שעפטאל האט געשריבן:@דיכטער ריזיגע שכח!!!
כ'האב דיך געזיכט ביים מאַק התוועדות, האסט אבער געוועהן אין די בעק יארד. דערציילט א נאוועל פארזעצונג.
@צוזאמגעדרייט איז געוועהן צו ביזי צו איבער נעמען, ווייל האט ארייגעדייוו'ד אינעם פָּאל צעזאמען מיט
@וואלווי
--
יא איך בין געווען יענע דייווער. זאלסט נאר וויסען אז כ'קען עכט אסאך בעסער, נאר מה עשה הקב"ה נאך אזא גריל... אבער אבי נישט קיין בעלי פלאפ.
אפדעיט:
אין די לעצטע מינוט האט דערולעם מחליט געווען צו אפרעכטן די צוזאמקום ביים פול דייקא. צו טשילען דארף מען נישט קיין דאך און פיר ווענט. פארוואס דארף מען זיך ארויס'גזלען אינדרוסען צו רייכערען שטייענדיגערהייט ווען מ'קען רייכערערן שוועבעדיג אין די פול. אויך שלעפן, ריקן, לחיים'ן, קייען, אלס דייקא פון וואסער ארויס, איין גוד אחית פון תדשא הארץ דשא ביז לא תחסום שור בדישו.
העק, אין פול טראגט דאך קיינער נישט קיין נעים טעגס. וואס איז א בעסערע תענוג ווי קיפקענען אין איין זייט פול וועגען ווער איז ווער אויפן אנדערע זייט. ווער דארף נעמען, ווער דארף לעבלס. זאל מען חקר'נען און וואנדערן איז ער טאקע אזוי הויך? קעניש זיין ער מוז זיין אז צווייטער ניק, דער אנדערער איז צו שטיל צו זיין א צווייטער. אן ארויס זאגן בפירוש, וועט איעדער זיך נעמען צום אינערליכן נייגער, און מייסד זיין אין הארץ א גאנצע סנהדרין פאר די סוגיא פון דיני נפשות בתוככי קאווע שטיבל. מ'וועט קענען טריפן ווי פרעה אויף די שבע פרות בריאות בשר מיט די לא נודע כי באו אל קרבנה פרות, נישט קיין חלום און נישט קיין פתרון, נישט קיין נעמען נישט קיין ניק'ן, איין גרויסע עלייה הוא.
ס'דאך ידוע, אז וואס ס'דא אויף יבשה איז דא אין ים. מ'וועט מאכן תשבו כעין תדורו, אפרעכטן דעם שולחן עורך הפנימי על שפת הים. ס'וועט זיין ממלא כל עלמין ומסובב כל עלמין. אין פול וועט מען זיצן, ווען מ'וועט זיין ארום גענומען סביב מיט במות פון עולות ושלמים אויף קדמה, קטורת גראז וואס וואקסט על הנחל אויף ימה, ווינא טישן וועלען אריין געראלט ווערען אויף נגבה, און פיינעלי וועט מען קענען אמאל ניצן די poolside bar וואס ליגט אזוי פאר יתום'ט א גאנץ יאר אויף צפונה.
פארשטייט זיך אז דא האט מען א שטו ולקטו ממש בתוך ד' אמות אז מ'זאל חלילה זיך נישט אנשטרענגען. און דא איז פלאץ טאקע דערמאנען אז דא שווימט מען נישט און דא שפילט מען נישט וואלי באל. דברי חכמים בנחת נשמעים ותרי קלי לא משתמע. וואס קען זיין בעסער ווען כלחוך השור איז ממשיך את ירק השגה, און אויסגעווייקטערהייט שפרייט מען זיך אויס אויף די ביעטש טשערס, פוילערהייט ארום גענומען מיט א היינטוך, וארובות השמים נפתחו ואראה מראות צובאות, מיט הלל והודיה בתוף וכינור, והיה כנגן המנגן ותהי עליו רוח.
נרצה. ווער עס טוט די אלע זאכען איז באוויליגט פאר דער אויבערשטען.