצמו הודה ואמר, הרוצה לעסוק בדרך ארץ יתרחק מכל חכמה, ובאשר הוא חשק בחכמה ע“כ התרחק מן העולם ושתה סם המות – כי, נאום הסכלות, מלכים ימלוכו ושרים ישורו וימשלו כל מגיני ארץ, כי החכמים לא יכונו על כסאם בל ימוט, וכתר נבונים נוד יתנודד בראשם כהנוע מוחם בקדקדם, שכן מצינו בכל חכמי יון ורומי בהגיעם למלכות הסבו הפסד ונזק גדול למדינה, מן האחים גראקכוס עד קאטון ועד ציצערון – ומאשר יקרו בָנַי בעיני האלקים, על כן נוהג הא-ל בחסדו כל דור, כי לחכמים יולדו בנים סכלים, כמו הקיסר הרומי הפילוסופי אנטוניוס וציצערון וסוקראט ורבים כמוהם שהיו להם בנים כסילים, לבל יחרב העולם ח”ו אשר לא לתוהו נברא, כי החכם הוא פרוש מדרך ארץ המלאה סכלות ושטות שאין לו חלק בה, וכרחוק חכמה מסכלות כן גס ועב המסך המבדיל בין החכם ובין העולם, הראשון אינו עושה ואינו אוכל, והשני עושה ואוכל או אוכל ואינו עושה, וחברת החכם למשא כבד לעם הארץ, בלי דעת מה יעשה עם פניו הנזעמים ועם בטוי שפתיו, כאשר יפתח פיהו בחכמה בקרב המסובים על שלחן העולם.
מצינו שאמרו מיום שחרב בית המקדש נתנה נבואה לשוטים (ב“ב יב:) ושם נאמר משחרב בית המקדש נטלה נבואה וניתנה לחכמים, הרי שאין בין שוטים לחכמים אלא השם בלבד.
החכם עקר ואינו מוליד, ואם יוליד יקש בלדתו וילד קש. “וכסיל מתעבר” (משלי יד טז) ופרה ורבה כדגים, עד שנודע הפתגם מחכם אחד: כל העולם כלו אינו אלא בית-כסילים גדול.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 198
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
- האט שוין געלייקט: 460 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
Re: איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?
איך גלייב דיין חבר איז גערעכט, ווייל אויב ער איז נישט גרייט צו לעבן אין איינקלאנג מיט די חכמה וואס ער קען זיך עררייכן, וועט עס אים סתם נאגן ביים הארץ טאג און נאכט.שמן למאור האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 22, 2022 2:34 am איי איי איי... ס'געווען אמאל גוטע צייטן.. פאר די קעפעלע מיינע האט זיך געעפנט, פאר איך בין קאליע געווארן פון די אינטערנעט, פאר איך האב מיך אויפגעקלערט מיט קאווע שטיבל ארטיקלען... איי איי איי, די דאווענען האט געהאט א טעם, מען האט געשפירט קדישת שבת, יעדע מצוה וואס איך האב געטון, האב איך ממש געפילט ווי די באשעפער שטייט נעבן מיר מיט די גאנצע פמליא של מעלה, און שעפן פיל נחת און תענוג פון מיר, און שלינגען מיט דורשט יעדעס ווארט פונעם דאווענען וואס קומט נאר ארויס פון מיין מויל...
אוי ווי גוט איז צו זיין א נאר, א פארמאכטע קאפ צו פארמאגן, נישט צו וויסן די אמת, און צו גלייבן אלעס וואס די רבי און מגיד שיעור פארקויפן,
און ווי ביטער איז די אמת, די טריקענע פאקטן וואס שמייסען אין פנים אריין ווי די ציצית פונעם זיידעס טלית
אלס בחור פלעג איך שפירן קדישת שבת יעדע וואך!! יא ממש אזוי!!! איך פלעג מיך פארגלייזן די אויגן ביי בואי בשלום, און שטיין פאר'דבק'עט ביז נאך די קאכעדיגע מזמור שיר ליום השבת, ווי איך פלעג זיך ווארפן ווי א שלאנג געביסענער מחמת גודל הקדושה וואס מיין קליינער גוף האט קוים געקענט פארנעמען, מיינע פארמאכטע אויגן האבן געזען גרויסע אורות וואס נישט יעדער איז זוכה צו זען.. בקיצור א הייליגע בחור....
ביז איך האב געליינט אט די מעשה,
אמאל זענען די חסידים פון ר' מענדעלע רימינווער זיך צוזאמגענימען פאר א וויכטיגע מיטינג, און ארויפגעברענגט א שטארקע שאלה, מיר שוועבן אלע פרייטאג צינאכטס אין די עולמות העליונים, מיר שפירן קלאר דעם הייליגן לעכטיגן קדישת שבת, מען שפירט ווי די נפש און די רוח מיטן נשמה יתירה מאכן זיך באקוועם אינעם וואכנדיגן גוף, אין ברענגען אריין מיט זיך דעם הייליגן שבת גייסט.. אבער.. איין מינוט!! אפשר איז דאס אלעס דמיון...? אפשר לעבן אונז אינטער א פאנטאזיע, און אונז זענען גארנישט אנדערש ווי די מענטשן אינעם משיגאים הויז וואס שפירן אויך ווי די רוחות שפאצירן אריין אין זיי...
האט מען מחליט געווען, מען גייט מאכן א פראבע, מען וועט איבערדעקן די ביה"מ מיט די ווייסע טישטעכער, מען וועט אנטון די שטריימל אין בעקיטשע, אנהייבן מיט א ברען הודו, דערנאך מנחה מיטן ערב שבת'דיגער נוסח, און דאן וועט מען מיט א ברען אנהייבן קבלת שבת מיטן לכה דודי, און ונראה מה יהיה...
אומר ועושה מען האט זיך אנגעגרייט צום פראבע, און אין א גרינעם דינסטאג האבן די חסידים געפראוועט דעם הייליגן תפילות פון שבת קודש....און... יא!! זיי האבן אלע "געשפירט" דעם קדישת שבת פינקט ווי זיי פלעגן "שפירן" יעדע שבת!!!
מיט א טרויער זענען זיי אריין צום רבין און פארגעלייגן זייערע טענות, הלמאי די גאנצע זאך איז פיסטע איינרעדענישן, מען קען שפירן "קדישת שבת" און די וואכן אויך,
האט זיי די רבי געזאגט, זארגט ענק נישט, די בגדי שבת האבן א כח אריינצוברענגען די קדישת שבת אפילו אינמיטן די וואך!!!!!
האבן זיי טאקע אפגעקויפט דעם תריץ פון זייער רבין?? איין באשעפער ווייסט, אבער איך האב מחליט געווען צו מאכן די פראבע מיט בגדי חול!!! וואס וועט זיין די תריץ דעמאלסט?
טא מעיק א קורצע מעשה לאנג, האב איך מיך געטראפן א שטילע ווינקעלע אינמיטן וואך, איך האב מיך פארגלייזט די אויגן פינקט ווי שבת קודש און געזינגען און געטאנצען פינקט ווי שבת און.. יא! איך האב אויך געשפירט...
איך פלעג קוקן מיט קנאה ווי מיין חבר בערל לייגט תפילין מיט אזא קאך, ער שפירט ביי יעדע דריי פונעם רציעה אז ער בינדט זיך מער און מער אהן אינעם באשעפער מיט א קשר חזק מאוד, וויפול איך האב נאר פראבירט זיך צו שטיפן, בין איך נישט אנגעקומען צום מדריגה פון מיין חבר בערל...
ביז איין טאג איז ער מיר געקומען פארציילן אז ער האט בודק געווען זיינע תפילין... און עס איז געווען פסול, איך קען ענק נישט מסביר זיין די שמחה וואס איך האב דאן געשפירט, די נצחון האט מיר כמעט צידרייט געמאכט! ער איז א שטיק חוזק, ער שפירט א קדישה אין א פשוטע שטיק לעדער.. ער פאנטעזירט!! וואס ער האט געשפירט ווייס איך נישט, אבער קדישת התפילין זיכער נישט!!
עס האט מיר גענימען צייט צו כאפן אז איך מיט מיינע כשרע תפילין בין די זעלבע אנגערעטע נאר...
אן ענדליכע מעשה האב איך געהאט בשעת'ן ברענען אינעם קדישת הסוכה, ביז איך האב געכאפט אז די שלאק איז נאך העכערן סכך...
עס האט מיר גענימען אסאך גלגולים און מיטמאכענישן זיך אויפציוועקן צום פאקט, און צו כאפן אז מיינע געפילן זענען שקר, געפיל האט מיט אמת און שכל זילטש, די קריסט פילט זיך פינקט אזוי הייליג ווי דיר ווען ער קישט דעם צלם, און דער מוסלאמענער זעט די זעלבע גלוים ווי מיר ווען ער שפירט קדושת ראמאדאן בשעת'ן שרייען אללא אכבאר
אבער צו וואס פעלט אויס צו זיין קליג?? איז מיר נישט געווען גוט אלס בחור? איז מיר נישט געווען בעסער די איינגערעטע קאכעדיגע דאווענען, ווי די היינטיגע ראליסטישע קאלטע דאווענען?
איז מיר נישט געווען בעסער אמאל, ווען איך האב פרייטיג צינאכטס ביים סעודה געזאגט דעם זוהר מיט א קאך, אההה "כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שבעאה תליין" שפירנדיג ווי ר' שמעון די בעל המימרא שטייט קעגן מיר, און פילט אהן מיינע קדישה זאפאסן מיט הויפענעס קדושה פארן וואך?
אבער היינט נאכן נחמץ ווערן פון די אמת קען איך נישט מען ווי זיך פארשטעלן ווי עפעס איינער די לאון שטייט קעגן מיר.. וואסערע טעם האט עס???
צו וואס פעלט מיר אויס צו וויסן די אמת???
זענען נישט די רעבעס גערעכט געווען מיטן אלעמען באקאנטן סלאגאן "איך בין א נאר און איך גלייב"
איז נישט די לעבן בעסער ווען מען ווייסט נישט אז אסאך פון אונזערע "אמונות" איז פשוטע "אמונה הכרחיות"?
איז מיר נישט די לעבן געווען זיסער ווען איך האב אנגענימען אלעס פון תנ"ך כפשיטו, פאר איך האב געוויסט אז די רמב"ם האט געהאלטן אז בלעם'ס אייזל האט קיינמאל נישט גערעדט?
וואלט מיר נישט געווען פיל גרינגער אין לעבן צו גלייבן אפן ווארט די אלע מעשיות למיניהם ממינים שונים וואס קומען יעדע וואך ארויס לרחצה אין די גליונות צו מחזק זיין דעם "דת" און צו ווייזן אז נאר דורך פאלגן די רבנים קען מען האבן א גוט לעבן,
וואס פעלט מיר אויס צו וויסן די אמת, ווי גרינג עס איז אויפצובאקן א מעשה
און ווי גרינג די צייטונגען וועלן עס דריקן ווילאנג אז עס שטימט מיט די אגענדע...
איך קוק מיך אזוי ארים, און איך זע אז עס איז נישטא ציפול אזוי ווי מיר אין ביהמ"ד, קיינער אינטערסירט נישט צו טראכטן, קיינער וויל נישט שטיין מיט מיר אין ווארט וועגן די אמת, יעדער פארט זיך אויף זיין רוטין, אלעס איז פיין און וואויל, אפילו מיין חבר וואס איז שוין יא א שטיקל בעל מחשבה, ווען עס קומט צו "די ענינים" מאכט ער מיר גלייך שטיל, ער זאגט מיר, וואס פעלט אויס צו רעדן די זאכן, וועסט מיר נאך איבערצייגן אז די ביסט גערעכט, און דאן וואס?
הייבן הייבט זיך עס אהן מיט קוקן אויף די פאקטן, און ענדיגן ענדיגט זיך עס מיטן לייקענען די גאנצע תורה רח"ל... (קרעדיט: @רביה"ק)
לאמיך אפ! לאז מיין לעבן פארן אומגעשטערט! וואס דארפסטו מיר פארדרייען די קאפ מיט אומאיינגענעמע פאקטן?
און איך דריי מיר אזוי ארים, איז ער דען נישט גערעכט? איז נישט פארמאכן די קאפ די געשמאקסטע אפציע??
אבער וואס זאל איך טון? די חכם שטיפט מיר, מיין מוח וועט נישט קענען איינרוהן וויסנדיג אז איך לעב אין א שקר בלויז ווייל אזוי איז מיר מער בא'טעמ'ט, אפשר ארבייט עס ביי רוב מענטשן, אבער וואס זאל איך טון, ביי מיר גייט עס נישט...
אבער איך גלייב נישט אז ס׳איז די חכמה וואס איז שילדיג דא. ס׳איז די סיסטעם וואס צווינגט אים צו לעבן א דאבּל לייף (אדער איינשטעלן צו פארלירן זיינע קינדער, משפחה, און נאנטע פריינט)
אין מיין עפּיניען האט דאס בכלל נישט מיט די עכטע באדייט פון יוסף דעת יוסף מכאוב. ווייל דארט רעדט זיך נאר פון די חבלי לידה וואס א מענטש גייט דורך ווען ער וויל אריבערגיין פון זיין אלטע וועג צו א נייע בעסערע וועג פון לעבן וואס שטימט מיט זיין פרישע בליק און וויסנשאפט וואס ער האט זיך איינגעקויפט.
Bottom line
לויט Simon Sinek איז נאך שייך דו זאלסט קענען האבן נאכאמאל די גליק פון אלס קינד (ער רעדט עס ארום אין די ערשטע פּאר עפיזאדן פון זיין פּאדקעסט A bit of Optimism און ער זאגט אז אין זיין בוך Find your why איז ער עס מסביר באריכות)
פארשטייט זיך, אויב Maslow’s Hierarchy of needs איז נאך ביי די אונטערשטע שטאפלען וועט עס נישט אסך העלפן. צ.ב.ש. אויב מ׳ארבעט ביטער שווער פאר פרנסה און די פחד פון א ליידיגע באנק אקוינט שוועבט איבער׳ן קאפ, וועט מען נישט קענען זיך אפגעבן מיט די שפעטערדיגע שטאפלען פון Self Actualization
אויב איז איינער אין טאגטעגליכע דריק פון א לאגע וואס איז עביוסיוו, אויב האט מען א דיספאנקשענעל שלום בית וועט מען זיין אין סערווייוול mode און ס׳איז אסך שווערער צו זעהן גרויסע פאזיטיווע שיניים בעפאר מ׳נעמט קעיר פון די עיקר obstacle צו דיין שמחת החיים (קיינער קען נישט בליען אונטער אומדערטרעגליכע סטרעס)
אבער אויב נעמט מען קעיר און מ׳באקומט הילף זיך אויסצולייזן פון די אויבנדערמאנטע ^ איז דא וועגן צו געניסן אין לעבן מיט׳ן זעלבן געשמאק ווי דו האסט אראפגעלייגט פון אלס בחור און אפילו מער.
ס׳דא אסך מער וואס מ׳קען נאך ארומרעדן וועגן דעם, אבער ס׳איז ערב שבת, וועל איך דא איבערלאזן נאך איין זאך: אן אינטערוויו מיט׳ן מחבר פון Ikigai וועלכע קען אפשר זיין אינטרעסאנט, פאר איינעם וואס איז נישט אונטער די אויבנדערמאנטע דריק, און ער וויל שפירן שמחת חיים
https://www.cbc.ca/amp/1.5015236?fbclid ... hPWtDp7H-t