דריי הונדרעט טויזענט דאלאר איז גענוג?

אלעס איבער האנדל וואנדל
תשפג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

דריי הונדרעט טויזענט דאלאר איז גענוג?

שליחה דורך תשפג »

די נושא פון פרנסה - דזאבס איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אין דעבאטירט דא עטליכע מאל. אבער כ׳האב אלץ געהאט א מסקנא אז א פארדינער פון עטליכע הונדרעט טויזענט דאלער א יאר ווי נישט ווי הייסט א שיינע פארדינער אין האט שוין די מעגליכקייט צו לעבן אביסעל ברייטער פון אנדערע.

לעצטענס האט א אידענע געשריבען אין די ״imamother״ פארום׳ס אז איר מאן פארדינט 300k א יאר אין מיט דעם אלעם ענדיגען זיי די חודש ביי זערא, אין דאס איז אן ספענדען געלט אויף קיין שום לוקסוס אדער עקסטרערס.

זי שרייבט אז זיי זענען א משפחה פון 9 נפשות.
איך copy/paste דא זייער חודש׳ליכע אינקאם אין עקספענס ליסט:

——————————-

Salary 25,000
Taxes 5,800
Med Insurance 1,230
401K 1,000

Net Pay 16,970

Maaser 1,700
Mortgage & Prop Taxes 4,535
Tuition & Playgroup 3,180
Utilities 740
Groceries 3,000
Cleaning Help 1,270
Office 380
Tutoring 500
Insurances 570
Gas, tolls, maintenance 275

Right there, we are at about zero $ left

:We still have
Restaurants (pizza, ice cream etc..) 250
Amazon 200-400
Clothing/shoes 0-600
Haircuts, cleaners 100-200
Drs, coinsurance, RXs, vitamins 200-800

—————————
עכ״ל

איז מ׳קען זיך טענה׳ן אויף דעם פארוואס די גראסערי, קלינינג העלפ, רעסטעראנט, אין טעקס זענען אזוי הויך, אין ס׳איז מעגליך צו האבן פאר אביסל ביליגער.
אבער פון די אנדערע זייט, דעי חשבון רעכענט בכלל נישט אריין קיין שום עקספענס פאר קאר, ימים טובים, קאנטרי, קינדער אין קעמפ, שמחות, וואקאציע, וכו׳ אין ס׳בלייבט נישט איבער קיין דאלער אוועקצולייגען אויף חתונה מאכן די קינדער אדער סתם א אינוועסמענט.
פארשטייט זיך אז איינער וואס לעבט אויף פראגראמען האט אינגאנצען אן אנדערע P&L, צווישען מעדיקעיד, פוד סטעמפס, סעקשען ח׳, וואויטשערס (אין די סיטי), ווייניגער טעקס, וכו׳
אבער דא רעדט מען פון די העכערע קלאס פארדינער וואס ברענגט אריין גאר שיין אין בלייבט נאך אלטס מיט א לאך סוף חודש.

סאו וואס איז די עצה פאר איינער וואס וויל יא פארדינען שיין?

וויפיל געלט ברויך מען מאכן א יאר זיך צו קענען קאווערען אינגאנצען, מיט א שמוץ אריבער?

א שיינע פארדינער, וויאזוי קען מען זיך באדזעט׳ן אויף יא צו בלייבן סוף חודש מיט עפעס געלט אין טאש?
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

שלום עליכם תשפ"ג!
שרייבסט קלאר און צום דבר!
(דעי בּאג נערווירט מיך אביסל.. כ'גיי זעך צוגעוואוינען..)

צום ענין
עצות

זיך אריבער ציהן צו א ביליגע געגנט
פארקויפן די הויז פאר טייער געלט און קויפן א גרויסע הויז ווי ס'איז ביליג.

צדקה איז א גרויסע מצוה, אבער מעשר? אין אזא מצב? פרעגן לאקאלען רב..

9 קינדער?!! אקעי, ס'איז טא לעיט... נעקסט טיים אפשר איז 5 איבער גענוג

$400 עמעזאן? ווי סאך באקסעס בלייבן פארמאכט?

עסען אזוי טייער? והיוקר יעמיר? דעם הכשר Ou איז דא אין וואלמארט צו אין אנדערע גוישע געשעפטן, ס'איז א חילוק בין שמים וארץ.
באניצער אוואטאר
איך הער..
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
האט שוין געלייקט: 316 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: דריי הונדרעט טויזענט דאלאר איז גענוג?

שליחה דורך איך הער.. »

ס'געווען די וואך און די ami א אינטערעסאנטע פאלל וויפיל די עולם פארדינט, פון די 1800 מענטשן וואס האבן גענטפערט א גרויס חלק דערפון האבען גענטפערט אז זיי מאכן אינטער 250k א יאר מיט אזא חשבון פארשטיי איך נישט ווי אזוי מען באגייט זיך בכלל, און איך גלייב די היימישע עולם איז די עקספענסעס נאך אסאך העכער.
.Commen sense is not commen
תשפג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

שליחה דורך תשפג »

איך הער.. האט געשריבן:ס'געווען די וואך און די ami א אינטערעסאנטע פאלל וויפיל די עולם פארדינט, פון די 1800 מענטשן וואס האבן גענטפערט א גרויס חלק דערפון האבען גענטפערט אז זיי מאכן אינטער 250k א יאר מיט אזא חשבון פארשטיי איך נישט ווי אזוי מען באגייט זיך בכלל, און איך גלייב די היימישע עולם איז די עקספענסעס נאך אסאך העכער.
כ׳האב געזען די פאלל.
פון די פארדינער צווישען 200k-350k האבן נאנט צו פופציג פראצענט גענטפערט אז זיי מאכן עס קוים, אדער אז ס׳איז just.
פון די פארדינער אינטער 200k האט פארשטייט זיך א גרעסערע פראצענט גענטפערט אזוי.
תשפג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

שליחה דורך תשפג »

שעפטאל האט געשריבן:שלום עליכם תשפ"ג!
שרייבסט קלאר און צום דבר!
(דעי בּאג נערווירט מיך אביסל.. כ'גיי זעך צוגעוואוינען..)

צום ענין
עצות

זיך אריבער ציהן צו א ביליגע געגנט
פארקויפן די הויז פאר טייער געלט און קויפן א גרויסע הויז ווי ס'איז ביליג.

צדקה איז א גרויסע מצוה, אבער מעשר? אין אזא מצב? פרעגן לאקאלען רב..

9 קינדער?!! אקעי, ס'איז טא לעיט... נעקסט טיים אפשר איז 5 איבער גענוג

$400 עמעזאן? ווי סאך באקסעס בלייבן פארמאכט?

עסען אזוי טייער? והיוקר יעמיר? דעם הכשר Ou איז דא אין וואלמארט צו אין אנדערע גוישע געשעפטן, ס'איז א חילוק בין שמים וארץ.
ר׳ שעפטי איר קומט אריין מיט א גוטע פלאן.
כ׳האב ציטירט דעי מעשה נישט ווייל כ׳בין אין דעי מצב, נאר כ׳וויל באמת פארשטיין וויאזוי אפילו די שיינע פארדינער אין אונזער סיסטעם קענען עס באווייזען. אוודאי איז דא עצות פון אוועקמופן וכדומה, אבער מעשים בכל יום אז עולם גולם לעבט אזוי אין כ׳פארשטיי פשוט נישט וויאזוי ס׳איז שייך.

נ.ב. 9 נפשות מיינט לכאורה 2 עלטערן מיט 7 קינדער.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

תשפג האט געשריבן: נ.ב. 9 נפשות מיינט לכאורה 2 עלטערן מיט 7 קינדער.
א קינד איז בערך 40k-50k א יאהר, דעי צוויי קינדער קאסטן אפ אין בעסטען פאל 60k.
---

אגב. ס'איז א שיינע זאך צו לייקן בכלל, וכל שכן ווען מ'איז מגיב אויף דיין אשכול,
ס'ברענגט קאננעקשען, און געבט חיות אויף ווייטער. :)
הצלחה רבה.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

תשפג האט געשריבן:די נושא פון פרנסה - דזאבס איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אין דעבאטירט דא עטליכע מאל. אבער כ׳האב אלץ געהאט א מסקנא אז א פארדינער פון עטליכע הונדרעט טויזענט דאלער א יאר ווי נישט ווי הייסט א שיינע פארדינער אין האט שוין די מעגליכקייט צו לעבן אביסעל ברייטער פון אנדערע.

לעצטענס האט א אידענע געשריבען אין די ״imamother״ פארום׳ס אז איר מאן פארדינט 300k א יאר אין מיט דעם אלעם ענדיגען זיי די חודש ביי זערא, אין דאס איז אן ספענדען געלט אויף קיין שום לוקסוס אדער עקסטרערס.

זי שרייבט אז זיי זענען א משפחה פון 9 נפשות.
איך copy/paste דא זייער חודש׳ליכע אינקאם אין עקספענס ליסט:

——————————-

Salary 25,000
Taxes 5,800
Med Insurance 1,230
401K 1,000

Net Pay 16,970

Maaser 1,700
Mortgage & Prop Taxes 4,535
Tuition & Playgroup 3,180
Utilities 740
Groceries 3,000
Cleaning Help 1,270
Office 380
Tutoring 500
Insurances 570
Gas, tolls, maintenance 275

Right there, we are at about zero $ left

:We still have
Restaurants (pizza, ice cream etc..) 250
Amazon 200-400
Clothing/shoes 0-600
Haircuts, cleaners 100-200
Drs, coinsurance, RXs, vitamins 200-800

—————————
עכ״ל

איז מ׳קען זיך טענה׳ן אויף דעם פארוואס די גראסערי, קלינינג העלפ, רעסטעראנט, אין טעקס זענען אזוי הויך, אין ס׳איז מעגליך צו האבן פאר אביסל ביליגער.
אבער פון די אנדערע זייט, דעי חשבון רעכענט בכלל נישט אריין קיין שום עקספענס פאר קאר, ימים טובים, קאנטרי, קינדער אין קעמפ, שמחות, וואקאציע, וכו׳ אין ס׳בלייבט נישט איבער קיין דאלער אוועקצולייגען אויף חתונה מאכן די קינדער אדער סתם א אינוועסמענט.
פארשטייט זיך אז איינער וואס לעבט אויף פראגראמען האט אינגאנצען אן אנדערע P&L, צווישען מעדיקעיד, פוד סטעמפס, סעקשען ח׳, וואויטשערס (אין די סיטי), ווייניגער טעקס, וכו׳
אבער דא רעדט מען פון די העכערע קלאס פארדינער וואס ברענגט אריין גאר שיין אין בלייבט נאך אלטס מיט א לאך סוף חודש.

סאו וואס איז די עצה פאר איינער וואס וויל יא פארדינען שיין?

וויפיל געלט ברויך מען מאכן א יאר זיך צו קענען קאווערען אינגאנצען, מיט א שמוץ אריבער?

א שיינע פארדינער, וויאזוי קען מען זיך באדזעט׳ן אויף יא צו בלייבן סוף חודש מיט עפעס געלט אין טאש?
איך זעה שוין ווי ער קען שניידן אפאר טויזענט א חודש
מעדיקל אינשורענס אנשטאט 1230$ זאל ער מאכן רפואה שער פאר $400
געשפארט $830
יווליטיס $740 איז זייער טייער, ער קענען שניידן זיין ביל צו האלב דורך ניצען יוטיליויס מער אחריות׳דיג, למשל אויסלעשן עירקאנדישען ווען נישט אינדירהיים וכו׳
געשפארט $370
גויטע $1270, זייט נישט אזוי פויל $270 פאר א גויטע איז פינקט געניג
געשפארט $1000
אינשורענס $570, זיך א נייע אינשורענס בראוקער, הויז און קאר אינשורענס צוזאמען דארף נישט זיין מער פון $200 א חודש
געשפארט $370

סה״כ געשפארט
$2570 פער חודש
x12
פער יאר $30,840

און דאס איז אן שניידן ווי ס׳טוט וויי, ער קען ווייטער לעיבן בעלבעתיש און בלייבן מיט 30ק א יאר, די פראבלעים ביי אינזער קאמיוניטי איז נישט אז מען מאכט נישט געניג (ע״פ רוב) די פראבלעים איז אז אינז ניצן אויס די געלט אן קיין שום חשבון


0
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
תשפג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

שליחה דורך תשפג »

שעפטאל האט געשריבן:
תשפג האט געשריבן: נ.ב. 9 נפשות מיינט לכאורה 2 עלטערן מיט 7 קינדער.
אגב. ס'איז א שיינע זאך צו לייקן בכלל, וכל שכן ווען מ'איז מגיב אויף דיין אשכול,
ס'ברענגט קאננעקשען, און געבט חיות אויף ווייטער. :)
הצלחה רבה.
יישר כח פאר די constructive critic, כ׳נעם עס אן.
קאווע שטיבעל וואלט נישט געווען די זעלבע אן שעפטעל! די גיבסט אריין א לעבעדיקייט אין געשמאק, קיפ איט אן שעפטי!
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

נישט ריכטיג קהל'ס נער, איך וואוין למשל אין לעיקוואד, מיר קאסט מיין קלינינג גויטע 1300 א חודש, און ניין איך האב איר נישט יעדן טאג, איך האב איר מאנטיג און דאנערשטיג און פרייטיג פאר נאך א פאר שעה בערך , זי נעמט 17 דאלער א שעה, און אין מיין געגענט הייסט עס נאך ביליג, און זאג מיר נישט זיי נישט פויל און טוה עס אליין, סגייט נישט אזוי , א גרויסע הויז פון 5 בעדרומס 2 שטאק דארף ווערן מעינטעינט, און אויב וויל איך האבן א נארמאלע ווייב אינדערהיים דארף איך האבן א גויטע זאל העלפן מאכן לאנדרי פאר סגאנצע געזינדעל וואשן און קערן איבערציען לינען וכדו'.

utilities קען מען אויך נישט שניידן ווי די ריפסט עס, איך לעש אויס מיין עירקאנדישן ווען מען איז נישט אינדערהיים, נאך אלטס איז עס אין די זימער בערך צווישן 300 און 350 פאר א גרויסע לעיקוואדער הויז צו אפקילן, פאון מיט אינטערנעט אינדערהיים, קאסט מיר 130 דאלער א חודש ביי אפטימום, מיין סעלפאון איז 40 מיין וויבס איז נאך 40 די פעמעלי סעלפאון איז נאך 30 געז איז 200 אין די ווינטער און אין די זימער בערך 60 סא ממוצא בערך 120, וואסער קאסט מיר בערך 120 א חודש , נא ווי האלט מען? אזא נישטיגע 820 דאלער

און די פרוי האט בכלל נישט גערעד פון האבן א קאר וואס אויב האסטו א ליעס היינטיגע צייטן א מיני ווען, איז עטליסט 700 א חודש, אינשורענס נאך 150, געז און טאלס, נאך א פאר הינדרעד מילד גערעד, און אויב פאר איך אריין פאר א חתונה קיין בארא פארק אדער ווילי, קאסט עס נאך א פארקינג מיט א ספידינג טיקעט..
תשפג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

שליחה דורך תשפג »

אוודאי איז דא פלאץ זיך צו טענה׳ן אז מ׳קען זיך שפארן ביי געוויסע פלעצער, אין די חשבון קען ווען אויסקומען אביסל ווייניגער.
אבער וואס כ׳האב געוואלט פארשטיין איז, אויב די גאר שיינע פארדינער מוטשעט זיך אזוי זיך צאמצוקראצען סוף חודש, וואס טוט די מיטעל קלאס פארדינער אין אינזער סיסטעם וואס מאכט נאר 200k (ס׳הייסט אויך א שיינע אינקאם) אדער נאך ווייניגער, די עקספענסעס גייט דאך נישט אראפ צו סאך. כ׳פארשטיי פשוט נישט די math וויאזוי אינגערלייט קענען דאס באווייזען…
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: דריי הונדרעט טויזענט דאלאר איז גענוג?

שליחה דורך טמיר »

בין איך דער איינציגסטער וואס קראצט זיך די אויגן צי טרעפן ווער פארדינט 200ק א יאר אויסער די קליינע פערסענט מענטשן מיט הויכע פאזיציעס אין גרויסע קאנפעניס, אדער אז מ'האט א גאר סוקסעספול ביזנעס?

פון די שמועסן דא שיינט עפעס אז 200ק איז די נארמע, און אונטער דעם הייסט שוין א שוואכע פארדינער
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

טמיר האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס קראצט זיך די אויגן צי טרעפן ווער פארדינט 200ק א יאר אויסער די קליינע פערסענט מענטשן מיט הויכע פאזיציעס אין גרויסע קאנפעניס, אדער אז מ'האט א גאר סוקסעספול ביזנעס?

פון די שמועסן דא שיינט עפעס אז 200ק איז די נארמע, און אונטער דעם הייסט שוין א שוואכע פארדינער
א הויז געזינד ווי ביידע עלטערען ארבעטען איז גאנץ נערמאל צי מאכן צוויי הונדרעט ק׳ א יאר, 120 פאר א מאן און 80 א פרוי איז מעשים בכל יום.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

קהל'ס נער האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס קראצט זיך די אויגן צי טרעפן ווער פארדינט 200ק א יאר אויסער די קליינע פערסענט מענטשן מיט הויכע פאזיציעס אין גרויסע קאנפעניס, אדער אז מ'האט א גאר סוקסעספול ביזנעס?

פון די שמועסן דא שיינט עפעס אז 200ק איז די נארמע, און אונטער דעם הייסט שוין א שוואכע פארדינער
א הויז געזינד ווי ביידע עלטערען ארבעטען איז גאנץ נערמאל צי מאכן צוויי הונדרעט ק׳ א יאר, 120 פאר א מאן און 80 א פרוי איז מעשים בכל יום.
אבער ''גאנץ נארמאל'' איז אנדערש ווי אז ווייניגער איז אונטער מיטל קלאס.

חוץ המעשה וואס כ'זע נישט אז א פרוי זאל מאכן אן אכציגער אזוי שנעל, און רוב פרויען ארבעטן נישט ביינונז.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

סמבטיון האט געשריבן:נישט ריכטיג קהל'ס נער, איך וואוין למשל אין לעיקוואד, מיר קאסט מיין קלינינג גויטע 1300 א חודש, און ניין איך האב איר נישט יעדן טאג, איך האב איר מאנטיג און דאנערשטיג און פרייטיג פאר נאך א פאר שעה בערך , זי נעמט 17 דאלער א שעה, און אין מיין געגענט הייסט עס נאך ביליג, און זאג מיר נישט זיי נישט פויל און טוה עס אליין, סגייט נישט אזוי , א גרויסע הויז פון 5 בעדרומס 2 שטאק דארף ווערן מעינטעינט, און אויב וויל איך האבן א נארמאלע ווייב אינדערהיים דארף איך האבן א גויטע זאל העלפן מאכן לאנדרי פאר סגאנצע געזינדעל וואשן און קערן איבערציען לינען וכדו'.

utilities קען מען אויך נישט שניידן ווי די ריפסט עס, איך לעש אויס מיין עירקאנדישן ווען מען איז נישט אינדערהיים, נאך אלטס איז עס אין די זימער בערך צווישן 300 און 350 פאר א גרויסע לעיקוואדער הויז צו אפקילן, פאון מיט אינטערנעט אינדערהיים, קאסט מיר 130 דאלער א חודש ביי אפטימום, מיין סעלפאון איז 40 מיין וויבס איז נאך 40 די פעמעלי סעלפאון איז נאך 30 געז איז 200 אין די ווינטער און אין די זימער בערך 60 סא ממוצא בערך 120, וואסער קאסט מיר בערך 120 א חודש , נא ווי האלט מען? אזא נישטיגע 820 דאלער

און די פרוי האט בכלל נישט גערעד פון האבן א קאר וואס אויב האסטו א ליעס היינטיגע צייטן א מיני ווען, איז עטליסט 700 א חודש, אינשורענס נאך 150, געז און טאלס, נאך א פאר הינדרעד מילד גערעד, און אויב פאר איך אריין פאר א חתונה קיין בארא פארק אדער ווילי, קאסט עס נאך א פארקינג מיט א ספידינג טיקעט..
אוואדי וויל איך אויך האבן א גויטע דריי מאל א וואך, אבער ווינדער דיך נישט ווי דיין געלט גייט, וכן ביי 130 א חודש פאר אינטערנעט, די ווילסט האבן די שנעלסטע אינטערנעט אוואדע וועסטו צאלן תבין ותקילין, איך האב אביסל שטטיטערע אינטערנעט און איך צאל 35, וכן ביי א ליס מיין פיינענס קאסט מיר 350 פאר א געניצטע קאר בלויז דריי יאר אלט.
הצד השווה שבהן, די ווילסט אלעס האבן די שענסטע און די בעסטע צאלסטו דאפלט די פרייז, גיי אראפ א אביסל פון דיין סטענדערט, ס׳גארניששט ווראנג מיט א קאר וואס איז דריי יאר אלט, (א הויז קויפסטו אויכט יעדע דריי יאר א נייע?), וועסטו נישט האבן די שנעלסטע אינטערנעט, וועסטו דארפן אביסל ארויסהעלפן אין שטיב, און ס׳נישט אויף די דריי ספעציפישע זאכן, ס׳איז אויף אלעס.
ווילסט האבן אלעס די שענסט, ס׳גארנישט ווראנג מיט דעים, אבער איך מאך ווייניגער פון 200 א יאר און איך בלייב מיט 4ק ריוח פער חודש, אויב די ווילסט וויסן די סיבה דערפאר דא האסטו עס.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

די יסוד הדבר איז, אז מענטשן לעבן זייער לייפסטייל לויט וויפיל זיי פארדינען.

אז איינער מאכט ווייניג, איז אים פונקט גוט א גענוצטע אלטע קאר, ער טראכט ניטאמאל אז ער דארף עפעס בעסער, אבער איינער וואס מאכט 200k א יאר, פאלט אים ניטאמאל איין אז דאס איז בכלל אן אפציע, ער 'מוז' ליסן א טייערע קאר.

די זעלבע איז ביי יעדע זאך וואס מען 'דארף', אויב האט מען ווייניגער, דארף מען ווייניגער.

איינער וואס האט געלט, זיכט נישט ווי ער קען טרעפן א ביליגערע סעלפאן פלאן, זיין גראסערי ארדער איז ברייט, אסאך מאל אן קיין געהעריגע חשבון, ער קויפט זאכן וואס ער דארף לאו דווקא, און שפארט נישט ווי ער וואלט געקענט. משא"כ דער וואס האט ווייניגער, דער ספענדט לויט זיין בודזשעט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

תשפג האט געשריבן: איך copy/paste דא זייער חודש׳ליכע אינקאם אין עקספענס ליסט:

——————————-

Salary 25,000
Taxes 5,800
Med Insurance 1,230
401K 1,000

Net Pay 16,970

Maaser 1,700
מעשר דארף זיין פאר מעדיקל אינשורענס!
דא ליגט דער הונט באגראבן!
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

ער קען שניידן די טעקס אויך, ארבעט דורך אן LLC.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אלע צוזאמען האט געשריבן:ער קען שניידן די טעקס אויך, ארבעט דורך אן LLC.
געשאסן א לאטקע.
האלטסט טאקע אז די אלע וואס צאלן מיליאנען פאר טעקס ווייסן פשוט נישט פון די LLC עצה? און די IRS האט פשוט פארזעהן אז ס'דא א לופהאל און מ'קען זיך ארויסדרייען פון טעקס דורך אן LLC?

נאר וואזשע דען?

LLC איז סתם א וועג וויאזוי מענטשן באהאלטן אינקאם און טשידן מיט טעקסעס דורך אראפ רעכענען פאלשע עקספענסעס אדער נישט רעפארטן די אינקאם. דאס אלעס ארבעט ביז מ'כאפט. לא תגנוב = מ'טאר נישט כאפן.
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

איך האב טאקע געזען לעצטנס ערגעץ פון א פרוי וואס האט געזאגט אז איר משפחה האט געטראכט פון מופן קיין ארץ ישראל און סי האט זיך אנגעהויבן נאכפרעגן ביי איר באקאנטע דארט וויפיל מען דארף פארדינען צו קענען לעבן נארמאל, איעדער האט געענטפערט די זעלבע תשובה מיט אנדערע נומערן, אפאר טויזנט שקל מער ווי איך פארדין יעצט.

ונראה לי קרוב לאמת
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:
תשפג האט געשריבן: איך copy/paste דא זייער חודש׳ליכע אינקאם אין עקספענס ליסט:

——————————-

Salary 25,000
Taxes 5,800
Med Insurance 1,230
401K 1,000

Net Pay 16,970

Maaser 1,700
מעשר דארף זיין פאר מעדיקל אינשורענס!
דא ליגט דער הונט באגראבן!
לויט די ליסטע פארשטיי איך אז די אינשורענס גייט אראפ דירעקט פון די טשעק, נאך בעפאר ער באקומט די געלט.

הגם דו האסט עס געשריבן בדרך צחות, האב איך פארט געוואלט אויסקלארן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

לענ"ד פון אן עקאנאמישן פערספעקטיוו, איז די איינציגסטע עצה ארויס פון די מצוקה דורך האבן ווייניגער קינדער. און כ'וועל מסביר זיין!

אלע פראפאזיציעס ווערן כסדר פארגעלייגט אויפן טיש, אנגעפאנגען פון העכערן הכנסה, איינצוימען הוצאות, אוועקמופן, ביזן מערכה איבער די וויכטיגקייט פון סעקולארע עדיוקאציע וועלכע וועט זיין די game changer, אדער דאס אראפרייסן די 'סיסטעם' פון נאכמאכן יעדעם איינעם מיט די הויכע סטאנדארטן פון דירות/חתונות/קליידער/און וואס נישט.
די פראבלעם מיט די אלע איז אז זיי זענען אלע גערעכט! נעמליך, אונזער הוצאות זענען גרעסער פון די הכנסות שוין אפי' נאכן עס הייבן דורך א געלערנטע דזשאב, און טוישן די סיסטעם אדער מופן זאגט זיך אסאך גרינגער ווי געטון!..

באמת קען מען לכאו' צולייגן צום ליסטע די פאקט אז מ'לערנט נישט בעסיק פיינענס סקיללס מיט די יוגנט, אדער אז מ'ווערט געבוירן מיט א גאלדענעם לעפל אין מויל - אחריות איז נאר אן ארטיקל ווען דו קענסט שוין גארנישט טון, וואס דאס באמת נעמט זיך שוין אויך פון די ברייטערע לידערשיפ ביי אונז ווי רעספאנסיביליטי און אקאונטעביליטי זענען מיאוס'ע ווערטער א.א.וו... אדער מעגליך דאס אז עס זענען נישטא קיינע סטאטיסטיקס און געהעריגע דאטא איבער אונזער פינאנציעלע מצב וואס זאלן שלאגן די מנהיגים אין פנים אריין.

געהערט האב איך אמאל א קורצן הסבר איבער וואס האט פאסירט, אז נאכן קריג ווען מיר זענען געווען א קליין הייפעלע איז געווען גאנץ גרינג פארן רבין-זי"ע צו שטופן די עולם ארבייטן און נאטירליך באשאפן אפאר עשירים אזוי ארום זיי אויפצונעמען און דע-פאקטא האבן זיי אונטער געבאלטן די קהילה, די מוסדות, די ארימעלייט, און אלע זייטיגע צוועקעלעך, בעת וואס די עולם האט זיך געמערט אנע חשבון אויף פאראויס.
fast-forward צוויי דורות, און די פראצענט פון עשירים זענען א שפיי אנקעגן די צרכים פון די קהילה, אויב האט אן עושר אמאל געקענט אויסהאלטן די גאנצע מוסד (וואס האט אזוי אויך נישט פארלאנגט קיין סאך - די מלמד האט דאך געדארפט ווייניגער אויך) פלאס אויסצאלן די פלייש בילס פאר אלע נצרכים פון שטאט, קען ער היינט קוים דעקן זיין אייגענע בודזשעט פאר זיך, די קינדער, און תורה'דיגע אייניקלעך - וועלכע איז אויך געוואקסן מיטן סטאנדארט - ווער רעדט נאך פון אויסהאלטן א שטאט אדער אפי' א בנין.
נישט פארגעסן אז לעבענדיג בהרחבה אויף 'אנקל-סעם'ס' קאנטע האבן זיך די השגות געהויבן, נעמליך אויב שכר לימוד איז געדעקט, חתונה מאכן גע'שנארעט, און עסן מנודב כפי הצורך, פארוואס דען נישט אויסרייסן די שכן'ס אויגן מיט מעטשינג קליידונג כבני מלכים. און די שכן פארשטייט זיך מאכט אן ענליכן חשבון בנוגע די שטריימל, אויסמישנדיג זיך מיט די מארקעט וואוקס פון טאקע די פילצאליגע וועלכע האבן אנגעפאנגען וועלן דעקן דאס אלעס - וואס האט נאך מער געשטופט דעם סטאנדארט, וחוזר חלילה. האט געברענגט אז לעת עתה איז מען אין א מציאות פון גאר הויכע סטאנדארטן געשאפן דורכן קולטור, און אוממעגליכע דעקונג מיט די פראצענטואלע דיקליין פון נגידים.
[עס איז כמובן אביסל מער קאמפליצירט ווי דאס - ווענדענדיג זיך אין די לאקאלע עקאנאמיע ביינזאם מיט די סאציאלאגיע פון די פרטיות'דיגע קאמיוניטי. די פוינט איז אבער די זעלבע.]

אין אנדערע ווערטער זענען מיר באמת אין א מצב וואס איז עקאנאמיש unsustainable,
די טייערע געגנטער/דירות פון וועלכע מ'קען פסיכאלאגיש זיך נישט אוועקרייסן.
קינדער וועלכע קאסטן (פארן לעבן) ארום $300,000 מינימום - פון שטאפירן, ביז שכר לימוד/קעמפ, ביזן חתונה מאכן, געדאפלט לויטן צאל... (פאר 7 קינדער איז עס ע"פ חשבון איבער 2 מיליאן!)
הימל שרייענדע סטאנדארטן פון עסן, קליידונג, ושאר ירקות, פון וואס מ'קען זיך סאציאלאגיש נישט אפרייסן.

אפי' אן מאכן די פונקטליכע קאלקולאציע קען יעדער בר דעת זען אז אן קיין זייטיגע שטיצע איז דאס אוממעגליך כפשוטו, און אזויווי בדרך הטבע גייט 'זייטיגע שטיצע' אראפ נישט ארויף, [סיי מכח די קלענערע פראפארציע פון עשירים, סיי מכח די העכערע סטאנדארט סיי פאר זיי אליין און סיי פאר די וואס דארפן די שטיצע, און אויך מכח די אלע גרעסערע ארגעניזאציעס (הצלה, RCCS, בוני עולם,) וועלכע זענען נאר נויטיג מיטן פארגרעסערונג פונעם סיסטעם - אבער טרינקען הויפענעס פון די געלט וועלכע וואלט אנדערש געגאנגען צו יחידים] קען מען זיך פאראויסזען אין אלס א טיפערן לאך אויב נעמט מען נישט קיין שריט.

ווער פונקטליך זאל אבער נעמען די 'שריט'? די אין די לידערשיפ, אדער פארשטייען נישט צום מצב בכלל, אדער לעבן זיך פריוואט על סיר הבשר און בלינד צום דרויסענדיגע מציאות, אדער זענען זיי פשוט נישט געמאכט פאר דעם אין איידעלע ווערטער.
יחידים פאר זיך קענען לכאו' יא ארויפברענגען זייער אייגענע הכנסות - טאקע דורך פראפעסיאנאלע דזשאבס וכדו', אדער מיט א שטארקע ווילן אפי' נידערן הוצאות אנקעגן די שטראם. אבער פארן ברייטן בילד איז דאס נישט קיין מהלך. און נישט פארגעסן ווידער, אז איינמאל דו הייסט א שיינע איד האסטו אטאמאטיש דיין שוואגער מיט זיין קנעכל אויסצוהאלטן אלס עניי עירך, און די וואוילטעטיגע ארגעניזאציעס מיט די אלע מוסדות פשוט אלס מעמבער אין קהילה... איז פארוואס דען זיך פלאגן?

איבערקוקנדיג די ליסטע, בלייבט אונז איבער איין עצה... פאמינערן די סאציאלאגישע וואוקס! ביינזאם מיטן העכערן הכנסות און זיך נעמען אין די הענט אריין ביז עס ווערט סטאביל און יעדער האט די מעגליכקייט זיך אליין אויסצוהאלטן.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

שמעקעדיג האט געשריבן:
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:
תשפג האט געשריבן: איך copy/paste דא זייער חודש׳ליכע אינקאם אין עקספענס ליסט:

——————————-

Salary 25,000
Taxes 5,800
Med Insurance 1,230
401K 1,000

Net Pay 16,970

Maaser 1,700
מעשר דארף זיין פאר מעדיקל אינשורענס!
דא ליגט דער הונט באגראבן!
לויט די ליסטע פארשטיי איך אז די אינשורענס גייט אראפ דירעקט פון די טשעק, נאך בעפאר ער באקומט די געלט.

הגם דו האסט עס געשריבן בדרך צחות, האב איך פארט געוואלט אויסקלארן.
ווייל מיין עמפלויער באצאלט עס הייסט עס נישט קיין אינקאם?
פאר די IRS קענסטו זאגן אזא תורה'לע, נישט פאר מעשר!
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

קהלס נער, אז דו קענסט לעבן אזוי אשרי חלקך, מסתפק במועט, גאר א שינע זאך, כגלייב אז ווען דו גרייטסט אן די לעכט צינדסטו אן אלע לעכט מיט איין שוועבל, און אזוי שפארסט זיך איין צו קויפן פישקעס מיט שוועבלך במשך די יאהר..,
וואס מיין איך צו זאגן, אוודאי איז דא וועגן ווי מען קען שפארן און קארגן , מען קען לעבן ווי דעיוו רעמזי זאגט אויף באנדלך און רייז, האסט נישט דאן קויף נישט, למעשה איז אונזער לעבנס שטייגער אינדערש, און כוועל ענדערש צאלן אפאר דאלער מער צו האבן נארמאלע אינטערנעט סערוויס, און נישט יעדעס מאל ווען מיין ווייב וויל ריפן אן אבער אדער עפעס ארדערן אנליין קראכן ביז מען כאפט סערוויס, די זעלבע זאך ביי די אנדערע משל פון א גויטע, מיינסט טאקע אז אונז זיץ מיר ביידע מיט די פוס ארויף און קוקן א נעטפליקס שאו ווילאנג די גויטע קלינט? איך און מיין ווייב וואשן פלענטי די פלאר און איך הענג די לאנדרי ערליך יעדע נאכט, נאר וואס, ענדישער האבן א ראויגע ווייב וואס קען קעיר נעמען פון די קינדער און די הויז ווי עס דארף צו זיין ווי איידער זיך אויסמארדעווען און סעיוון אפאר הינדרעד דאלער א חודש,
איך לעב נישט אויף קיין היי סטענדערד בכלל, כקדענק נישט די לעצטע מאל וואס איך בין ארויס עסן ערגעץ, איך פאר נישט אין קאנטרי איך פאר נישט קיין וועקעישאנס, אונז זעמער ב"ה זייער צופרידן אין אונזער הויז, אבער אפילו אזוי קען מען נישט דעקן מיט 150 אלפים א יאהר.
דאס זענען מיינע עקספענסעס , זאג מיר ווי איך זאל שניידן.
מארטגעזש - 4850
שכר לימוד - 3300 - נישטא קיין וואטשערס אין לעיקוואד
עסן - 2700 בערך
קאר - 700
קאר אישורענס - 120
געז טאלס - 250 לפחות
גויטע - 1300
קליידער - עוורידזש נאכן אריינרעכענען אלע סיזענס - 400
געז - 120
עלעקריק - 300
וואסער - 120
פאון און אינטערנעט - 130
סעלפון 3 - 110
עמעזאן - דעילי נידס - 150
Miscellaneous expense - לפחות 500 ווי למשל וואס? ווען עס ציברעכט זיך, פריזער/ אווען /דיש וואעשר/ טוילעט/ טיש/ בענקל/ שער מאשין/ נעגל וואסער שיסל/ זייף שעמפא/ פיל אין די רעשט
מתנות פאר יו"ט וכו' - בערך 200 ציטיילט אויפן יאהר
טיקעט צו פארן צו מיין רעבן 1 מאהל א יאהר טיקעט צו באזוכן מיינע עלטערן 300
מיוזיק לעסנס פאר מיין זון אין טאכטער - 120
צדקה - נישט ענקער ביזנעס..
און כהאב נאך אויסגעלאזט א שיין ביסל, כמיין כגיי מיר נישט אויסטוהן נאקעט פארן עולם, אקעי נעטפליקס נאך 14 דאלער.
בקיצור מיא קאסט צו ענדיגן די חודש אן א לאך עטליסט 16 אלפים.
ווי פינקליך זאל איך שניידן?
פארשפארט