בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:לא נוכל להשיג מהותו אלא נאמר שהוא מצוי ומציאותו הוא מהותו ואינה תוספת על מהותו.
נ״ל פשט אינעם רמב״ם אזוי: סתם אזוי האב איך קודם א ׳מהות׳ און דאס איז גורם פארן נמצא צו זיין ״במציאות״, ס׳נישט שייך קיין שום מציאות אשר לא קדם לא איזה מהות, דאסיז פשוט׳ע לאגיק להמתבונן בזה.
יעצט לגבי הבורא וואס אונז האמיר נישט קיין השגה אין אים/מהותו, דאך זאג איך אז ער איז מצוי
(איך סקיפ דעם מהות וואס געווענליך דארפיך עס יא האבן פריער צו קענען קלעימען מציאות), איי העסטו פרעגן כ׳האב דאך נישט קיין ׳מהות׳ וויאזוי קענעך האבן ׳מציאות׳? על זה אמר: ״
ומציאותו הוא מהותו״
זיין מציאות אליין איז סופישענט און איך דארף נישט (משיג זיין) מהות אויף צו קלעימען מציאות, כ׳בין שוין יוצא/כ׳האב עס פונעם מציאות אליין, וויבאלד ביים בורא איזעס ממש איין זאך מיטן מהות ״ואינה תוספת על מהותו״
אז כ׳זאל דארפן האבן ׳מהות׳ צו ארויפלייגן אויף דעם ׳מציאות׳.
יא יא. דער רמב״ם
גייט דאך בעצם עפ״י
אבן סינא׳ס הוכחה פון "מחוייב המציאות", וואס אליביה קומט מהות קודם למציאות (בהיפך לסאַרטרע׳ס
עקזיסטענשעליזם).
הגם, דאס ראטעוועט דיך נישט. ווייל, כנ״ל, איינמאל דו זאגסט אז דו ווייסט יא מציאותו, און דו האסט דאס קאָלעפּסט צו
הוא הוא מהותו, קענסטו יעצט שוין
יא מהותו; וכלשונך, האסט
יא א השגה דערין. אין אנדערע ווערטער, איינמאל דו ווייזט אויף אז "ג-ט" איז מצוי/מחוייב המציאות, און אז מציאותו הוא הוא מהותו, גייסטו יעצט יא מודה זיין אז דו ווייסט זיין מהות? ניין. ולכן,
כדכתבתי באריכות, מוז דערנאך קומען די נעגעישאן פון הוא נמצא ולא במציאות - וואס וויבאלד די מציאות איז נישט קיין תוספת על המהות, וואס תוספת על המהות איז דאך פשוט פשט פון דאס ווארט/טערמין "מציאות" אין אלגעמיין, איז דאס
אויך אַן עקוויוועקעל לשון מושאל לגמרי לגבי הא-ל, וואס איך מוז ענדגילטיג
אויך שולל זיין.
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:UFO דער ״מציאות״ דערפון איז דען ״נישט״ = צו וואס דאס איז, וואס דאס איז דער ״מהות״? צו דען זאגסטו נישט אז UFO און ״וואס״ דאס איז איז איינס און דאס זעלבע? דאך ביזטו באקוועם צו זאגן אז דו ווייסט פון UFO צו זאגן אבער דו ווייסט נישט ״וואס״ דאס איז
ניין. אנדערש ווי ״ג-ט״ וואס איז די אחדות הפשוט, איז די מציאות פון UFO ״צי״ דאס עקזיסטירט, און די מהות דערפון ״וואס״ דאס איז. לדוגמא, די מהות דערפון קענען זיין די כאראקטעריסטיקס וויאזוי פונקטליך עס זעהט אויס, ווי אזוי דאס ארבעט, ווער מאכט דאס, אא״וו. ואפילו דו וועסט וועלן טענה׳ן אז בתוך דעם שם דערפון ליגט דאך Unidentified, וממילא ווייסט מען דאך נישט דעם מהות, ווייסט מען אבער יא אז עס מוז האבן די מקרה ותואר פון א Flying Object. למשל, איך בין זיכער נישט קיין UFO, ואפילו איך זאל ווען ווערן ארויסגעשאסן פון א קאנאן און פליהען א ווייטע שטרעקע, וויבאלד די ״מהות״ פון איך מיט׳ן UFO זענען אנדערש, אפגעזעהן צי אונז ביידע עקזיסטירן אין פאקט. און דאס איז וויבאלד דו קענסט מיר שולל זיין דערפון עפ"י א קראנטע דעפיניציע פונעם מהות פון א UFO און די כאראקטעריסטיקס וואס דאס באדארף צו האבן. אין אנדערע ווערטער, די מהות פון א UFO קענסטו יא גאנץ קראנט דעפינירן און מגדיר זיין אלס:
״
א טעכנאלאגישע זאך [לאפוקי א נאטורליכע חיה וכדומה] וואס קען פליהען פון זיך אליינס [לאפוקי א טערעסטריעל וויהיקעל וכדומה],
אבער איז נאך נישט געזעהן געווארן פריער ביי רובא דרובא דרובא מענטשן [לאפוקי פליעדיגע כלים וואס א מיעוט, צי אפילו רוב, מענטשן ווייסן גראדע פונקט נישט דערוועגן]."
דאס איז די סיבה אז דו האסט א בערכ'דיגע בילד דערפון בשכלך ווי אזוי דו שטעלסט דיך פאר אז עס וואלט ווען געדארפט בערך אויסצוקוקן. דערנאך קען מען דן זיין צי עס איז טאקע
פארהאן אזא סארט זאך - איבער די מציאות דערפון. ואפילו אם תרצה להתעקש, וועסטו אבער זיכער מודה זיין אז בתוך הגדרתו מוז זיין אז "עס איז געווען א זאך וואס איז געפלויגען" - א פאזיטיוון אביעקטיווע הגדרה על דבר, וואס דאס דעפינירט מהותו. דערנאך קענסטו דן זיין צי במציאות איז דאס געווען וכו'. און דאס איז די סיבה אז דו ביסט מיר שולל פונעם זיין א UFO, וויבאלד מיין פאזיטיווע הגדרה במהותי שטימט נישט יעצט מיט די
פאזיטיווע הגדרה במהות של UFO.
משא"כ די איינציגסטע טעאלאגישע סיבה דו קענסט שולל זיין אז איך בין נישט "ג-ט", איז טאקע פשוט וועגן דעם וויבאלד איך האב א קראנטע דעפינירטע,
וממילא מוגבל'דיגע, מהות, און "ג-ט" אבער
נישט. כמובן, איז די שלילה נישט וועגן דעם אז מיין מהות איז נישט קיין כל יכול וכו' און "ג-ט" יא, ווייל דעמאלטס זאגסטו דאך אז אז דו קענסט
יא מהותו של הקב"ה, ובתוך זה איז דא די תואר פון שטערקסטע יכולת וכו'. אבער דאס קענסטו נישט זאגן באמת, ועיין במו"נ ח"א פנ"ו, און ווי דו אליינס זאגסט, "אונז האמיר נישט קיין השגה אין אים/מהותו". אויב זאגסטו אז "ער איז א כל יכול", אָן דאס קוואַליפייען מיט א "כביכול" צי "בלשון מושאל" וכדומה, דאן האסטו
יא א השגה אין אים/מהותו.