מענטשן וואס לעבן אזוי ווי אמאל - ארץ ישראל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 312
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 518 מאל

מענטשן וואס לעבן אזוי ווי אמאל - ארץ ישראל

שליחה דורך צפת »

אין ארץ-ישראל איז פארהאן א סטייל, מענטשן וואס האבן ליב צו לעבן אזוי ווי מיט טויזנט יאר צוריק. דאס איז נישט קיין גרויסע קונץ, מען גייט פשוט ארויס אין וואלד, מען שטעלט אויף א געצעלט אדער אפילו א כאטקעלע, און מען וואוינט דארט.

פארט זענען פארהאן עטליכע מערקוועדיגע פערזאנען, וואס לעבן אקאלאגיש, ממש אזוי ווי פארצייטנס. די מערסטע באקאנט זענען די בעדואינער, זיי זענען דאך א פאלק מיט א קולטור. צווישן זיי זענען פארהאן עטליכע סארט גרופעס, איינס אנדערש פונעם אנדערן, און צו מאל קריגן זיי זיך צווישן זיך אליין. עס איז אויך פארהאן א יישוב, א דערפל נעבן קבר פון רבי טרפון, מיטן נאמען "כדיתא", דארט לעבן מענטשן אפגעזינדערט פונעם ארום, לעבנדיג אקאלאגיש און אייגנארטיג.

עס זענען פארהאן נאך יחידים דא און דארט, וואס רופן ארויס אינטערעסע ביים ציבור. איין אזא מאן האב איך אמאל באגעגנט, מיטן נאמען "הנזיר יששכר", ער האט זיך געבויט א הייזקע אויף א בארג, ארומגענומען מיט קעמלען און אקסן. ער האלט זיך פאר א קעניג, ער פארמאגט א פערד אויף וואס ער רייט און ער טראגט א קרוין (ווען עס גליסט זיך אים). ער האט א גאנצע השקפה, אז די ערד אין ארץ-ישראל באלאנגט נישט פאר קיינעם וכו'... בקיצור, איך בין אים געגאנגען אמאל באזוכן, אבער איך האב פארלוירן קאנטאקט מיט אים. אויב איינער ווייסט וואו מען קען אים געפינען, און צו ער איז ערגעץ באשריבן אויפן געוועב, קען מען מיר מעלדן.

אויך אין צפת איז פארהאן א היימישער איד, וואס האט זיך געמאכט א כאטקע אין וואלד, אויף א בערגל צווישן צפת אין מירון, דארט וואוינט ער און לעבט. ער דאוונט אין היימישע בתי-מדרשים אין צפת, און לעבט בהתבודדות.

ס'זענען דא נאך אידן, היימישע ווי נישט היימישע, מערקוועדיגע ווי פשוט'ע.

ס'איז אינטערעסאנט דא דורכצושמועסן וועלכע נאך אינטערעסאנטע מענטשן עס זענען דא, וואס לעבן אזוי אייגנארטיג.

לאזט אייך הערן...

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר