אט דאס איז דאך די געדאנק פון עקספּערטיִז וסייענס דערביי: אז זיי האבן דאס געטעסט ומברר געווען בחוש. וואס דען מיינט עס דא? און אט דאס איז די סיבה אז דו גייסט דיך פארלאזן אויף עסטעבּלישד בּרענדס וואס גייען נאך עקספּערטיז, קעגן אַן עמעטשור, ווען דאס איז די איינציגסטע אינפארמאציע דו פארמאגסט. ופשוט. אין אנדערע ווערטער, אויב טעסט מען עפעס און מ׳זעהט בחוש אז די עקספּערטן זענען נישט גערעכט, ציהען די עקספּערטן אליינס צוריק דערצו, ווייל אט דאס איז דאך די גאנצע געדאנק פון ״עקספּערטיִז״ וסייענס. עס קומט נישט אריין קיין רוב דערביי.yatzmachp האט געשריבן:די reasoning אויף נישט צו גלייבן עקספערטן בלינדערהייט אדער נעמען זייער ווארט ווייל זיי זענען עקספערטן איז מיין ראיה פון ענדזשינירינג אז טאמער מען וואלט זיי געגלייבט אויף א מאשין אן דעם וואס מען וועט עס טעסטן טויזנט און איין מאל וואלט מען געווען חוזק על אף דער עקספערט האט געמאכט א הערליכן דיזיין. כשוכ"ש אויף טעארעטישע עקספערטן וואס מען קען נישט טעסטן זייערע טעאריעס און סאלושנס טאר מען זיכער נישט גלייבן בלינדערהייט.
בד"וו, ווען איך קויף עפעס אינטערעסירט מיך אינגאנצן נישט וועלכער עקספערט שטייט אונטער דעם מאשין. איך קוק נאר אויף די קוואליטי און אויב עס טוט דאס וואס איך וויל עס זאל טוהן און עס פיט מיין באדזשעט וואס איך האלט אז דאס איז ווערט. אויב אן עמעטשור האט עס געמאכט וועל איך עס קויפן פון אים. דער אמת איז אז אך וויסן ניטאמאל ווער עס שטייט אונטער דעם. און די wisdom of crowds וועט אויך אזוי טוהן. אוודאי וועלן זיין א מיעוט אזוי ווי דיר וואס וועלן זיך נאכפרעגן פונקטליך וועלכער עקספערט עס שטייט אונטער דעם מאשין, וועלכע אוניווערסיטעט ער האט געלערנט, וואס פארא דעגרי ער האט באקומען, וואס פארא סטודענט ער איז געווען, ווי פיל יאר עקספיריענס ער האט אין דעם פעלד וכו. כל הכבוד צו דיר.
וה"ה בנוגע קלימאט סייענס. די עקספּערטן שטעלן אראפ מאדעלן און טעאריעס אויף פענאמענאַ, לפי די דאטא וואס מ'האט. און אז מ'זעהט אז ס'שטימט מיט פּרעדיקשאנס וואס מ'האט געמאכט עפי"ז, ווערט דאך דאס וועריפייד בזה אויך. דאס איז די טעסט דא.
ווי איך פארשטיי ווילסטו טאקע זאגן אז בעצם גייט די געדאנק פון wisdom of crowds אָן, רוב מאל, ביי יעדעס זאך אויך (און נישט ווי איך האב געזאגט אז דאס "מיינט" און גייט אָן ביי אַן עוורידזש פון עניני עסטימעטס וכדומה) קעגן עקספּערטן, חוץ ביי רעליגיע וואס האט, אדער גאנץ אנדערע אופני הבירור, אדער האט נישט קיינע אופני הבירור בכלל. בין איך סתם אזוי נייגעריג וואס איז דיין גישה בנוגע ראיות על אמונה און די וואס לאכן דערפון? ווי אויך פון די וואס לאכן בכלל פונעם מושג פון "גלייבן" על אף פון עווידענס וואס קען מעגליך אויפווייזן אויף פארקערט?yatzmachp האט געשריבן:די וואס ווילן אפווענדן wisdom of crowds מיט א נארישע ארגומענט פון רעליגיע, וואס די יסוד פון רעליגיע איז אז מען "גלייבט" על אף פון עווידענס וואס קען מעגליך אויפווייזן אויף פארקערט, וואס דאס מיינט "אמונה פשוטה" פארשטייט נישט וואס דאס איז wisdom of crowds מיינט אדער פארשטייט נישט וואס רעליגיע איז אדער ביידע.
וואס איך מיין צו זאגן איז, אז עס קומט לכאורה אויס פון וואס דו זאגסט דא, אז פאר די וואס האלטן נישט פון אַן "אמונה פשוטה" צוגאנג אין אמונה, דארפן זיי בעצם, עפ"י ראציאנאל, מער אָנצונעמען קדושת ישו, זייענדיג אז דאס איז דא די הסכמת הרוב בזה. (חוץ טאמער ס'איז פונקט "קאנוויניענטלי" פון די מיעוט מאל ווי wisdom of crowds איז פונקט נישט גערעכט.) דאס איז אבסורד, ואפילו פאר די וואס האלטן נישט אז "אמונה" מיינט דייקא "אמונה פשוטה" און "גלייבן" על אף פון עווידענס וואס קען מעגליך אויפווייזן אויף פארקערט.
אגב, לפי דיין פארשטאנד אין וואס דאס איז wisdom of crowds, דאן וואס איז טאקע די חילוק דערביי צווישן דעם, וואו עס האלט יא, און צווישן ארגומענטום עד פּאפּולום, וואס איז נישט ריכטיג לפי (ווי דו זאגסט, "די וואס פארשטייען אַן ארגומענט" ו)דרכי הטענה? איך האב פריער מסביר געווען דעם דיפערענץ. אבער וואס איז די דיפערענץ לפי דיר?
איך וויל נעמען די געלעגענהייט דא ארויסצוברענגען אז בכל טענותי כאן, האב איך קיין איינמאל זיך נישט באנוצט מיט אַן עד האמינעם וחוזק קעגן @yatzmachp, ווי ער יעצט דא אויף מיר (אין רויט). איז דאס טאקע א וועג פון זיך טענה'ן?yatzmachp האט געשריבן:מי אני, איך עקספעקט נישט אז דו זאלסט פארשטיין וואס איך האב געשריבן, איך קען דיך שוין מיט דיינע אנדערע ניקס ממילא געב איך דיר איבער די פלאר און איך גיי דיר נישט ענטפערן נאר אויב דו גייסט מאכן א לאגישע ארגומענט אנטקעגן מיינע ארגומענטן אדער אויפווייזן אז די מציאות וואס איך האב אראפגעלייגט איז נישט ריכטיג. אבער אויב דו גייסט נאר שרייבן א ווערטער סאלאט וועל איך דיך לאזן האבן דעם לעצטן ווארט.
ווי איך האב געשריבן, האב איך נישט קיין אנדערע ניקס. אדרבה, ביטע זאג מיר ווער דו מיינסט אז איך בין אויך? אולי איז דאס מיר א קאמפּלימענט, ואל תמנע טוב מבעליו בהיות לאל ידיך לעשות (משלי ג כז).