סקעפטיקל סקעפטיקער

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 888
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7666 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2509 מאל

סקעפטיקל סקעפטיקער

שליחה דורך שעפטאל »

נאך אלע שיינע הבטחות וואס כ'האב ענק געגעבן. די שריפטשטעלעריי האט למעשה אריין געקריעפט, ווי דער ניי געווארענער רעבע, וואס פארגעסט גלייך וואס גשמיות איז. די גאוה שטינקט שוין.

אדמו"ר שעפטי לחיים'ט צו אלע זייטן פון די פארענטשעס מיט א צעקניישטע האנט און שטערן, איז צעקריגט מיטן ברידער דער רשע, טיילט שיריים, טאנצט מצוה טאנץ אין מאחורי.

סקעפטיקער איז דער ערשטער אויפן רבין'ס ליסטע, מחלוקת לשם שמים. (מחלוקת מיטן ברידער.)
---

ליגט זיך די רבי אויסגעשפרייט אויפן העמאק אין א באהאלטענעם מקום, און טראכט וואס פארא עבירות קען מען טרעפן אויף סקעפטי, אבער ס'גייט נישט! אבער אזוי ווי ביים כפשוטו חומש, וועט מען נאכאלס מאכן א שמיץ קאמפיין.

א מאדנע פירצה, מ'רופט זיך מיט ניק נעמען וואס האבן קיין שייכות ניט צום ניק.
(מ'גייט כפי סדר האלף בית, כ'האב אבער נישט קיין נערווען צו קאָטן און פּעיסטען, סאו ס'כאפט זיך אריין אמאל איין אות פארן צווייטן.)

@מי אני שטימט טאקע מיט זיין טיעפע חקרנ'ען מהות, אבער ער וואלט עס געקענט ארויסשרייבן קלארער.
ר' בערל @berlbalaguleh רעדט טאקע ווי א באלעגאלע. אבער אויכעט ווי א וואוילע זיידע..
@פאליטיקאנט איז טאקע פאליטיקלי קאררעקט, אבער ווערן א פאליטישן? שוין לאנג אויפגעגעבן.
@ערנסטגערעדט רעדט דען אלעמאל ערענסט? ער ווערטל'ט זיך אין מילתא דבדיחותא.
@שערי יושר גייט דען אלעמאל מיט ישרות?
@וואלווי הייסט דען וואלווי? ער הייסט דאך שלום. אויש גילוי..
@דיכטער איז דען א גראבע ירך?
@דער גאלדענער אדלער פליהט דען? ער וואטשט סך הכל שעפטי'ס טריפ'ס.
@שמעקעדיג האט זיך שוין פון לאנג אויפגעהערט צו באשפריצן. [תשובה].
@קל וחומר איז נאר קל. אבער מלא חומר.
@לייביששרייבער איז פון א גאלדענע שרייבער געווארן א בעל מקר(א)ה. שלאפט? יוה"כ?!
@בְּתוֹךְ עַמִּי איז גארנישט אזוי בתוך עמי, ער איז יאניק. (חוץ פון זיין טיפיקל קריסטליכע אמונה..)
@יין שרף איז טאקע שיכור, אבער זיין ציניש'קייט און פריילעכקייט קומט דען פון ברוינטפן?
@רביה''ק זי''ע איז טאקע א רבי פון אלע כופ***, אבער איז ער דען א קדוש?
@דער געוואגטער יונגעל וואגט זיך מער נישט אהער צו קומען.
@טאמבל סאס האט זיך טאקע איבערגעקערט, אבער, ער איז געבליבן ליגן אויפן ערד. ער קען זיך מער נישט צוריק ארויף דרייען אהער?
@קאך_לעפל'ס לעפל קאכט שוין נישט. אפשר טוחן ואינו מוציא? (שטייצעך, נאר א ווערטל, ס'קאכט אין רצפה בת איה..)
@איך אויך איז ענדערש: איך אויסדריקלעך נישט! מיט זיינע קאכעדיגע מערכות..
@תרמב מעג זיך שוין רופן: מנהל
@תוהו ובוהו מעג הייסן.. אהם? קודם קום אהער, עמער דאן רעדן.
@מתבודד איז טאקע בהתבודדות? (גראדע יא.)

[יא, כ'האב אויסגעלאזט @נוח @העניך און @ליטוואק פון בודאפעסט און נאך. כ'האב נישט וואס צו שרייבן אויף ענקערע ניק נעמען, סארי כ'קען נישט איבער טוהן דעם תוהו ווערטל צעהן מאל. איי פארוואס פונקט אהים? שוין געזאגט מ'גייט כפי סדר האותיות]

אבער דער @סקעפטיקער איז לכאו' דער איינציגסטער ניק וואס הוא ושמו אחד.

סקעפטי סקעפטי!
קענסט נאר אויספרעגן און אפפרעגן? אביסל פערסענאלעטי פליז! אביסל הומער! אביסל ארויס פון דיין באקס!...
האסט שוין אמאל געזעהן ער זאל שרייבן עפעס וועגען זיך? א אייגענע עקספיריענס? נאדא.

דאס איינציגסטע וואס מ'טרעפט איז אביסל כפירה, ער לייקט אפענע כפירה תגובות, ער טרעפט נישט די גיהנום. אבער דאסי נישט גענוג שיטים.

אויף @וואלווי האט מען געהאט סחורה פונעם מויל ביזן גארטל. ביי @שמן למאור האט זיך געגאסן פונעם גארטל און אראפ.

אבער מיט סקעפטי קראצט מען זיך אויס, קשר"ק קראצען רייבן, אבער גארנישט קיין מיץ קומט נישט ארויס!!! (כספר תורה בבית, פארדעם לא איסתייא מילתא. אזוי וואלט @מי אני מסביר געוועהן.. מיט א קאפיע פונעם גמרא ברכות)

אפשר הערסטו אויף צו פחד'נען, קום אריין מיט אביסל זיך?

פאר א אינטערוויא וואלסטו יא מסכים געוועהן?
דאן וועלעך שוין מעגן וויסן אז דו ביסט א סאטמערע?
דאן וועט מען הערן ווער האט דיך אויס געלערנט ענגליש? ביי וועלכע יאהרגאנג?..
און בעיקר, ווען ביסטו קאליע געווארן? דורך וועם?

אבער אפשר איז די זיין פארמאכט דעם סיבה פאר די מורא'דיגע קלארקייט און אביעקטיוו קוק פון יעדע תגובה דיינע.

איי העיט יא! ביסט א ריזן עסעט פארן שטיבל! קיפ איט אפ!
ווער נאר נישט פארשווינדען פונעם האריזאנט!

ווי זאגט @קל וחומר: סארי כ'בין מער נישט הויעך
יעך זאג: סארי כ'בין מער נישט גערעגט
---

וואסי געשעהן מיט אהים?
צעדרייטע אשכול!!
גייט'ס אישי'ט'ס וואלווי
ער איז שולדיג, חיה וואס ער איז!

--

שטייצעך סקעפטי האט מסכים געוועהן. און ס'סך הכל צו געבן גוט ווארט פאר אלע חשובע ניקים, דערמאנען זייער נעמען, בבחינת זכר צדיק לברכה וכו'. אבער ח"ו נישט לשם זלזול.
כל אחד בשמו יבורך!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר