מענדי דער קאקער

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

מענדי דער קאקער

שליחה דורך קל וחומר »

ער איז פשוט דער מענטש וואס די בריאה האט געמוזט האבן, זיין חכמה, זיין חן, זיין געשמאקייט מיט אלעס - ווי מיילעך ביד גלייכט צו זאגן - 'ארום און ארום'.

פון די בחור'ישע יארן פלעגט ער שוין מקפיד זיין נישט צו פארפעלן קיין שום קופקע חלילה, א זאך וואס ער האלט נאך אן מיטן פילן קראפט עד היום הזה, ער שטייט דארט און שאקלט יעדן מיטן קאפ ווי כאילו ער הערט יענעם אויס און שמייכלט ווי אראפאט, פרובירט זיך צו לעקן צו יעדער וואס רעדט אביסל הויעך, אזוי קען ער דאך זאגן אז ער איז גוט מיט די גוטע.

ער ווערט א אינגערמאן דורכ'ן פראצעדור וואס די סיסטעם האט איינגעשטעלט.
מזל טוב פאר דעם פרישן קינדער סופלייער.
דעם שענסטן מיידל האט מען אים געמוזט פארכאפן פון שולע ארויס אויף צו קענען צושטעלן די מינימום וואס אזא מובחר הבריאה ווי אים פאדערט מצד עצם קיומו.

ער הייבט אן ארום סראכענען אין כולל, ער איז א היבשע פראפעשענאל אין די נושא פון שטאטישע פראגראמען, אזש ער וויל שוין אט קלאגען דעם גאווערנמענט פארוואס זיי גיבן נישט די אפציע צו קריגן א בעטשלערס דעגרי פאר אזא ברייטע היקף וואס ער האט אינעם פעלד.

ער פארשטייט אויך זייער גוט צו טריקענע וויינען, אן ערנסטער מבין, איינס וואס מושי מאיער גייט נאך צאלן אסאך אויף צו קענען כאפן כאטש א שנעלע אינטערוויו. אויך האט ער א סאך ידיעה אין די סטעיק פרעס טאלק, ער קען דיר אויסרעכענען בעל פה אלע OU סטעיק הואזעס אין די גאנצע טריי סטעיט עריע בנוסף פון איינס אין קענקון מעקסיקאו וואס זיין ברודער'ס חבר קען זיך זייער גוט מיט איינער וואס האט שוין דארט ערנסט געטראכט צו גיין באזיכן מיט עטליכע חדשים צוריק.
פארשטייט זיך אז ער קען די פילע נעמען פון אלע גבירים, מיט זייערע גאנצע משפחה ארום, אין די גאנצע וועסט קאוסט והגלילות. ער ווייסט אויך צו זאגן פון אלע וואס האבן אנגעזעצט די לעצטע דרייסיג יאר - פלאס, אויך קען ער היבש אפאר וואס האבן עס צוריק געמאכט.

מזל טוב. זיין שווערע ארבעט אין די פילע נעכט האבן זיך לעכטיג אויסגעצאלט!
די שענסטע בעיבי מאז היתה ישראל לגוי האט גענומען ס'ערשטע אטעם.

ער גייט מאכן פאון קאלס.
דאס איז עטליכע טאג ארבעט.
ער פארפאסט ניטאמאל זיין מאמע'ס גויטע.
ס'גייט ברכות ווי ביי בלעם'ן הרשע בעק אין די דעי, איף יו נאו וואט איים סעיאינג.

נאכ'ן אפ'חתכ'ענען זיין קינד'ס ערלה אויף דאס אכטער טאג פון זיין געבורט, גייט ער ארום מיט די שוויגער דשאוק'ס און שישקעט זיי אריין צו זיין בחור'ל שוואגער - ביי וועמענס הויז מ'קימפעט - פון אונטער די שוויגער'ס רוקן.

ער גייט יעצט נישט טראכטן לאנג איבער וועלכע סארט פרנסה איז אים די מערסטע פאסיג, ס'איז א דבר המובן מאליו אז די מציאות פון סעילס איז באשאפן געווארן נאר בזכותו העתיד לבא.

'נישט געטראכט און געטון', ער הייבט אן דורך גיין זיין קאנטאקט ליסט און אפערט יעדן די בעסטע לייף אינשורענס פאלעסיס, קיינער קען נישט אפזאגן חלילה, אויב יא איז מען דאך א שוטה וגס רוח.

נאך א יאר זיך אויסהארעווען אינעם פעלד פון פעיגערן ס'מענטשהייט אויף א צעפראסקעטע פארנעם, ווערט ער אפגרעידעד צו א קרעדיט קארד פראסעסינג אגענט, ער גייט אט קאלן אלע גרויסע ביזנעס שאשקעס און זיי אפער'ן די 'ווי ביעט אר מיעט עני פרייס' גאונות, וואס קיין נברא האט נאכנישט באוויזן צו אפזאגן.

סארי, כ'בין מער נישט הויעך.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: מענדי דער קאקער

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

דער אלטער קל וחומר פון אמאל איז צוריק! אייזן!!

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: מענדי דער קאקער

שליחה דורך הבל וריק »

ס׳גוט צו הערן פון דיר @קל וחומר

כ'בין אויך מער נישט הויעך אבער עיקר שלש עשרה שכחת:

מזל טוב. מענדי דער קאקער איז מצליח!
ס'גייט נישט דורך קיין צוויי מאנאטן זינט ער האט זיך מיט א מיליאן אינעם קאנטע געטראפן און מענדי שרייבט שוין א ספר ביי א גאט פארכטיגן אין ארץ הקודש. די מצוה איז עפעס וואס האט אים שטענדיג געגליסט, זינט דעם הכנסת ספר תורה פון זיין רייכן פעטער אין קרית יואל (האט שוין היינט נעבעך נישט), וואס ער האט ביי די פערצן זיך באטייליגט. דארט, מיטן צוגאנגענעם קרויס קאפעלוטש, אונטערן חופה אויף ליזענסק דרייוו, האט ער געטרוימט איבער דעם טאג וואס ער וועט אויך שפּאַרן א גאס ליום אחד.

און מענדי זשאלעוועט נישט פאר כבוד התורה.
צום גרויסן טאג, קומען זיך צוזאם די בעסטע קעכער, פּארטי פּלענער, בלומען שניידער, קרוין טרעגער, לעמפּל צינדער, פאַקל שאַפער, סקאַטש קענער, אנטיילצונעמען אינעם נארוואס אועפגעראכטענעם מענדי׳ס אווענט.

הערליך באצירט איז מענדי, מיטן שפאגל נייעם שטריימל, הארטע העמד, פיאות, און שיך, און א פרישע ראלעקס לכבוד התורה.

צום ריכטיגן מינוט נעמט אן עמאציניאלער מענדי דעם פעדער אין האנט, אינדערצייט וואס פון אהונטער דערווארעמט דער זינגער פון זיין תקופה מיט ״אילן אילן״ וכדו׳ אזש די געפילן צורינען אינאיינעם מיט די טינט - ווארום דער מענדי איז פארט א קאקער און קען קיין אות ניט שרייבן.
די ארומיגע רבנים, אויפגעראכטענע טאטעס, פארטרערטע באבעס, עלגעגאנטע מאמעס, חברים פון היינט און אמאל, קוקן אויף מענדי שטייטליך, ווי זיין פעדער גליטש צו די בליצן פון פאטאגראפירער און שוועבנדע דראוס, און כולם פה אחד אמרו, מענדי דער קאקער האט עס געמאכט.

עליונים ששו ותחתונים עלזו [emoji445]
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: מענדי דער קאקער

שליחה דורך קל וחומר »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:דער אלטער קל וחומר פון אמאל איז צוריק! אייזן!!

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
שכח אדלער'ן!
איך בלאש מיט א באהאלטענעם איידלקייט.

בין איך דען אזוי אלט? כ'בין נאך א היבשע ראצער, כנלענ"ד נכון והנלענ"ד כתבתי כנ"ל עיין שם ותמצא נחת.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: מענדי דער קאקער

שליחה דורך קל וחומר »

הרב הבל,
דיין שרייבן ניכטער איז בעסער ווי מיינס א הויעכס...
אבער איך פיל אז דו האסט דעם בחור צו שנעלע ארויף געשטיפט דעם לייטער, ער גייט נאך מזכה זיין אסאך אידן מיט אנזעצן די געלט זייערע פשוט פארן סיבה זיך צו לערנען אויף יענעם'ס ביינער.

ווען ער מאכט שוין יא א צוואנציג אלפים א חודש, ווערט גיך פארטיילט ביי אלע קאמפעינ'ס מיט טיי אווענט'ס א קיימא לן פון עטליכע דרייסיג אלפים אויפן חשבון פון נעקסטע חודש, די ווענדארס און סופלייערס וועלן זיך מוזן אן עצה געבן אן זיין געלט דעם חודש.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: מענדי דער קאקער

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

הבל וריק האט געשריבן:ס׳גוט צו הערן פון דיר @קל וחומר

כ'בין אויך מער נישט הויעך אבער עיקר שלש עשרה שכחת:

מזל טוב. מענדי דער קאקער איז מצליח!
ס'גייט נישט דורך קיין צוויי מאנאטן זינט ער האט זיך מיט א מיליאן אינעם קאנטע געטראפן און מענדי שרייבט שוין א ספר ביי א גאט פארכטיגן אין ארץ הקודש. די מצוה איז עפעס וואס האט אים שטענדיג געגליסט, זינט דעם הכנסת ספר תורה פון זיין רייכן פעטער אין קרית יואל (האט שוין היינט נעבעך נישט), וואס ער האט ביי די פערצן זיך באטייליגט. דארט, מיטן צוגאנגענעם קרויס קאפעלוטש, אונטערן חופה אויף ליזענסק דרייוו, האט ער געטרוימט איבער דעם טאג וואס ער וועט אויך שפּאַרן א גאס ליום אחד.

און מענדי זשאלעוועט נישט פאר כבוד התורה.
צום גרויסן טאג, קומען זיך צוזאם די בעסטע קעכער, פּארטי פּלענער, בלומען שניידער, קרוין טרעגער, לעמפּל צינדער, פאַקל שאַפער, סקאַטש קענער, אנטיילצונעמען אינעם נארוואס אועפגעראכטענעם מענדי׳ס אווענט.

הערליך באצירט איז מענדי, מיטן שפאגל נייעם שטריימל, הארטע העמד, פיאות, און שיך, און א פרישע ראלעקס לכבוד התורה.

צום ריכטיגן מינוט נעמט אן עמאציניאלער מענדי דעם פעדער אין האנט, אינדערצייט וואס פון אהונטער דערווארעמט דער זינגער פון זיין תקופה מיט ״אילן אילן״ וכדו׳ אזש די געפילן צורינען אינאיינעם מיט די טינט - ווארום דער מענדי איז פארט א קאקער און קען קיין אות ניט שרייבן.
די ארומיגע רבנים, אויפגעראכטענע טאטעס, פארטרערטע באבעס, עלגעגאנטע מאמעס, חברים פון היינט און אמאל, קוקן אויף מענדי שטייטליך, ווי זיין פעדער גליטש צו די בליצן פון פאטאגראפירער און שוועבנדע דראוס, און כולם פה אחד אמרו, מענדי דער קאקער האט עס געמאכט.

עליונים ששו ותחתונים עלזו [emoji445]
הבל וריק; דו מיינסט טאקע דו וועסט דיך סתם ארויסדרייען מיט א קורצע (אבער אינהאלטסרייכע) תגובה אויף יענעמס אשכול?! העללא?! כמעט אדורך געלאפן א זומער און קיין ארטיקל פון דיר נישט צום געפונען! אהער מיט א לאנגס און א ברייטס ביטע.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
בילדינג פליפער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

Re: מענדי דער קאקער

שליחה דורך בילדינג פליפער »

אונזער מענדי איז גארנישט קיין אזא קאקער ווי דו מאכסט אים.
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: מענדי דער קאקער

שליחה דורך הבל וריק »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
הבל וריק האט געשריבן:ס׳גוט צו הערן פון דיר @קל וחומר

כ'בין אויך מער נישט הויעך אבער עיקר שלש עשרה שכחת:

מזל טוב. מענדי דער קאקער איז מצליח!
ס'גייט נישט דורך קיין צוויי מאנאטן זינט ער האט זיך מיט א מיליאן אינעם קאנטע געטראפן און מענדי שרייבט שוין א ספר ביי א גאט פארכטיגן אין ארץ הקודש. די מצוה איז עפעס וואס האט אים שטענדיג געגליסט, זינט דעם הכנסת ספר תורה פון זיין רייכן פעטער אין קרית יואל (האט שוין היינט נעבעך נישט), וואס ער האט ביי די פערצן זיך באטייליגט. דארט, מיטן צוגאנגענעם קרויס קאפעלוטש, אונטערן חופה אויף ליזענסק דרייוו, האט ער געטרוימט איבער דעם טאג וואס ער וועט אויך שפּאַרן א גאס ליום אחד.

און מענדי זשאלעוועט נישט פאר כבוד התורה.
צום גרויסן טאג, קומען זיך צוזאם די בעסטע קעכער, פּארטי פּלענער, בלומען שניידער, קרוין טרעגער, לעמפּל צינדער, פאַקל שאַפער, סקאַטש קענער, אנטיילצונעמען אינעם נארוואס אועפגעראכטענעם מענדי׳ס אווענט.

הערליך באצירט איז מענדי, מיטן שפאגל נייעם שטריימל, הארטע העמד, פיאות, און שיך, און א פרישע ראלעקס לכבוד התורה.

צום ריכטיגן מינוט נעמט אן עמאציניאלער מענדי דעם פעדער אין האנט, אינדערצייט וואס פון אהונטער דערווארעמט דער זינגער פון זיין תקופה מיט ״אילן אילן״ וכדו׳ אזש די געפילן צורינען אינאיינעם מיט די טינט - ווארום דער מענדי איז פארט א קאקער און קען קיין אות ניט שרייבן.
די ארומיגע רבנים, אויפגעראכטענע טאטעס, פארטרערטע באבעס, עלגעגאנטע מאמעס, חברים פון היינט און אמאל, קוקן אויף מענדי שטייטליך, ווי זיין פעדער גליטש צו די בליצן פון פאטאגראפירער און שוועבנדע דראוס, און כולם פה אחד אמרו, מענדי דער קאקער האט עס געמאכט.

עליונים ששו ותחתונים עלזו [emoji445]
הבל וריק; דו מיינסט טאקע דו וועסט דיך סתם ארויסדרייען מיט א קורצע (אבער אינהאלטסרייכע) תגובה אויף יענעמס אשכול?! העללא?! כמעט אדורך געלאפן א זומער און קיין ארטיקל פון דיר נישט צום געפונען! אהער מיט א לאנגס און א ברייטס ביטע.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
א דאנק! אויף דעם קען מען ריכטיג זאגן "גלייב מיר ס'טוט מיר מער וויי".

כ'בין פשוט פארנומען ביז איבער'ן קאפ, ווי מענדי דער קאקער וואלט געזאגט.
דאס ביסל צייט וואס איך האב יא נוץ איך אויס פאר טיק טאַק ואבזירייהו, אויפן געלעגער - עד שחטפנו שינה. מ'זאל נישט געפּריווט ווערן רח"ל.
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

קוקט אויס ווי עפעס אנ׳אייניקל פונם ארגינעלען קל וחומר האט גע׳ירש׳נט זיין ניק, א קל וחומר בן בנו של קל חומר, נאך בעסער פונם זיידן, בבחינת יפה כח הבן מכח האב. פארפירט ארום ווי א פּראָ, עפענט אשכולות לייק נא טאמאראו…

פוט יור הענדס טוגעטהער עווריוואן, קל וחומר איז בעק!!!

:קלאטש :קלאטש :קלאטש
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: מענדי דער קאקער

שליחה דורך קל וחומר »

מונטסורי האט געשריבן:קוקט אויס ווי עפעס אנ׳אייניקל פונם ארגינעלען קל וחומר האט גע׳ירש׳נט זיין ניק, א קל וחומר בן בנו של קל חומר, נאך בעסער פונם זיידן, בבחינת יפה כח הבן מכח האב. פארפירט ארום ווי א פּראָ, עפענט אשכולות לייק נא טאמאראו…

פוט יור הענדס טוגעטהער עווריוואן, קל וחומר איז בעק!!!

:קלאטש :קלאטש :קלאטש
כ'האב איבער דערציילט דיין תגובה פארן זיידן זז"ג, האט ער מיר געזאגט בזה"ל: זאג דעם מונטסורי אז ער זאל נישט אריינלייגן זויפיל גאווה אינעם יונגן דור, ס'גענוג דאס וואס זיי האבן שוין גע'ירש'נט דורך די ען עי, ודיו לבא מן הדין להיות כנידון.

ואח"כ ביקש לאחר את הנץ ונסתלקה ממנו שינה.
פארשפארט