מצוה לשמוע דברי חכמים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 932
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2860 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1750 מאל

מצוה לשמוע דברי חכמים

שליחה דורך כרם זית »

פון די גרעסטע גדולים און אנשי רוח וואס אונזער פאלק האט נאר געהאט אין די לעצטע צוויי הונדרעט יאר, פארנעמט ר' אליהו בן ר' שלמה זלמן מווילנא די אויבנאן אויפן בימות הכבוד. א בליק אריין אין די היסטאריגראפיע וואס זיינע תלמידים האבן ארויסגעגעבן 'עליות אליהו' צייגט אז דער מאן איז געווען א חידוש נישט נאר אין זיין דור, נאר אפילו אין די פילע דורות פאר אים. אדער אין די ווערטער פון דער חזו''א (קובץ אגרות, ח''א אגרת לב): 'אנו מתיחסים להגר''א בשורה של משה רבנו ע''ה, עזרא ע''ה, רבנו הקדוש, רב אשי, הרמב''ם...'. א סקעפטיקער דארף זיך נישט פארלאזן אויף די אויבן דערמאנטע ווארום ער קען זיך אליין איבערצייגן די גר''א'ס אייגנארטיגע בליציגע קולע אל השערה'דיגע גאונות פון די פילע חידושים וואס ער האט איבערגעלאזט. אני הקטן אליין האט שוין פילע מאל געקישט די קליינטשיגע רש''י אותיות וועלכע פארעמען אויס די גר''א'ס ווערטער נאכן אויפטאנצן פון זיינ'ס א גלאט'ע מהלך אין א שווער'ע פסוק אדער רמב''ם. ווי זאגט נאר זלמן ווידער? אדרבה איבערצייגט אייך אליין.

פיין, האמיר אוועגעשטעלט דא די גדלות פון דער הייליגער אליהו מווילנא ז''ל. נא, ווייסמער דאך אז מיר עבריים זענען באפוילן געווארן אין די געבאט פון משה אונזער נביא (געלעבט עטליכע טויזנט יאר פאר דער גר''א, פארט אבער פון די זעלבע קאליבער ווי אים, לויט די ווערטער פון חזו''א) צו פאלגן בלינדערהייט די ווערטער פון אונזער'ע חכמים. אין די ווערטער פון משה (דברים יז יא): עַל־פִּ֨י הַתּוֹרָ֜ה אֲשֶׁ֣ר יוֹר֗וּךָ וְעַל־הַמִּשְׁפָּ֛ט אֲשֶׁר־יֹאמְר֥וּ לְךָ֖ תַּעֲשֶׂ֑ה לֹ֣א תָס֗וּר מִן־הַדָּבָ֛ר אֲשֶׁר־יַגִּ֥ידֽוּ לְךָ֖ יָמִ֥ין וּשְׂמֹֽאל (געֶפינטְלט ספעֶציעֶל פאַר די תַּלְמִידִים פון ר' יוֹאֵל ראָטה באגלייט מיט טעמי המקרא פאר די זילברמן תלמידים). על אחת כמה וכמה, אויב שטעלן זיך די קליינע מו''ץ'לעך (אשר תדפנם רוח) צו צום גדול הדור, איז אין אחרי המלך ומשרתיו כלום.

כלפי מה דברים אמורים?

אין די צייטן פון די גר''א איז געווען א געוויסע מיסטיש'ע סעקטע פון די רעשטלעך פון כת ש''ץ וועלכע האבן צוביסלעך אנגעהויבן אריינצוברענגען שנוים אין אידישקייט, צי זאל עס זיין דאווענען שפעט אדער ליינען קריאת שמע נאך די זמן, צי זאל עס זיין חוזק מאכן פון די רבניש'ע אויטאריטעט. אזוי ווי די סדר פון דער מלך זקן וכסיל האט זיך עס נישט אפגעשטעלט ביי דעם נאר למחר אמור לו עבוד ע''ז מיט נייע פירושים אין כתבי אר''י ז''ל וועלכע טוען מגשים זיין אור אין סוף ב''ה.
צו זיין אויפריכטיג האבן נישט אלע רבנים גלייך איינגעזען די גרויס'ע שאדנ'ס וואס די סעקטע האט, און וועט ווייטער אנזייען בכרם זית ישראל, עס זענען אפילו געווען אזעלכע (ווי ר' גרשון קיטעווער מחכמי קלויז דבראד און שפעטער דער בעל הפלאה און זיין ברודער ר' שמעלקע מניקלשבורג) וועלכע האבן אין געוויס'ע זאכן געשטיצט די סעקטע (אגב, דאס וועט איר נישט ליינען אין ר' אהרן סרוסקי'ס ביכער אויף זיי מחמת כבוד ה' הסתר דבר, אבער עס איז א פאקט באשטעטיקט דורך דוד אסף). אבער דער גר''א האבנדיג א ספעציעל'ע סייעתא דשמיא וואס ווייניג מנהיגים האבן געהאט, האט פאראויס געזען די חרבנות וואס וועט ארויסקומען אויב לאזט מען די סעקטע ווייטער אנגיין. אין ר''ח אייר תקל''ב האט דער גר''א צוזאמען מיט די בית דין פון ווילנא ארויסגעגעבן א 'קול קורא' מחרים צו זיין די נייע סעקטע וועלכע האבן זיך געריפן 'חסידים'. אין די 'קול קורא' ווערט ארויסגעברענגט אז מען דארף נעמען אלע מיטלן אפצושטעלן די רוחניות'דיגע מגיפה. די טאג ר''ח אייר, די טאג וואס מען האט ענדליך זיך גענומען צו די נייע סעקטע'ס ביינער, איז שפעטער געפראוועט געווארן ווי א שטיקל יו''ט ביי די יוצאי עיר ווילנא, אריינגערעכנט ביי די אויבן דערמאנט'ע חזו''א. ברוך שעקר ע''ז מארצינו!
חרם חמור.jpg
איבריג צו זאגן אז נאך אזא אומצוויידייטנ'דע פסק פון די רבני ווילנא האט מען ארויסגעשטיפט די חסידים פון אלע קהילות בישראל. רוב וועלכע זענען נאכגעשלעפט געווארן זענען געקומען נעמען א דרך תשובה ביי די ערליכע רבנים, בלויז א הייפלע קבוצה מומרים להכעיס זענען געבליבן במורדם. אבער אפילו צווישן זיי, זענען שוין זייער'ע אייניקלעך געקומען צו די הכרה אז מען דארף אפלאזן די אלטע וועגן. איינער פון זייער'ע פירער אין די לעצטע דור האט געשריבן נישט מער און נישט ווייניגער 'נשתכחה תורת החסידית'!. די ווייטע בליק פון ר' אליהו זכותו יגון עלינו!

ברוך שמסר עולמו לשומרים!

***

די לעצטע פאר יאר וואקסן ארויס 'קול קורא'ס' פון רבנים אויף די נגעים פון אונזער דור. פון צניעות ביז מאחורי הפרגוד. לעצטנ'ס אבער האבן זיי שוין אבער איבערגעצויגן דאס שטריקל מיטן אסר'ן א... חומש (דאס איז די ספר רעדאגירט און ארויסגעגעבן דורך די באקאנט'ע מאזעס פארלאג). יעדער איינער האט זיך זיין וועג ווי אזוי ער נעמט אויף א קול קורא, געוויס'ע תמימות'דיגע נעמען עס אן ווי תורת משה, געוויס'ע לאכן זיך אויס, און געוויס'ע קעמפן צוריק. די לעצט'ע קול קורא האט אבער אויפגעשוידערט יעדע מענטש מיט כאטש 2.0 ליקוואד אין זיין מח, עס מאכט תוהה זיין על הראשונות צי זענען די רבנים בכלל אמאל געווען גערעכט.
עס זענען אבער דא געוויס'ע מענטשן, סיקריקים וועלכע שמעקן פון די ניין טעג אויך די אנדער'ע חלק יאר, דאווענען שפעט ווי אין תשעה באב א גאנץ יאר, וועלכ'ע וועלן זיך קיינמאל נישט אויפכאפן פון די שדים טאנץ (קען זיין זייער שכל אין נאך 3G און משומר לאזט נישט דורך די אפדעיט). ווען זיי וואלטן געהאלטן זייער שיט'ה ביי זיך וואלט נישט געדארפט זיין קיין פראבלעם. אדרבה, והייתם משוגע על פי פשוטו של מקרא איז דאך א מצות עשה. די פראבלעם הייבט זיך אן ווען זיי שלעפן מיט אין זייער טאנץ אויך אומשולדיג'ע ארומיגע, טערערעזירן בתי מדרשים גונז צו זיין די ספרים, און ארגענעזירן פראטעסטן ווען א מיטגלידער פון בית המדרש הגר''א קומט געבן א שיעור אין ירשלים דאמריקה. האב איך געטראכט א הומאריסטישע המצאה ווי אזוי מסתום צו זיין די מיילער פון די אלע:
איך האב דא צוגעלייגט די חרם פון די ווילנא בי''ד אויף די חסידים, נעקסטע מאל די זעסט א 'קול קורא' וואס איז דא צוריקצופירן אונזער געזעלשאפט מיט א צען יאר, פרינט עס ארויס און הענג עס אויף זייט ביי זייט דערפון, עס'ט אפילו נישט דארפן מסביר זיין פארוואס די נייע 'קול קורא' איז נאר ווערט לצור ע''פ צלחתו. די צעטל עט אליין וועט פארציילן היסטאריע און עט אליין אויפקומען מיט תירוצים פארוואס די רבנים'ס חתומה'ס זענען גארנישט ווערד (צב''ש דער חיי אדם \ ראש הקהל האט געלייגט פרעשער. עס איז א גזירה מן השמים אז דער גר''א \ התאחדות זאל אסור'ן די סעקטע \ חתן רבי, ווייל אויב נישט וואלט קיין בחירה געווען וכו').

לאמיר נישט פארגעסן, 'תורה חתימה ניתנה', מיט די אלע חתימת עטמען נאך בע''ה זוכה זיין צו די זיסע תורה!

נ''ב, אויב פלאנט איר טאקע אויפצוהענגען די 'קול קורא' הקדמונים תחת כל עץ רענן, דאן ביטע מאכט א בילד און שטעלט עס דא ארויף (מאכט זיכער אז עס איז נישט קיין פראבלעם פון גלוי).
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר