פאליטישע ספיקות
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
פאליטישע ספיקות
א גוטן חברים.
איך האב א נושא'לע אויסצושמועסן וואס דרוקט מיר א וויילע און איך קען באשטיין עס זאל באקומען אביסל פרישע לופט דא.
איך בין א לינקע בדעה, (אלע רעכטע ארויס...) וועלכע האט מיר אטאמאטיש געברענגט צו טראסטן מער די עסטעבלישמענט ווי מ'רופט עס, עס נעמט בעיקר אריין די מידיע אויפן ברייטן פארנעם, אבער דערונטער ליגט פארשטייט זיך די סייענטיפישע קאנצענסוס און די פאליטישע עסטעבלישמענטס.
שוין נישט פון היינט זענען דא די וועלכע באשולדיגן די מידיע און זיין צו שטארק לינק, עד כדי במזיד פארבלענדן די עולם. אנגעפאנגען מיט קאוויד אין אירע פאליסיס, גלאבאלע אנווארמונג פארשטייצעך, די WOKE און ליבעראלע אגענדעס בנוגע אבארשאן און LGBTQ+, קענסלען די מאסן און צענזורירן געשפרעכן, והאחרון די 'דיעפ-סטעיט' וועלכע שטייט אנקעגן טראמפ מיט ציין און נעגל. א.א.וו.
נעניתי ראשי על כל גל וגל, אויף יעדע נקודה זענען געווען אסאך תירוצים און מהלכים עס יא צו בארעכטיגן. איך בין בדרך כלל געגאנגען מיט די מהלך אז סאציאלאגיש גערעדט זענען די לינקע דא פאר פראגרעס און פאר די טובה פון סאסייעטי בכלליות, אבער פארשטייט זיך אז טעותים זענען אומפאמיידבאר.
לגבי קאוויד – האב איך פארשטאנען אז מאסקעס איז בענעפישעל בפרט אם לא יועיל לא יזיק, לגבי די שטרענגע לאקדאונס און פארמאכן וויכטיגע אינסטיטוציעס ווי מוסדות וכדו' האב איך יא געהאלטן איז ראדיקאל – אן קיין דאטא אויף די קאסט/בענעפיטן דערפון, אבער לאידך גיסא בעת ס'הערשט א פאניק איז שטרענגערע שריט פארשטענדליך, די אינפורסירונג חלק שבו איז נישט קיין סאך אנדערש ווי יעדע אנדערע געזעץ אויף וואס מ'קען זיך אויך דינגען אויף די אקוראטע ווירקונג דערפון (א שטייגער ווי די פינקטליכע ספיד לימיט וכדו') אבער פאלגן דארף מען. לגבי די לעב טעאריע איז מיר גראדע געווען אינטרעסאנט די רעאקציע פון די מידיע אזוי-צוזאגן, בעת איך האב געהאט געהערט שוין ביים אנפאנג פונעם מגיפה פון א (גראדע לינקע) מומחה אז בפשטות איז דאס מעשה ידי אדם, אבער די מידיע איז געווען שטרענג דערקעגן ביז עס האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש – מ'קען דאס אבער פארשטיין אין די קאנטעקסט פון די רילעישאנשיפ מיט טשיינע וועלכע מ'זוכט נישט איבערצוהיצן.
גלאבאלע אנווארמונג מיין איך נאך יעצט אז ס'איז א מציעות, און אז מיר האבן נאך לכאו' די יכולת עס צו לינדערן.
LGBT איז א פארצווייגטע סוגיא, וכמו"כ אבארשאן, מיט ווייטוג אויף ביידע זייטן, סיי פון די וואס ווילן טענה'ן אז מ'אנערקענט נישט זייער רעכטן גענוג, ולאידך די וועלכע שרייען אז ציוויליזאציע לייגט זיך צאם מיט אזעלכע טוישונגען.
לגבי די טראמפ סוגיא, די נאכאנאנדע רדיפות וועלכע מ'האט אים צוגעטיילט זינט ער לויפט, ובפרט לעצטנס מיט די אלע קרימינאלע אנקלאגעס, וואס איך בארעכטיג ביסודם, איז פארט אביסל שווער די מציעות פון צוטיילונג וואס עס איז גורם, סיי אין ליכט פון די 'האנטער ביידן לעפטאפ' וועלכע איז במזיד פארשוויגן געווארן, סיי אין די יעצטיגע שוחד געשיכטע וואס האלט זיך נאך אינמיטן אויפוויקלען, ווי די רעכטע שווערן זיך אין די קארופציע פון די DOJ וועלכע פייניגט טראמפ בו בזמן אדורכלאזענדיג ביידן מיט קלינטאן לשעבר א.א.וו.
ווי עס איז אבער די שווערסטע אראפצושלינגען איז טאקע לגבי די צענזוראציעס וואס קומען פאר מער און אפטער ווי סיי ווען, הגם עס קען זיין נאך א רעכטע טאלקינג פוינט און אן אויפגעבלאזענע באשולדיגונג, איז עס שוין עכ"פ גענוג מאל געהערט געווארן אז א בעסערע תשובה זאל זיך באדארפן, נעמליך, דאס וואס מ'קענסעלד מענטשן פון פלאטפארמעס, אנגעפאנגען פון גרויסע מידיע נעצן, ביז פאליטישע פאזיציעס, און סאשעל מידיע צענזור, אויף יעדע אגענדע וואס שטומט א משהו ראסיסטיש/אנטי-סייענטיפיש/קאנספיראציע, וואס קענען זיך בסופו של דבר אויסשטעלן גאר צו זיין דאס ווארהייט, וואס הגם אין פרינציפ מאכט עס סענס נישט צו לאזן יעדע שמויגער פארקויפן זיינע לאקשן פאר די מאסן, אבער ווען די דאזיגע שמויגערס פארנעמען גאר א שיינע פראצענט פונעם באפעלקערונג, פארשטיי איך שוין אויך אז מעגליך עס איז צייט פאר א טויש אין צוגאנג, (בען שפירא האט ערגעץ א גוטע שמועס – נישט געקענט יעצט טרעפן – בנוגע דעם נקודה וועגן סייענס, אז זיי דארפן זיך אנפאנגען מער צו מסביר זיין.)
די פריוואטע בארעכטיגונג וואס איך פארשטיי דא איז דא, איז די מציעות פון אומבאלאנס וועלכע הערשט טאקע אין דעם טיילונג צווישן די רעכטע אין די לינקע, עס צו מאכן די פשוט'סטע מעגליך, זע איך די מושג פון ליבעראלן/לינקע (אני בתוכם) אלס חברה וואס זענען מער דא פאר די אמת, וועלכע פירט צומאל אטאמאטיש צו א סעלף דעסטרוקציע, דהיינו פאקטיש גערעדט ווען עס הייבן אן ארויסקומען שמועות/באווייזן איבער אימעילס פון קלינטאן/ לעפטאפ אדער שוחד פון ביידן, וואס געשעט אויפן פלאץ איז, אז זייער ראטעס צווישן דעמאקראטן פאלן, דאס האט מען געזען ביי די 2016 וואלן ווי קלינטאן האט פארלוירן – כמעט זיכער וועגן דעם פרשה, און די זעלבע איז געשען בשעת די פרשה מיטן לעפטאפ - ווי ביידן'ס ציפערן האבן געטראסקעט, דאס איז שוין אפגערעדט די מטעמים וואס די רעכטע מאכן דערפון, וואס האט געברענגט די חברה אין טשארדזש צו פראבירן וואס מער מעגליך אפצושטעלן די פלוס פון אזעלכע אינפארמאציע עכ"פ ווילאנג עס איז נישט באשטעטיגט.
ביי די רעכטע – ובפרט ביי טראמפ זעט מען אבער א פאקערטע פענאנים, א בחינה ווי כאשר יענו אותו – כן יפרוץ, די אנקלאגעס זעט נישט אויס צו האבן קיין נעגאטיווע אפעקט אויף זיינע ציפערן, אויב עפעס שטארקט עס אים נאר, יעצט ובעבר.
ענליך איז אויך לגבי די סייענטיפישע נושאים וועלכע זענען פון א סאציאלאגישן פערספעקטיוו מער וואלנראבעל צו אונטערגעהאקט ווערן דורך יעדע קליינע קאנספיראציע וועלכע איינער קלאפט זיך צאם, וועלכע בארעכטיגט במקצת די געדאנק פון צענזור, פשוט פאר די סעיק פון באלאנסירן דעם אמת.
עס ווערט נאר פארהאנקערט ווען עס קען אנפאנגען צו ווערן קארופטירט פון די מאכט וואס עס שאפט (power corrupts..) און קיין טשעקס אין באלאנסעס איז נישטא געהעריג און פלאץ דערווייל איבער די פלוס פון אינפארמאציע, ממילא בין איך אביסל צומישט איבער דעם נושא, און עס ליגט מיר פאר די אויגן עלאן-מאסק'ס אגענדע פון מאכן ברייטער די פרידאם אוו ספיטש ראלם..
הרבה יותר ממה שקראתי יש כאן..
איך קען אבער באשטיין צו הערן וואס די עולם זאגט דערצו (פראבירנדיג צו זיין די מערסטע אביעקטיוו שייך..) זענען טאקע די לינקע געגאנגען צו ווילד און שארף לעצטנס? אויב יא וואס האט עס צוגעברענגט? און וואס קענען זיי מעגליך טון אנשטאט דעם? אפשר זענען די רעכטע אזוי קארופטירט אז יעדע מיטל זיי אפצושטעלן – ובעיקר טראמפ – איז בארעכטיגט? אדער אפשר איז יא דא מער א ראציאנאלע מהלך זיך צו שלאגן מיט די רעכטע?
בעיקר בין איך געווארן אינספירירט איבער דעם פון די דעבאטע דא איבער די נאמנות פון מידיע היינט צוטאגס,
און פון בען שפירא דא ווי ער ווייזט כלומר'שט אויף די קאנטראל פון די לינקע געמיינדע איבער די אינפארמאציע פלוס, און דא ווי ער בעסיקלי טענה'ט אז די סיבה פארוואס טראמפ ציט אן אזוי שטארק איז ווייל ער איז דער וואס שטעלט זיך ארויס אנקעגן די לינקע.

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
אידעלאגיע און פאליטיק זענען צוויי אנדערע וועלטן און עס גייט נישט באנעזאם.
פאליטיק וועט דיקטירן וואס א לינקע אדער א רעכטע דארף האלטן טראץ וואס ס'מאכט נישט בכלל סענס מיט די אפיציעלע לינקע אדער רעכטע אידעאלאגיע.
למשל מיט אזא פופצן יאר צוריק זענען לינקע געווען בכלל אנטי מלחמה, און די רעכטע זענען געווען פרא, זייט טראמפ האט אראפגעשטעלט א נייע סטאנדארט פאר די רעכטע בנוגע מלחמה, זעמער פלוצלינג געוואויר געווארן אז די לינקע זענען אייביג יא געווען פרא מלחמה.....
בכלל איז טראמפ מער ווייניגער געווען לינקע אבער אויף די רעכטע זייט. און ס'האט זיך ארויסגעוויזן אויף אסאך פלעצער. איינער פון די סיבות פארוואס איך בין א שטיקל חסיד פון טראמפ איז גראדע ווייל ער איז א לינקע....
בכלל די איידיע אז מ'מוז באלאנגען צו אדער רויט אדער בלוי. און אויף וועלכע צד מ'באלאנגט דארף מען אנעמען די גאנצע פארטיי ליין איז א משוגענער נאנסענס. פארוואס דארף איינער וואס איז קעגען קאפיטאל פאנישמענט האלטן אז אבארשן איז בארעכטיגט? וויאזוי גייט עס צוזאמען?
איך בין גענוג אלט צו געדענקען אז די רעפובליקאנער זענען 'אפיציעל' געווען אנטי רוסלאנד און די דעמאקראטן האבן 'אפיציעל' געוואלט בויען א נאנטשאפט. און היינט איז פארקערט.
עס איז סתם אזוי ביטער פאר סיי ווער ס'געט ארויס זייער דעסישען מעיקינג פאר אנדערע, צו ס'זאל זיין די מידיא פון די לינקע אדער רעכטע. מ'דארף אליינס טראכטן און ראציאנאליזירן יעדער אספעקט באזונדער.
פאליטיק וועט דיקטירן וואס א לינקע אדער א רעכטע דארף האלטן טראץ וואס ס'מאכט נישט בכלל סענס מיט די אפיציעלע לינקע אדער רעכטע אידעאלאגיע.
למשל מיט אזא פופצן יאר צוריק זענען לינקע געווען בכלל אנטי מלחמה, און די רעכטע זענען געווען פרא, זייט טראמפ האט אראפגעשטעלט א נייע סטאנדארט פאר די רעכטע בנוגע מלחמה, זעמער פלוצלינג געוואויר געווארן אז די לינקע זענען אייביג יא געווען פרא מלחמה.....
בכלל איז טראמפ מער ווייניגער געווען לינקע אבער אויף די רעכטע זייט. און ס'האט זיך ארויסגעוויזן אויף אסאך פלעצער. איינער פון די סיבות פארוואס איך בין א שטיקל חסיד פון טראמפ איז גראדע ווייל ער איז א לינקע....
בכלל די איידיע אז מ'מוז באלאנגען צו אדער רויט אדער בלוי. און אויף וועלכע צד מ'באלאנגט דארף מען אנעמען די גאנצע פארטיי ליין איז א משוגענער נאנסענס. פארוואס דארף איינער וואס איז קעגען קאפיטאל פאנישמענט האלטן אז אבארשן איז בארעכטיגט? וויאזוי גייט עס צוזאמען?
איך בין גענוג אלט צו געדענקען אז די רעפובליקאנער זענען 'אפיציעל' געווען אנטי רוסלאנד און די דעמאקראטן האבן 'אפיציעל' געוואלט בויען א נאנטשאפט. און היינט איז פארקערט.
עס איז סתם אזוי ביטער פאר סיי ווער ס'געט ארויס זייער דעסישען מעיקינג פאר אנדערע, צו ס'זאל זיין די מידיא פון די לינקע אדער רעכטע. מ'דארף אליינס טראכטן און ראציאנאליזירן יעדער אספעקט באזונדער.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
לענ"ד גייט עס צוזאמען פון די 'יוטיליטעריען' געדאנק, די איידיע אז reducing suffering איז די איינציגסטע און וויכטיגסטע וועליו כהיום, און דאס שאצט מען דורך זייער א סייענטיפישע מעסטער, אויב וועט גערעכטיגקייט מער ארויסקומען דורך עלימינירן טויט-שטראף - ווייניגער אומשילדיגע גייען ליידן (סטאטיסטיקלי), דאן קען דאס גיין צוזאמען אז 'לעבן און נישט לעבן' (ביי אן עיבור) איז א סאציאלע קאנסטרוקט בפרט לגבי די 'רעכטן' וואס קומען מיט דערמיט, און טאמער וועט די באפעלקערונג לעבן רואיגער און צופרידענער ווען פרויען האבן מער רעכט פאר 'טשויסעס', דאן יאלא.. דאס מיין איך איז די יסוד פון די ליבעראלע אגענדע..קורקלענד האט געשריבן:בכלל די איידיע אז מ'מוז באלאנגען צו אדער רויט אדער בלוי. און אויף וועלכע צד מ'באלאנגט דארף מען אנעמען די גאנצע פארטיי ליין איז א משוגענער נאנסענס. פארוואס דארף איינער וואס איז קעגען קאפיטאל פאנישמענט האלטן אז אבארשן איז בארעכטיגט? וויאזוי גייט עס צוזאמען?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
מיין הויפט שאלה דא איז, צו למעשה זענען די לינקע אביסל צו ווייט געגאנגען (במזיד..), און ווען זיי גייען אליין צוריקקוקן דערויף וועלן זיי חרטה האבן? אדער איז דא גלייכע ליניעס דאס צו מצדיק זיין - עכ"פ לשיטתם?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
די עצם דעבאטע אויף טויט שטראָף קען אויך זיין צו ס'וועט רעדוצירן suffering אויף ביידע זייטן פון די טענה. וכן לאבארשן קען מען זאגן אז רעדוצירן suffering גייט אן ביי די עיבור פונקט ווי ביי די מאמע.אלפא האט געשריבן:לענ"ד גייט עס צוזאמען פון די 'יוטיליטעריען' געדאנק, די איידיע אז reducing suffering איז די איינציגסטע און וויכטיגסטע וועליו כהיום, און דאס שאצט מען דורך זייער א סייענטיפישע מעסטער, אויב וועט גערעכטיגקייט מער ארויסקומען דורך עלימינירן טויט-שטראף - ווייניגער אומשילדיגע גייען ליידן (סטאטיסטיקלי), דאן קען דאס גיין צוזאמען אז 'לעבן און נישט לעבן' (ביי אן עיבור) איז א סאציאלע קאנסטרוקט בפרט לגבי די 'רעכטן' וואס קומען מיט דערמיט, און טאמער וועט די באפעלקערונג לעבן רואיגער און צופרידענער ווען פרויען האבן מער רעכט פאר 'טשויסעס', דאן יאלא.. דאס מיין איך איז די יסוד פון די ליבעראלע אגענדע..קורקלענד האט געשריבן:בכלל די איידיע אז מ'מוז באלאנגען צו אדער רויט אדער בלוי. און אויף וועלכע צד מ'באלאנגט דארף מען אנעמען די גאנצע פארטיי ליין איז א משוגענער נאנסענס. פארוואס דארף איינער וואס איז קעגען קאפיטאל פאנישמענט האלטן אז אבארשן איז בארעכטיגט? וויאזוי גייט עס צוזאמען?
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
זיי האבן געטוישט די פרעצעדענט, און זיי גייען חרטה האבן ווען די רעכטע וועלן מיט זיי מאכן מיט זיי די זעלבע. און זיי וועלן זיך דעמאלט קענען דאנקן פארן זיך אויספלאסטערן די וועג. וואס מען טוהט, טוהט מען פאר זיך. אויב טראמפ מעג ווערן צענזורירט, וועט א צווייטער אויך עווענטועל ווערן צענזורירט און דעמאָלט וועט מען ביטער חרטה האבן פארן עס אדורך לאזן ביי טראמפ.אלפא האט געשריבן:מיין הויפט שאלה דא איז, צו למעשה זענען די לינקע אביסל צו ווייט געגאנגען (במזיד..), און ווען זיי גייען אליין צוריקקוקן דערויף וועלן זיי חרטה האבן? אדער איז דא גלייכע ליניעס דאס צו מצדיק זיין - עכ"פ לשיטתם?
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 7:41 am
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
ווי מיר ווייסן דעם כלל פון סדנא דארעא חד הוא, איך בין אן ארצישראלדיגע און מסתמא וועסטו יעצט אויפהייבן די ברעמען מיט א מה לכהן בבית הקברותדיגע וואונדער, ווייל קיין בלאסן אהנונג אין אמעריקאנער פאליטיק האב איך נישט חוץ פון שטייטצעך דרויסנדיגע אויבערפלעכליכע מיינונגען ווי א אויסלעדישער קען צו האבן [דרך אגב איז ערווארטעט אז אויסלענדישע זאלן אויך אזוי צוגיין צו ארצישראלדיגע פאליטיק בזהירות ובכבוד הראוי און מיט אביסל ענווה, אבער נישט יעצט און נישט דא איז עס די נושא].
עכ"פ כלפי די מידיע, דא אין ארץ ישראל זענען דא די זעלבע טענות און אפשר מער, די פרעסע איז שטארק געשטימט לינק, דאס יעצטיגע שטורעם איבער די משפט-רפורמה, קערט איבער די מדיהנ מיט'ן אפעציעלן שטיצע פון די גרויסע קאנאלן.
למעשה מיין אייגענע שטימונג איז ערגעץ ווי אינדערמיט, אבער די נטיה פון די טעלעוויזיע צו זיין לינק איז ברור כשמש, כאטש די אנדערע זייט שרייען תמ'וואט אז וואס עפעס וכו' וגו' און נאך פארקערט און קוק דא האבן מיר אזוי געזאגט און דא אהער און דא אהין. יעדער האלט איין רעכטער פאר א כפרה הינדל מ'זאל קענען ווייזן און זאגן, אבער בכללות איז די רוח לינק אינגאנצן.
על כל פנים, כ'שטעל מיך פאר אז אין אמעריקע גייט אויך אן אזוי.

דער רבי זאל געזונט זיין, און אלע חסידים זאלן טאנצן, ב"ה ב"ה
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
איך הער.קורקלענד האט געשריבן:זיי האבן געטוישט די פרעצעדענט, און זיי גייען חרטה האבן ווען די רעכטע וועלן מיט זיי מאכן מיט זיי די זעלבע. און זיי וועלן זיך דעמאלט קענען דאנקן פארן זיך אויספלאסטערן די וועג. וואס מען טוהט, טוהט מען פאר זיך. אויב טראמפ מעג ווערן צענזורירט, וועט א צווייטער אויך עווענטועל ווערן צענזורירט און דעמאָלט וועט מען ביטער חרטה האבן פארן עס אדורך לאזן ביי טראמפ.אלפא האט געשריבן:מיין הויפט שאלה דא איז, צו למעשה זענען די לינקע אביסל צו ווייט געגאנגען (במזיד..), און ווען זיי גייען אליין צוריקקוקן דערויף וועלן זיי חרטה האבן? אדער איז דא גלייכע ליניעס דאס צו מצדיק זיין - עכ"פ לשיטתם?
די שאלה איז האבן זיי באמת אויסגעפלאסטערט א נייע פרעצעדענט דא?
למעשה זעט מען ווייט נישט די זעלבע התנהגות כלפי דע'סענטיס אדער אנדערע 'רעכטע אגענדעס' (WOKE איז א נושא פאר זיך לדעתי.) .
ס'קען זיין ווי בען שפירא טענה'ט אז דאס איז טאקע מכח וואס טראמפ איז די איינציגסטע דא וועלכע איז אויסגעשפראכן אנקעגן - און אונטערצוברענגען די לינקע (נא, קען דאך זיין ער האט אנגעהויבן?!), וואס פארדעם איז די גאנצע מערכה אזוי שטארק געצילט צו אים. ס'קען אבער אויך זיין (וואס איך בין נוטה מער צו טראכטן.) אז טראמפ איז פשוט א טאטאלן משוגענער - ווי רוב פון זיינע שטיצער וועלן אפי' מודה זיין - און די עסטעבלישמענט איז עלערדזשיק צו אזאנע פארשוינען, דערפאר זעט מען טאקע נישט די אלע מערכות אזוי ווייט געצילט אנקעגן רעכטע איידעאלאגיעס אדער אנקעגן אנדערע קאנדידאטן, ענדערש איז עס זייער ספעציפיש אנקעגן די כאראקטער און מעשים פון טראמפ אליין.
אין פאקט הערט מען גאנץ קלאר פון הונטער די קוליסן אז די דעמאקראטן ציטערן פון א צווייטע קאנדידאטור אנגעקן ביידן, ווייל דארט האבן זיי טאקע ווייניגער שאנסן, און ווייניגער פיילן דערקעגן..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
לדעתי.
טראמפ איז אריינגעקומען אין וואשינגטאן מיט א געוויסע ציל צו מאכן ספעציפישע רעפארמען און אזוי ארום אריינגיין אין היסטאריע אלס איינער וואס האט געטוישט און איבערגעמאכט און אויסגעראטן פראבלעמען אין וואשינגטאן. ער האט זיך אבער פארעכנט און נישט געכאפט ווי דורכגעפוילט וואשינגטאן איז באמת און דערפאר האט ער באצאלט א טייערע פרייז.
טראמפ איז גראדע מער א לינקער ווי א רעכטער בשיטה און איז אויך מער א פראקטישע מענטש. פארשטייט זיך ווען מ'קוקט איהם און אביעקטיוו. באזירט ספעציפיש אויף זיינע פערזענלעכע סטעיטמענטס און מעשים (לדעתי לויט ווי איך האב איהם אפגעלערנט אן די אינטערפעראציע פון די פרעסע).
די סיבה פארוואס זיי האבן איהם פיינט איז ווייל ער האט צובראכן זייער גאנצע מאשין פון קארופציע און ס'האט זיי זייער געשאדט זייער ביזנעס.
נעם א שטייגער ווי מידל איסט שלום. שוין יארן וואס פאליטיקער שרייען אז ס'איז משוגע שווער צו מאכן שלום דארט. בעת ווען פאר זייער אינטערעסע איז ווערט וואס מער מחלוקת. ס'ברענגט זיי כבוד און אסאך געלט. דערפאר האט מען אייביג געגעבן הילף פאר פאלעסטינער און פאר ישראל, זאלן ביידע האבן גענוג זיך צו פארמעסטן. אזוי זאל די ביזנעס ווייטער פארן און מ'זאל קענען רעדן ווייטער פון שלום. ביז טראמפ איז געקומען, און האט אנגעהויבן רעדן פראקטיש. ווילסט הילף הער אויף די טעראר. לאמיר מאכן א פלאן. ביז אפאר וואכן איז מידל איסט געווארן פיל מער שלום'דיג און מענטשן האבן אקטועל פאראויס געזען האפענונג פאר א שלום. טעראר האט זיך פארמינערט און די וועלט איז געווען א בעסער פלאץ. ער האט גערוקט די עמבעסי צייגנדיג אז ס'מאכט נישט קיין נפקא מינה און אלע סטראשונגען האבן זיך אויסגעלאזט א זייפנבלאז. ווער האט געהאט א פארלוסט פון די אמת'ע שלום. אמת'ע פאליטיקער.... אזוי איז דא מער און מער פעלער ווי ס'איז ארויסגעקומען און ס'האט זיי זייער וויי געטוהן.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
פאליטישע ספיקות
מקען נישט פארענטפערן די אייגענע פארטיי אייביג
אזוי ווי מקען נישט אלס פארענטפערן דעם רבי׳ן, סוועט אייביג באדערן געוויסע זאכן. איך בין אויך מער לינק ווי רעכט, בלויז ווייל די רעכטע פשוט מאכן אויף מעשיות און קאנספיראציעס. טראמפ קען מען נאכגיין, יעדע קוריאזע זאך וואס ער האט געזאגט איז באזירט אויף עפעס און נישט בלויזע לופט. די שאלה איז צו ער האט עס געהערט אויף פאקס אדער אויף ניוזמעקס אבער ער פלעפלט נאך.
קודם אז סזאל זיין אזא איינער וואס איז דער מערסט ארויפגעקוקטע מענטש פרעדיגט נאך אזאנע מעשיות איז א פראבלעם פאר זיך.
דאס אז א יאנואר 6 מעשה האט געקענט פאסירן איז גענוג ער זאל גיין אין גלות, שלום עלי די אבראהאם אקארדס, שלום עלי די מעקסיקא בארדער וואנט, שיקטס אים אוועק, איך וויל אים מער נישט זען.
צו העלפט די מידיע מיט שנאה קאמפיין? זיכער יא, אבער אין מידיע זענען ביידע פארטייען אייניג, קיינער איז נישט ׳פעיר און באלאנסירט׳ און אין א געוויסע וועג האב איך יא ליב טראמפס מלחמה אויף די מידיע, ווייל זיי פיטערן יעדן מיט זייער אגענדעס… אבער מדארף הערן ביידע און וויסן אז די אמת איז געווענליך ערגעץ אינצווישן. אבער קשיות און ספיקות וועט אייביג זיין
אזוי ווי מקען נישט אלס פארענטפערן דעם רבי׳ן, סוועט אייביג באדערן געוויסע זאכן. איך בין אויך מער לינק ווי רעכט, בלויז ווייל די רעכטע פשוט מאכן אויף מעשיות און קאנספיראציעס. טראמפ קען מען נאכגיין, יעדע קוריאזע זאך וואס ער האט געזאגט איז באזירט אויף עפעס און נישט בלויזע לופט. די שאלה איז צו ער האט עס געהערט אויף פאקס אדער אויף ניוזמעקס אבער ער פלעפלט נאך.
קודם אז סזאל זיין אזא איינער וואס איז דער מערסט ארויפגעקוקטע מענטש פרעדיגט נאך אזאנע מעשיות איז א פראבלעם פאר זיך.
דאס אז א יאנואר 6 מעשה האט געקענט פאסירן איז גענוג ער זאל גיין אין גלות, שלום עלי די אבראהאם אקארדס, שלום עלי די מעקסיקא בארדער וואנט, שיקטס אים אוועק, איך וויל אים מער נישט זען.
צו העלפט די מידיע מיט שנאה קאמפיין? זיכער יא, אבער אין מידיע זענען ביידע פארטייען אייניג, קיינער איז נישט ׳פעיר און באלאנסירט׳ און אין א געוויסע וועג האב איך יא ליב טראמפס מלחמה אויף די מידיע, ווייל זיי פיטערן יעדן מיט זייער אגענדעס… אבער מדארף הערן ביידע און וויסן אז די אמת איז געווענליך ערגעץ אינצווישן. אבער קשיות און ספיקות וועט אייביג זיין
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
דאס אז דו זעסט אז יאנואר זעקס איז געווען אזא געפערלעכע געפאר איז אויך פשוט ווייל די מידיא ארבעט אויף דיר. איך האב געזען אינגאנצן א צוויטע בילד אין יאנואר זעקס אויף כמעט איעדע לעוועל.
אויך דארף מען נישט באלאנגן בכלל צו א פארטיי און א גוטן טאג. אזוי דארף מען קיינעם נישט פארענטפערן און מ'קען בלייבן עטוואס מער אביעקטיוו און אומאפהענגיק.
אויך נישט מיין פוינט געווען אז מ'דארף איהם שטיצן פאר די מידל איסט שלום. נאר איך האב ארויסגעברענגט א אנדער פוינט אינגאנצן. פשוט איינער פון די סיבות פארוואס מ'האט איהם אזוי פיינט געהאט. און טאקע פארוואס מ'גייט נישט פיינט האבן דיסאנטעס. ווייל דיסאנטעס איז א געהעריגע בוש אזויווי קארל ראוו און דזשאן מעקעין. און פאר די עליטע איז וויכטיג אז די אלגעמיינע עולם זאל זיך שלאגן אויף woke פאליסיס ווי איידער אויף וואס ס'איז באמת נגוע.
אויך דארף מען נישט באלאנגן בכלל צו א פארטיי און א גוטן טאג. אזוי דארף מען קיינעם נישט פארענטפערן און מ'קען בלייבן עטוואס מער אביעקטיוו און אומאפהענגיק.
אויך נישט מיין פוינט געווען אז מ'דארף איהם שטיצן פאר די מידל איסט שלום. נאר איך האב ארויסגעברענגט א אנדער פוינט אינגאנצן. פשוט איינער פון די סיבות פארוואס מ'האט איהם אזוי פיינט געהאט. און טאקע פארוואס מ'גייט נישט פיינט האבן דיסאנטעס. ווייל דיסאנטעס איז א געהעריגע בוש אזויווי קארל ראוו און דזשאן מעקעין. און פאר די עליטע איז וויכטיג אז די אלגעמיינע עולם זאל זיך שלאגן אויף woke פאליסיס ווי איידער אויף וואס ס'איז באמת נגוע.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
די טיפערע שאלה בכל אופן דא, איז צו דיין בליק קומט נישט פון די מידיע? קומט עס יא דען פון א וואקיום אינסולירטע מיינונג - אומאפהענגיג פון פארטיי, פראפאגאנדע, און נאראטיוון?קורקלענד האט געשריבן:דאס אז דו זעסט אז יאנואר זעקס איז געווען אזא געפערלעכע געפאר איז אויך פשוט ווייל די מידיא ארבעט אויף דיר. איך האב געזען אינגאנצן א צוויטע בילד אין יאנואר זעקס אויף כמעט איעדע לעוועל.
נעמליך, די טריקענע פאקטן זאגן דאך למעשה כמעט גארנישט - זען ווי מ'ברעכט זיך איין אינעם קאפיטאל געביידע קען האבן 100 הסברים צו זיין געפערליך אדער גאר עק וועלט, און ווי אויך 101 סיבות צו זיין בארעכטיגט (אלס אויפן הייפאטעטישן ראלם..), ווען מיר וואלטן דאס געזען אין צפון-קאריע וואלטן מיר לכאו' אלע מסכים געווען אז עס איז גוט, לעומת אויב געשעט דאס אויף א גרינעם דינסטאג אין ענגלאנד וואלטן רוב לכאו' געהאלטן אז ס'נישט גוט. פארשטייט זיך אז נאראטיוו פון איין סארט אדער א צווייטן מוז אריינשפילן כדי צו ערגענצן די בילד..
די שאלה איז נאר פון ווי די נאראטיוו שטאמט, איז עס דיירעקט ארויס פון די לינקע מידיע? איז עס דיירעקט ארויס פון די רעכטע - קאנטער מידיע (יא, דאס אז די מידיע איז בייעסד לינקס איז אויך במדת מה א רעכטע נאראטיוו..)? אדער איז עס שוין א משהו צוגעפיקסט און גערייניגט פון אייגענע בייעס אויף ווי ווייט מעגליך, צו זיין ווי מער אקוראט און אביעקטיוו?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
דא קומסטו צו צו א צווייטע נקודה, וואס באמת שטייט די קאנסערוואטיווע לאגער פאר?קורקלענד האט געשריבן: אויך נישט מיין פוינט געווען אז מ'דארף איהם שטיצן פאר די מידל איסט שלום. נאר איך האב ארויסגעברענגט א אנדער פוינט אינגאנצן. פשוט איינער פון די סיבות פארוואס מ'האט איהם אזוי פיינט געהאט. און טאקע פארוואס מ'גייט נישט פיינט האבן דיסאנטעס. ווייל דיסאנטעס איז א געהעריגע בוש אזויווי קארל ראוו און דזשאן מעקעין. און פאר די עליטע איז וויכטיג אז די אלגעמיינע עולם זאל זיך שלאגן אויף woke פאליסיס ווי איידער אויף וואס ס'איז באמת נגוע.
איז עס זיך צו שלאגן מיט WOKE? אדער זיך צו שלאגן אויף 'נוגע'דיגע' מערכות - ווי דו רופסט עס? how about זיך בכלל נישט שלאגן, נאר אנפאנגען ברענגען צום טיש עפעס זאכליכע פילאסאפיעס און פאליטיק, אזוי ווי די לינקע - וועלכע זענען לכל הדעות נישט נאר דא אלס אן אפאזיציע..?!
איך בין באמת נישט אויסגעקאכט און די היסטאריע ארום די פאליטיק, און פונקטליך וואס בוש ודעימיה זענען יא אדער נישט געווען, קוים ווייס איך וואס טראמפ איז דא פאר, אבער הא גופא, אפשר איז דא דא עפעס סאציאלאגישע אינערציע (inertia) אויף עפעס א דיירעקציע, און עס מיינט נישט אז איינער איז דא ארונטער-צו-רייסן די רעכטע א.ד.ג.
דאס אז לינקע אגענדעס פיקן אויף דאס איז א מציעות, אנגעפאנגען פון LGBT איידעאלאגיע, ביז די ברייטע אנטי-רעליגיע דיירעקציע וואו די וועלט פארט, א.א.וו. וואס ס'קען זיין איז די שולד פון די מידיע (ווי בען שפירא טענה'ט), אבער לאידך גיסא קען זיין א נאטורליכע (free fall) דיירעקציע, וואו די מידיע בס"ה רעפלעקטירט דאס..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
די לינקע וועלן קיינמאל נישט מודה זיין אז זיי האבן געהאט א טעות. אין א זאך וואס איז קעגן זייער אידעאלאגיע אדער אגענדא. אזוי ווי קורקלאנד האט געזאגט. אז לכאורה האבן זיי א תרתי דסתרי אידעאלאגיע. די זעלבע מענטשן וועלכע זענען (אין פרינציפ) אקעגן טויט שטראף אפילו פאר די מערסטע אכזריות'דיגע רציחה, זענען (אייביג) פרא-אבארשן. מיט אלע פארשידענע יופעמיזמס וואס זיי לייגן צו.אלפא האט געשריבן:מיין הויפט שאלה דא איז, צו למעשה זענען די לינקע אביסל צו ווייט געגאנגען (במזיד..), און ווען זיי גייען אליין צוריקקוקן דערויף וועלן זיי חרטה האבן? אדער איז דא גלייכע ליניעס דאס צו מצדיק זיין - עכ"פ לשיטתם?
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
און אויך די רעכטע.berlbalaguleh האט געשריבן:די לינקע וועלן קיינמאל נישט מודה זיין אז זיי האבן געהאט א טעות. אין א זאך וואס איז קעגן זייער אידעאלאגיע אדער אגענדא. אזוי ווי קורקלאנד האט געזאגט. אז לכאורה האבן זיי א תרתי דסתרי אידעאלאגיע. די זעלבע מענטשן וועלכע זענען (אין פרינציפ) אקעגן טויט שטראף אפילו פאר די מערסטע אכזריות'דיגע רציחה, זענען (אייביג) פרא-אבארשן. מיט אלע פארשידענע יופעמיזמס וואס זיי לייגן צו.אלפא האט געשריבן:מיין הויפט שאלה דא איז, צו למעשה זענען די לינקע אביסל צו ווייט געגאנגען (במזיד..), און ווען זיי גייען אליין צוריקקוקן דערויף וועלן זיי חרטה האבן? אדער איז דא גלייכע ליניעס דאס צו מצדיק זיין - עכ"פ לשיטתם?
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
איך מיין אז די לינקע וועלן שנעלער מודה זיין און זייערע טעותים ווי די רעכטע. מ'האט דאס געזען ביי קאוויד ווי די לינקע צייטונגען רעפארטן אלע טעותים וואס סייענס און גאווערנמעט האט געטון דעמאלס. איך מיין אבער ס'וועט ארויסקומען נאך שטערקער אויב ביידן'ס קארופציעס וועלן ווערן מער פעסטגעשטעלט, ווי לינקע זייען אדמיטן זיין אורטייל (הגם מעגליך נישט אזוי שארף) אסאך שנעלער ווי אני טראמפיען איז גרייט צו מסכים זיין אז טראמפ איז נאר מעגליך באגאנגען עפעס אן עוולה..קורקלענד האט געשריבן:און אויך די רעכטע.berlbalaguleh האט געשריבן:די לינקע וועלן קיינמאל נישט מודה זיין אז זיי האבן געהאט א טעות. אין א זאך וואס איז קעגן זייער אידעאלאגיע אדער אגענדא. אזוי ווי קורקלאנד האט געזאגט. אז לכאורה האבן זיי א תרתי דסתרי אידעאלאגיע. די זעלבע מענטשן וועלכע זענען (אין פרינציפ) אקעגן טויט שטראף אפילו פאר די מערסטע אכזריות'דיגע רציחה, זענען (אייביג) פרא-אבארשן. מיט אלע פארשידענע יופעמיזמס וואס זיי לייגן צו.אלפא האט געשריבן:מיין הויפט שאלה דא איז, צו למעשה זענען די לינקע אביסל צו ווייט געגאנגען (במזיד..), און ווען זיי גייען אליין צוריקקוקן דערויף וועלן זיי חרטה האבן? אדער איז דא גלייכע ליניעס דאס צו מצדיק זיין - עכ"פ לשיטתם?
ס'דערמאנט מיר וואס א חבר מיינע האט געטענה'ט איבער די רעכטע היפאקריטיע, אויף דעם וואס די רעכטע רעדן זיך אפ ווי שטארק מ'האט גע'רודפ'ט טראמפ אויפן בענקל און יעצט, בעת וואס ביידן גייט אריבער גארנישט ווייניגער רדיפות סיי לגבי זיין עלטער/געזונט צושטאנד יעדעס מאל ער פארגעסט א זאץ אדער פאלט אראפ, און סיי מיט זיין זון'ס געשעפטן. און נישט פארגעסן פון זיין קארופטירטע מידיע און DOJ...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
עס איז דא א קאנסערוואטיווע אידעאלאגיע, און דערנאך זענען דא פאליטיקער וואס פארופן זיך קאנסערוועטיווע, ס'זעלבע איז אויף די לינקע זייט. למשל די סופרים קאורט איז אפיציעל קאנסערוואטיוו. לויט די אפיציעלע קאנסערוואטיווע אידעאלאגיע דארף די פעדעראלע רעגירונג האבן גאר מינימאלע רעכטן איבער די אמעריקאנער בירגער. טראץ וואס די סופרים קאורט איז 'אפיציעל' קאנסערוואטיוו האב איך געליינט אז איבער אכציג פראצענט פון קלאגעס איבער אזעלכע אנגעלעגנהייטן האט די קאורט געגעבן פאר די רעגירונג. איז דאס קאנסערוואטיוו? ניין. נאר דאס ווערט נישט באריכטעט אין די אלגעמיין און דאס איז עס.אלפא האט געשריבן:דא קומסטו צו צו א צווייטע נקודה, וואס באמת שטייט די קאנסערוואטיווע לאגער פאר?קורקלענד האט געשריבן: אויך נישט מיין פוינט געווען אז מ'דארף איהם שטיצן פאר די מידל איסט שלום. נאר איך האב ארויסגעברענגט א אנדער פוינט אינגאנצן. פשוט איינער פון די סיבות פארוואס מ'האט איהם אזוי פיינט געהאט. און טאקע פארוואס מ'גייט נישט פיינט האבן דיסאנטעס. ווייל דיסאנטעס איז א געהעריגע בוש אזויווי קארל ראוו און דזשאן מעקעין. און פאר די עליטע איז וויכטיג אז די אלגעמיינע עולם זאל זיך שלאגן אויף woke פאליסיס ווי איידער אויף וואס ס'איז באמת נגוע.
איז עס זיך צו שלאגן מיט WOKE? אדער זיך צו שלאגן אויף 'נוגע'דיגע' מערכות - ווי דו רופסט עס? how about זיך בכלל נישט שלאגן, נאר אנפאנגען ברענגען צום טיש עפעס זאכליכע פילאסאפיעס און פאליטיק, אזוי ווי די לינקע - וועלכע זענען לכל הדעות נישט נאר דא אלס אן אפאזיציע..?!
איך בין באמת נישט אויסגעקאכט און די היסטאריע ארום די פאליטיק, און פונקטליך וואס בוש ודעימיה זענען יא אדער נישט געווען, קוים ווייס איך וואס טראמפ איז דא פאר, אבער הא גופא, אפשר איז דא דא עפעס סאציאלאגישע אינערציע (inertia) אויף עפעס א דיירעקציע, און עס מיינט נישט אז איינער איז דא ארונטער-צו-רייסן די רעכטע א.ד.ג.
דאס אז לינקע אגענדעס פיקן אויף דאס איז א מציעות, אנגעפאנגען פון LGBT איידעאלאגיע, ביז די ברייטע אנטי-רעליגיע דיירעקציע וואו די וועלט פארט, א.א.וו. וואס ס'קען זיין איז די שולד פון די מידיע (ווי בען שפירא טענה'ט), אבער לאידך גיסא קען זיין א נאטורליכע (free fall) דיירעקציע, וואו די מידיע בס"ה רעפלעקטירט דאס..
'נאציאנאלע זיכערהייַט' איז געווארן א תירוץ נאך ניין עלעווען פאר יעדע אומרעכט וואס די רעגירונג באגייט. טראץ וואס אין רוב פעלער האט עס גארנישט מיט 'נאציאנאלע זיכערהייַט'. בוש און שפעטער אובאמא האבן אראפגעווארפן אסאך טשעקס און באלאנסעס אין נאמען פון 'נאציאנאלע זיכערהייַט'.
עדווארד סנאודן האט אויפגעשאקעלט א וועלט לאזנדיג וויסן פאר די גאנצע וועלט וואספארא ליגנערס און באנדיטן די אמעריקאנער רעגירונג איז. און ביידע פארטייען האבן איהם גע'רודפט.
לויט די לינקע אידעאלאגיע וואלט דזשוליען אסאנזש געדארפט זיין די גרעסטע העלד פון אונזער יאר הונדערט. און למעשה שמאכט ער אריין. ווייל פאוער און קאנטראל דרייען די וועלט.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
עבר זמנו בטל קרבנו. זיי זענען טאקע מודה 'ווען ס'איז שוין נישט נוגע'. די פראבלעם איז נישט אז זיי האבן דעמאלט נישט געוויסט אדער אז זיי זענען יעצט נישט מודה. די פראבלעם איז אז מען ווערט וואס א טאג ס'גייט אדורך מער געוואויר, אז זיי האבן דעמאלט גוט געוויסט און דווקא פארדרייט א קאפ און פרובירט אריינצורעדן די וועלט כל מיני שקר. דאס איז א אויסגערעכנטע סטראטעגיע וויאזוי זיי פירן דורך וואס ספעלט זיי אויס. און דערנאך זענען זיי נאך אויפריכטיגע אנשים אמת אויך.אלפא האט געשריבן: איך מיין אז די לינקע וועלן שנעלער מודה זיין און זייערע טעותים ווי די רעכטע. מ'האט דאס געזען ביי קאוויד ווי די לינקע צייטונגען רעפארטן אלע טעותים וואס סייענס און גאווערנמעט האט געטון דעמאלס. איך מיין אבער ס'וועט ארויסקומען נאך שטערקער אויב ביידן'ס קארופציעס וועלן ווערן מער פעסטגעשטעלט, ווי לינקע זייען אדמיטן זיין אורטייל (הגם מעגליך נישט אזוי שארף) אסאך שנעלער ווי אני טראמפיען איז גרייט צו מסכים זיין אז טראמפ איז נאר מעגליך באגאנגען עפעס אן עוולה..
ס'דערמאנט מיר וואס א חבר מיינע האט געטענה'ט איבער די רעכטע היפאקריטיע, אויף דעם וואס די רעכטע רעדן זיך אפ ווי שטארק מ'האט גע'רודפ'ט טראמפ אויפן בענקל און יעצט, בעת וואס ביידן גייט אריבער גארנישט ווייניגער רדיפות סיי לגבי זיין עלטער/געזונט צושטאנד יעדעס מאל ער פארגעסט א זאץ אדער פאלט אראפ, און סיי מיט זיין זון'ס געשעפטן. און נישט פארגעסן פון זיין קארופטירטע מידיע און DOJ...
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
אודאי איז דאס נוגע!
די עלאן מאסק אגענדע (איך ווייס נישט באמת אויב ער איז רעכט אדער לינק געשטומט..) גייט באקומען מאמענטום פון די לינקע פונקט אזוי לדעתי. טאקע נאר ווייל זיי קענען מודה זיין אז זיי זענען געווען אביסל צו פאוערפול אין געוויסע מצבים.
עס איז אייביג נוגע צו פארבעסערן די עתיד - פאר אן אויפריכטיגע לידערשיפ..
די עלאן מאסק אגענדע (איך ווייס נישט באמת אויב ער איז רעכט אדער לינק געשטומט..) גייט באקומען מאמענטום פון די לינקע פונקט אזוי לדעתי. טאקע נאר ווייל זיי קענען מודה זיין אז זיי זענען געווען אביסל צו פאוערפול אין געוויסע מצבים.
עס איז אייביג נוגע צו פארבעסערן די עתיד - פאר אן אויפריכטיגע לידערשיפ..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
ס'מער נישט נוגע קיין אפס קצהו פון וואס ס'האט זיך דעמאלט אויסגעפעלט. די וועלט האט זיך איבערגעדרייעט, און טאקע דארט ווי אלעס האט זיך אנגעהויבן איז געווען א לעב וואס האט דאס פראקטיצירט, מיט אמעריקאנער געלטער. אויסגעצאלט און געפארשט דורך און די וואס זענען דא געשטאנען ביים רעדל און איינגעפירט פאליסי. ווען די פרעסע וואלט דאן אינוועסטיגירט וואלט מען בלי ספק געהאט אינגאנצן א אנדער דעוועלאפמענט מיט קאוויד. די מציאות איז אז נישט נאר זיי האבן פשוט נישט אינוועסטיגירט. זיי האבן אויך געמאכט די קאוועראפ. אצינד וואס ס'זאל נאר ארויסקומען וועט נישט קיין סאך אויפטוען קעגן וואס ס'וואלט געקענט דעמאלט.אלפא האט געשריבן:אודאי איז דאס נוגע!
די עלאן מאסק אגענדע (איך ווייס נישט באמת אויב ער איז רעכט אדער לינק געשטומט..) גייט באקומען מאמענטום פון די לינקע פונקט אזוי לדעתי. טאקע נאר ווייל זיי קענען מודה זיין אז זיי זענען געווען אביסל צו פאוערפול אין געוויסע מצבים.
עס איז אייביג נוגע צו פארבעסערן די עתיד - פאר אן אויפריכטיגע לידערשיפ..
פאוטשי וואלט לכאורה גלייך געפלויגן. און מ'וואלט נאך געהאט א שאנס אויסצופארשן וואס פונקליך ס'האט פאסירט. אנשטאט האט מען פארברענט די גאנצע לעבן און דערנאך מודה געווען......
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
מענין לענין, אליעזר קרויס אין זיינע לעצטע צוויי שמועסן דא און דא אנאלאזירט די נושא פון די deep state, וואס ווי ער איז מסביר זיך צום פענאנים פון איינגעווארצעלטע יסודות אין א ספעציפישן סיסטעם וועלכע מאכט שווער און כמעט אוממעגליך אפי' פאר א פירער פונעם סיסטעם זיך ארומצושפילן אדער טוישן די נארמעס דערין.
עס איז הייס אין די פאליטישע גאס בנוגע די מערכה וואס טראמפ האט געזאלט אנפירן אנקעגן די אזוי-גערופענע איינגעגעסענע לינקע אגענדעס (deep state) אין די שישקעס פון די גאווערנמענט און אין די דזשאסטיס סיסטעם והמסתעף, וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט די 'צודרייטע' פאליטישע רדיפות אנקעגן אים אויף יעדע אופן נאר שייך. ער מאכט נישט אינגאנצן אוועק די געדאנק פון דיעפ סטעיט אלס טובה, לדוגמה אויב קומט טאקע ווען ארויף א דיקטאטור אדער רשע אזוי ווי היטלער בשעתו - ווי א דיעפ סטעיט וואלט געווען א געוואונטשענע זאך אונטערצוברענגען אזאנע רעוואלוציעס, דא ביי טראמפ איז ער גראדע ביי די מיינונג אז היסטאריע וועט אויס'פסק'נען טראמפ צו די גוטע זייט (נעמליך, אויפצושאקלען און אונטערצוברענגען די קוראפטירטע און פארפוילטע חלקים פונעם גאווערנמענט) ואכמ"ל.
ער גייט ווייטער מיטן מסביר זיין די פענאנים פון דיעפ סטעיט אלס א ברייטערע סאציאלאגישע מציעות, והנוגע לעניינינו לגבי אונזער איינגעגעסענע סיסטעם מיט געוויסע פארפוילטקייטן וואס קומען מיט דערמיט - וועלכע איז לכבוד דעם 'דיעפ סטעיט' מציעות כמעט אוממעגליך צו טוישן, הן בנוגע חתונה מאכן אדער דירות וכדו' מיט וואס ער איז זייער פארנומען - און עסט זיך אז שינויים לטובה געבן זיך נישט איין ווי עס דארף צו זיין, אזוי אויך וואלט ער ווען געוואלט קענען מער אויפטון און רעוואלוציאנירן איבער די מצב החינוך והישיבות, אבער ער פילט אינסטינקטיוולי די פאש-בעק טאקע פון אט דעם דיעפ סטעיט בתוכינו..
בעצם קען מען אים פערזענליך אנקוקן היבש קאהערענט מיט זיין בליק איבער די 'סיסטעם' אזוי-צו-זאגן, בנוגע טראמפ אינעם גאווערנמענט, און זיינע מיינונגען איבער די סאציאלאגישע פראבלעמען וועלכע מ'דארף באקעמפן פאר יעדן פרייז ביי אונז.
ווי איך בין אבער אביסל צומישט - און איך בין נייגעריג אינעם דעת הקהל - איז דאס וואס איך זע יא א שטיקל חילוק צווישן די צוויי קעיסעס, דהיינו צווישן די 'גאווערנמענטאל דיעפ סטעיט' וועלכע איז יא א געוואונטשענע זאך לדעתי - הגם עס דארף אייביג זיין - און עס איז במדת מה אריינגעבויט אינעם סיסטעם - א מהלך פון טשעקס און באלענסעס אז עס זאל נישט פארן צו שיף און איין דיירעקציע, די סיבה פארוואס טאקע עס איז גוט פון א סאציאלאגישן פערספעקטיוו איז בעיקר פאר די סטאביליטעט פון א פלאץ, ווי עס דארף האבן אן איינגעגעסענע סיסטעם מיט נארמעס אז עס זאל נישט ווערן צופארן יעדע שני וחמישי אדער מיט א פארשלאג פון איינעם'ס דמיונות. ואליבא דאמת געשעט דאס אטאמאטיש - ווי ער ערווענט שוין - עס איז נישט קיין זאך אויף וואס קארפן קעפ דארפן זיצן און אויסארבייטן די פרטים, סאסייעטי באשאפט עס אליין.
ולאידך גיסא בין איך מסכים אז אונזער סיסטעם האט ריזיגע חסרונות (אויך מעלות...) און לעכער, וועלכע איז שווער צו פיקסן טאקע ע"פ רוב מכח דעם דיעפ סטעיט פון סאציאלאגישע ענערציע, ווי ס'דארף יא זיין עפעס א מהלך אויסצוקראסן די דיעפ סטעיט דא.
עס איז יתכן איך טאנץ דא אויף צוויי חתונות און איך בין אביסל היפאקריטיש לגבי דעם, ואדרבה ירא הקהל וישפוט, איך מיין אבער פארט אז עס זענען דא נאך אסאך (בפרט מער די סעקולארע דא אין שטיבל) וועלכע פארשטייען אויך ווי מיר - און אפשר קענען זיי עס בעסער מחלק זיין.
איין זאך וואס קען זיין איז די סקעיל פון די פראבלעמען לעומת די סאלושאן, דהיינו, אין די גאווערנמענט זענען די פראבלעמען און קארופציעס צו קליין (עכ"פ אין די לינקע געדאנקען-גאנג) לעומת די חרבנות וואס א טראמפ 'סאלושאן' ברענגט מיט זיך. משא"כ אין אונזער סיסטעם ווי ריכטיגע שריט און פארבעסערונגען ווערט אפגעהאלטן דורך זייער קארופטירטע לידערשיפ און סיסטעם וכו'.
נאך א נקודה וואס איך טראכט איז די פערסאנאליטי - נישט איידעאלאגיע - פון טראמפ, וועלכע איז די פראבלעם דא, נעמליך, די געדאנק אביסל אויפצושאקלען די גאווערנמענט אויף א געזונטע וועג קען יתכן זיין געראטן, נעם אזא איינער ווי בען שפירא אדער אפי' ראן דע'סענטיס וועלכע לדעתי האבן צו פארקויפן (עכ"פ פון א מעסיגע קוק-ווינקל) אפאר ריכטיגע נקודות, ולאידך האבן זיי נישט דעם דעסטרוקטיווע מאכט אזויווי טראמפ צו אנזייען כאאס, חרבנות, און צוטיילונג, וועלכע וואלטן מעגליך געווען געזונט פאר די באלאנס פון א סיסטעם (אדער דיעפ סטעיט..). אדער אויב מ'וויל עס אפי' נעמען צו לעיזער קרויס אליין, וועלכע גייט שוין אזוי אויך מיט א 'פאני' מאנטל אויפן גאס און טוט נאך געוויסע מאדנע זאכן און פאבליק - אבער פארשטייט אויך צום זעלבן צייט אז שינויים נעמען צייט (וויפיל ער זאל זיך נאר רעגן דערויף..) און אז מ'קען נישט אריינקומען אין א סאסייעטי איבערדרייען די נארמען איבער נאכט - ואולי קיינמאל נישט - וועלכע ווייזט שוין אויף באזעסנקייט און מענטשליכקייט לכה"פ - אפגעזען זיינע מיינונגען און איידעאלאגיעס. אנדערש ווי טראמפ אליין וועלכע (נניח דאס איז טאקע זיין -גוטע- כוונה) איז בסופו של דבר א טאטאלע משוגע'נער נישט פון היינט אן, און זיין אנוועזענהייט לאזט בהחלט איבער מער שאדן ווי אויפטוה וד"ל.
די שאלה איז נאר אויב איז דאס אמת דאן לעיזער שפיקח הוא מה ראה לשטות זה?!
ער זאגט גראדע ערגעץ אויף א פלאץ אז מ'דארף האבן דעם משוגע'נע אנצופאנגען א רעוואלוציע (זעט אויס ער פילט אליין וויי ווייניג זיינע ווערטער טוען אויף בתור רעדן..). וועט מען מוזן זאגן אז ער זעט נישט איין די לאנג-טעמיניגע חורבן פון אן אומאויסגערעכענטע רעוואלוציע - במקום עוואלוציע וועלכע גייט צוביסלעך און רואיג...
אין קורצן, אלס איינער וואס זוכט צו פארשטיין די סאציאלאגיע און ענערציע פון סאסייעטי, בעת וואס די פילונג זאגט אז די ברייטע גאס האט עס בעסער ווי אונז, זוך איך צו פארשטיין וואו/צו די לאך ביי אונזער סיסטעם איז טאקע גרעסער ווי די אלגעמיינע סיסטעמאטישע פראבלעמען, און אויב יא פארוואס?

אויב איז די אידיי פון פרייהייט אראפגעשטעלט מיט די יסודות פון דעמאקראטיע, דאן איז די גאנצע איידיע פון א דיעפּ סטעיט פארקערט ווי דעמאקראטיע. וואס איז מער ווייניגער א דיקטאטור. הייבט זיך אן די תורות אז ס'קען זיין א גוטע דיקטאטור אויך. דארף מען איבערקוקן היסטאריע.
מיין צוויי צענט האט מיר אויפגעוויזן אז מענטשן זענען סעלפיש און מיינען נישט די כלל. און דאס זעלבע זענען מיט די דיעפּ סטעיט חברה. זיי מיינען נישט מיר און נישט דיר. ס'איז נישט במציאות אז ס'זאל זיין א גוטע זאך.
עס איז א פארצווייגטע נושא אבער פונקט אזויווי זיי זענען דובר אין אונדזער סאסייעטי. פאר די זעלבע סיבות איז אזוי אויף די גרעסערע בילד אויך.