זאלן עלטערע רבנים רעזיגנירן?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
שלום עליכם רבות מחשבות וועלקאם!
קיינער איז נישט געקומען צו ר' אלזער הורוויץ וועגן ער הייסט הורוויץ אדער ווייל ער האט קינדער הורוויץ, עס האבן זיך ארום אים געקליבן א גרופע אינגעלייט אין דעם מדבר שממה, סאטאמר בארא פארק, ווי עס איז נישטא קיין שום רוחניותדיגע אויטאריטעיט, (כ"ץ איז מלא פאליטיק), אוןם מען לעכצעט ארום א יינעם וואס שרייט שארף ווי א סאטאמרער לאכט אפ פון די גאנצע וועלט ווי א סאטמארער, און רעדט נאך פון אזוי גערופענע ברייט ענינים, ער ציטירט נאך מהר'"ל'ס און ליקוטי אמרים, און פאר דעם עולם איז דאס פונקט גוט,
יעצט דער שטיבל איז געבויעט אויף סאטמארע יסודת אין לענ"ד מוז דאס אזוי בלייבן ער קען נישט אריינשטעלן זיין זון, בשום אופן
נאר אויב זיין זון איז ראוי לאותו איצטלא דאן איז ער קודם לכל אחד.
און אז מען רעדט שוין יא, איז דער עפעס א מין ווילד באשעפעניש, און ער פירט די סאטמארע נאך ווייטער אין באד אריין.
אבער נאכאמאל פאר די עקסטרעמע פארשוינען איז דאס זייער גוט און ער דינט זייערע אינטרעסן.

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
וואס פון קומעדיגע דור וועט נישט מאכען דערפון קיין רבי'סטווע לויט די וואס קענען בנו רבי חיים שליט"א, אבער דער דריטע דור שוין איינמאהל יא.
אנדערש ווי די יורשים שנים אחים הקדושים פון אונגוואר שליט"א, וואס זייער טאטע איז געוועהן רב וואס האט גע'פסק'נט שאלות אפילו ווען עס איז נישט געוועהן קיין שואל, אבער די צוויי איינער דאהי דער אנדערע אין ארץ הקודש זענען שוין געווארען אדמורי"ם.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:וואס פון קומעדיגע דור וועט נישט מאכען דערפון קיין רבי'סטווע לויט די וואס קענען בנו רבי חיים שליט"א, אבער דער דריטע דור שוין איינמאהל יא.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
ממי_שאמרו האט געשריבן:זייער שיין געשריבן און הערליך פאר א ערשטע תגובה. שלום עליכם ויהא בואכם לברכה ולהצלחה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לעיקוואד האט געשריבן:אבער דאס איז פונקטליך וואס איז געשעהן אין סקווער למשל, און האלט אינמיטען געשעהן אין ראחמיסטריווקא למשל? (דער פרעזענליכקייט פונ'ם רבין אי דאך נישט משנה דא, זאל יעדער האלטן וואס ער וויל)
דו האסט געכאפט די נקודה וואס איך האלט שוין א לאנגע צייט. אייגנטליך מבאר (מפרש) צו זיין דעם חילוק פון סקווירא ביז רחמיסטריווקא. נאר דאס קען מען נישט טון ברבים. דאס קען נאר געטון ווערן אין "מאחורי הפרגוד".
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איחוד פעלד האט געשריבן:אויב למעשה שטעלט זיך אויס דער מחלוקת ביי א קהילה ווי באבוב, פארשטיי איך די שיינע מחלוקת, א יחיד מאכט אויף א קהילה, און עס ווערט גרעסער, און עס איז דא א עולם מענטשען וואס ארבעטען צו שנארען געלט, וואס געשעהט ווען ער שטארבט?
למעשה לגבי באבוב איז א שטיקעל טעות, ווייל דער ר' שלמה איז געקומען צו אמעריקא, און האט גלייך געהאט חסידים וואס האבען אים געפענט א בעסמעדריש, מוסדות, בית החיים און אלעס, ער האט נישט געהאט קיין פרוטה צו זיין נאמען, אלעס האבען זיינע חסידים אויסגעצאלט, ממילא איז עס נישט אזוי ווייט דומה. א בעסערע דמיון וואלט געוועהן סקווירא, ווי דער רבי האט ממש פין א קליין בעסמעדריש (אין בארא פארק?) געקויפט אן אקער לאנד, און געמאכט א גאנצע שטאט, און עס איז למעשה היינט דא א קהילה שלימה וואס טוט אלעס.
למען ההיסטארישע פונקטליכקייט: די אריגינאלע סקווירא ביהמ"ד איז געווען אין עיר הטעירע (כ'וועיס נישט) והקעדישע וע הא-קאנאועס וויליאמסבורג.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו רבות מחשבות (בלייביש(.
דער גאנצער בראך (און מקור פון די מחלוקת) אין סאטמאר וכל שום וחניכא דאית לי' נעמט זיך פון דעם אז א יעדער האלט אז ער איז א יש, און ער האט א דעה צו זאגן אין די הנהגה. און אז מען האט נישט דווקא איהם געפרעגט וואס צו טון און וויאזוי צו פיהרן ווערט ער אנגעצונדן מיט א גרויסן כעס און הייבט אן בוזשעווען. ס'וואלט שוין פיהל בעסער געווען ווען ס'איז דא איין בעל הבית. זאל זיין אפילו א דיקטאטאר און א יעדער מתפלל אדער מעמבער אין די קהילה האט דאס קדחת פאר איהם און ציטערט ארויסצוזאגן א ווארט אקעגן דעם מנהיג.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:04 am
- האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
א גרויסן יישר כח פאר אלע מגיבים, עס גיבט א שטופ אויף פאראויס, אז עס לוינט צו נעמען די מחשבות וואס ווירבלען זיך און מערן זיך אין קאפ, און עס מסדר זיין בכתיבה להעלות על גפי הפארום.
איך וויל נישט מרבה זיין במחלוקת, אבער דאס איז טאקע געבויעט זיין אימפעריע בשתי ידיו, אבער אנדערש ווי לאמיר זאגן דעם זאבילטובער איז מען דארט נאר צוליב דעם נאמען סאטמאר, גיבט דאס א רעכט עס זאל בלייבן ביי אים לו ולזרעו אחריו? אדער איז מען מחוייב אויפצונעמען דעם סאמע געלונגענסטען קאנדידאט וואס איז שייך? אויב גייט מען מיט דעם צווייטן מהלך, איז מען לימיטעד צו נעמען א קאנדידאט מתוככי הקהילה, אדער מען דארף זיך לאזן זוכן אויף די גארער וועלט זוכן ?
יישר כח קופערניקוס, טראץ דעם וואס דו האלטסט אז איך האב גארנישט מחדש געווען, אפרישיעט איך דיין קבלת פנים. לעת עתה האב איך נישט קיין צייט מיך צו וואשן. היימיש ווערן? אי"ה.
יישר כח בענדשי, שמך נאה לך ואתה נאה לשמך, הולך בדרכיו, זיך אנצונעמען פאר די באקריוודעטע פונעם פשוט'ן המון...
בנוגע די ערשטע בעשאו, דאכט זיך מיר, אז ביים צווייטן בעשאו האב איך אנגעהויבן, אז אין די גמרא שטייט עבר ושנה נעשה לו כהיתר, איז משמע אז עס פעלט אויס א צווייטע מאל עס זאל ווערן כהיתר, די צווייטע מאל איז נאך אזוי שווער ווי די ערשטע... די צווייטע תגובה טרייסעלט נאך די ציינדעלעך...
נאך איין בקשה איידער איך גיי, בעפאר דו שטויסט קופערניקוס פון אונטן לאז מיר וויסן
ממי_שאמרו האט געשריבן:זייער שיין געשריבן און הערליך פאר א ערשטע תגובה. שלום עליכם ויהא בואכם לברכה ולהצלחה.
בנוגע די נושא, ענדליך מיר מיט לעיקוואד האבן שלום געמאכט דארפסטו אויפרישן די מחלוקת? הוא אשר דברנו. א מענטש וואס אליינס געבויעט זיין אימפיערע בשתי ידיו, קיינער חוץ די רעגירונג און די תורה קען אים נישט איינטיילן וואס צו טוהן. עס איז כולו שלו ואין חייב להכריז. אזוי ווי ווען א לענדלארד שטארבט, קענען נישט די טענענטס מאכן וואלן ווער עס זאל איבערנעמען די בנין, נאר עס גייט צום יורש, די זעלבע דא. לאמיר האפן אז לעיקוואד וועט מודה זיין צו מיר
איך וויל נישט מרבה זיין במחלוקת, אבער דאס איז טאקע געבויעט זיין אימפעריע בשתי ידיו, אבער אנדערש ווי לאמיר זאגן דעם זאבילטובער איז מען דארט נאר צוליב דעם נאמען סאטמאר, גיבט דאס א רעכט עס זאל בלייבן ביי אים לו ולזרעו אחריו? אדער איז מען מחוייב אויפצונעמען דעם סאמע געלונגענסטען קאנדידאט וואס איז שייך? אויב גייט מען מיט דעם צווייטן מהלך, איז מען לימיטעד צו נעמען א קאנדידאט מתוככי הקהילה, אדער מען דארף זיך לאזן זוכן אויף די גארער וועלט זוכן ?
קופערניקוס האט געשריבן:נו, האסט אנגעכאפט א נייע דוגמא, אשר על כן? מיט וואס טוישט עס די מהות הוויכוח?
אויב דער "מנהיג" ווי די האסט בוחר געווען אים צו רופן, ווערט אלט? ברויך מען אים אריינפירן מיט א רעספערעיטאר ער זאל שעלטן דעם דעמאלטסדיגן אלישיב ווען ער האט שוין נישט קיין ציין אין מויל, און אחרי מאה ושמונים, איז עס נכסים פון זיינע קינדער אדער קענען אפאר מתפללים פאדערן וואלן און אריינוואטן לייביש לאנגער?
בכל אופן, רבות מחשבות, געב זיך א וואש, ווער היימיש, די שרייבסט פיין, טראץ וואס איך זעה נישט אז די זאלסט עפעס מחדש זיין דא. ברוכים הבאים בצל קורתנו.
אוי, ממישאמרו האקט
יישר כח קופערניקוס, טראץ דעם וואס דו האלטסט אז איך האב גארנישט מחדש געווען, אפרישיעט איך דיין קבלת פנים. לעת עתה האב איך נישט קיין צייט מיך צו וואשן. היימיש ווערן? אי"ה.
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:קופערניקוס, ביזט אויפן קאפ געפאלען ? אזוי גיט מען שלום עליכם פאר א פריש געקומענער ? זעהט אויס אז דו האסט שוין פארגעסן ווי אזוי די ציינער שאקלן זיך פאר פחד ביים שרייבן די ערשטע תגובה. איך וואלט מיר געטרויעט צו זאגן אז שרייבן די ערשטע הודעה, איז אפילו מער שרעקעדיג ווי די ערשטע בעשאו, געדענקסט נאך ווי אזוי האסט געפרעגט דאס מיידל, וואו ארבעט איר ? וויפיל ברודערס האסטו ? און נאך אזעלעכע נאן סענס קשיאס און שאלות, און בשעת מעשה איז דיר גיין קאפ געפלויגן אויף טויזענט זאכן, אויסער די ווערטער וואס דו אין דאס מיידל שיסן ארויס, בערך אזוי פילט זיך יעצט ביים רבות מחשבות אין קאפ, זיינע מחשבות זענען רבות, אין ער איז נישט אינגאנצען בא זיך, קומסטו גרויסע קאפ שטיק און באגיסט אים מיט א קיתון של שופכין, רב קופערניקוס שטיי אין די זייט א מינוט און נעם שימוש פון מיר ווי אזוי מען איז מקבל א פריש געבוירענער.
שלום עליכם רבות מחשבות'ל. עס אונז ממש א כבוד צו האבן אזא חשובן ניק דא אין שטיבל, פון דיין עצם ניק זעהט מען שוין אז זה הקטן גדול יהיה. כ'מיין, נישט יעדן טאג פאלט אריין ביי אונז אזא שטיק קריעטטעוועטי , און ווי עס שטעלט זיך ארויס פון דיין לאנגע תגובה, איז שמך נאה לך ואתה נאה לשמך, ממש כ'קען זאגן אז פין יעדע שורה שפריצט ארויס חכמה און גאונות, קופערניקוס האקט א טשייניק, ער זאגט ער זעהט נישט קיין חידושים אין דיינע ווערטער, איך ווייס נישט וואס ער רעדט איך זעה אין יעדעס ווארט פערל ווערטער, רמזים און פילאסאפיע, ווען דער עולם וועט אנפאנגען איינזעהן דיין ארגינעלע געדאנקן און דיינע בליציגע רעיונות, וועל איך מיך קלאפן דעם בייכל און שטויסן קופערניקוס פון אינטן ווי צו זאגן: כ'האב דער געזאגט קופערניקוס, לא הרי השטיבל לפני בואו של רבות מחשבות כהשטיבל של אחרי בואו של רבות מחשבות, אין אידישע איבערזעצונג: עס איז געווען א שטיבל אן רבות מחשבות און יעצט איז א שטיבל מיט רבות מחשבות.
יישר כח בענדשי, שמך נאה לך ואתה נאה לשמך, הולך בדרכיו, זיך אנצונעמען פאר די באקריוודעטע פונעם פשוט'ן המון...
בנוגע די ערשטע בעשאו, דאכט זיך מיר, אז ביים צווייטן בעשאו האב איך אנגעהויבן, אז אין די גמרא שטייט עבר ושנה נעשה לו כהיתר, איז משמע אז עס פעלט אויס א צווייטע מאל עס זאל ווערן כהיתר, די צווייטע מאל איז נאך אזוי שווער ווי די ערשטע... די צווייטע תגובה טרייסעלט נאך די ציינדעלעך...
נאך איין בקשה איידער איך גיי, בעפאר דו שטויסט קופערניקוס פון אונטן לאז מיר וויסן
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
היינט אוג' 28 2023 צייכנט מען אפ זעכציג יאר פון די היסטארישע "איי העוו א דריעם" ספיטש ביי די וואשינגטאן מארש אין אוג' 28 1963לעיקוואד האט געשריבן: אט דאס איז טאקע וואס עס שטייט לפני עיני ועיניכם בחתימתי, בשמו של הקדוש הרב ד"ר מרתין לוטר קינג זצוקללה"ה, "i have a dream", דאס איז דער רוף וואס האט מעורר געווען מילאנער אמעריקנער גוים און יודען (ובראשם חברו של ד"ר קינג שצעד עמו בצעדה המפורסמת הרב אברהם יהושע העשיל זצ"ל), נישט ארפאלייגען הענט בייאוש, נאר ארבעטן און פועלן מיט ביטערע שוייס ביז דער גערעכטיגקייט ntil justice rolls down like waters and righteousness like a mighty stream.' , ווי ער האט מצטט געווען פונם נביא, ביז זיי האבען אויסגעפירט, אום האלטען אין איין אויספירען, ווי מלכנו יר"ה מהר"ר אובמה זאגט, change, yes we can!
בייגעלייגט אפאר בילדער פון די היסטארישע מארש (גענומען פון וויקיפעדיע)
די מארש די היסטארישע ספיטש
און דא א בילד פון זיין 'מאגשאט' ווען מ'האט עם איינגעזעצט אין אפריל 1963 פארן פראטעסטן אין בערמינגהאם לטובת די אפרו-אמעריקאנער רעכטן
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך