חינוך פאראדאקס

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 728
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2240 מאל

חינוך פאראדאקס

שליחה דורך אלפא »

הערענדיג דאס, און טראכטענדיג אסאך איבער אונזער 'סיסטעם' וואס מען דארף טוישן און צו מ'דארף בכלל עפעס טוישן? ובפרט הנוגע אין די חינוך ראלם.

ווי פון איין זייט זענען א זייער א גרויסע פראצענט מענטשן צופרידן אין אונזערע קהילות, - אט איז א ציטאט פון יובל נח הררי'ס ביך (21 לעקציעס..)
Although they are poor and unemployed, in survey after survey these ultra-Orthodox Jewish men report higher levels of life satisfaction than any other section of Israeli society. This is due to the strength of their community bonds, as well as to the deep meaning they find in studying scriptures and performing rituals. A small room full of Jewish men discussing the Talmud might well generate more joy, engagement, and insight than a huge textile sweat shop full of hard-working factory hands. In global surveys of life satisfaction, Israel is usually somewhere near the top, thanks in part to the contribution of these jobless poor people.
ווי אויך וואס איזי פאזען ברענגט ארויס אין יענעם ווידעא אז ווייניגער צופרידנשאפט אויפן ברייטער פארנעם האט ער זיכער נישט באגעגנט.
אזוי אויך לאמיר זיין גענוג אפן און אקצעפטירן די וועליו, עכ"פ פאר געוויסע, צו אויפוואקסן און לעבן אין אזא פארמאכטע אינווייראנמענט, פלוס די אנדערע מעלות וואס עס פארמאגט. וועלכע וועלן בהחלט עלימינירט ווערן – זיכער במקצת – מיט שינויים פון יעדן סארט.

לאידך גיסא, האט עס זייער אסאך חסרונות (דוק בשטיבל הלזה..) בעיקר טאקע פאר די וועלכע טרעפן זיך נישט דאס פלאץ אדער באקוועמליכקייט מיט אזא פארמאכטקייט וכו', פון ווי ארויסצוזען איז איינער פון די שווערסטע זאכן – אין טייל – מחמת די מעזשורס וועלכע די חרדים נעמען אן דאס צו פארמיידן.
טוישן אפי' נאר דעם אטיטוד (כלפי OTD'ס וכדו') איז שוין אויך צו א פונדאמענטאלע טויש אינעם יסוד פון דעם סיסטעם וועלכע איז געבויט אויף אינסולאציע און אויף זעלבסט ווירדע וד"ל..

מ'קען אנקוקן די דילעמע פון א לידערשיפ פערספעקטיוו, דהיינו, אן אינסטוטוציע וואס קומט מיט א דרייוו עס צו פארבעסערן. לדוגמא די גאווערנמענט וועלכע דערזעט זיך מיט צופיל באריכטן איבער נחשלים און אויפגערעגטע חברה וועלכע שטופן א טויש, אדער גאר דורך אזאנע אפגעפארענע באנדעס זעלבסט וועלכע עומדים עלינו לכלותינו, אדער ליציאה געוויסע רבנים וועלן באקומען א טראפקעלע געפיל און שכל אריינצוקוקן אין די פראבלעמען און שפעקולירן פאר אן עצה, וואס אין דעם פאל איז די החלטה באמת שווער ארייננעמענדיג די גאנצע בילד מיט אלע קאנסעקווענסן דערפון סיי די געזאגטע (ווי פון די אפגעפארענע) און סיי פון די ריזן פראצענט אומגעזאגטע (די קהילה פון אינעווייניג), סיי בהוה און סיי בעתיד, אזוי אויך די אמת'ע צורך פון די רעליגיעזע רעכטן פאר דער וואס איז ריכטיג געבינדן דערצו. אין אזא אסיפה האב איך מורא אריינצורעדן.

וואס מ'קען יא אביסל צונעמען איז די סאציאלאגיע פון סיסטעמען און קאמיוניטיס בכלליות, וועלכע ברענגען מיט זיך סיי די געוואלדיגע מעלות און צופרידענהייט ווי געשמועסט פאר רוב תושבים, אבער פון צווייטן זייט קומט מיט מיט יעדע גוטע זאך די טונקעלע זייט דערפון, און מ'קען אנאליזירן פון א יוטיליטעריען פוינט אף וויו (אז מאקסימום צופרידענהייט איז די ענדגילטיגן ציל) וואו די גאלדענע שטריך ליגט אין ארויסברענגען די מערסטע בענעפיטן מיט די ווייניגסטע קאסט.

אין אונזער פאל איז דאך דא די פאראדאקס אז מ'קען נישט באמת אויפהאדעווען אונזער יוגנט מיט אן אפציע – אדער אפי' לייכטזיניגקייט – זיך ארויסצוזען פון אונזער סיסטעם, ווייל דאן גייט מען בדרך הטבע שנעל בלייבן מיט גאר ווינציג איבערגעבליבן (אן הנחה – לאו דוקא פאקט – וועלכע ליגט אונטער די חרדישע פילאזאפיע). אבער מער פון דעם גייט אזא סארט קהילה אויפן ערשטן פלאץ ווייניגער אפרישיעיטן זייער אייגענע וואליוס וואס פארמירט לכתחילה א שוואכערע בונד צווישן די קהילה אליין (נעם מאדערן ארטאדאקס פאר א דוגמא..).
עס עמברעיסן שפעטער אין לעבן גייט נישט ארבייטן (נעם ס*** עדיוקעישאן לדוגמא) סיי ווייל די פאקערטע איז געווארן אינגרעיווד פון יונגווייז אן, און סיי ווייל ווער זאל דאס פונקטליך אריינברענגען? וויאזוי זאל מען דאס פראקטיש אויספירן – בו בזמן האלטענדיג די יונגוויז 'ריין' פון אונזער אייגענע השקפות אזוי-צו-זאגן?!

אין אנדערע ווערטער, עפענען אינגערהייט מיינט אוועקנעמען די מעגליכקייט (על דרך כלל) פון פארמאכטקייט און די בענעפיטן און מעלות וועלכע קומען נאר דערמיט. פון די צווייטע זייט פארמאכן ביזן באקומען שכל, האט מען שוין בידים אויסגעריסן א חלק פון די שכל נאך איידער ער איז בכלל געקומען לכלל דעת. ס'איז אביסל ווי אן החלטה טאמער מ'וויל בכלל ווערן געבוירן, וואו ס'פשוט נישטא ווער ס'זאל עס באשליסן ריכטיגערהייט...

פערזענליך בין איך ב"ה פון די צופרידענע אין אונזער קהילה, הגם איך מוטשע מיך מיט טאקע דעם דילעמא לגבי מיינע קינדער – און בכלליות לגבי די חינוך סיסטעם. דערווייל נעם איך יא אן די מהלך פון האלטן יונגווארג ביי די אמונות הכרחיות אזוי-צו-זאגן, אפגעזען ווי ווייט איך אליין האלט צומאל אנדערש. איך האלט דאס איז די מער אפעקטיוון מהלך, און ממה נפשך, וועט ער האבן שכל -און וועט זיין צופרידן- וועט ער דאך (האפענטליך) צוקומען צו אן ענליכע פלאץ ווי מיר (הגם מיט מער הילף..). וועט ער נישט האבן קיין שכל – טא, צו וואס אים אויפקלערן? די איינציגע אפציע בלייבט אז ער וועט האבן גענוג שכל מיט ווייניג סעטיספעקציע ווי דאן גייט ער זיך וועלן זען ארויס אינגאנצן מיט א שווערערע וועג צו מאכן.. (אנדערש ווי @מי אני דא)
למסקנה וואלט איך געזאגט אז מ'דארף מער פאקוסן אויף די סעטיספעקשאן און צופרידענהייט, בו בזמן בויען ביי זיך אליין אן אפענקייט. וועלכע וועט לימים ברענגען סיי טאלעראנץ אבער בעיקר סטאביליטעט פאר די קומענדיגע גענעראציעס..

נאר צוענדענדיג מיט א ווארט וואס איך האב אמאל געהערט (דאכט זיך אויף 'העדליינס' הלכה האטליין) ''די בעסטע וואלט געווען צו ווערן געבוירן אין א חסידישן-ווארימע שטוב, אלס בחור קאנווערטן צו ישיביש – קונה זיין ווי מער, און אלס אינגערמאן אריינגיין אין מאדערן ארטאדאקס קהילה...''
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר