Shadow Work - The Need To Be Needed

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Shadow Work - The Need To Be Needed

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

איך וויל דא פארציילן א שטיקל א פערזענליכע איבערלעבעניש וואס קען זיין אינטערעסאנט פאר'ן עולם דא, בלתי מוגה (מ'באצאלט מיך נישט פאר'ן שרייבן...), אנטשולדיגט מיר אויב די פוינט איז נישט ארויסגעקומען גענוג קלאר, ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער נישט נישט, read at your own risk.

כ'האב א ברודער וואס איז ארום א יאר עלטער פון מיר מיט וועם איך פלעג זיין עקסטער נאנט, ויהי היום, ער איז געווארן 18 יאר אלט האט ער געכאפט הענט און פיס און אנטלאפן פונדערהיים און געווארן א "גוי גמור" ווי מ'זאגט. נאך אפאר חדשים פון זיין אינגאנצן אפגעהאקט פון די פאמיליע איז ענדליך געלונגען פאר מיין מאמע איהם צו קאנטאקטן און זי האט איהם איינגעלאנדט פאר א שבת סעודה, פארשטייט זיך אז ער איז געקומען אנגעטוהן וויאזוי ער איז געקומען אנגעטוהן, אינמיטן סעודה האט זיך זיין סעלפאון צוקלינגען… בקיצור, ס'האט זיך געטוהן לעבעדיג, פארשטייט זיך אז ס'געוועהן דאס לעצטע שבת וואס ער איז געוועהן ביי אונז…

איך דארף אייך נישט מסביר זיין וואסערע טראומא דאס איז געוועהן פאר אזא אינג הערצעלע, קען זיין אז ווייל איך בין עקסטער נאנט געוועהן מיט איהם האב איך עס דאס מערסטע גענומען צום הארצן, מיינע אנדערע געשוויסטער האבן גערעדט מיט איהם אביסל אבער איך האב עס נישט געקענט פארנעמען און איך האב איהם אינגאנצן איגנארירט. די הויכפונקט איז געוועהן נאכ'ן סעודה ווען מיין ברודער איז ארויס אינדרויסן און זיך אריינגעזעצט אין זיין קאר און אוועקגעפארן, איך האב עס נישט געקענט צוקוקן, מיין באליעבטער ברודער איז א מחלל שבת!!! איך בין געשטאנען ביים פענסטער און אויסגעבראכן אין א געוויין. א געוויין? א פולקאמע טענטראם איז דאס געוועהן, קיינער האט מיך נישט געקענט בארואיגן, א גאנצע נאכט בין איך געלעגן אין בעט און נישט געקענט אויפהערן וויינען.

נאך א גוטע פאר שעה וויינען גיב איך מיר אזא טראכט, אויף וואס ארויף וויין איך בעצם? אז מיין ברודער וועט פלאקערן אין גיהנם? כאילו איך זארג מיך פאר מיין ברודער? איז דאס טאקע מיין אישו? האב איך מיך געמאכט א שטיקל thought experiment, איך האב מיך פארגעשטעלט ווי איך זעה מיין ברודער פלאקערן אין אן עכטע פייער און איך האב פרובירט צו פילן צו ס'פילט טאקע די זעלבע, אבער ניין, איך האב געפילט אז די ווייטאג פון זעהן מיין ברודער מחלל שבת זיין קומט פון אינגאצן אן אנדערן פלאץ און איז טויזענט מאל טיעפער. אזוי בין איך געזעצן און פרובירט צו פילן די חילוק צווישן די צוויי, נאך א גוטע פאר מינוט טראכטן האב איך געכאפט די חילוק… ווען איך זעה מיין ברודער ווערן פיזיש פארברענט טוט מיך וויי זיין צער, אבער ווען מיין ברודער איז מחלל שבת טוט מיך וויי מיין אייגן צער, מיין ברודער'ס גיהנם איז בכלל נישט די אישו, ס'איז מיין אידענטיטעט קריזיס וואס ווייטאגט מיר. שוין, עד כאן המעשה פון יענעם שבת, נאך אן אינטערעסאנטע זאך איז דעמאלטס געשעהן, אין יענע תקופה האב איך אנגעפאנגען נעמען "אידישקייט" עפעס עקסטער ערנסט, איך בין געווארן א גאנצער מתמיד וכו', כ'האב אלץ געוואוסט אז ס'האט שייכות מיט מיין ברודער'ס אפפארן אבער כ'האב קיינמאל נישט עכט פארשטאנען פארוואס, ביז…

ס'דא אסאך מענטשן וואס פארלאזן די "סיסטעם" ווי ס'הייסט, צו זיי ווערן אינגאנצן סעקולאר, צו נאר מאדערן ארטאדאקס, צו וואטעווער, און די גאנצע צייט זענען זיי פארנומען "להשלים פערים" ווי מ'זאגט. זיי גייען פאר א קאלעדש דעגרי, וואטשן אלע קלאסישע מאוויס און שאוס, פרעקטיסן זייער ענגליש, און אזוי ווייטער און ווייטער. איך זאג נישט, דיזע זאכן זענען טאקע מורא'דיג וויכטיג, אבער ס'דא איין זאך וואס איז מער וויכטיג פון די אלע זאכן צוזאמען, און דאס איז טעראפי און עמאושינעל היעלינג. ס'האט מיר געזאגט איינער פון די גרויסע אטד מאכערס אז צעהן יאר איז ער שוין אפגעפארן און ער האט זיך קיינמאל נישט געקענט טרעפן זיין פלאץ אינעם סעקולארן וועלט, צעהן יאר דרייט ער זיך אין די גרויסע וועלט און ער פילט זיך נאכאלץ ווי א דרויסענדיגער! ביז אפאר יאר צוריק האט ער באשלאסן צו גיין פאר טעראפי און קאוטשינג און אלעס איז געפאלן אין פלאץ. וואס איז געשעהן? פשוט מאוד, מיר זענען אויפגעוואקסן אין א משוגעים הויז זאגט ער, יעצט דו מיינסט דו גייסט אנטלויפן פונעם משוגעים הויז און גיין לעבן צווישן נארמאלע מענטשן… קענסט לערנען די שפראך פון היינט ביז איבערמארגן אבער דיין קאפ טראכט ווי א מענטש אין א משוגעים הויז, ס'איז ווי א מאלפע זאל זיך אויפהייבן פונעם ג'ונגעל און גיין וואוינען צווישן מענטשן, ער קען נעמען צעהן דעגריס אבער מיט מענטשן וועט ער זיך קיינמאל נישט קענען אויסקומען, אין מה לעשות.

שוין, האב איך גענומען דעם אטד'ס עצה און געגאנגען פאר טעראפי, ס'קאסט טאקע אן אפותיקי אבער וואס טוט מען דען נישט פאר אביסל יישוב הדעת זיך צו טרעפן דאס פלאץ אויף גאט'ס וועלטל. אזוי ארום נאך א לאנגע צייט גריבלען און גריבלען האב איך מיך דערמאנט אינעם אויבנדערמאנטן שבת עפיזאד מיט מיין ברודער. נו, תשובה דארף דאך זיין באותו מקום ובאותו אישה, בין איך צוריקגעגאנגען צו יענעם שבת מיט'ן טעראפיסט'ס הדרכה, און פלוצלונג האב איך געכאפט וואס איז דארט געשעהן… וואס האב איך געפילט ווען איך האב געזעהן מיין ברודער מחלל שבת זיין? אידענטיטעט קריזיס האב איך געזאגט?! בעלאוני מעקאראוני, אידענטיטעט אין קאפ אריין, איך האב פשוט געפילט ווי איך פארליר מיין ברודער. וואס הייסט איך "פארליר" מיין ברודער? האב איך איהם דען פארלוירן? ער האט גע'פגר'ט צו האבן א קשר מיט מיר, פארקערט גאר, איך בין דער וואס האט איהם פארלאזט ווען ער האט מיך געדארפט האבן דאס מערסטע ווי סיי ווען. סאו וואס האב איך יא געפילט? און דא קומט די באמבע.. איך האב געפילט ווי מיין ברודער דארף מיך (אדער אונז) מער נישט האבן… אונז זעמער דא סטאק מיט אונזערע איינרעדענישן און ער האט זיך געטראפן א וועג וואס ארבעט בעסער. אין אנדערע ווערטער, די need to be needed וואס מיין ברודער האט פארפילט ביז דאן האט געקראכט, איך בין מער נישט needed דורך מיין ברודער, ער האט זיך געטראפן רילעשנשיפס וואס ארבעטן פאר איהם בעסער ווי אונזער פאמיליע רילעשנשיפ. און דאס איז געוועהן די טראומע, the need to be needed was left unfulfilled and left a deep void that took so many years of truth seeking to heal.

און דאס פארענטפערט אויך פארוואס פון יענעם טאג און ווייטער בין איך געווארן אזוי frummed up ווי מ'זאגט, זייער סימפל, כ'האב געוואלט אויפווייזן פאר מיך אליין אז "באמת" דארף מיין ברודער אונז יא האבן דערפאר האב איך מיך גענומען "אויפצואווייזן" די אמת און וויכטיגקייט פון אונזער רעליגיע אזוי וועל איך מיט דעם קענען פאכען צו מיין ברודער "קוק, ס'דא א גאט מיט א תורה, די גויאישע גאס גייט דיר נישט קענען געבן וואס דו דארפסט באמת, דו דארפסט אונז יא האבן!"

יא יא, נאך יארן פון אזא קאפ-אין-וואנט עקשנות אויפצואווייזן דעם אמת פון די תורה האב איך נאר אויפגעוויזן דאס פארקערטע… שטעלט זיך ארויס אז מיין ברודער האט אונז בכלל נישט געדארפט האבן, כ'האב איהם "פארלוירן" פאר אפאר יאר וטוב שככה, נאך אפאר יאר זיך אזוי וואלגערן אין די גאסן האט ער אפגעמאכט זיך צו נעמען אין די הענט אריין און היינט קען מיין גאנצע פאמיליע מקנא זיין זיין הצלחה, און דאס אלץ אן די גרויסע גליקן פון תורה און אידישקייט. און שפעטער ווען איך בין עלטער געווארן און איך האב מיך נישט געקענט טרעפן מיין פלאץ אינעם חרד'ישן געזעלשאפט איז ער געוועהן דער וואס האט מיך געהאלפן מאכן מיינע ערשטע בעיבי סטעפס ארויס פונעם באבל און אונזער קשר היינט איז שטערקער ווי קיינמאל בעפאר.

איז וואס גיבט? ס'דא א מושג וואס רופט זיך shadow work, דא איז צוויי שיעורים פון מורי ורבי אוהד אזרחי וואס צולייגט דאס אזוי הערליך שיין (דא לייגט ער אראפ די יסודות אויף קליינגעלט אין ענגליש, דאס איז שוין מער א חסידישע שמועס אויף מאמע לשון מיט וואס זיך צו באלעקן די פינגער), אבער אין קורצן איז די ווארט אזוי. א מענטש ווערט געבוירן מיט אסאך גייסטישע און פיזישע באדערפענישן, רצונות, און אימפולסעס און פון גאר אן אינגן עלטער לערנט זיך דאס קינד אויס וועלכע חלקים פון זיך זענען מקובל און וועלכע נישט, די חלקים וואס זענען מקובל אין סאסייעטי ווערן א טייל פון זיין personality, די חלקים וואס זענען טאבו באהאלט ער און זיי ווערן זיין shadow. די דריי עיקר חלקים פונעם נשמה וואס זענען טאבו אין די מערב וועלט און גייען געווענליך אינעם שאטן זענען מיניות, געלט, און power, נאך א זאך וואס מיר לייגן אין שאטן איז דאס אויבנדערמאנטע need to be needed. וואס איך? איך וויל דען זיין needed? זאל גאט באהיטן ווען איינער זאל זעהן אז איך וויל זיין needed, היה לא תהיה, זיי קענען מיך נאך חס ושלום אנקוקן ווי א נארסיסיסט… איי יענער איז דאך פונקט אזא נארסיסיסט ווי דיר? א קשיא אויף א מעשה… איז וואס טוט מען מיט דעם need to be needed? מ'נעמט דאס אינעם האנט אריין און מ'לייגט די הענט אין די בעק און אזוי קען עס קיינער נישט זעהן… און דערנאך וואונדערט מען זיך פארוואס מ'פילט זיך אזוי disconnected פון זיך, האלאו, א גאנצע חלק פון זיך האסטו אזוי באהאלטן נישט מיר נישט דיר! וואס באהאלטסטו דארט? נעם ארויס דיינע הענט פון די בעק, שיין די ליכט דערויף, לאז יעדעם זעהן דיין באהאלטענעם נארסיסיזם, accept it, own it, integrate it, דאן וועסטו טרעפן דעם ריכטיגן "זיך" און זיך באהעפטן צו דיין חלק אלוה ממעל און צום אור אין סוף.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

הערליך יעדעס ווארט געליינט אין איין אטעם סאיז צוקישן יעדעס ווארט

מענין לענין שלא באותו ענין האב איך געזעהן א קליפ ווי איינער פרעגט זיין פעטער וואס איז בעל הבית אויף א דזולירי סטאר צו אויב איך געב דיר פינעוו מיליון דאלער אויב דו ביסט אפן שבת ביסטו גרייט צו זיין אפן שבת ? ענטפערט יענער ניין פרעגט ער עים ציריק
Is it because of guilt? ענטפערט ער ניין פלעין ווייל די אייבערשטער האט געהייסן .

איך האב געוואלט אריינשרייען אינעם קליפ שקרן! סאיז יא וועגן גילט !
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

יאפ, די גילט איז אויך פון די חלקים פונעם זיך וואס געוויסע מענטשן לייגן אין שאטן, בעיקר טאקע די סארט "אויפגעקלערטע" אידן, די דעה זאגער און social media influencers וואס האבן ממש ארויס אידישקייט אפילו בעסער פון די רבנים. איך? גילט?! נעה! איך מיט גאט זעמער פאניע בראט, איי לאוו האשעם, טענק יו האשעם! דער מענטש אליין איז ווייניגער פון 6 פיס הויעך אבער די גילט זיינער איז א ריזן לאנגע הויעכן שאטן וואס איז ברייט ווי א מאנסטער.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

זייער שיין, און עמאציאנאל.
אין פלעין אידיש, מיין איך דו האסט זיך געפילט rejected. סיי דיין וועזן און בעיקר דיין מהלך החיים - דיין שטרעבן - איז געווארן צושאקלט מיט דיין ברודער'ס פייפעריי.
עס איז נארמאל עס זאל פירן צו אן עקסטרעמען לייף סטייל, פשוט צו איינרעדן זיך אליין אז יעצט - ווען איך בין שוין בעסער - (אין מיין השקפה..) וועט ער מיר יא אננעמען און מער נישט זיך אויסדרייען די רוקן. הגם עס מאכט נישט קיין לאגיקעל סענס איז דאס אסאך מאל די פסיכאלאגישן מציעות.
ווערן שפעטער פארווייטוגט אויף אידישקייט, קען צומאל זיין די קאנטער-רעאקציע צו דעם וואס עס האט נישט מצליח געווען אפצושטעלן די rejection אזויווי אין דיין דמיון האט געזאלט פאסירן..

איך מיין מער ווייניגער זאגסטו אויך דאס נאר אביסל אנדערש אויסגעלייגט.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בְּתוֹךְ עַמִּי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
חמלה גדולה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 3964 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך חמלה גדולה »

מנהל האט געשריבן:פון אונזערע שטאטוטען:
מ) העמק דבר: קאווע שטיבל איז דא דורכצושמועסן דברים העומדים ברומו של עולם און עניני מחשבה אויף א תורה'דיגן וועג - אבער נאר אויב הייקעלע טעמעס ווערן געשריבן במידה ובמשורה בכובד ראש. אזוי אויך דארף מען וויסן ווי איין און ווי אויס.

מא) על דרך התורה: ווי עס איז אייביג געווען דער מנהג אין היימישע אויסגאבעס, וכדומה, זענען מיר נישט בודק די ציצית פון די וואס שרייבן אויף קאווע שטיבל. אבער קאווע שטיבל איז א פרומע וועבסייט, וואו דעות וואס גייען ארויס פון די גרעניצן פון ארטאדאקסישע אידישקייט זענען נישט אקצעפטירבאר. מיר געבן א פלאטפארמע דורכצוטון האקעלע טעמעס על דרך התורה. אויב איר אידענטיפיצירט זיך נישט ווי אן ארטאדאקסישער איד וואס זוכט אויסצוקלארן די ענינים, אדער איר שרייבט נישט פון אזא פערספעקטיוו, רעדט נישט אריין אין די סארט ענינים. אזוי אויך, אויב שרייבט מען אויף א סארקאסטישן אופן, אדער אויף א וועג וואס ס'איז ניכר אז מ'איז דא צו שטופן אן אגענדע וואס איז אנטי-פרומקייט, וועט מען עס נישט טאלערירן.
אין קלארערע ווערטער: קאווע שטיבל איז פּרא-אידישקייט און פּרא-תורה. מיר זענען אויך פּרא-אפענקייט צו ערלויבן שמועסן וואס זענען על דרך התורה. העמק דבר איז די פלאץ פאר סענסיטיווע טעמעס פאר די וואס האבן דעם קאפ און מח עוסק צו זיין אין דעם און צו פארנעמען, און זוכן צו שרייבן, און אזוי אויך הערן און קונה זיין. און אמת, אויפ'ן וועג צו הערן און קונה זיין דארף מען אויסשמועסן פארשידענע צדדים. אבער אויב האסטו שוין קלאר געמאכט אז דיינע שיטות זענען נישט אין איינקלאנג מיט די ציל און אויר פון העמק דבר, און די ביסט בכלל נישט דא צו הערן פארקערט, קענסטו נישט שרייבן אין דעם פארום.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אלפא האט געשריבן:זייער שיין, און עמאציאנאל.
אין פלעין אידיש, מיין איך דו האסט זיך געפילט rejected. סיי דיין וועזן און בעיקר דיין מהלך החיים - דיין שטרעבן - איז געווארן צושאקלט מיט דיין ברודער'ס פייפעריי.
יא יא, אזוי האב איך אויך געמיינט ביז יעצט, שטעלט זיך ארויס אז די גאנצע rejection בעלאוני איז סתם א שיינעם באבע מעשה מיט וואס מ'ברעינוואשט זיך נישט צו דארפן מודה זיין אינעם באהאלטענעם נארסיסיזם. דאס הייסט אזוי, ביזדערווייל האב איך אנטדעקט אין דעם פיר שיכטן, די מקור פונעם ווייטאג פון זעהן א ברודער מחלל שבת זיין איז ווי געזאגט די באהאלטענע נארסיסיזם, און אזויווי מ'וויל נישט מודה זיין דערין נעמט מען דאס ארום מיט א קליפה #1 וואס הייסט rejection story, איי וואס rejection ווען rejection, אויב ס'דא איינער וואס האט איינעם rejected האב איך rejected מיין ברודער, נישט פארקערט? נעמט מען עס ארום מיט א קליפה #2 וואס הייסט identity crisis story, כאילו ווען א בילליאן קריסטן דינען יאשקע און אן אנדערע בילליאן הינדוס דינען שיווא דאן באסט עס נישט מיין באבל, נאר מיין אפגעריסענער ברודער, דאס באסט מיין באבל! ממש א פקחות פון א ברעינוואשונג, און די בראך איז נאך אז ס'דא אסאך קלוגע מענטשן וואס קויפן דאס אפ, איך אליין האב דאס געגלייבט ווי א נאר ביז יעצט, און נאכאמאל, די גאנצע מעיז פון זיוני מוח דינט נאר איין ציהל, נישט צו דארפן מודה זיין אינעם באהאלטענעם נארסיסיזם. און באמת איז דא א דריטע קליפה, דאס איז פאר מענטשן ווי מיין טאטע וואס אפילו דעם אידענטיטעט איינרעדעניש איז זיי צו שווער אראפצושלינגען ווייל דאן וועלן זיי דארפן מודה זיין אז זייער "אידישקייט" האט נישט גארנישט מיט'ן אמת איינגעשטויסן, אזעלכע מענטשן נעמען ארום דעם גאנצן באלאגאן מיט קליפה #3 וואס שרייט 'נעה, מה הקשר אידענטיטעט? rejection און נארסיסיזם מאן דכר שמיה? ס'פשוט די יראת שמים וואס ברענט אין מיר, מיין זוהן גייט ברענען אין גיהנם רח"ל!' זיסע חלומות... יושב בשמים ישחק... השם ילעג למו... אוי איז דאס א לועג לרש למהדרין מן המהדרין...
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

הערליך און טיף, כמובן אז מקען שרייבן א טראפקעלע מער מיט רעספעקט כלפי ״תורה און אידישקייט" צו רעספעקטירן די רעליגיע פון מערסטנס מיטגלידער.
טויש דעם קעפל צו עפעס אין אידיש און עפעס מער אטראקטיוו וואס זאל אונטערשטרייכן אז דו דערציילסט דא דיין פערזענלעכע געשיכטע.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

קודם כל וויל איך אנערקענען אז די קעפל איז א פלאפ פון א קעפל, כ'האב פשוט נישט געהאט קיין נערוון צו גיין אויספיגערן וויאזוי עס צו שרייבן אין אידיש, פונקט ווי איך האב נישט געהאט קיין נערוון צו שרייבן די גאנצע ארטיקל, כ'האב פשוט געשריבן פון הארץ ארויס און פערטיג... און בכלל, נישט דאס איז מיין געשיכטע, ס'איז נאר א קליינטשיגע פרט אין מיין לעבנסגעשיכטע וואס איך האב געטראפן אינטערעסאנט מיטצוטיילן מיט'ן קאוועשטיבל עולם ווייל איך מיין אז ס'קען זיין נוגע פאר אסאך חברים דא.

צווייטנס דארפסטו פארשטיין אז אויב ווילסטו עפעס טיעף וועסטו מוזן פארקוקן אויף רעספעקט... און בכלל, די פאקט אליין אז איך רעד גראב מיינט נישט אז איך רעספעקטיר נישט אונזער רעליגיע, אדרבה, איך רעספעקטיר עס אזוי שטארק אז איך פיל ווי ס'קען פארנעמען אביסל היץ, ועיין ערך BDSM. און ס'נישט כאילו מ'רעדט דא פון איסלאם צו אנדערע סעלף קאנשעס רעליגיעס, מ'רעדט דא סך הכל פון אידישקייט וואס האט אלץ פארנומען זעלבסט קריטיק און לאכן פון די אייגענע שוואכקייטן און סטיריאטיפן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

איך פארשטיי נישט, אויב מען גלייבט און סאיז נישט דא קיין בחירה האט עס א פשט? אויב דיין סאבקאנטשעס צווינגט דיר צו גלייבן הייסט עס א בחירה? סאיז א געלעכטער,

האלטס אז דאס וויל דער אייבערשטער? איך גלייב אז גאט וויל דו זאלסט האבן א בחירה אין דעם און "בוחר" זיין צו גלייבן.

נישט אזוי?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
פארשפארט