שמעקעדיג האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:אזוי ווי אנדערע ווערטער וואס די אותיות קענען זיך ארומטוישן, זענען עראי און ארעי ביידע ריכטיג און ביידע ווערן באנוצט. איינס איז לה"ק און איינס אראמיש.
דאס איז א חידוש פאר מיר!
פון וואו נעמסטו דאס?
איך האב אויך אלס געהאלטן אז ארעי איז א טעות, אן עס קומט עראי.
קען זיין איך בין ראנג, אבער אזוי ליגט מיר אין קאפ.
אין אלע פלעצער ווי עס איז פאראן א דגוש אויף ספעלינג און גראמער, שטייט "עראי"
און ווידעראום אין די פלעצער וואו ס'פארנעמט נישט קיין מקום, וועט געווענליך שטיין ארעי.
דאס איז קלאר אז מען האט אויך גענוצט "ארעי" (אפילו אויב ווייניגער). דו קענסט נאר פרעגן פון וואו איך נעם אז איינס איז לה"ק און איינס אראמיש. כ'קען נאכקוקן וועל איך דיר אפשר טרעפן א "מקור", אבער עס שמעקט מיר אזוי, פונקט ווי ביי אסאך ענליכע פעלער וואס אפשר ווען כ'וועל זיך דערמאנען משלים וועל איך דיר ברענגען אויב אינטערעסירט. די אראמיש איז אסאך מאל אנדערש פון דעם לה"ק ווארט נאר מיט אן אות-צוויי, אדער געטוישט אן אות, צוגעלייגט אן אות, אראפגענומען אן אות, וכדומה (ביישפיל: לכם,להון; מלך, מלכא, און נאך הונדערטער). ממילא איז יתכן אז דאס איז אויך פון דעם מין. און דאס אז מען ניצט ביידע און אז עס איז געווארן איין געמיש, איז קלאר פארשטענדליך נעמענדיג אין באטראכט אז אראמיש איז געווארן ווי "דער אידישער שפראך" פאר א שיינע תקופה (און איז קיינמאל נישט אוועק און איז געווארן א טייל פון דעם "דריי-שפראכיגן" אייראפעאישן אידנטום.) אויב איז דיר שווער אז די גמרא אליין איז שוין אויך אראמיש, איז פונקט ווי יעדע שפראך טוישט זיך כסדר, האבן אויך אראמישע ווערטער אליין געקענט זיין אנדערש פון די פריערדיגע צייטן ביז 500 און טויזנט יאר שפעטער. אפילו אין תנ"ך איז דאך שוין דא אסאך מאל אראמיש, אבער עס איז זיכער שוין דורכגעגאנגען א שטארקע ענדערונג ביז די צייטן פון די גמרא. ווערטער קומען און גייען, און קענען ווערן ארומגעטוישט לויט די צייט און פלאץ פון די מענטשן וואס רעדן איר.