"דו גלייבסט אין ג-ט?"

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ייש"כ ייש"כ! :oops:

ובענין תורת חב"ד בענין צי "ג-ט" = "אַיִן", שרייבט דער צמח צדק בספר החקירה (דרך אמונה, הנה מקום, עז ב):
שלמעלה היש, ולמטה הכל אין וכלא חשוב וזהו ענין הכתר והכבוד לחי עולמים כי הוא היש האמיתי, ממקומו דא כבוד דלתתא פי' מ' שהוא ענין הבריאה יש מאין שלמטה נראה העולם ליש ומה שהוא למעלה נקרא אין ע"ש ההעלם שאינו מושג
דא זעהט מען דאך פארקערט לכאורה אז "הוא היש האמיתי". אבער דער אדמו"ר הזקן שרייבט בליקוטי תורה (פ' שלח):
מהותו ועצמותו ית' והוי"ה הוא מה שמהוה ע"י צמצום יו"ד חכמה כו' והנה והחכמה מאַיִן תמצא בחי' אַיִן הוא אותיות אני והוא סתימו דכל סתימין כו' כנ"ל ונקרא אצלינו "אַיִן" לרוב העלמו שאינו בגדר תפיסא והשגה ועיין מ"ש בד"ה שחורה אני ונאוה אש שחורה בפי' ישת חשך סתרו. ומ"ש במ"א בענין כי א-ל דעות שמלמטה למעלה נקרא למטה היש ולמעלה אַיִן לפי שאינו מושג אבל מלמעלה למטה הוא בהפך שלמעלה היש ולמטה אין משום דכולא קמיה כלא חשיב
והיינו, אז מבחינת מלמעלה למטה, וואס פון דעם רעדט דער צמח צדק, זעמיר אונז למטה ה"אַיִן" ולמעלה, הקב"ה, ה"יש" הגמור. משא"כ מבחינת מלמטה למעלה, זעמיר אונז למטה ה"יש", און למעלה והקב"ה ה"אַיִן" הגמור מחמת רוב העלמו. אין אנדערע ווערטער, ווי דער אדמו"ר הזקן הייבט דא אָן איז מהותו ועצמותו המהוה נקרא אצלינו "אַיִן" לרוב העלמו.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

מי אני האט געשריבן:ייש"כ ייש"כ! :oops:

ובענין תורת חב"ד בענין צי "ג-ט" = "אַיִן", שרייבט דער צמח צדק בספר החקירה (דרך אמונה, הנה מקום, עז ב):
שלמעלה היש, ולמטה הכל אין וכלא חשוב וזהו ענין הכתר והכבוד לחי עולמים כי הוא היש האמיתי, ממקומו דא כבוד דלתתא פי' מ' שהוא ענין הבריאה יש מאין שלמטה נראה העולם ליש ומה שהוא למעלה נקרא אין ע"ש ההעלם שאינו מושג
דא זעהט מען דאך פארקערט לכאורה אז "הוא היש האמיתי". אבער דער אדמו"ר הזקן שרייבט בליקוטי תורה (פ' שלח):
מהותו ועצמותו ית' והוי"ה הוא מה שמהוה ע"י צמצום יו"ד חכמה כו' והנה והחכמה מאַיִן תמצא בחי' אַיִן הוא אותיות אני והוא סתימו דכל סתימין כו' כנ"ל ונקרא אצלינו "אַיִן" לרוב העלמו שאינו בגדר תפיסא והשגה ועיין מ"ש בד"ה שחורה אני ונאוה אש שחורה בפי' ישת חשך סתרו. ומ"ש במ"א בענין כי א-ל דעות שמלמטה למעלה נקרא למטה היש ולמעלה אַיִן לפי שאינו מושג אבל מלמעלה למטה הוא בהפך שלמעלה היש ולמטה אין משום דכולא קמיה כלא חשיב
והיינו, אז מבחינת מלמעלה למטה, וואס פון דעם רעדט דער צמח צדק, זעמיר אונז למטה ה"אַיִן" ולמעלה, הקב"ה, ה"יש" הגמור. משא"כ מבחינת מלמטה למעלה, זעמיר אונז למטה ה"יש", און למעלה והקב"ה ה"אַיִן" הגמור מחמת רוב העלמו. אין אנדערע ווערטער, וונ דער אדמו"ר הזקן הייבט דא אָן איז מהותו ועצמותו המהוה נקרא אצלינו "אַיִן" לרוב העלמו.
להמעיין בתוכן הדברים זאגט דער אדמו״ר הזקן נישט אנדערש ווי דער צמח צדק.

ולעניננו, צום אשכול׳ס קעפל פראגע: צו ״דו גלייבסט אין ג-ט״?
קען זיין אז בדיוק יותר איז די שאלה צו דו גלייבסט ״אין ג-ט״, דהיינו אז דו זעסט דו וועלט ווי ער כביכול, מלמעלה למטה - אז ער איז דער יש האמיתי, וכו׳
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:להמעיין בתוכן הדברים זאגט דער אדמו״ר הזקן נישט אנדערש ווי דער צמח צדק.
אט דאס זאג איך דאך! אז דער צמח צדק רעדט מבחינת מלמעלה למטה, וואס דעמאלטס איז הקב"ה נקרא ה"יש" האמיתי. משא"כ דער אדמו"ר הזקן רעדט מבחינת מלמטה למעלה, וואס דעמאלטס ווערט ער נקרא ה"אַיִן" האמיתי. כמובן, להמעיין בתוכן דברי... ;)
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ולעניננו, צום אשכול׳ס קעפל פראגע: צו ״דו גלייבסט אין ג-ט״? קען זיין אז בדיוק יותר איז די שאלה צו דו גלייבסט ״אין ג-ט״, דהיינו אז דו זעסט דו וועלט ווי ער כביכול, מלמעלה למטה - אז ער איז דער יש האמיתי, וכו׳
יא יא. דער אדמו"ר הזקן איז טאקע ממשיך דארט בפ' שלח:
ולע"ל שיהיה גילוי אלקות הנה מבחינת אַיִן והעלם יהיה בחינת אני אשר אני מורה על גילוי והיינו שיהיה גילוי בחינת אני דהיינו מה שלמעלה היש
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

עיין כאן דמשמע אז מיט דעם ווארט ״אַיִן״ (בבחינת ממטה למעלה) מיינט מען נישט עצמותו ומהותו ית׳ בעצמו, עיין שם
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ווי געזאגט, בין איך נישט אויסגעקאכט בתורת חב"ד. דא איז טאקע משמע אז דער מיטעלער רבי זאגט אז די כח המהוה איז "אַיִן", אבער דאס איז למעשה נאר א ממוצע. פריער איז אבער משמע אז ער זאגט אז דאס איז יא בתוך העצמות. איך זעה אז דר. רחל אֶליאור שרייבט במשנתה של חב"ד:
In general the world appears to be Yesh and the unseen God is grasped as Ayin, and this is the common way of viewing Yesh and Ayin, but in truth the situation is the reverse. The Holy One blessed be He is the only true Yesh, whereas the world, which itself lacks any vital force, is actually the Ayin

On the four meanings of Yesh and Ayin - on the Yesh as a divine entity, on the one hand, and as a corporeal substance, on the other; and on the Ayin as absence and concealment, on the one hand, and conversely, as a symbol of the depths of the divine Infinite [Ein Sof] - see Rabbi Shneur Zalman, Maamarei-Admor ha-Zaken 5565b [1805] (Brooklyn 1981), p. 598
דארט וואו זי צייכענט צו, שרייבט דער אדמו"ר הזקן:
הרי בחינת היש האמיתי הוא למעלה במדות דאצילות, וההשפעה הנמשכת מהם למטה נקרא בשם אַיִן משום דכלא חשיב בביטול זיו השמש בשמש עצמו כו׳, וזהו בבחינת יחודא עילאה דזעיר אנפין. אבל בבחינת יחודא תתאה דמלכות נהפוך הוא ממש שהרי ידוע דבחינת המלכות הוא ענין כח הפועל בנפעל, וידוע שכח האלקי הוא המהווה מאַיִן ליש כל הנבראים, והיינו שהכח אלקי נקרא בחינת אַיִן, והנבראים המתהוים נקראים בחינת יש, מאחר שהן מתהוים בבחינת יש מאַיִן כידוע.
עכ"פ עס זעהט אויס ווי עס ווענדט זיך פון וועלכע פּערספּעקטיוו מ'באטראכט דעם "אַיִן". (אדער "אלקים" לחוד ו"כח אלקי" לחוד, און די "כח אלקי" איז די ממוצע שהיא "אַיִן"? :קייןמושג: "אין" לי מושג... און ווי דער מ"א שרייבט באו"ח סימן רפה ס"ק א לגבי קבלה, "ואין לי כאן עסק בנסתרות". און אט דאס זאג איך בעצם דורכאויס דעם אשכול: וויבאלד הכל מודים אז די מושג פון "ג-ט" איז הסתר שבנסתרות, דארף די עסק און דגוש דערויף נישט זיין אזוי ווי עס איז. פאקוס אויף קיום המצות - נישט "אמונה".)

אזוי צי אזוי, אריינקוועטשן דעם רמב"ם אין די תורת חב"ד דא, איז לכאורה זיכער שווער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

בנוגע אפטיילן ידיעת המהות והמציאות:
לו יציור אז פארענט פון מיין הויז פארט דורך א געלע באס (יא די אלעמען באקאנטע באס...) נאר, די באס איז נישט געפעינט געיל נאר דורך און דורך געיל, וויפיל דו וועסט אראפקראצען און שניידען וועסטו טרעפן געיל, ווי אויך קעמען עס נישט פעינטען אן אנדערע קאליר, די סעקונדע דו שמירסט ארויף עני קאליר אויף דעם באס ווערט עס געיל, בקיצור; ס׳איז בעצם געיל און מ׳קעניש אפטיילן דעם באס פונעם געלקייט.

יעצט, ס׳דא נאך א באס וואסט פארט ארום אין שטאט וואסיז פונקט ווי דעם באס נאר אנשטוט געל איזעס גרין, כל כלו גרין. ווי אויך האמיר א רויטע.

ויהי למחרת און זיצענדיג אין שטוב הער איך א באס דורכפארן, לויפנדיג צום פענסטער זע איך אז כ׳האב פארשפעטיגט און כ׳זע נישט דעם באס. סאוי, כ׳ווייס קלאר אז ס׳איז דא דורכגעפארן א ׳באס׳ אבער כ׳ווייס נישט דעם קאליר דערפון. קען זיין ס׳געווען געל, גרין אדער רויט...

ויהי היום, דער מוסד מעלדט אז זיי האבן צוגעלייגט א 4׳טע באס, דער קאליר דערפון? אלע 3 צוזאמען, און נאך אָן א שיעור קאלירן, און נישט פשט א געמיש פון קאלירן וואס נאכן אויסמישן קומט אויס איין געוויסע קאליר, נאר אלע קאלירן זענען דארט אָן ווערן אפעקטירט איינע פון די אנדערע. בקיצור דו האסט נישט קיין אהנונג וויאזוי עס זעט אויס. דו ווייסט אבער אז מארגן 3:00 פארט עס דורך דיין הויז.

און... מארגן 3:00 הערסטו א באס פארן, לויפסט צום פענסטער זעסטו דעם רויך וואס ס׳האט איבערגעלאזט און נישט מער.

דאס מיינט ׳בגשמיות׳ ידיעת המציאות ולא המהות. לעניננו? כ׳בין נישט זיכער און כ׳האב מורא צו זאגן אייגענע זאכן...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דאס מיינט ׳בגשמיות׳ ידיעת המציאות ולא המהות. לעניננו? כ׳בין נישט זיכער און כ׳האב מורא צו זאגן אייגענע זאכן...
נישט זיכער..
טאקע ווייל די משל וואס דו האסט געגעבן איז נישט יתכן אין מציאות בכלל, מיין איך אז דיין גאנצע הייפאטעזיע איז א ווערטער שפיל און נישט עכט 'ידיעת מציאות'...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

אלפא האט געשריבן:

דו רופט אָן עפעס וואסיז נישט אין דיין יעצטיגע עקספיריענס ׳נישט יתכן אין מציאות בכלל׳ און דעם הנחה קעמען דאכטסעך גרינג אפפרעגן... דארפסט א משל ;) ?
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

אויב preception פון 'מציאות' איז נאר דורך 'עקספיריענס' (לאמיר אפי' אריינלייגן ריזען אונטער עקספיריענס)
דאן איז עפעס וואס איז אינדרויסן פון עקספיריענס ביי דעפינאציע אינדרויסן פון (מיין) מציאות.

בין איך גערעכט?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

איימעניט! שוטה וואסיך בין... פארוואס זויג איך ארויס פון פינגער מאדנע משלים?? קעמען דאך רעדן פון ריאלעטי: UFO !!!

פאר ווער ס׳האלט מיט די נייעס, זענען היינט אלע מודה אז ס׳איז א ׳מציאות׳, די שאלה איז נאר דער מהות דערפון, די טעקנאלעדזשי ביהיינד ווייסט מען נישט, מ׳ווייסט נישט צו ס׳איז פון אמעריקע, טשיינע, (נאן-יומען) וכו׳
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

אלפא האט געשריבן:אויב preception פון 'מציאות' איז נאר דורך 'עקספיריענס' (לאמיר אפי' אריינלייגן ריזען אונטער עקספיריענס)
דאן איז עפעס וואס איז אינדרויסן פון עקספיריענס ביי דעפינאציע אינדרויסן פון (מיין) מציאות.

בין איך גערעכט?
׳אויב׳ דאן אפשר... נאר ווער זאגט אז פערסעפשאן דארף דוקא דורכגיין ׳פיזיקעל׳ עקספיריענס? ס׳שייך צו פערסיווען עפעס דורך עיני השכל למשל

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:

דאס מיינסטו מיט ׳ריזען׳?
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ווי געזאגט, סתם אזוי אפטיילן אז איך ווייס די מציאות פון א זאך אבער נישט די מהות דערפון, איז פארשטענדליך. אבער ביים מושג פון "ג-ט", ווי מציאותו הוא הוא מהותו/עצמותו, קען מען נישט - די "הוא הוא" איז דאך ספעציעל אז מ'קען דאס נישט אפטיילן. ועיין מש"כ לעיל בדף זה.

ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אלעקסיאוס מעינאנג האט געהאלטן אז בעצם איז שייך צו זאגן אויף א זאך וואס קען לאגיש נישט עקזיסטירן, ווי א סקווער סירקעל, אז עס "איז" הגם עס "עקזיסטירט" נישט. דאס קען אפשר זיין ווי בעצם זאגן אז מ'ווייסט די מציאות (אויב "מציאות" איז דעם שוואכערן "איז") אבער נישט די מהות (וואס איז דאך לאגיש אומעגליך און א סתירה מיניה וביה). און אויב פארשטיי איך גוט, איז דאך דאס די משל פונעם בּאָס: עס איז אויפאמאל, באותו זמן ובאותו נושא, אינגאנצן נאר איין קאליר אדורך און אדורך, און אויך אינגאנצן נאר אַן אנדערן קאליר אדורך און אדורך - א לאגישע אומעגליכקייט (לעומת א סינטעטישע אומעגליכקייט ווי א יוּניקאָרן) וואס קען טאקע נישט זיין יצוייר (וואס, להרמב"ם במו"נ ח"ג פט"ו אבל לא לחב"ד, איז מן הנמנע אויך און אפילו פאר א כל יכול).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

אלפא האט געשריבן:אויב preception פון 'מציאות' איז נאר דורך 'עקספיריענס' (לאמיר אפי' אריינלייגן ריזען אונטער עקספיריענס)
דאן איז עפעס וואס איז אינדרויסן פון עקספיריענס ביי דעפינאציע אינדרויסן פון (מיין) מציאות.

בין איך גערעכט?
דאס אז ס׳קען זיין עפעס וואסיז פאר-פעדזשד פון דיין אימידיעט עקספיריענס און דאך וועסטו ביום מן הימים עס אננעמען פאר פאקטישע מציאות איז עפעס וואס דיין ריזענינג טוט כסדר עקספיריענסן, במילא מעגסטו דיר ערלויבן צו טראכטן פון מאדנע משלים...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

מי אני האט געשריבן:ווי געזאגט, סתם אזוי אפטיילן אז איך ווייס די מציאות פון א זאך אבער נישט די מהות דערפון, איז פארשטענדליך. אבער ביים מושג פון "ג-ט", ווי מציאותו הוא הוא מהותו/עצמותו, קען מען נישט - די "הוא הוא" איז דאך ספעציעל אז מ'קען דאס נישט אפטיילן. ועיין מש"כ לעיל בדף זה.

ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אלעקסיאוס מעינאנג האט געהאלטן אז בעצם איז שייך צו זאגן אויף א זאך וואס קען לאגיש נישט עקזיסטירן, ווי א סקווער סירקעל, אז עס "איז" הגם עס "עקזיסטירט" נישט. דאס קען אפשר זיין ווי בעצם זאגן אז מ'ווייסט די מציאות (אויב "מציאות" איז דעם שוואכערן "איז") אבער נישט די מהות (וואס איז דאך לאגיש אומעגליך און א סתירה מיניה וביה). און אויב פארשטיי איך גוט, איז דאך דאס די משל פונעם בּאָס: עס איז אויפאמאל, באותו זמן ובאותו נושא, אינגאנצן נאר איין קאליר אדורך און אדורך, און אויך אינגאנצן נאר אַן אנדערן קאליר אדורך און אדורך - א לאגישע אומעגליכקייט (לעומת א סינטעטישע אומעגליכקייט ווי א יוּניקאָרן) וואס קען טאקע נישט זיין יצוייר (וואס, להרמב"ם במו"נ ח"ג פט"ו אבל לא לחב"ד, איז מן הנמנע אויך און אפילו פאר א כל יכול).
וואס איז די לאגישע מחלק פון איך זאל קענען אפטיילן ידיעת מציאות ומהות נאר ביי עפעס וואס מהותו איז א דבר נוסף לעצמותו? ביי ביידע ווייסעך די מציאות און נישט די מהות, די חילוק לכאורה איז נאר אז ביים באס האביך נאך וועריעבלס (מהותים) א חוץ דעם קאליר צו עפלייען צום עצם משא״כ....
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לא׳מיר עס מסביר זיין אזוי: אויב זאג איך א׳ = ב׳, קען איך נישט זאגן דערנאך אז איך ווייס א׳ אבער נישט ב׳; האסט דאך יעצט געזאגט אז זיי זענען איינס און דאס זעלבע. איז טא ווען דו זאגסט ״מציאות״ = ״מהות״, ווי אזוי קענסטו דערנאך זאגן ״איך ווייס מציאות אבער נישט מהות״ - האסט דאך יעצט געזאגט אז זיי זענען איינס און דאס זעלבע. אזוי זאגן איז א לאגישע סתירה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

מי אני האט געשריבן:לא׳מיר עס מסביר זיין אזוי: אויב זאג איך א׳ = ב׳, קען איך נישט זאגן דערנאך אז איך ווייס א׳ אבער נישט ב׳; האסט דאך יעצט געזאגט אז זיי זענען איינס און דאס זעלבע. איז טא ווען דו זאגסט ״מציאות״ = ״מהות״, ווי אזוי קענסטו דערנאך זאגן ״איך ווייס מציאות אבער נישט מהות״ - האסט דאך יעצט געזאגט אז זיי זענען איינס און דאס זעלבע. אזוי זאגן איז א לאגישע סתירה.
ס׳נישט שייך צו זאגן: ״מציאות״ = ״מהות״
מציאתו ומהותו איז ׳בעצם׳ (ומלכתחילה) איין זאך ממש.
(אונז זאגן נאר צוויי ווערטער און שטעלן עס דערנאך צאם ווייל אלעס וואס אונז קעמער בגשמיות האט דו צוויי חלקים)

קענסט זאגן אז מציאתו = עולם ומלואה (או יאמר, סיבה ושורש הבריאה)
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ניין.

און לאגיק מיינט די "=" סימבאל "עקוויוועלענס/איז דאס זעלבע ווי". לדוגמא, א' = ב' מיינט "א' איז דאס זעלבע ווי ב'" - עכ"פ אין די קאנטעקסט און אין די דאָמעין פון דיסקאָרס וואס מ'טוהט דן זיין (קען זיין אז אין אַן אנדערן קאנטעקסט און דאָמעין פון דיסקאָרס איז א' נישט דאס זעלבע ווי ב'). קען זיין עס איז געשריבן אנדערש, אבער עס איז די גענויע זעלבע זאך. איך קען דאס פונקט אזוי מהפך זיין און שרייבן ב' = א'.

משא"כ די "←" סימבאל מיינט "אימפּליקעישאן". אז איך שרייב א' ← ב', מיינט דאס אז אויב איז דא א' דאן איז בהכרח דא ב', ולא להיפך.

ווען דו זאגסט "מציאותו הוא הוא מהותו", וואס אט דאס מיינט "מחוייב המציאות", זאגסטו "מציאות = מהותו". משא"כ ווען דו זאגסט "הקב"ה הוא סיבתו של העולם/הטבע", זאגסטו אז "עולם/הטבע ← הקב"ה" - אויב איז דא עולם/הטבע דאן איז בהכרח דא הקב"ה מפני שהוא סיבתה. (אויב ביסטו נישט געבינדן צו רצון, און דו האלטסט אז די עולם איז נובע בהכרח פון "ג-ט", דאן קענסטו אויך זאגן "הקב"ה ← עולם/הטבע".) אויב ווילסטו דא זאגן "מציאות הקב"ה = עולם/הטבע", האלטסטו פון שיטת שפינאזע ופּאַנטעאיזם, אז "ג-ט" איז דאס זעלבע ווי די טבע און נישט מער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

מי אני האט געשריבן:לא׳מיר עס מסביר זיין אזוי: אויב זאג איך א׳ = ב׳, קען איך נישט זאגן דערנאך אז איך ווייס א׳ אבער נישט ב׳; האסט דאך יעצט געזאגט אז זיי זענען איינס און דאס זעלבע. איז טא ווען דו זאגסט ״מציאות״ = ״מהות״, ווי אזוי קענסטו דערנאך זאגן ״איך ווייס מציאות אבער נישט מהות״ - האסט דאך יעצט געזאגט אז זיי זענען איינס און דאס זעלבע. אזוי זאגן איז א לאגישע סתירה.
איי געס פאר דעם זאגט דער רמב״ם מצוי ולא במציאות. [אולי איז פשט אז] איך ווייס נאר אז ער איז מצוי לברוא העולם והוא ״פעולה״ ממנו ולא מהותו
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אויף די בלאט הא׳מיר ארומגערעדט דערין. ואין מן הצורך להכפיל הדברים (די געדאנק איז דאך נובע פון ״יחוד״ ה׳ און אויך די לימיטעישאנס פון רעדן ביי דעם נושא…).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

לא נוכל להשיג מהותו אלא נאמר שהוא מצוי ומציאותו הוא מהותו ואינה תוספת על מהותו.
נ״ל פשט אינעם רמב״ם אזוי: סתם אזוי האב איך קודם א ׳מהות׳ און דאס איז גורם פארן נמצא צו זיין ״במציאות״, ס׳נישט שייך קיין שום מציאות אשר לא קדם לא איזה מהות, דאסיז פשוט׳ע לאגיק להמתבונן בזה.

יעצט לגבי הבורא וואס אונז האמיר נישט קיין השגה אין אים/מהותו, דאך זאג איך אז ער איז מצוי (איך סקיפ דעם מהות וואס געווענליך דארפיך עס יא האבן פריער צו קענען קלעימען מציאות), איי העסטו פרעגן כ׳האב דאך נישט קיין ׳מהות׳ וויאזוי קענעך האבן ׳מציאות׳? על זה אמר: ״ומציאותו הוא מהותו״ זיין מציאות אליין איז סופישענט און איך דארף נישט (משיג זיין) מהות אויף צו קלעימען מציאות, כ׳בין שוין יוצא/כ׳האב עס פונעם מציאות אליין, וויבאלד ביים בורא איזעס ממש איין זאך מיטן מהות ״ואינה תוספת על מהותו״ אז כ׳זאל דארפן האבן ׳מהות׳ צו ארויפלייגן אויף דעם ׳מציאות׳.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

מי אני האט געשריבן:לא׳מיר עס מסביר זיין אזוי: אויב זאג איך א׳ = ב׳, קען איך נישט זאגן דערנאך אז איך ווייס א׳ אבער נישט ב׳; האסט דאך יעצט געזאגט אז זיי זענען איינס און דאס זעלבע. איז טא ווען דו זאגסט ״מציאות״ = ״מהות״, ווי אזוי קענסטו דערנאך זאגן ״איך ווייס מציאות אבער נישט מהות״ - האסט דאך יעצט געזאגט אז זיי זענען איינס און דאס זעלבע. אזוי זאגן איז א לאגישע סתירה.
UFO דער ״מציאות״ דערפון איז דען ״נישט״ = צו וואס דאס איז, וואס דאס איז דער ״מהות״? צו דען זאגסטו נישט אז UFO און ״וואס״ דאס איז איז איינס און דאס זעלבע? דאך ביזטו באקוועם צו זאגן אז דו ווייסט פון UFO צו זאגן אבער דו ווייסט נישט ״וואס״ דאס איז
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
לא נוכל להשיג מהותו אלא נאמר שהוא מצוי ומציאותו הוא מהותו ואינה תוספת על מהותו.
נ״ל פשט אינעם רמב״ם אזוי: סתם אזוי האב איך קודם א ׳מהות׳ און דאס איז גורם פארן נמצא צו זיין ״במציאות״, ס׳נישט שייך קיין שום מציאות אשר לא קדם לא איזה מהות, דאסיז פשוט׳ע לאגיק להמתבונן בזה.

יעצט לגבי הבורא וואס אונז האמיר נישט קיין השגה אין אים/מהותו, דאך זאג איך אז ער איז מצוי (איך סקיפ דעם מהות וואס געווענליך דארפיך עס יא האבן פריער צו קענען קלעימען מציאות), איי העסטו פרעגן כ׳האב דאך נישט קיין ׳מהות׳ וויאזוי קענעך האבן ׳מציאות׳? על זה אמר: ״ומציאותו הוא מהותו״ זיין מציאות אליין איז סופישענט און איך דארף נישט (משיג זיין) מהות אויף צו קלעימען מציאות, כ׳בין שוין יוצא/כ׳האב עס פונעם מציאות אליין, וויבאלד ביים בורא איזעס ממש איין זאך מיטן מהות ״ואינה תוספת על מהותו״ אז כ׳זאל דארפן האבן ׳מהות׳ צו ארויפלייגן אויף דעם ׳מציאות׳.
יא יא. דער רמב״ם גייט דאך בעצם עפ״י אבן סינא׳ס הוכחה פון "מחוייב המציאות", וואס אליביה קומט מהות קודם למציאות (בהיפך לסאַרטרע׳ס עקזיסטענשעליזם).

הגם, דאס ראטעוועט דיך נישט. ווייל, כנ״ל, איינמאל דו זאגסט אז דו ווייסט יא מציאותו, און דו האסט דאס קאָלעפּסט צו הוא הוא מהותו, קענסטו יעצט שוין יא מהותו; וכלשונך, האסט יא א השגה דערין. אין אנדערע ווערטער, איינמאל דו ווייזט אויף אז "ג-ט" איז מצוי/מחוייב המציאות, און אז מציאותו הוא הוא מהותו, גייסטו יעצט יא מודה זיין אז דו ווייסט זיין מהות? ניין. ולכן, כדכתבתי באריכות, מוז דערנאך קומען די נעגעישאן פון הוא נמצא ולא במציאות - וואס וויבאלד די מציאות איז נישט קיין תוספת על המהות, וואס תוספת על המהות איז דאך פשוט פשט פון דאס ווארט/טערמין "מציאות" אין אלגעמיין, איז דאס אויך אַן עקוויוועקעל לשון מושאל לגמרי לגבי הא-ל, וואס איך מוז ענדגילטיג אויך שולל זיין.
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:UFO דער ״מציאות״ דערפון איז דען ״נישט״ = צו וואס דאס איז, וואס דאס איז דער ״מהות״? צו דען זאגסטו נישט אז UFO און ״וואס״ דאס איז איז איינס און דאס זעלבע? דאך ביזטו באקוועם צו זאגן אז דו ווייסט פון UFO צו זאגן אבער דו ווייסט נישט ״וואס״ דאס איז
ניין. אנדערש ווי ״ג-ט״ וואס איז די אחדות הפשוט, איז די מציאות פון UFO ״צי״ דאס עקזיסטירט, און די מהות דערפון ״וואס״ דאס איז. לדוגמא, די מהות דערפון קענען זיין די כאראקטעריסטיקס וויאזוי פונקטליך עס זעהט אויס, ווי אזוי דאס ארבעט, ווער מאכט דאס, אא״וו. ואפילו דו וועסט וועלן טענה׳ן אז בתוך דעם שם דערפון ליגט דאך Unidentified, וממילא ווייסט מען דאך נישט דעם מהות, ווייסט מען אבער יא אז עס מוז האבן די מקרה ותואר פון א Flying Object. למשל, איך בין זיכער נישט קיין UFO, ואפילו איך זאל ווען ווערן ארויסגעשאסן פון א קאנאן און פליהען א ווייטע שטרעקע, וויבאלד די ״מהות״ פון איך מיט׳ן UFO זענען אנדערש, אפגעזעהן צי אונז ביידע עקזיסטירן אין פאקט. און דאס איז וויבאלד דו קענסט מיר שולל זיין דערפון עפ"י א קראנטע דעפיניציע פונעם מהות פון א UFO און די כאראקטעריסטיקס וואס דאס באדארף צו האבן. אין אנדערע ווערטער, די מהות פון א UFO קענסטו יא גאנץ קראנט דעפינירן און מגדיר זיין אלס:

״א טעכנאלאגישע זאך [לאפוקי א נאטורליכע חיה וכדומה] וואס קען פליהען פון זיך אליינס [לאפוקי א טערעסטריעל וויהיקעל וכדומה], אבער איז נאך נישט געזעהן געווארן פריער ביי רובא דרובא דרובא מענטשן [לאפוקי פליעדיגע כלים וואס א מיעוט, צי אפילו רוב, מענטשן ווייסן גראדע פונקט נישט דערוועגן]."

דאס איז די סיבה אז דו האסט א בערכ'דיגע בילד דערפון בשכלך ווי אזוי דו שטעלסט דיך פאר אז עס וואלט ווען געדארפט בערך אויסצוקוקן. דערנאך קען מען דן זיין צי עס איז טאקע פארהאן אזא סארט זאך - איבער די מציאות דערפון. ואפילו אם תרצה להתעקש, וועסטו אבער זיכער מודה זיין אז בתוך הגדרתו מוז זיין אז "עס איז געווען א זאך וואס איז געפלויגען" - א פאזיטיוון אביעקטיווע הגדרה על דבר, וואס דאס דעפינירט מהותו. דערנאך קענסטו דן זיין צי במציאות איז דאס געווען וכו'. און דאס איז די סיבה אז דו ביסט מיר שולל פונעם זיין א UFO, וויבאלד מיין פאזיטיווע הגדרה במהותי שטימט נישט יעצט מיט די פאזיטיווע הגדרה במהות של UFO.

משא"כ די איינציגסטע טעאלאגישע סיבה דו קענסט שולל זיין אז איך בין נישט "ג-ט", איז טאקע פשוט וועגן דעם וויבאלד איך האב א קראנטע דעפינירטע, וממילא מוגבל'דיגע, מהות, און "ג-ט" אבער נישט. כמובן, איז די שלילה נישט וועגן דעם אז מיין מהות איז נישט קיין כל יכול וכו' און "ג-ט" יא, ווייל דעמאלטס זאגסטו דאך אז אז דו קענסט יא מהותו של הקב"ה, ובתוך זה איז דא די תואר פון שטערקסטע יכולת וכו'. אבער דאס קענסטו נישט זאגן באמת, ועיין במו"נ ח"א פנ"ו, און ווי דו אליינס זאגסט, "אונז האמיר נישט קיין השגה אין אים/מהותו". אויב זאגסטו אז "ער איז א כל יכול", אָן דאס קוואַליפייען מיט א "כביכול" צי "בלשון מושאל" וכדומה, דאן האסטו יא א השגה אין אים/מהותו.