אהרן חיים דער מתמיד

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

אהרן חיים דער מתמיד

שליחה דורך קל וחומר »

נאך איידער אהרן חיים איז געבוירן געווארן האט שוין זיין טייערע פאטער געוואוסט מיט א זיכערקייט אז ביז געציילטע חדשים גייט פון זיין ווייב'ס רחם זיך ארויסגליטשען עפעס אן אויסטערליש מתמיד! פון די סארט מתמידים וואס ערלויבן זיך ניטאמאל צו אפירקראצן די פינף מינוט אויף צו גיין אין שויער, היש לך ביטול זמן גדול מזו.

די סיבה פארוואס ער איז געווען אזוי זיכער דערמיט, איז, וויבאלד בשעת ער האט עוסק געווען ביצירת הולד מיט זיין אשת חיל, האט ער געטראכט פון א משנה און באלד ביים הויעכפונקט, האט ער געשפירט ווי ער האט נארוואס געענדיגט א שווערע בלאט גמרא.

מ'האט שוין טאקע אנגעהויבן זען פון גאר יונגווייז אן די קלארע סימנים שהמתמיד ניכר בהם, אלט זייענדיג א קנאפע צוויי יאר האט שוין דער קליינער אהרן חיים'ל - ווי די מאמע פלעגט אים גלייכן צו רופן - געמישט דעם אלף בינה הין און צוריק ישר והפוך אויף אן אופן וואס ס'לאזט זיך נישט גלייבן.

ביים חומש סעודה האט ער געזינגען די העכסטע לויט'ן טאטע'נס שטרענגע פאדערונג. די מלמד האט אויף אים טאקע מעיד געווען בפה מלא אז ער קען גאר גוט כמעט אלע נקודות!

ווען דער פאטער פלעגט מקנח זיין דעם צדיק'ל זיינעם ביים ענדיגן די הכנות, האט אים בכלל נישט געשטערט די גערויך פון די צואה רותחת, וויבאלד ער האט געוואוסט אז דאס איז גראד ארויס פון איינע פון די בעסטע זיצער'ס וואס כלל ישראל האט נאר אמאל פארמאגט.

זייענדיג אין כתה ד' האט ער שוין געלערנט אזוי פיל מאל דעם זעלביגן משנה אז ער וואלט עס ווען געקענט פון אויסענווענדיג אויב זאל מען נאר צולייגן עטליכע איי קיו פוינטס צו זיין כמעט גאנץ גוט קעפל.

ווען ער איז אנגעקומען צו כתה ז' בשעטומ"צ האט ער שוין געהאט דעם אפיציעלע טיטל 'דער מתמיד פון די קלאס' ער פלעגט חזר'ן ס'לערנען ביי ריסעס און ביי לאנטש כמעט שטענדיג מיט א הויעך קול. איך זאג 'כמעט' ווייל די איינצעלע פאר מאל וואס קיינער איז פונקט נישט געווען אין כתה פלעגט די קול זיינעם אייננעמען א מיסטעריעזע שווייגעניש.

ביי שמונה עשרה האט ער געוויזן זיין ערנסטקייט און כוונת התפלה אויף גאר א שטארקע פארנעם, ער פלעגט איינקנייטשן דעם שטערן און מאכן ווילדע מאנערוועס מיט די הענט און זיך געשאקלט כמי שכפאו שד אזוי אז ס'וואלט זיך געקענט דאכטן אז ער פארשטייט טאקע די פירוש המילות.

אלעמאל אויסגעטרעטן די לעצטע כמובן, און דאס איז געקומען מיט אן עבודה שבעינים ובתנועות, ער פלעגט אנקומען צו עושה שלום ווי יעדן, אבער האט דאך געדארפט זיכער מאכן צו בלייבן מיט זיין מעשה מתמיד און אויסטרעטן לעצט, האט ער די פארקנייטשטע אויגן א טראפקעלע געעפנט און ארומגעווארפן דאס קאפ לד' הרוחות, (בשעת וואס זיין מויל שעפשעט איבער און איבער ס'פסוק ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי), צו קענען כאפן א בליק אויף אלע ארומיגע און זען אויב זיי האבן שוין אויסגעטרעטן אזוי האט ער געוויסט אויב ער קען שוין אויך.

די שפיץ התמדה האט זיך אבער ארויסגעשטעלט צו קומען אין די ישיבה קטנה יארן, זיין ערליכע קאנצענטרירונג אין די גמרא בלאט אריין איז געווען א שם דבר צווישן די בחורי הישיבה, ער פלעגט טאקע זאגן די אראמישע ווערטער מיט אסאך שיבושים, אבער די זיכערקייט מיט וואס ער פלעגט זיי זאגן האט מגין געווען אויף אזוי שטארק, אז פאר די אנדערע בחורים האט זיך געדאכט אז זיי זענען גאר די וואס מאכן די טעותים.

ער האט זיך גאנץ שנעל אויסגעלערנט די התמדה פעלד, ער פלעגט אויפקומען מיט אזאנע התמדה סטאנטס וואס האבן ממש ווי איבערגעמאכט דעם טערמין, ער פלעגט נעמען באלד נאכן פארלענגערטן דאווענען א טעלער מיט אייער שפייז בנוסף צו עטליכע רעפטלעך ברויט מיט גרינצייג און באלד געלאפן דערמיט אין היכל אריין און געעפנט דעם גמרא בשעת וואס לא פסיק פומיה ממיכלא און די אויגן זענען שטרענג אריינגעקלאצט אין די שווערע תוספות'ן אדער צומאל גאר אין די קליינע אותיות פון א מהרש"א.


נ.ב. היינט איז ער א אינגערמאן וואס האט זיך גאר שטארק נוקם געווען אין היטלער'ן ימ"ש מיט איבער א דאזען קינדער בליעה"ר כ"י.
ער ארבעט גאר טויגליך ביים רעדשיסטער אין גראסערי פון וואו ער ציעט חיונה.
Lee
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך Lee »

אייזן געשריבן, יא יא צו זיין א סעקסעספלע יונגערמאן ברויכט מען האבן מידות טובות!
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

:lol: :lol: :lol:
נא! ליצנות!...

האסט מיך געוויזן א שפיגל...
באניצער אוואטאר
חמול על מעשיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 05, 2022 11:08 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

Re: אהרן חיים דער מתמיד

שליחה דורך חמול על מעשיך »

אוי זאגסטו פיין...

Sent from my SM-T978U using Tapatalk
זיי לאכן פון מיר ווייל איך בין נישט ווי זיי...
איך לאך פון זיי ווייל זיי זענען אלע די זעלבע...
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

מענדי דער קאקער
אהרן חיים דער מתמיד

לאמיר האפן ס'קומט א סעריע קל וחומר'ס, ווי

עצבן דער פרומער

איש האמת דער בעקער

סגפן דער פרעסער

שמעקל דער קדוש


נעה, קל וחומר וועט קומען מיט בעסער'ס.
קומען זאל עס קומען, מיט א ק"ו זאל עס קומען...
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: אהרן חיים דער מתמיד

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

קל וחומר האט געשריבן:נאך איידער אהרן חיים איז געבוירן געווארן האט שוין זיין טייערע פאטער געוואוסט מיט א זיכערקייט אז ביז געציילטע חדשים גייט פון זיין ווייב'ס רחם זיך ארויסגליטשען עפעס אן אויסטערליש מתמיד! פון די סארט מתמידים וואס ערלויבן זיך ניטאמאל צו אפירקראצן די פינף מינוט אויף צו גיין אין שויער, היש לך ביטול זמן גדול מזו.

די סיבה פארוואס ער איז געווען אזוי זיכער דערמיט, איז, וויבאלד בשעת ער האט עוסק געווען ביצירת הולד מיט זיין אשת חיל, האט ער געטראכט פון א משנה און באלד ביים הויעכפונקט, האט ער געשפירט ווי ער האט נארוואס געענדיגט א שווערע בלאט גמרא.

מ'האט שוין טאקע אנגעהויבן זען פון גאר יונגווייז אן די קלארע סימנים שהמתמיד ניכר בהם, אלט זייענדיג א קנאפע צוויי יאר האט שוין דער קליינער אהרן חיים'ל - ווי די מאמע פלעגט אים גלייכן צו רופן - געמישט דעם אלף בינה הין און צוריק ישר והפוך אויף אן אופן וואס ס'לאזט זיך נישט גלייבן.

ביים חומש סעודה האט ער געזינגען די העכסטע לויט'ן טאטע'נס שטרענגע פאדערונג. די מלמד האט אויף אים טאקע מעיד געווען בפה מלא אז ער קען גאר גוט כמעט אלע נקודות!

ווען דער פאטער פלעגט מקנח זיין דעם צדיק'ל זיינעם ביים ענדיגן די הכנות, האט אים בכלל נישט געשטערט די גערויך פון די צואה רותחת, וויבאלד ער האט געוואוסט אז דאס איז גראד ארויס פון איינע פון די בעסטע זיצער'ס וואס כלל ישראל האט נאר אמאל פארמאגט.

זייענדיג אין כתה ד' האט ער שוין געלערנט אזוי פיל מאל דעם זעלביגן משנה אז ער וואלט עס ווען געקענט פון אויסענווענדיג אויב זאל מען נאר צולייגן עטליכע איי קיו פוינטס צו זיין כמעט גאנץ גוט קעפל.

ווען ער איז אנגעקומען צו כתה ז' בשעטומ"צ האט ער שוין געהאט דעם אפיציעלע טיטל 'דער מתמיד פון די קלאס' ער פלעגט חזר'ן ס'לערנען ביי ריסעס און ביי לאנטש כמעט שטענדיג מיט א הויעך קול. איך זאג 'כמעט' ווייל די איינצעלע פאר מאל וואס קיינער איז פונקט נישט געווען אין כתה פלעגט די קול זיינעם אייננעמען א מיסטעריעזע שווייגעניש.

ביי שמונה עשרה האט ער געוויזן זיין ערנסטקייט און כוונת התפלה אויף גאר א שטארקע פארנעם, ער פלעגט איינקנייטשן דעם שטערן און מאכן ווילדע מאנערוועס מיט די הענט און זיך געשאקלט כמי שכפאו שד אזוי אז ס'וואלט זיך געקענט דאכטן אז ער פארשטייט טאקע די פירוש המילות.

אלעמאל אויסגעטרעטן די לעצטע כמובן, און דאס איז געקומען מיט אן עבודה שבעינים ובתנועות, ער פלעגט אנקומען צו עושה שלום ווי יעדן, אבער האט דאך געדארפט זיכער מאכן צו בלייבן מיט זיין מעשה מתמיד און אויסטרעטן לעצט, האט ער די פארקנייטשטע אויגן א טראפקעלע געעפנט און ארומגעווארפן דאס קאפ לד' הרוחות, (בשעת וואס זיין מויל שעפשעט איבער און איבער ס'פסוק ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי), צו קענען כאפן א בליק אויף אלע ארומיגע און זען אויב זיי האבן שוין אויסגעטרעטן אזוי האט ער געוויסט אויב ער קען שוין אויך.

די שפיץ התמדה האט זיך אבער ארויסגעשטעלט צו קומען אין די ישיבה קטנה יארן, זיין ערליכע קאנצענטרירונג אין די גמרא בלאט אריין איז געווען א שם דבר צווישן די בחורי הישיבה, ער פלעגט טאקע זאגן די אראמישע ווערטער מיט אסאך שיבושים, אבער די זיכערקייט מיט וואס ער פלעגט זיי זאגן האט מגין געווען אויף אזוי שטארק, אז פאר די אנדערע בחורים האט זיך געדאכט אז זיי זענען גאר די וואס מאכן די טעותים.

ער האט זיך גאנץ שנעל אויסגעלערנט די התמדה פעלד, ער פלעגט אויפקומען מיט אזאנע התמדה סטאנטס וואס האבן ממש ווי איבערגעמאכט דעם טערמין, ער פלעגט נעמען באלד נאכן פארלענגערטן דאווענען א טעלער מיט אייער שפייז בנוסף צו עטליכע רעפטלעך ברויט מיט גרינצייג און באלד געלאפן דערמיט אין היכל אריין און געעפנט דעם גמרא בשעת וואס לא פסיק פומיה ממיכלא און די אויגן זענען שטרענג אריינגעקלאצט אין די שווערע תוספות'ן אדער צומאל גאר אין די קליינע אותיות פון א מהרש"א.


נ.ב. היינט איז ער א אינגערמאן וואס האט זיך גאר שטארק נוקם געווען אין היטלער'ן ימ"ש מיט איבער א דאזען קינדער בליעה"ר כ"י.
ער ארבעט גאר טויגליך ביים רעדשיסטער אין גראסערי פון וואו ער ציעט חיונה.
@קל וחומר; צו דו ביסט דער זיידע צו דער אייניקל פונעם ערשטן קל וחומר ווי @מונטסורי האט שוין ערווענט ביסטו אייזן! נישט נאר שרייבן קענסטו נאר מחיה מתים זיין קענסטו גאר אויך, קודם @הבל וריק און היצטערט @ארי נוהם WOW! גיי אן!

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
פארשפארט