אינעם קומענדיגן גלגול

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1186 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 757 מאל

אינעם קומענדיגן גלגול

שליחה דורך מונטסורי »

יוסי בראך, טיילט געלט אסאך
פאר מיין חבר דער דיין, כ'בין נישט קיין צר עין
און דער רבי מיט זיין קעיק, דזשאסט גימי א ברעיק
שטעלט צו דירות, די קינדער קאסירן שכירות

און איך מיט מיין פאנגוס, וואס מיט מיר ראנג איז?
ווי א לוזער אין סירקלס, דאווען נאך אין מוירטל
און די גאב"ד מיטן ראב"ד, און יעדער וויל זיין מרן
און מיין קאמפעני סקריפּעט, און ס'לויפן די יארן

ס'כאפט מיר א שוידער, כ'וויל שמעקן די פּוידער!
אבער וואו איז די פוידער? וואו איז מיין פלאן?
מיין רבי פון כתה ו', פראסקעט מיך נאך צאם!

אז מארגן וועט זיין בעסער, האב איך פאריגע וואך געטראכט
דערמאן איך זיך יעצט, אין שויער ביינאכט
שבשתא כיוון דעל, א קאַקער בלייבט א קאַקער
גאטס מיסטעיק, כ'בין שוין אויף דעם אויך מוותר

נאר געמיר שוין די קולעיד אדער געמיר די טיי
בעל כרחך אתה נוצר וברצונך אתה חי
לאמיך גיין משוגע, לאמיך אויף וואלאבאוט טאנצן,
אמת מארץ תצמח, איינער ברויך עס פלאנצן

סוקסעס איז רעלאטיוו, און חיימאו איז א סטאַר
גל פז נאך אלץ פארמאכט, א דאנק הערשל קלאר
כ'בין געווען אמאל א אינגל, מ'זאגט גאנץ בא'חנ'ט
כ'האב געדארפט זיין א נגיד, אבער נעווער מיינד

כ'האב שוין גערעדט צו שלמה'ן פון די חברא קדישא
וועגן א קרקע אין בית עולם, נעבן זיידן ר' אלישע
באקן דארט בייגעלעך און א פיינעם קויליטש
מיט אלע נגידים און דער רבי ר' יואליש

די לופט דארט אזוי לויטער, די גראז אזוי גרין
ס'שטיל ווי גרויס די יאר, און מיין לעכט באקס איז קלין
די ווערים ציפן, אבער די קאפ איז נישט מבולבל
כ'וועל געבן נאך א טריי, אפשר אינעם קומענדיגן גלגול

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר