איינער פון די ערשיינונגען אין דער מאדערנע וועלט איז אז מענטשן ווערן היינט שטארק בארוהמט. עס איז א צייט וואס מענטשן ווערן באקאנט איבער נאכט און ווערן נאכגעפאלגט, נאכגעלאפן און נאכגעקוקט דורך מיליאנען אין דער מאסן. מענטשן פארקויפן זיך פאר מענטשן וועלכע זענען בארוהמט און פאלגן זיי נאך און דינען זיי, מיטן גאנצן הארץ און זעל.
מענטשן ווערן באקאנט און בארומט דורך זייערע טאלאנטן, פאזיציע אדער פאסטן. רבי'ס ווערן פארהייליגט און זינגערס ווערן פארגייסטעט, שפילערס ווערן סאלוטירט און רעדנערס באקרוינט.
די וועלכע האבן עס דערגרייכט צו דער שפיץ פון רוהם, צי דורך א צופאל אדער נאך שווערע יארן פון הארוואניע געטריבן דורך גלארייכע פאנטאזיע, ווערן פארגעטעט און אידאליזירט. מענטשן זענען גרייט צו גיין פאר זיי און פייער און אין וואסער, דורכשפרייזן - בארפוסיג, מיילן אונטער היצן און קעלט, נאר אויף צו קענען א בליק געבן אויף דער פאן פון זייער לעבן און פילייכט אריין כאפן צו טוישן מיט איהם א ווארט אדער צוויי, א זאך וואס טאמער עס געלונגט זיי קעגן אלע פאראויסשאצונגען, וועט עס פארבלייבן אין זייערע ביינער און ווערן א טייל פון זייערע אידענטיטעט פאר דער איבעריגע טייל פון זייער לעבן.
מענטשן טוהן אלעס צו גרייכן פעים און רוהם און צו ווערן באקאנט און באוואוסט, צו מיטן גוטן אדער מיט שלעכטן און פון דער אנדערע זייט וועלן מענטשן נאכלויפן באקאנטער פיגורן און באוואוסטע פערזענליכקייטן און זיי האלטן ווי דער ליכט צו זייער פיס און דער שיין צו זייערע וועג.
איך וויל נישט פרובירן צו בארעכטיגן צו דאס איז גוט אדער שלעכט און צו אזא צוגאנג צו באקאנטשאפט און בארומונג איז געזונט אדער געפארפול איך וויל אבער פרובירן צו געבן אן אנאליזירונג דערצו פון א זייטיגע פרעספעקטיוו.
דער מענטש זוכט באדייט, ער זוכט וואס זיין ציל איז אין לעבן, פארוואס בין איך דא, פארוועם מאך איך אויס? אין איינער פון זיינע פארזוכן צו פאררענטפערן דער לעבנס פראגע, פרובירט ער צו טרעפן איינער וואס פאר יענעם זאל ער לעבן און דאס זאל בארעכטיגן זיין עקזיסטענס אגב יענעם. איך לעב פאר יענעם און יענער פאר זיך איז דאך גאר וויכטיג, דעריבער בארעכטיגט דאס מיין וועזן ווייל איך הענג מיך אן אין איהם. ענליך צו דער באדייט וואס מענטשן שפירן ווען זיי געבן זיך אפ פאר זייער קינדער.
דאס קען פילייכט אויך שפרייטן ליכט אויף דער אינטערעסאנטע ערשיינונג ווי באקאנטע מענטשן ווערן שנעל נאך מער באקאנט וואס דאס ברענגט זיי צו ווערן נאך שנעלער און שטערקער באקאנט ווי א שניי טאבע וואס קוילערט זיך אראפ א שניי בארג. דאס איז ווייל מענטשן וועלן גלייכן צו זיין אנגעהאנגען אין אזא איינער וואס איז גענוג וויכטיג און באדארפנד אז עס זאל זיי צושטעלן דער ריכטיגע באדייט אויף וואס זיי לעכעצן אזוי שטארק ארויס. ווי מער בארומט א מענטש איז, ווי מער מענטשן עס הענגען זיך אן אין איהם, אלס א גרעסערע באדייט האט זיין וועזן און אזוי ארום גיסט עס באדייט פאר אלע וואס הענגען זיך אן אין איהם.
דער צענטראלע באדייט-רעזערוו, דער מענטש וואס איז אין צענטער פון דעם קרייז, ער זייגט זיין באדייט פון דעם וואס אזוי פיל מענטשן זענען ווירטואל אנגעהאנגען אין איהם און קרוינען איהם אלס קעניג, דאס געבט איהם דער איבערפלוסיגע מאס באדייט וואס ער דארף האבן צו קענען גיסן באדייט פאר אלע זיינע אנהענגער.
אזוי פארמירט זיך א כישוף'דיגע קרייז וועלכע געבט דער אילוזיע פון באדייט פאר אלע וועלכע דרייען זיך מיט און ווערן א טייל דערפון, וועלכע האט זיך אנגעפאנגען דורך דער טאלאנט צו פאך, אדער סיי וואס, וועלכע האט אנגעהויבן צו דרייען דאס רעדל פון אנהייב.
אזא קרייז פון באדייט-אלוזיע קען זיך דרייען און דרייען פאר לאנגע יארן אן דעם וואס איינער פון אינערווייניג פונעם קרייז אדער פון אויסער דעם, זאל זיך כאפן אז עפעס איז נישט אין ארדענונג דערמיט ביז..
ווען איינער פון די אנהענגער כאפט זיך אז ער זייגט באדייט פון איינער וואס זיין גאנצע באדייט איז אז טויזענטער צו מיליאנער מענטשן שעפּן זייערע באדייט פון איהם. דאן קען ער זיך אויפכאפן און באמערקן אז זיין באדייט האט נישט קיין האפט און עס איז צייט צו גיין זוכן באדייט אין אנדערע ערטער.
דאס איז נאכנישט אזוי שלעכט ווי ווען דער מענטש וואס כאפט זיך אז עס פעלט דא באדייטענדע באדייט, איז נישט קיין אנדערע נאר דער וואס שטייט אין צענטער פונעם קרייז. ער כאפט זיך אויף אז זיין גאנצע לעבן לעבט ער נאר פאר די וואס לויפן איהם נאך, ער טוהט אלעס אין דער וועלט אז זיי זאלן איהם נישט אפלאזן ווייל ווילאנג ער איז באקאנט, אלע קענען איהם, גרוסן איהם און ערען איהם, דארף ער נישט גיין זוכן אן אנדערע באדייט אין לעבן, ער האט עס פארנט פון זיין פראנט-גארטן, אדער אפילו מיט איהם אין בעט, וויפיל מענטשן ווארטן פאר זיין ווארט, וויפיל זענען געשפאנט צו הערן זיין שטימע, וואו קען דען זיין א גרעסערע און טיפערע באדייט אין לעבן, פון דעם.
אבער טאמער טרעפט ער זיך אין אן אמת'ע מינוט מיט זיך אליין און פרעגט זיך, וואס איז דער ריכטיגע באדייט דערפון? אלע מענטשן וועלכע זענען אנגעהאנגען אין מיך זענען דאך טאטאל באדייטלאז, ווייל, וואלטן זיי געהאט געטראפן באדייט אין זייער לעבן, וואלטן זיי דאך זיך נישט געוואנדן צו מיך נאך דעם אזוי-קריטיש-וויכטיגע, סובסטאנץ. נאר וואס? זייער לעבן איז לער און פוסט פון יעדער אינהאלט און ציל, דעריבער לויפן זיי צו מיך מיט איין אטעם און ערווארטן אז איך זאל זיי שענקען באדייט, א זאך וואס זיי זענען אזוי זיכער אז איך פארמאג אין איבערפלוס. איך ווייס דאך דער אמת אז מיין גאנצע באדייט שטאמט בלויז פונעם פאקט אז זיי פאלגן מיך נאך און רייטן אויף מיך.
אזא געדאנק איז זייער געפארפול און באדרויעט צאמצואווארפן דער גאנצע געביידע אין וועלכע אזוי פיל האבן געבויעט זייערע נעסטן, דעריבער וועלן זיך אין אזעלכע פעלער, די וואס זענען אין צענטער פון דעם קרייז, פארשליסן דאס מויל און מיטשפילן מיט די מאסן ביז ווען דער אמת וועט אליין ארויף שווימען אויפן אויבער-פלאך און נאטירליך צוזאמווארפן דעם גאנצן באלאן.
דער סעלעבריטי עפאכע און דער זוך נאך באדייט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
איך גיי גיין א שטאפל ווייטער און איך זאג דאס נאך יארן יארן דורכטון די נפש האדם ,
דו זאגסט אייזן הרב דיכטער און די נקודה איז לאו דוקא באדייט, און ציל ווי דו זאגסט אז מענטשן זיכן , נאר די ווארט איז מער "קאנעקשאן"
די מין אנישו איז yearning פאר קאנעקשאן!! קאנעקשאן מיט זיך און קאנעקשאן מיט אנדערע. קאנעקשאן איז די בעסטע פילינג וואס א מענטשן קען האבן , נאך מער ווי לאוו ! לאוו איז נאר א טיר צו קאנעקשאן.
דאס איז לדעתי די שורש פון אלע מענטעל דיסארדערס קאנעקשאן

מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
מענטעל דיסארדערס קומען ווען א מענטש ווייסט נישט ווי צו קאננעקטן מיט מענטשן אויף א געזונטע נארמאלע וועג, און נישט נאר מענטעל דיסארדערס..
וואס אנבאלאנגט די פתיחת האשכול שטייט גראדע די סעלבעריטי מארקעט היינט צוטאגס טויזענט מאל בעסער ווי פאר 500 יאר צוריק, אמאל פלעגן זיין סעלעבריטיס קעניגן פירשטן און בישאפן וואס מענטשן פלעגן זיין גרייט זיך צו לאזן הרג'נען און הרג'נען אנדערע לכבוד זיי, סעלעבריטיס פלעגן זיך הרג'נען צווישן זיך ווער ס'קען זיין א גרעסערע סעלעבריטי, און די סעלעבריטי מארקעט פלעגט זיין אפגעשפארט פאר געציילטע משפחות וואס האבן געהאט פולע קאנטראל אויף דאס גאנצע מענטשהייט. די סעלעבריטי מארקעט אין 2023 איז א דשאוק קעגן דעם, ווער ס'האט טאלאנט און/אדער כאריזמע קען זיך שאפן אנהענגער און שווענץ אן קיין פראבלעם, און מ'קען שוין מיינען די געפערליכקייט פון די שוואנצונעס, סך הכל פאלגט מען זיי נאך אויף אינסטעגראם און מ'לאזט זיך צאלן אנצופילן זייערע סטעדיומס און קאנצערטן. יא, מ'זאגט אז אין אפסטעיט ניו יארק זענען דא צוויי סעלעבריטיס שוואגערס וואס זייערע שווענץ קענען אנפעכן און פארברענען געביידעס און מענטשן, אבער סתם אזוי אין דער גרויסער וועלט האט זיך די סעלעבריטי מארקעט היבש אפגעקילט.

פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II