וויאזוי מ'שרייבט אן אקאדעמישער פארש-פאפיר

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
שהי פהי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 04, 2012 9:43 pm
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

וויאזוי מ'שרייבט אן אקאדעמישער פארש-פאפיר

שליחה דורך שהי פהי »

אריינגייענדיג אין א קלאס פון היסטאריע, פארלאנגט מען פון מיר אפצושרייבן א פארש-פאפיר פון בערך 7-10 בלעטער איבער סיי וועלכן וויכטיגן קאפיטל/פערזאן אין דער געשיכטע פון דער מערב-ציוויליזאציע. אבער פון "היסטאריע" בין איך אריין אין א מצב פון "היסטעריע", וויבאלד איך האב נאך קיינמאל נישט געשריבן קיין פארש-פאפיר, און איך ווייס נישט וויאזוי מ'שטעלט אהער אזא זאך.
מיין שאלה איז בעיקר וואס ס'זענען די פארלאנגען אין אן אקאדעמישן פארש-פאפיר, וואס שייך די מקורות וואס איך ברענג צו, דער אופן וויאזוי צו פארצייכענען די ביבליאגראפיע, א.א.וו. קען זיין אז איך וואלט געדארפט פרעגן נאך שאלות, נאר מיין ידיעה קומט פשוט נישט אן צו דעם. אלזא, אויב איינער ווייסט וואס ס'איז כדאי אז איך זאל וויסן, ביטע ענטפערט, און איך האף אז דאס וועט מיר העלפן איבערקומען דעם פלאנטער.
א גרויסן יישר כח.
Ars longa, vita brevis
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

קעניינא הארא, יאנקל, איר זענט א כרכא דכוליה ביה!!

אז מ'רעדט שוין, קען מיר איינער מסביר זיין בקיצור דעם סיסטעם פון קרעדיטס? קען איך האבן קרעדיטס פון ישיבה צו פון כולל?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
שהי פהי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 04, 2012 9:43 pm
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך שהי פהי »

אווא! הערליך געענטפערט און מיר קלארגעמאכט אלע שוועריגקייטן (אזוי דאכט זיך מיר דערווייל), אריינגערעכנט די טערמינאלאגיע וואס איך האב נישט געוואוסט וויאזוי נאכצושרייבן... מיין פראפעסאר האט דוקא יא פארלאנגט צו נוצן נאר 'peer reviewed' מקורות און איר האט מיר געגעבן פיינע 'לינקס' דאס אויסצוקלארן. אז איך וועל האבן נאך פראבלעמען וועל איך פרעגן.
Ars longa, vita brevis
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

שהי פהי,

פשי הי! איך קען נישט די נושא (יאנקל און קארל, צוויי טייערע פארום-פריינט האבן אבער שוין געענטפערט), אבער איך גלייך אייער שרייבן! לאזט זיך הערן, אפט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: וויאזוי מ'שרייבט אן אקאדעמישער פארש-פאפיר

שליחה דורך מי אני »

א גוטע כלל האב איך געהערט לגבי אקאדעמישע שרייבן (ובכלל ביי יעדע מין שרייבן וכו׳) אז מ׳זאל אלס שפירן ווי איינער שטייט אונטער דיין פלייצע און זאגט דיר ״ווער זאגט?״ אין אנדערע ווערטער, דו זאלסט אלס זעהן צו אונטערלאנען און ציטירן פון פארלעסליכע מקורות פאקטן וכדומה.

עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז פאר מאטעמאטיק פאפירן, הגם עס איז נישטא ממש אן אנגענומענעם סטייל אזוי ווי ביי די אנדערע סייענסעס, איז אבער דא אן אנדערע וועג פון ציטירן פריערדיגע פרופס עפ״י AMS [American Mathematics Society]. אויך, ווען מען פערטיגט (שרייבן) א פרוף לייגט מען צום סוף פונ׳ם פאראגראף א קעסטל אדער די אותיות QED, וואס מיינט (אין לאטייניש) Quod Erat Demonstrandum (מיינענדיג, אין די קאנטעקסט, ״אזוי ווי מען האט אויפגעוואוזען״).

ולגבי peer-review בעצם (נישט לגבי ציטירן) איז אינטרעסאנט אנצומערקן דר. דניאל סארעוויטץ׳ס ארטיקל, Saving Science, וואו ער טענה׳ט אז כהיום איז דאס ליידער נישט קיין אויפריכטיגער אויפטו בעולם אקאדעמיע. https://www.thenewatlantis.com/publicat ... ng-science
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אַן אקאדעמישע פארש-פאפיר האט, בדרך כלל, אפאר סעקשאנס. מער-ווייניגער דאס זענען זיי:

צום ערשט, נאכ'ן כותרת, איז דא דעם אבּסטראקט וואס זאגט בקיצור נמרץ א סאָמערי פון דאס וואס די פאפיר רעדט זיך איבער און ווייזט אויף וכו'.

דערנאך הייבט זיך דאס אָן מיט אַן אינטראדאָקשען/ליטעראטור ריוויוּ, וואס איז א הקדמה צום נושא, און געבט א שטיקל רקע דעריבער מיט ציטאטן פון פריערדיגע אקאדעמישע פּאָבּליקעישאנס דערין. צום סוף דערפון קען שטיין וואס די ריסערטש שאלה (אדער שאלות) וואס זיי זענען דן אין איז, און/אדער וואס זייער היפאטעזיע איז.

דערנאך, ביי א סייענטיפישע שטודיע, קומט די מעטאדע סעקשאן, וועלכע לייגט פונקטליך אראפ וויאזוי די מעטאדאלאגיע פונעם עקספּערימענט/שטודיע איז צוגעגאנגען: די פּאַרטיסיפּענטס/סאָבּיעקטן, די סעטינג וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן, די מאטעריאלן וואס זענען גענוצט געווארן, די דיפּענדענט וועריעבּל מיט א פונקטליכע הסבר פונעם אינדעפּענדענט וועריעבּל. אא"וו.

דערנאך קומט די רעזאָלטס סעקשאן, וועלכע געבט פונקטליך, אָבּיעקטיוו, און טרוקן אראפ די נומערן און דאס אויסקום פונעם עקספּערימענט, ביחד מיט גרעפס און די סטעטיסיטיקעל סיגניפקיענס וחשבונות דערפון.

דערנאך ענדיגט זיך דאס מיט די דיסקאָשען סעקשאן, וואו די מחברים ברענגען ארויס די אפטייטש פון די רעזולטאלטן און וואס דאס באדייט. דארטן שרייבן זיי אויך די לימיטעישאנס פונעם שטודיע און וואו שפעטערע שטודיעס קענען (און זאלן) אריינגיין טיפער בעיון.

ולאחר הכל איז דא דעם רעפערענץ סעקשאן פון די פונקטליכע מראה מקומות וועלכע מ'האט ציטירט דורכאויס דעם פארש פאפיר.

כמובן אז עס זענען דא קליינע חילוקים אינעם אויסשטעל, געוואנדען לויט די אקאדעמישע דיסיפּלין.

דר. קאטערין האָבּארד און דר. סאָניאַ דאָנבּאַר האבן דורכגעפירט א סורוועי וואס האט געצייגט אז ווי מער עקספּערט און שפעטער אינעם אקאדעמישן קאריערע מ'איז, אלס מער פאקוסירט מען אויף די מעטאדעס און רעזאָלטס סעקשאנס, וועלכע זענען שווערער און מיט מער דזשאַרגאן, ווי איידער אויף די אינטראדאָקשען/ליטעראטור ריוויוּ און דיסקאָשען סעקשאנס, וועלכע זענען גרינגער.
graph.jpg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

א שאד אז דער פותח האשכול האט נישט געברענגט די פיינעל פראדוקט, נאכן זעהן די אלע אינסטרוקציעס וואלט איך געוואלט זעהן פון א דוגמא פון א אקעדעמישע פארש פאפיר וואס שטימט מיט די אלע רולס וואס די חברה דא שרייבן.
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

שליחה דורך צפת »

וואו קען מען זיך איינשרייבן פאר א קלאס אין היסטאריע?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

IMG_6031.jpeg
:D
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: וויאזוי מ'שרייבט אן אקאדעמישער פארש-פאפיר

שליחה דורך אלפא »

Main features of academic English

is usually formal in tone and impersonal in style
avoids contractions or shortened forms of verbs, such as won't, doesn't or it's
avoids using a linking word such as 'and' or 'but' at the beginning of a sentence
avoids personal pronouns such as I, me, you, your
may use the passive form of verbs
avoids verbs that are composed of multiple words, such as 'give up', 'put up with'
tends to employ a cautious way of explaining findings, using expressions such as 'may', 'it is possible that...', 'could'
may use specialised vocabulary.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
פארשפארט