ערנסטגערעדט האט געשריבן:מיין הארץ גייט אויס פאר הרב פאנעט
ער איז א זעלטענע טאלאנט וואס האט אויפגעבויט אזא ברענד ווי קינדליין, וואס האט פארקויפט די מערסטע פון אלע אויסגאבעס אין די גוטע יארן.
אין די זעלבע צייט איז ער באגאנגען אן עולה, צי ער איז יא גערעכט מיט טענות אדער נישט, אויסשפארן יענעם פונעם אקאונט, און לויפן אין ערכאות איז לכולי עלמא א שטינק.
איך וואונטש אים דאס בעסטע
און איך האב גרויס מיטלייד מיט אים
אבער אויך מיר האבן נישט געהערט אדער געזען די הוכחות פון קיין שום צד.
פון די אנדערע זייט פעלט נישט קיין נעסטי וואטסעפ מעסעדזשעס פון פאנעט צו זיינע ארבעטער וואס מאכט די סקרינשאטס וואס ער האט ארויסגעגעבן (מיט וואס די עולם ממש קען זיך נישט בארואיגן וואסערע אויסניצער יענער איז געווען) גאלד קעגן זיינע מאניפולאציעס אין ביזנעס.
סא קודם הרב פאנעט ווייז דיינע הוכחות
נאכדעם דארף מען הערן יענעמס ענטפער דערנאך קען די עולם פסקנען.
יעצט זעה איך ער פלאנט ארויסצוגעבן הוכחות דינסטאג, לאמיר זען וואס גייט דא זיין.
כבין צומישט
האסט יא געזען אדער נישט געזען הוכחות?
ווייל רעדן רעדסטו מיט אזא זיכערקייט א לאנגע ליסטע פון הימל שרייענדע עוולות וואס לשיטתך האט ער געטון אבער תוך כדי דיבור ביסטו מודה אז דו האסט נישט קיין בעקינג פאר דיין ליסטע פון זיינע עוולות
ווידער רעדסטו פון סקרינשטאטס פון זיינע ארבעטער, סא האסטו יא געזען אדער נישט?
הוכחות?
יענער זייט האט געשטעלט "הוכחות" מיט עיקולים פאר יעדע קינד אין גאס
פארקויפט אויף אים שקערליכע לשון הרע'ס וואס יעדער ווייסט היינט אז סאיז געמיינע רשעותדיגע לגיונות
חדשים האט מען אים געשינדן די הויט פאר אזוי גערופענע עוולות און ער האט געשוויגן
שפעטער האט ער געעפנט ס'מויל
און פאנעט האט געשטעלט גאר גאר אסאך הוכחות אויף זיין טשענעל א יאר צוריק סאיז נאך עוועליבעל גיי קוק
א יאר צייט וואס דער ריינער רודפט אים ווי א דער אחרון האכזרים וואס איך האב געזען
א יאר צייט האט ער געשוויגן און געליטן
יעצט האט ער ענדליך ווידער זיך גענומען דערציילן
יעדער זעט אז מען האט דא געשאכטן א איד א לא דבר
געמיינע רוצחים!
ער האט אפילו יעצט געשטעלט הוכחות וואס שטעלט ארויס דעם ריינער פאר א גרויליגער אכזר
כגלייב נישט אז דו ווילסט ער זאל לייגן נאך הוכחות...