איי איי אמעריטשקע...

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 805
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2537 מאל

איי איי אמעריטשקע...

שליחה דורך אלפא »

א גוט יאר חברים

איך האב מיר נארוואס צוריקגעקערט פון מיין וואקאציע אין די 'גאלדענע לאנד' אמעריקע לכבוד א שמחה, עס איז גראדע נישט די ערשטע מאל וואס איך בין דארט אבער יא דאס ערשטע מאל וואס איך האב א משהו מער אבסעווירט די קולטוארע חילוקים צווישן אמעריקא און אייראפע – ווי איך וואוין – וועל איך עס אביסעלע צולייגן דא.
אן אנטשולדיגונג למפרע פאר די סענסיטיווע פאטריאטן צווישן אייך וועלכע וועלן דאס מעגליך אננעמען פערזענליך.

איך וועל אנפאנגען מיט פאקטן פון מיין נסיעה'לע - געוויסע מערקבארע אנעקדאטן וועלכע האט געצויגן מיין אויפמערקזאמקייט, און דערנאך אפשר א לעפלע אנאליז.

• אנקומענדיג אין עירפארט אריינצוטשעקן – אין מיין וואוין-ארט האב איך געבעטן פאר אזא בעזינעט (א קליינע פלאץ פאר א בעבי צו ליגן אין פליגער), האט ער מיר פראבירט צו פארשאפן איין, ער האט מיר אפי' געטוישט זיצן פאר א טייערן זיץ צו זיין עליגעבעל פאר דעם (עס קען נאר ליגן ביי א וואנט פון פארנט) אבער למעשה לא עלתה בידו וויבאלד אנדערע האבן שוין עס אויסגעכאפט און עס איז נאר דא א מספר מצומצם אויף יעדע פליגער דערפון. פילדיג שלעכט פאר מיר האט ער מסדר געווען איך זאל האבן אן עקסטערן זיץ פארן בעבי עכ"פ – הגם איך האב לכתחילה נאר באצאלט פאר א infant on lap.
• אויך האט ער מסכים געווען אריינצונעמען מיין עקסטערע האנט-באגאש (וועלכע איך האב גענומען פאר קליידונג אנשטאט צאלן פאר א רענצל) פון אונטן פון פליגער, מיר אפצוליידיגן מיינע הענט.
• אנקומענדיג צום געיט האט דער מאן-דאמר דארט מיר געזען מיטן קינד און מיט א doona (א געבארגטע אגב..) וועלכע בד"כ שיקט מען אריין פון אונטן פונעם פליגער פארן אויפשטייגן, זעענדיג דאס און מיין עקסטערע זיץ האט ער מיר אנגעטראגן דאס מיטצונעמען אויפן פליגער ארויף, צו האבון א מכובד'יג מקום פאר מיין זונ'דל.

ע"כ די הקדמה. די נסיעה אליין איז ב"ה אדורך געשמירט.

• אנקומענדיג קיין JFK– זייענדיג אויסלענדישע – האט אונז אפגעווארט א שורה פון דארט ביז האוואי, געהערט פון א צווייטן וואס האט ליטערעלי געווארט דארט 3 קיילעכיגע שעה! ב"ה איך בין אפגעקומען מיט חצי כופר 'נאר' ווארטענדיג 1.5 שעה אין יענע שורה – ווי קיינער האט זיך נישט צוטון געמאכט פונעם פאקט בכלל אז דא זענען דא מידע אויסגעמאטערטע אויסלענדער – נאך א לאנגע רייזע – אפגערעדט פון בענקלעך אדער עפעס, זענען רוב בארדער טישלעך גאר געווען פארמאכט, מיט א מכשפה אין פארנט מאכענדיג יאמערליכע קולות אויף ווער נאר עס דערוואגט זיך צו טרעטן איבערן ליניע פאר די צייט, ווער רעדט נאך פון געבן פרייאריטעט פאר גרעסערע משפחות אדער משפחות מיט קליינע אומגעדולדיגע קינדער (ווי אין אסאך איירופעישע עירפארטס)...
• א מין צוריקגעשטאנענקייט וואס הערשט דארט, שוין לאנג נישט געזען אזאנס – זיכער נישט אין אזא מאדערנע לאנד וועלכע איז זאגאר די יושב ראש פון פארגעשריטענקייט, אן אפגעריסענע שטח פון די ניינצן דרייסיגערס נאך, אן קיין קלארע סיינס וואו יעדע זאל גיין אדער זיך שטעלן, פלוס די קולות טאמער בטעות פארשטייסטו נישט אליין..
• די אפיציר דארט זעט אויס ממש ווי פון די אינקיוויזיציע ארויס, דערוואגן זאל א שמייכן זיך צו באווייזן..
• א טראלי פאר די רענצלעך ווילסטו? אהער מיט 6 דאללער און דו מעגסט האבן די זכייה צו נוצן 'אמעריקע'ס וועגעלע פאר געציילטע מינוטן! די אמעריקאנער מענטאליטעט בתוקפו! דו פארשטייסט מסתמא אפי' נישט וואס איז מאדנע דערין, ווילסט נוצן - באצאל?! טאקע דערפאר האב איך געמאכט מיין הקדמה'לע.
• אנקומענדיג נאך די קאסטומס, ווארטענדיג אויפן טעקסי, וואס מיינט עטס, דארט איז יא געווען וואו זיך צו זעצן נאכן שטיין אזוי לאנג? א נעכטיגן טאג! אין אמעריקע זיצט מען נאר אין חד גדיא..
• דא האב איך גראדע געמאכט א שטיקל טעות (איגנארירנדיג די ווארענונגען נישט צו נעמען די מעקסיקאנער פריוואטע טעקסי דרייווערס, איך האב זיך אבער פארט איינגערעדט אז עס וועט זיין ביליגער ווי די געלע שמאטעס..) און געפאלן צום בקשה פון די פילצאליגע 'היימישע' טעקסי דרייווערס – וועלכע האבן אזא שמור-לי-ואשמור-לך-ביזנעס פון רעקאמענדירן איינער דעם צווייטן, לאזענדיג זיך איינרעדן פון זייער צוזאג אז עס גייט נישט קאסטן מער ווי $75 אריין קיין וויליאמסבורג, למעשה אנקומענדיג (אן קיין טראפיק) ווייזט ער אויף זיין אומשילדיג מיטער וועלכע צייגט אזוי געלט-גייציגערהייט נישט מיר נישט דיר 120 דאללער, האבענדיג געפארן מיט אסאך אנדערע האב איך געוואוסט אז שוין צורעכענענדיג די הימל שרייענדע אינפלאציע דארף עס נישט צו זיין מער ווי $100 לכל היותר, און דאס האב איך אים אהין-געגעבן, ער האט געוויינט איבער זיין פאמיליע וועלכע ער דארף נעבעך אויסהאלטן און אז זיין מיטער איז פולקאם אויסגעהאלטן, אבער מ'אוביי תחכמיני'דיג האב איך דאך אויך א פאמיליע.. איז עס געבליבן ביי דעם.
(אויב זענט איר באזארגט, ווייס איך שוין פונעם קאר-סערוויס וואס נעמט א קנאפע 50 טאלער – גענוצט אויפן וועג אהיים.)
• די דירה'לע מוז איך זאגן איז געווען פיין צוגעשטעלט (דורך א קרוב מיינע – פארשאפט בחינם)
• פאנגט זיך אן מיט עסן און אמעריקע. ווייסן מיר דאך אלע ווי עס זענען דא די בעסטע מאכלים? אין אמעריקע פארשטייטצעך! אבער וואסעפעס? טאקע אן אויסוואל פון בייגל ביז פיצא/סושי ביז פליישיגע רעסטוראנען, אבער מער-ווייניגער אלעס מיטן אקוראט דעם זעלבן שניט. דא אין איירופע – טאקע ווייניג אכילה, אבער ווי יא, איז עס אייגענארטיג אין סטיל און געשמאק. ווער רעדט נאך פון די פרייזן, ווי פאר אן אומשילדיג נאכטמאל איז $50 דאלער דזשאסט אבאוט גענוג.
• גיין צום גראסערי איז פשוט אן עבירה! די הימל שרייענדע פרייזן דארט, די אמאליגע פריצים האבן נישט געקענט אויסליידיגן זייער מאסן'ס טעשער אזוי גוט ווי איין אמעריקאנע גראסערי אויספלוג. אזש איך פארשטיי באמת נישט פארוואס דער עולם איז נישט אויף הונגער סטרייק. נאכדעם וואונדערט מען זיך נאך פארוואס די גראסעריס לייגן נישט זייער פרייזן אויפן פאליצע #ווייז-די-פרייז?! א פאברעך פאר זיך..
• אז מ'רעדט שוין פון טייערע עסן האב איך אויפגעפאסט ביי וועם אלס איך בין נאר געווען, די הויכע סטאנדארד פון עסן צו וואס מען איז געוואוינט, נעם אסטרייכער קוקיס, גאלדען פלאו אראנדז דזשוס, מהדרין יאגורטס, און א טוץ פון אנדערע טייערע ברענדס, וועלכע זענען משום איזה סיבה די 'נארם' דארטן, און לאו דוקא ביי פארמעגליכע אירע, דאהי זענען אויך דא די אלע ברענדס, אבער על אף זייער בעסערע קוואליטעט(?!) איז עס דיגנאזירט פאר עשירים. פינטל. פשוטע אידן קויפן ביליגערע עסנווארג.
איך האב דאס מצדיק געווען מיט די 'פוד-סטעמפ' געניסעריי וועלכע ברענגט אז עסן זאל זיין מעגליך מער א שפענדעריי. אולי.
• און רעדענדיג פון איינקויפן, די געדאנק דארט פון 'פלוס-טעקס' וויזויהייסטעסנאר, דאס אז אויפן פאליצע איז דא איין פרייז אבער מות יומת - צאלן וועסטו צאלן - געוויס אויך פאר אונזער הויכ-געשעצטע רעגירונג, צו וואס מודיע זיין פאראויס? צו וואס עס אריינרעכענען אינעם פרייז לכתחילה? ממש א שאד. אפשר דערפאר זענען אייראפעיער ארימער – זיי האבן נישט געכאפט די מארקעטינג גאונות פון די אמעריקאנער סוחרים..
(איך וועל זיך פרייען צו הערן אז דאס איז אזא געזעץ צו וואס - נישט פארמינערנדיג די מאדנעקייט דערפון..)
• וואס מען קויפט איז א באזונדערע סוביעקט, דאס אז 'יעדע' -אויסדרוקליך- קויפט די זעלבע זאכן (נישט קיין וואונדער די ענליכע עסן סטילן,) מיין ווייב האט דאס ממש נישט געקענט דערטראגן, פון די קערידשעס, די מעטשינג קליידער, די טייערע צירונגען, א.א.וו. טון 'אנדערש ווי יעדעם' אדער קויפן אין די ביליגערע סארט געשעפטן איז נישט סתם קיין עוולה, עס באשיינפערליך כאראקטיזירט דעם קונה אלס 'כאנטש' אדער אין בעסטן פאל אלס אן עליען... איז דאך לעיזער קרויס הייליג גערעכט!
• די צוריקגעשטאנענקייט ווי פריער דערמאנט, שפיגלט זיך אפ ווי נישט. זייענדיג צוגעוואוינט צו נוצן פובליק טראנספארטאציע האב איך עס גענוצט דארטן אויך – הגם מאן דכר שמיה, קיינער האט נישט געהאט קיין אנונג איבער זייער סקעדולס וכדו', נעמליך, קארס איז דאך די 'נארם'.. – אבער איך וועל מודה זיין אז עס איז טאקע געווען יענץ געשעפט, אפגעריסענע סטאנציעס – טאקע פאסיג פאר א וואוינארט פאר די טויזענטע אימיגראנטן און היימלאזע. צופליקטע באנען, (נישט אז די מאנסי-טרעילס באס איז עפעס בעסער..). אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן נישט קיין חילוק ווי נאנט – מוז מען לכה"פ טוישן צוויי מאל אינצווישן. ווער רעדט נאך פון די עלעוועיטארס ארויס פונעם סטאנציע, די שמעק דארט קען זיך רואיג פארמעסטן מיטן סקאנק...
• די פרעכהייט אין אמעריקע בכלליות, ווי ביי די עזרת נשים איז מיין ווייב געווען שאקירט צו הערן פריוואטע נושאים צוגאסן אין די מאסן - ווי מקוה אדער פריוואטע לעבן, און אויפן באן, איז עס מיט דעם דיסרעספעקט איינער צום צווייטן שטופענדיג זיך ארויף און אראפ ווי כאילו קיין צווייטע אין עקזיסטענס, און אויפן ראוד אודאי ווען טראפיק געזעצן אדער סטאביליטעט איז קיין נושא בכלל, ווייסט בכלל איינער אז די לינקע ליניע אויפן הייוועי דארף מכלומ'רשט צו זיין די שנעלערע ליניע?!
איין נקודה טובה איז יא דא דערין, אז מ'נעמט עכ"פ אן זאכן זייער נישט פערזענליך, ווען איינער פייפט (אויך אזא טרענד..) פייפט מען צוריק, איינער כאפט זיך אריין אין פארנט – איז נישט עק וועלט – אנדערש ווי אייראפע ווי חשבונות האלטן אן ווילאנג יענער איז נאך אין האריזאנט.
• סיינס און באן סטאנציעס אדער אויפן ראוד איז נישט צום דבר בכלל. די שאנסן צו בלאנדזשענען זענען גרעסער ווען מ'גייט נאך די סיינס ווי ווען מ'פראבירט צו 'געסן' דעם וועג אליין. פון עקספיריענס.
• די היצן און הומידיטי יענער וואך איז פארשטייט זיך נישט די איינוואוינערס שולד, אבער פארט עפעס וואס וואלט געמעגט אראפקלאפן זייער שטאלץ.
• א ביהמ"ד איז ווי א באן סטאנציע, און א חתונה איז ווי א שאפינג-מאאל! די מניינים פארן ווי טרעינס, און יא, מ'איגנארירט זיך אויך איינער דעם צווייטן ווען מעגליך. און ביי א חתונה (שוין אפגעזען די חופה אויפן גאס – ווי א מארקעט.) טוט זיך די ביזנעס אויפן העכסטן פארנעם ווי נישט דיר מיינט מען.. איינער האט דיר געלאדנט בכלל דא צום עקספאו? אנטשולדיגט, איך האב פארגעסן אז ניטאמאל דעם פראגע וועסטו הערן..

איצטער אפאר שיינע חלקים:
• סערוויס פון אלע סארט (פאר געלט שטייטצעך) איז דא אסאך, אריינגערעכנט אן אויסוואל פון געשעפטן און שולן!
• מ'איז מער העפליך און ווארעם.
• מ'קריכט נישט אין קיינעמס קישקעס אריין.
• וואו זיי ווילן איז שוין איינמאל מאדנעזירט – א שטייגער ווי די געגנט ארום און אין דעם פרידאם טורעם אין מאנהעטן (און להבדיל אסאך בתי מדרשים).
• רוחניות (און רעזאלט פון גשמיות..) שפרידלט אויף א מאסיוון פארנעם – הגם זייער סיסטעמאטיש ווי געשמועסט.
• צווישן די אלע רעסטוראנען איז למעשה דא גוטע בשר אויך.
עס גייט ווייטער, נישט געזארגט, איך בין נאר נישט און די פאזיטיוון גיסטע יעצט איבער דעם לאנד...

• נישט פארגעסן די צווייטע טייל פונעם עירפארט געשיכטע, וואו אויפן וועג אהיים נישט נאר וואס פאר געוויסע (צוריקגעשטאנענע) סיבות איז מיין קינד'ס טיקעט געווען אומזעבאר און איך האב געדארפט צאלן אויפן פלאץ פאר א נייע, ניטאמאל אויסהערן וועגן א בעסערע זיץ לכבוד די בעבי האט דער יעניגער מסכים געווען, למעשה איז געווען דארט א ליידיגע זיץ, אבער די געדאנק פון ארויפנעמען דעם doona אן באצאלן דעפאר איז געווען ווי נבלה רייד, נישט משנה וואס די חברה אויפן וועג אהין האבן געטון. די ליניע ווידער פאר סעקיוריטי, די צוריקגעשטאנענע סיסטעם פון סקענען, און די הארטנעקיגקייט דארט, איז דאך שוין בס"ה חזרה, אבער פאר מיר איז עס פריש געווען פיינפול.
• ב"ה מ'איז צוריק אהיים בשלום, און נאר פאר איך פארגעס, דאהי אין עירפארט האב איך דאס מאל אויפגעפאסט אויף די צוגעשטעלטע בענק צו זיצן בשעת'ן ווארטן פאר די רענצלעך אויפן בעלט.. אן אימזיסטע באנוס..

איך מיין עס איז קלאר אז איך בין ווייט נישט קיין פאטריאט פאר אמעריקע, אויב עפעס, זייער אויפגערעגט אויף די אוממענטשליכקייט דארט. דאס אבער אז איך זע נאר די מעלות אין מיין מדינה און בעיקר די חסרונות דארט איז פארשטענדליך, בפרט אז צו וואס מען איז צוגעוואוינט איז ביי דעפינאציע א מעלה און נארמאל.

עס האט זיך פארצויגן לענגער ווי געפלאנט, (איך האב אליינס נישט געכאפט ווי בייז איך בין.. עס איז נישט שלעכט זיך אויסצוגעבן אויף פאפיר – נוסח אייראפע..) נאר איין ווארט אלס דרויסענדיגער אנאלאזירער:

אין איין ווארט איז מיין אנאליז אז די גרויסקייט און דעמאגראפיע פון אמעריקע איז וואס האט לכאו' צוגעברענגט אזא קולטוארע עיליענעישאן-alienation, ווי יעדער זעט נאר זיך און האט פשוט נישט קיין צייט (-טיים איז מאני) צו באמערקן אדער קערן – אפגעזען זיך צוקראצן פון א צווייטן. די עקאנאמיע און מענטאליטעט איז זייער פלואיד – עס רינט - מ'פארגינט מער, מ'גיבט אויס מער, און יא, מ'מאכט אויך מער אין רעזאלט. די סיסטעמאטישקייט מיט וועלכע דאס ווערט אבער באגלייט איז אומדעטרעגליך פאר א דרויסענדיגער, הגם אויפן ערשטן בליק זענען די אפארטוניטיס און מעגליכקייטן היבש גלאנציג פאר אן ארימער אויסלענדער.
די צוריקגעשטאנענקייט איז נאך א תוצאה פון זיין מיטן קאפ צו סאך פאראויס, און די געלט-גייציגקייט בס"ה א סורווייוועל מעכאניזם.

די שטאלץ אין/מיט אמעריקע איז בעצם נאך א נושא, אבער אויבן אויף נעמט זיך עס פון די באקסעדיגע סיסטעם ווי מען וואקסט אויף און ביי דעם ענדיגט זיך די (בעסטע) וועלט.

לעומת זה, אין אייראפע לדעתי, וואו הגם אלעס פארט שטייטער און פונקטליכער, קומט עס אבער מיט מיט מער קוואליטעט – וועלכע מ'קען שווער מסביר זיין פאר א פאריאגטע אמעריקאנער וואס האט קוים צייט צו טראכטן איבער קוואליטי אדער מינונג. דער וואס פארשטייט פארשטייט!
עס איז בולט אין די חילוק צווישן אמעריקאנער קארן אנקעגן אייראפעאישע (דייטשע וכדו') ווי די אמעריקאנער זענען מעגליך באקוועמער אויפן שארט טערם (ווער האלט דען א קאר לענגער..) אבער די פונקטליכקייט און דויערהאפטיקייט פון אייראפעישע קארן איז אומפאגלייכבאר פאר וועם נאר עס מאכט אויס...

אין א טענה'ריי מיט א חבר (נאך זיין ערשטן באזיך דארט), ווי ער איז געווארן אנציקט פון די פאקט אז מען judged כמעט נישט קיין צווייטן דארט (כ"ז ער פאסט אריין לפנים אינעם סיסטעם), און אז די ווערייעטי פון מענטאליטעטן און אפציעס איז פאר אים ממש מעין עולם הבא, האב איך אים געראטן צו וואוינען דארט פאר אפאר חדשים, און אליינס פילן די הונגער אין זיין זעל פאר די אויפמערקזאמקייט און לעבנס ווירדע צו וועלכע ער איז געווארן נורטורד אלע זיינע יארן..

גענוג געווען פאר יעצט. כ'האף נאכאמאל עטס זענטס מיר מוחל פאר די כפיית טובה פון הכנסת אורחים, איך טו עס על סמך ענקער מעלה פון זיך נישט צוקראצן..

יישר כח פארן אויסהערן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלפא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר