די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:13 pm
- האט שוין געלייקט: 13 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
- יום טוב ליפמאן צונז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
אז מ׳דערמאנט שוין נחמן יוסף. וואס איז דע מעשה מיט איהם פארוואס איז ער געווארן א לובאוויטשער? ער זעט אויס ווי א דערהויבענע איד. האט עס געשטערט פאר די משפחה אז ער איז געגאנגען צו חב״ד?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:13 pm
- האט שוין געלייקט: 13 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
אסאך דערהויבינער אידן זענען נתקרב צו דער רבי במשך די יארן.
אבער דער רבי האט נישט געהאלטן פון אפלאזן מנהגים וחסידות'ן וכו'. אין ליובאוויטש דערציילט מען אז דאס וואס די צוגעקומענע האבן אפגעלאזט זייערע קהילות (היראים וחרדים פארשטייט זיך) איז דאס געווען על דעת עצמם, ולא על דעת קדשו (ר' מענדל וועכטער למשל).
איך האב אויך געהערט יארן צוריק אז ס'פאראן בא ר' נחמן יוסף א ביסל חרטה אויף דעם; ער האט דאך געקאנט זיין א חסיד פון רבי'ן און געלערנט חסידות חבד בלי לעזוב מקור חוצבו.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל
לאמיר מסביר זיין אביסל קלאר.
די צוויי ברידער, ר' נחמן יוסף מיט ר' דוד (היינט האדמו"ר מראחמיסטריווקע ארה"ק), האבן געהאט שווערע קינדערישע יארן, צוליב דעם וואס זייער מאמע איז נישט אזוי גייסטיש בסדר וד"ל (ואקצר מפני כבודה וכו'). דאס האט שטארק אויסגעקלאפט אויף די צוויי ברידער, יעדער איינער אויף זיין וועג. איינער איז אנטלאפן פון זיך, אבער זייענדיג אן עובד-השם איז ער אנגעקומען קיין חב"ד, זאגנדיג פאר זיך אליין אז ער זוכט עפעס העכערע עבודה. דער צווייטער האט גענומען זוכן דעם באשעפער אויף א וועג פון ערגה און געגועים, אויף דעם וועג וואס עס קלאפט אויס היינטיגע טעג. אמאל איז דער מצב געווען געפערליך, געשלאפן אויף בענק, צופארענע סדר-היום, היינט איז עס ווי אזוי עס איז.
וואס מען דארף זיך ארויסלערנען דערפון: ווען עס גייט אריבער אויף א מענטש שווערע מצבים, טוה נישט שלעכטע זאכן מיטן תירוץ, אז נעבעך, אזוי איז דאס לעבן געגאנגען וכו'. טרעף דעם אויבערשטן אויף דיין וועג, און אנטלויף צו אים. דאס האבן געטון די קינדער פון הרה"ק ר' ישראל מרדכי. זיי זענען אנטלאפן צום אויבערשטן.
די צוויי ברידער, ר' נחמן יוסף מיט ר' דוד (היינט האדמו"ר מראחמיסטריווקע ארה"ק), האבן געהאט שווערע קינדערישע יארן, צוליב דעם וואס זייער מאמע איז נישט אזוי גייסטיש בסדר וד"ל (ואקצר מפני כבודה וכו'). דאס האט שטארק אויסגעקלאפט אויף די צוויי ברידער, יעדער איינער אויף זיין וועג. איינער איז אנטלאפן פון זיך, אבער זייענדיג אן עובד-השם איז ער אנגעקומען קיין חב"ד, זאגנדיג פאר זיך אליין אז ער זוכט עפעס העכערע עבודה. דער צווייטער האט גענומען זוכן דעם באשעפער אויף א וועג פון ערגה און געגועים, אויף דעם וועג וואס עס קלאפט אויס היינטיגע טעג. אמאל איז דער מצב געווען געפערליך, געשלאפן אויף בענק, צופארענע סדר-היום, היינט איז עס ווי אזוי עס איז.
וואס מען דארף זיך ארויסלערנען דערפון: ווען עס גייט אריבער אויף א מענטש שווערע מצבים, טוה נישט שלעכטע זאכן מיטן תירוץ, אז נעבעך, אזוי איז דאס לעבן געגאנגען וכו'. טרעף דעם אויבערשטן אויף דיין וועג, און אנטלויף צו אים. דאס האבן געטון די קינדער פון הרה"ק ר' ישראל מרדכי. זיי זענען אנטלאפן צום אויבערשטן.
- יום טוב ליפמאן צונז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מהאי טעמא זוך איך א צווייטן רעבי'ן. איינער וואס וועיסט יא. ווייל אז די רבי וועיסט נישט איז דאך נישט קיי שום רבותא. איך וועיס אויך גארנישט.יין שרף האט געשריבן:די מעשה איז געווען אז ר' א"ד האט זיך אויסגערעדט צו זיין שווער, רבי מאטעלע מוויזניץ זצ"ל אז מען פייניגט עם, האט ער אים געזאגט אז ער זאל זאגן פאר סקווירא רבי. האט ער געזאגט אז ער האט אים שוין געזאגט, און ער ענפערט אז ער וועיסט נישט פון גארנישט. האט וויזניצע רבי עם געזאגט אז זאג פאר סקווירא רבי יעצט, אז ער זאל שוין וויסען...
מהאי ענינא, איינער פון די אזוי גערופענע חשוב'סטע אידן אין סקווירא האט געהאט א מיינער סטראוק אפאר יאר צוריק, און גערופן רא"ד איבערבעטן, אז ער איז דער וואס פלעגט רופן די פייער דיפארטמענט ביי אים אינמיטן נאכט.
נאר אז די רבי וועיסט נישט פון קיין גמרא און מדרשים צו זאגן. און כש"כ א הלכה גלייב איך איהם. נאר אוואו איז זיין רוח הקודש?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
אויב איך געדענק גוט האב איך געהערט אז רבי ישראל מרדכי האט זיך אפגערעדט פאר׳ן ליובאוויטשער רבי אז ער איז זיך מצטער דערוועגן, האט דער ליובאוויטשער רבי געענטפערט ״אזכיר על הציון״מענדל האט געשריבן:יאיום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:האט עס געשטערט פאר הרה"ק ר' ישראל מרדכי אז דער זוהן איז געגאנגן קיין חב"ד?
אמת מארץ תצמח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך האלט נאכנישט דארט...לאל.וואלווי האט געשריבן:כ'האף אז סקווירער רבי האט נישט חלישות הדעת אז ביסט זיך געגאנגען זיכען א צווייטן רבי'ן. ס'איז צו ערווארטן אז ער וועט בעטן די שוואגער ער זאל דיך צירוק שיקן. כ'גלייב אז ער וועט צילוב טוהן און מחזיר'ן דאס אבידה
אויב צוריקשיקן. איז דא א גאנצע רשימה פון אידן וואס מ'האט זיי אויסגערודפ'ט אין העיליגן שטעיטל ווייל זיי זענען אמאל געגאנגען צו ראחמיסטריווקא רבי'ס טיש, זצוק"ל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 113
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
- האט שוין געלייקט: 60 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
ער האט געבעטען ליובאוויטשער רבי זאל עם צריקשוקען האט ליובאוויטשער רבי גענפערט אז ער קען נישט צריק צריקשוקען ובענין הצער אזכיר על הציוןעסקן בדברים האט געשריבן:אויב איך געדענק גוט האב איך געהערט אז רבי ישראל מרדכי האט זיך אפגערעדט פאר׳ן ליובאוויטשער רבי אז ער איז זיך מצטער דערוועגן, האט דער ליובאוויטשער רבי געענטפערט ״אזכיר על הציון״מענדל האט געשריבן:יאיום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:האט עס געשטערט פאר הרה"ק ר' ישראל מרדכי אז דער זוהן איז געגאנגן קיין חב"ד?
- יום טוב ליפמאן צונז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
אויך איז אינטערעסאנט די גאנצע שידוך פון ר׳ איזיק׳ל. די רעבעצין איז געקומען אליינס אלץ מיידל קיין ארץ ישראל צו ענדיגן די שידוך. איר עלטערן זענען נישט געווען ביים שידוך שליסן. אפשר די מאמע יא. אבער די טאטע איז זיכער נישט געווען. דערנאך איז די חתונה געווען אין אמעריקע אבער כמעט געווען אהן די באטייליגונג פון דעם חתן׳ס טאטע. איז מיט די אלע שוועריקייטן וואלט געווען א פראבלעם צו טרעפן א שידוך אין ארץ ישראל? ס׳איז מיר אינטערעסאנט!
- יום טוב ליפמאן צונז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי
כפול
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום גאסט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- יום טוב ליפמאן צונז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי
מכופל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- יום טוב ליפמאן צונז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי
קוואדרופל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- יום טוב ליפמאן צונז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
Tapatalk
איז שילדיג אין ארויפלייגן מיין מעסעדש מערערע מאל. איך האב געמיינט אז ס׳איז נישט געגאנגן איין מאל אויך נישט, יעצט זע איך 4 - מאל. אנטשולדיגט אידן.
Sent from my iPhone using Tapatalk
איז שילדיג אין ארויפלייגן מיין מעסעדש מערערע מאל. איך האב געמיינט אז ס׳איז נישט געגאנגן איין מאל אויך נישט, יעצט זע איך 4 - מאל. אנטשולדיגט אידן.
Sent from my iPhone using Tapatalk
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל
הרה"ק ר' יעקב יוסף מראחמיסטריווקע מאנסי שליט"א איז היינט צוריקגעקומען פון לאנדאן. עס איז געווען פאר אים א גרויסן קבלת-פנים אין בית-המדרש. קיין רבי'שע בענקל האט ער נאכנישט געוואלט האבן, אבער דער גאנצער ציבור איז אריבערגעגאנגען וואונטשן שלום-עליכם, בתוכן רבני העיר און חשוב'ע מענטשן פון שטאט. קוויטלעך נעמט ער למחצה, אין לאנדאן האט ער גענומען געהעריג קוויטלעך פון עטליכע אנשים חשובים, פון אנדערע האט ער נישט געוואלט נעמען. דאהי, אויב איינער גיבט אים א קוויטל, נעמט ער דאס און לייגט עס אריין אין טאש.
שבת וועט לכאורה זיין א גרויסער שבת, הגם ס'וועט אפיציעל נישט זיין פאר די גאס, מען גייט דאס נישט מעלדן. יתכן אז ס'וועלן זיין וואס וועלן נישט וויסן דערפון. אבער וויבאלד ס'וועט זיין צוויי ראחמיסטריווקע רבי'ס אין שטאט, וועט זיין שמח, מען וועט גיין אהין און אהער...
מיין געפיל: עווענטואל וועט זיין צוויי ראחמיסטריווקע רבי'ס אין שטאט, ביידע וועלן מצליח זיין און ביידע וועלן זיך רעספעקטירן. ר' יעקב יוסף וועט נישט וועלן נעמען אלעס גלייך און ס'וועט גיין צוביסלעך.
לויט ווי איך קען ר' יעקב יוסף, קען זייער מעגליך זיין אז פרייטאג צו נאכטס, וועט ער פלוצלינג אנקומען צום טיש פון זיין פעטער און זיצן דארט ווי א חסיד. אויב דאס וועט געשען, בין איך נייגעריג צי ר' יהושע וועט אים מכבד זיין ווי א רבי אדער ווי א חשוב'ער אייניקל.
ימים ידברו.

- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
איך געדענק אויך עפעס אזוי, נאר ער האט געשריבן אז זיין טאטע זצ"ל האלט נישט אויס דעם צער, אויף דעם האט דער ליובאוויטשער רבי צוריקגעשריבן אזכיר על הציוןמענדל האט געשריבן:ער האט געבעטען ליובאוויטשער רבי זאל עם צריקשוקען האט ליובאוויטשער רבי גענפערט אז ער קען נישט צריק צריקשוקען ובענין הצער אזכיר על הציוןעסקן בדברים האט געשריבן:אויב איך געדענק גוט האב איך געהערט אז רבי ישראל מרדכי האט זיך אפגערעדט פאר׳ן ליובאוויטשער רבי אז ער איז זיך מצטער דערוועגן, האט דער ליובאוויטשער רבי געענטפערט ״אזכיר על הציון״מענדל האט געשריבן:יאיום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:האט עס געשטערט פאר הרה"ק ר' ישראל מרדכי אז דער זוהן איז געגאנגן קיין חב"ד?
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
סוועט זיין פונקט פארקערט ווי וויזניץ בארא פארק, דארט קימט דער פעטער צום טיש פון פלימעניק און דא איז פארקערט די פלימעניק קימט צום פעטער...צפת האט געשריבן:הרה"ק ר' יעקב יוסף מראחמיסטריווקע מאנסי שליט"א איז היינט צוריקגעקומען פון לאנדאן. עס איז געווען פאר אים א גרויסן קבלת-פנים אין בית-המדרש. קיין רבי'שע בענקל האט ער נאכנישט געוואלט האבן, אבער דער גאנצער ציבור איז אריבערגעגאנגען וואונטשן שלום-עליכם, בתוכן רבני העיר און חשוב'ע מענטשן פון שטאט. קוויטלעך נעמט ער למחצה, אין לאנדאן האט ער גענומען געהעריג קוויטלעך פון עטליכע אנשים חשובים, פון אנדערע האט ער נישט געוואלט נעמען. דאהי, אויב איינער גיבט אים א קוויטל, נעמט ער דאס און לייגט עס אריין אין טאש.
שבת וועט לכאורה זיין א גרויסער שבת, הגם ס'וועט אפיציעל נישט זיין פאר די גאס, מען גייט דאס נישט מעלדן. יתכן אז ס'וועלן זיין וואס וועלן נישט וויסן דערפון. אבער וויבאלד ס'וועט זיין צוויי ראחמיסטריווקע רבי'ס אין שטאט, וועט זיין שמח, מען וועט גיין אהין און אהער...
מיין געפיל: עווענטואל וועט זיין צוויי ראחמיסטריווקע רבי'ס אין שטאט, ביידע וועלן מצליח זיין און ביידע וועלן זיך רעספעקטירן. ר' יעקב יוסף וועט נישט וועלן נעמען אלעס גלייך און ס'וועט גיין צוביסלעך.
לויט ווי איך קען ר' יעקב יוסף, קען זייער מעגליך זיין אז פרייטאג צו נאכטס, וועט ער פלוצלינג אנקומען צום טיש פון זיין פעטער און זיצן דארט ווי א חסיד. אויב דאס וועט געשען, בין איך נייגעריג צי ר' יהושע וועט אים מכבד זיין ווי א רבי אדער ווי א חשוב'ער אייניקל.
ימים ידברו.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל
אפאר קרישקעלעך:
הרה"ק ר' יהושע איז געווען גרייט צו גיין קיין וויליאמסבורג. דארט איז פארהאן א רחמיסטריווקע שטיבל, אבער קיינע פון די קינדער זענען נאכנישט דארט. ווען האדמו"ר מסקווירא האט געהערט פונעם פלאן, האט ער געהאקט אין טיש און געזאגט, בשום אין אופן, ער מוז וואוינען נאנט און ער מוז ווערן רבי אין מאנסי.
הרה"ק ר' יעקב יוסף איז צוריקגעקומען פון לאנדאן, אין בית-המדרש ראחמיסטריווקע אין מאנסי האט מען געדאווענט מעריב און בשעת מעשה צוגעגרייט א לחיים. ווי נאר מען האט געענדיגט מעריב, און דער ציבור באמערקט אז ר' יעקב יוסף איז נישטא. ער האט אפגעפיצט.
נו, וואס מיינט איר? - די שוויגער האט אויפגעהויבן א טעלפאן אויף אים, און זי האט גענומען שרייען אז ער מוז שוין צוריקקומען... בקיצור, ער האט זיך אויסגענומען דריי תנאים. 1. אז מען שטעלט אים נישט קיין רבי'שע בענקל, 2. אז מען רופט אים נישט 'רבי', 3. אז עס וועט נישט זיין דארט קיין שום דרשות.
דער ציבור האט מסכים געווען און ער איז געקומען. דער עולם איז אריבערגעגאנגען געבן לחיים, לשמחת לב חסידיו.
נקודה למחשבה:
געווענליך, א מענטש אדער א קבוצה פון מענטשן, ווילן מאכן מחלוקת, נעמען זיי אין באטראכט אז זיי קענען ליידן עטוואס קאנצעקווענצן דערפאר, און טיילמאל גייט מען איין דערפאר, אפילו אויף די פרייז פון קאנצעקווענצן. סקווירא האט אונז געלערנט א נייעם דרך. מען גייט מאכן מחלוקת, אבער די שטינק לאזט מען אויף יענעם, זיי ליידן גארנישט דערפון ביי זיך אין שטאט - די קאנצעקווענצן ליידן אנדערע.
אז מען איז קלוג, איז מען קלוג.