אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א....
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מיט א ביסל אן אנדער'ן קנייטש: אויב זאכן וואלטן זיך אויסגעשפיעלט ווי (ר') משה גבאי האט געוואלט, וואלט מהר"א מ'סאטמאר געדרייווט א טעקסי אדער פארראכטן שיך (און שטיוול). אדער, בטובו הגדול, וואלט ער געהאט א קליין בית מדרש'ל ערגעץ אין א בעיסמענט אין פלעטבוש...אבער. הקב"ה האט אנדערש געוואלט. און מהר"א שליט"א איז מרא דאתרא פון די שטאט קרית יואל והגלילות. (טאון אוו פאלם טרי, אין ענגליש). און ער פיהרט א שיינע קהילה און ישיבה. ועוד ידו נטויה...בעז"ה.!
וואסי? דו האסט נישט געוויסט אז בערל בעל עגלה איז אן אהרוני (און א ציוני.) לאל
וואסי? דו האסט נישט געוויסט אז בערל בעל עגלה איז אן אהרוני (און א ציוני.) לאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2020 9:06 pm
- האט שוין געלייקט: 99 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
Wow! @שמן למאור איך האב נישט געקענט אויפהערן צילאכען!שמן למאור האט געשריבן:סאטמאר רבי רעב אהרן וואלט געווען די גרעסטע בילדינג פליפער אין די טריי סטעיט עריע, זיין אינסטעגראם וואלט געהאט די מערסטע פאלאערס, ער וואלט געווען א הייסע טראמפיסט מיט א דורעקטע נומער צו קושנער. אלע גרויסע שישקעס וואלטן אינוועסטירט ביי אים מיליאנען, רוב וואלט ער אנגעזעצט און זיי וואלטן אים צאמגעשאלטן אגאנצן טאג, די איבריגע וועלן זיך שווערן אז ער פארשטייט גאר גוט וואס ער טוט.
מהרז"ל מסאטמאר וואלט געווען א פלעינע איד מיט א ביזנעס און א שיעור ביינאכט.
פאפא רבי וואלט געלערנט מיט בחורים אין ישיבה, רוב בחורים וואלטן נישט הנאה געהאט, סאו ער וואלט געדארפט טוישן בחורים יעדע זמן, אבער ער וואלט מיט אן עקשנות נישט געטוישט ארבעט פאר פערציג יאר. ער וואלט געווען די עלטערע איד וועמען אפילו די בחורים וואלטן זיך געטרויעט אריינצושטעקן א ציצית אין די אויער ווען ער פארקלאצט זיך.
באבוב'ער רבי וואלט געווען אן ארבעטער אין א ספרים סטאר, ער וואלט בעיקר געווען ביזי זיכער צו מאכן אז די קינדער קומען נישט סתם ליינען די קאמיקס בוקס.
באבוב 45 וואלט געווען א מגיד שיעור אין א ישיבה.
סקווירא רבי וואלט געווען א אנלייסנסד טעראפיסט. ער וואלט געהאט א ספעציעלן קנעפל אויף קול מבשר ווי ער וואלט געגעבן עדווייס וואס וואלט געווען סיי לאנגווייליג און סיי נישט צו דער זאך. דאך וואלט ער געהאט פארברענטע נאכפאלגער וואס וואלטן געצאלט תבין וטקלין פאר זיינע קאורסעס ווי ער וואלט פארגעשטעלט אן אייגענע אויסגעטראכטע מהלך אין לעבן וואס נאר ער האט ארויס.
סקולענע רבי וואלט געווען א קאר סערוויס דרייווער וואס מוטשעט זיך געפערליך מיט שמירת עינים. פינקט וואלט אים די באשעפער אלעמאל אריינגעשטיפט אין קאר פרויען רח"ל, און יעדע יום כיפור נעמט ער זיך פון פריש אויס אז ער לאזט אפ די דזשאב, ביז ענדליך אים געלונגען צו ווערן די נאכט לייגער אין א ישיבה, די בחורים זענען זיך מחיה ווייל מען קען טון וואס מען וויל. פאר א סייד דזשאב איז ער מסדר די ספרים אין די אוצר הספרים.
בעלזא רבי וואלט געווען א חרדי אניס, א באהאלטענע אפיקורס. פאר פרנסה וואלט ער געווען אן ארכיטעקט וואס מען קומט פרעגן די גאר קאמפלעצירטע שאלות. ער וואלט געווען פון די גרעסטע שרייבערס אויף קאווע שטיבל מיט די מערסטע ווארענונגען פון די מנהל. יעדע צווייטע תגובה וואלט געווען אויסגעמעקט, און עס וואלט געשטאנען אין רויט, "כפירה איז נישט ערלויבט" אדער "שרייב נישט בייסיג".
סטאלנע רבי וואלט געווען א טור גייד אין אילת פאר היימישע אידן, די וויאוס פון זיינע יוטוב ווידיאוס וואלטן דערגרייכט אין די מילאנען.
וויזניצע מאנסי רבי וואלט געווען א באס רבי, שפעטער וואלט ער אפגרעיטעט צו א קינדערגארטן מלמד.
לימינובער רב וואלט געווען א לייף אינשורענס אגענט, ער וואלט יעדעם אריינגענארט מיט די טייערסטע פאלעסי און יעדער וואלט נאכאלץ געמיינט אז מען באקומט די בעסטע דיל אין די וועלט.
מאקאווע רב וואלט געווען אן אורחא פורחא וואס וואוינט אין שומר שבת, זיין בני בית וואלט זיך געשפייזט פון תומחי שבת פעקלעך.
גורע רבי וואלט געווען א פאנזי סקעים שווינדלער, ער וואלט געווען פון די אויבן אן אידן וואס ערלויבן זיך צו קויפן מפטיר יונה, און שנדר'ן שיין, אבער די עולם וואלט געוויסט צו זאגן אז ס'איז נישט כשר געלט.
מרכז וויזניץ רבי וואלט געווען אן אקטיאר אין די אינטערן פלעיס, רוב מאל וואלט ער געווען די בייזע פריץ אדער די שלעכטע גלח.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א...
וועלכע קוואליפיקאציעס האט רז"ל פאר א הויכראנגיגע פאזיציע אין א גרויסע פירמע?דערהויבענע איד האט געשריבן:בעלזא רבי וואלט ארויסגעקומען מיט א דוקעמענטרי קעגן גור, און פאר א סייד זשאב ארויסגעגעבן א פירוש אויפן רמב''ם.
זלמן לייב וואלט געווען א מער פון הויכראנגינגע מענעזשער'ס פון B&H, אדער אן אקאוינטיג פירמע.
בן ציון באבוב'ער וואלט לכאורה געווען א גרויסע מוצלח אין ביזנעס.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א...
איך ווייס נישט מיט אנדערע רבי'ס אבער גערער רעבע וואלט לכאורה געווען ארבעטלאז
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א...
תולעת יעקב רבי וואלט געווען א סוקסעספול קאפירייטער פאר מאדנע רבי'ס נעמען. צווישן זיינע בליציגע מוח-שטורעמנדע קליקבייטס:. "נמלת מנשה", "צואת יששכר", "חולדת דבורה" "קישקעס זבולון" און "חארטת מתושלח"
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: אויב וואלט ער נישט געווען קיין רבי, וואלט ער געווען א...
בארדיטשוב'ער רבי וואלט אריין אין האח הגדול אין געפלויגן אין ערשטע פרק
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
פארוואס דארף מען רעדן פון דזאבס ווי כאילו דזאבס מאכט דער מענטש , לאמיר ענדישער רעדן וויזוי זיי וואלטן אויסגעקיקט פערסענעליטי אויס און אויך זייער שטאנדפוקט אין בית מדרש
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
פארוואס קנייטשטו אנדערש?berlbalaguleh האט געשריבן:מיט א ביסל אן אנדערן קנייטש: אויב זאכן וואלטן זיך אויסגעשפיעלט ווי (ר') משה גבאי האט געוואלט, וואלט מהר"א מ'סאטמאר געדרייווט א טעקסי אדער פארראכטן שיך (און שטיוול). אדער, בטובו הגדול, וואלט ער געהאט א קליין בית מדרש'ל ערגעץ אין א בעיסמענט אין פלעטבוש...אבער. הקב"ה האט אנדערש געוואלט. און מהר"א שליט"א איז מרא דאתרא פון די שטאט קרית יואל והגלילות. (טאון אוו פאלם טרי, אין ענגליש). און ער פיהרט א שיינע קהילה און ישיבה. ועוד ידו נטויה...בעז"ה.!
עכ"פ יעצט ווען זאכן האט זיך אויסגעשפילט נישט ווי (ר') משה גבאי, איז ער פארנומען טיילן הייליגע נעמען פאר געגנטער עס זאל ח"ו נישט האבן קיין זכר פון גוי'אישקייט (און דו האסט נאך די העזה צו רופן דעם הייליגן שטעטל טאון אוו פאלם טרי! דאס איז א חסיד?)
אלזא ווען ער איז נישט קיין רבי, וואלט ער אפשר געווען גאר פאסיג צו טיילן נעמען פאר שטעטלעך.
ניין!!! אונז האב מיר קיינער גארנישט געוואוסט! פליז טעל אס אבאוט איט...berlbalaguleh האט געשריבן:וואסי? דו האסט נישט געוויסט אז בערל בעל עגלה איז אן אהרוני (און א ציוני.) לאל
אלעס נאר בדרך צחות, ר' בערל אדער עני חסיד פון מהר"א. ביטע נישט נעמען מיינע ווערטער ערנסט, איך וויל נישט קיינעם וויי טון...
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
פאלויט גוט רול'ס.טמיר האט געשריבן:וועלכע קוואליפיקאציעס האט רז"ל פאר א הויכראנגיגע פאזיציע אין א גרויסע פירמע?דערהויבענע איד האט געשריבן:בעלזא רבי וואלט ארויסגעקומען מיט א דוקעמענטרי קעגן גור, און פאר א סייד זשאב ארויסגעגעבן א פירוש אויפן רמב''ם.
זלמן לייב וואלט געווען א מער פון הויכראנגינגע מענעזשער'ס פון B&H, אדער אן אקאוינטיג פירמע.
בן ציון באבוב'ער וואלט לכאורה געווען א גרויסע מוצלח אין ביזנעס.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג:--- ---סארי. איך האב געקוילערט פאר געלעכטער.
מהר"א שליט"א איז דער מרא דאתרא הדין קדישא פון קרית יואל והגלילות. נאר טאמער אויב ס'וועט זיך (ח"ו) טרעפן אחד מני אלף א חסיד פון מהרז"ל שליט"א וואס קען ענגליש און ער וועט (היל"ת) גיין צו די גוי'אישע געריכט הייזער און אויפווייזן אז קר"י איז נישט מהר"א שליט'א'ס שטעטל (די גויים האבן נישט קיין גלילות, דערווייל). וועט מען איהם מעלה בערכאות זיין (אפילו אום שב"ק. כמאמר הגמ' במס' שבת) אז קרית יואל איז יא מהר"א' שליט"א'ס שטעטל.
דעם חלק ה'ארוני האמיר שוין (ב"ה) א ביסל מסביר געווען (פאר דעם וואס וויל פארשטיין.)
יעצט דעם חלק ה'ציוני. אני הקטן בערל בעל עגלה בין מודה ומתודה אז איך האב אמאל, אין מיין לעבן (ב"ה) עובר געווען אויף די דריי הארבסטע עבירות אויף אמאל. איך האב געלערנט (א. דף היומי: (ב. ביים כותל: (ג. אויף עיברית...יא. נאך א קליין עבירה'לע. איך האב מהרהר געווען בשבח הציונים ווען כ'האב געזעהן ערליכע אידישע סאלדאטן דאווענען בציבור מיט מניין און זיי לערנען שיעורים אין דף היומי. ווארטנדיג אריינצוגיין קיין עזה גוט אנצומקל'ען די וואוילע, אומשולדיגע אראבישע יונגלעך...! וועלכע האבן אונטערגעלייגט באמבעס וואס האט (ל"ע) געהרג'עט ציוניס'טישע אידן וואס זענען געגאנגען אין ביהמ"ד דאווענען און לערנען תורה... רחמנא ליצלן מהאי דעתא (ומדעתא, בכלל.)