ווער ביסטו קליינער שטינקער צו אפמאכן וועלכע נאמען צו געבן...

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חמול על מעשיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 05, 2022 11:08 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

ווער ביסטו קליינער שטינקער צו אפמאכן וועלכע נאמען צו געבן...

שליחה דורך חמול על מעשיך »

ווער ביסטו קליינער שטינקער צו אפמאכן וועלכע נאמען צו געבן פאר דיין קינד?!?!
אמת’ע געשיכטע...

ער האט זיך גענומען די קוראזש, ער טוט דא א זאך וואס איז קעגן זיין נאטורליכע איידלקייט, אפאר שעה דעבאטירט ער שוין צו ער טוט טאקע די ריכטיגע שריט, געוויסט האט ער אז עס קען זיך ענדיגן אומבא'טעמ'ט אבער דאך האט ער געהאפט אז ס’גייט העלפן...

גראדע האט עס זיך גוט אנגעפאנגען, און אזוי ווי צוגעגרייט האט ער אראפגעלייגט זיין זייט זייער קלאר, ס'איז מיין קינד! איך מיט מיין ווייב האבן אזוי דיסיידעט! פארשטייסט מיך מאמי..?

און דאן איז געקומען די ענטפער, און נאך מיט א טענה: ווי האסטו גענומען די חוצפה צו נעמען א שטעלונג וועלכע נאמען צו געבן, איך בין דיין מאמע! זאג דיין ווייב זאל זיך גיין קיין אשת חיל, און זיך נישט אריינמישן אין זאכן וואס באלאנגען נישט צו איר! און דא איז די מאמע ארויס פון די כלים, ”זייט דיין חתונה איז עפעס נישט בסדר מיט דיר! איך ווייס אז דיין ווייב פארפירט דיר! איך זאג דיר, לאז דיך נישט פון איר! וואס איז? מעגסט איר אויסלערנען איינמאל פאר אלעמאל אז מען שעצט א שוויגער...! יא, זי מעג עס וויסן! נישט גענוג האב איך מיך איבערגעגעבן פאר ענק, ווער האט דיר חתונה געמאכט, הא?! ווער נעמט ענק אריין פאר סעודות שבתים יו”ט? פאר דעם צאל איך די ברית? א גאנצע טאג רייס איך מיך איבער פאר דיר און דעיס באקום איך צוריק?!

זיין גאנצע צוגעגרייטע דרייסטקייט איז צופאלן. אלטע געפילן פון עביוז האבן אין אים אנגעהויבן ווירבלען, שווערע סצענעס פון קאמאוישענס הייבט ער אהן זעהן, און דאך, ווי א פארלוירענער האקט ער איבער און אזוי אונטער די נאז זאגט ער: אבער מאמי, אזוי האב איך אפגעמאכט! טרייט ער צו שטיין אויף זיינע רעכטן, מיינענדיג אז זיין פארשטעלטע שטארקייט גייט עס שליסן... אבער פאקערט ווי זיין ערווארטונג, איז די אפענסיווע געקומען מיט אזא וווווווואס...

"ווער ביסטו קליינער שטינקער צו אפמאכן וועלכע נאמען צו געבן פאר דיין קינד"?

א שטילקייט האט געהערשט ביז ווען די מאמע האט ווייטער געשימפט. וואס איז, סך הכל בין איך דיין מאמע, אזויפיל רעספעקט מעגסטו מיך געבן דו מיט דיין ווייב אינאיינעם, אויב ווילסטו נאך האבן א שייכות מיט מיר גייט דיין בכור הייסן נאך מיין טאטע! אזוי האב איך אפגעמאכט, האסט געהערט?... און ס'איז פאר א שמחה, מעגט עטץ תשובה טוהן פארן אזוי מצער זיין דיין מאמע..

די קאמאשען וואס האט זיך אפגעטון נאכדעם איז צו לאנג צו באשרייבן... בקיצור, די מומעס, די פעטער’ס, די ראש הכולל, חתן רבי, דיין, ס’האט זיך געטון א מצב... אזא מחוצף צו זיין די אינגע דור, משיח קען שוין קומען, האט זיך די באבע אויסגעדריקט.

אזוי גייט ער צום ברית פון זיין קינד ויקרא שמו בישראל... מיט א געפיל נישט דער נאמען וויל איך מיין קדיש’ל זאל הייסן...

ווען פון דער אנדערע זייט מחיצה שטייט זי און שעפט נחת... יא יא, צום סוף האבן די צוויי איינגעזען אז דאס ביסל מעגן זיי טוהן פאר מיר און מיך פאלגן…
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום חמול על מעשיך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
זיי לאכן פון מיר ווייל איך בין נישט ווי זיי...
איך לאך פון זיי ווייל זיי זענען אלע די זעלבע...

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר