איז דא היינט מער צרות ווי אמאל, אדער מער צער ווי אמאל?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

איז דא היינט מער צרות ווי אמאל, אדער מער צער ווי אמאל?

שליחה דורך a1b2 »

[הקדמה: איך קום נישט דא שרייבן קיין חידושים, נאר היות איך האמיר יעצט מתבונן געווען אין דעם ענין, און פאר מיר איז עס געווען א גרויסע חיזוק, בין איך עס מפרסם
פארשטייט זיך דער וואס האט נישט קיין כח פאר קיין אריכות, זאל עס נישט לייענען]

איך פלעג אלס הערן פון מיינע עלטערן אויף יעדע צרה וואס האט פאסירט, 'עקבתא דמשיחא' משיח'ס צייטן.
ווילאנג איך בין געווען יונג, האב איך געמיינט אז עס איז טאקע אזוי, אמאליגע צייטן פאר די צווייטע וועלט מלחמה, איז נישט געווען אזויפיל צרות אויפן וועלט.
איינמאל איך בין אבער עלטער געווארן, און אנגעהויבן צו לייענען אביסל היסטאריע, האט זיך מיר ארויס געשטעלט אן אנדער בילד

בימים הקדמונים איז כמעט נישט געווען קיין הויז וואס עס זענען אוועק ל''ע עטליכע קינדער. צו דורך א לונגען ענטצינדונג, צו סתם אזוי האט דאס קינד נישט געלעבט מער ווי אפאר שעה אדער טעג
גוטס א קוק אריין אין די תשובות ספרים, וויפיל מאל איז דא שאלות אויף א מנקת, וואס דאס קינד האט נישט געלעבט מער ווי א טאג צוויי.
ווי אפט הערט מען היינט אזעלכע מעשיות.

גוטס א קוק ווי שטארק אקטועל איז געווען עגונה שאלות בימים ההם, געפארן אויף מסחר און מער האט מען נישט געהערט פון איהם, געהארגעט געווארן אין א וואלד, צו סתם געשטארבן
ווייטער האט געקענט זיין איין שריפה, און די גאנצע שטאט איז געגאנגען מיט'ן רויך.
מ'קען אסך מאריך זיין אין דעם אבער עס איז נישט דא די צייט אויף דעם

די עיקר נקודה איז, וואס פאפירט מען אזוי 'עקבתא דמשיחא', מ'וויל עפעס פון אונז'.
אוודאי וויל מען עפעס פון אונז, אבער ווער זאגט אז מ'וויל היינט מער ווי אמאל.
איה''נ עס איז דא היינט מער צרות ווי די יארן נאכ'ן קריג.
אבער דאס איז פשוט, ווייל דעמאלס האמיר ליידער געהאט אסך קרעדיט.


אבער נאכן אריינקלערן אין דעם, האב איך געזען אז יש דברים בגו, און עס איז נישט דברים של מה בכך.

שטייט אין אגרא דפירקא (רמז קי''ד) אויפן מאמר חז''ל (יומא ע''ה.) 'דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים', זאגט ער, ווען עס ווערט ח''ו נגזר אויף א מענטש עפעס א צער, צו א קרענק אדער פרנסה וכדומה, איז די צער צוטיילט אין אסך חלקים.
די גרעסטע צער האט דער באטראפענער אליין'ס
נאכדעם קומט די משפחה ארום און די גוטע פריינט
נאכדעם די שטאט לייט, און אזוי ווייטער.
און דאס איז פשוט, אז אלעס איז אויסגערעכנט פונ'ם באשעפער, וויפיל צער יעדער זאל האבן,
און אויב וואלט זיך נישט געקומען פאר איינער פון די אלע מענטשן די מאס צער, וואלט דער אויבערשטער בכלל נישט געשיקט די צרה פארן מענטש.
ממילא פירט ער אויס, אז ווען דער אויבערשטער שיקט עפעס א צרה אויפן מענטש, איז כדאי ער זאל עס פארציילן פאר איינער פון זיינע קרובים און באקאנטע, ווייל אפשר קומט זיך נישט פאר זיי, זיי זאלן האבן דעם צער, ממילא וועט דער אויבערשטער מבטל זיין פון איהם די גזירה.

און ער ענדיגט צו בלשונו הזהב 'ומעתה תבין מה טוב ויפה לאדם לספר צערו להצדיק, כי אפשר אפילו לא יתפלל בעדו, כאשר רק יצטער הצדיק בצערו, יסיר הש''י צערו כדי שלא יצטער הצדיק, תן לחכם ויחכם עוד ודעת לנבון נקל, עכ''ל הקדוש.

אין די הגהות פונ'ם ווייצענער רב ז''ל איז ער מוסיף, אז באמת קען זיין, אז אויב האט דער אויבערשטער געשיקט אויף איהם די צער, איז פשט אז די צער קומט זיך אויך פאר זיין משפחה און גוטע פריינט, ווייל די טבע איז דאך אז די אלע ווערן געוואר דערפון.
און ממילא, וויבאלד בשעת די צרה איז געקומען אויף איהם, איז שוין געווען ברור אז זיי גייען אויב האבן צער דערפון, איז בעכ''ח אז אויך אויף זיי איז שוין געווען די גזירה.
ממילא איז די בעסטע זאך, אז ער זאל עס פארציילן פאר מענטשן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט איהם, און אויב זיי וועלן זיך מצער זיין מיט זיין צרה, קען עס מבטל זיין די גזירה פון איהם.

און ער פיהרט אויס א אינטרעסאנטע זיך, אז וועגן דעם איז גוט אז א מענטש זאל נישט האבן נאר איין צדיק צו וועם צו גיין, ווייל וויבאלד ער רעדט זיך אויס אלע זיינע צרות נאר צו איהם, איז אויב דער אויבערשטער שיקט איהם א צרה, איז דער צדיק שוין אויך בכלל די גזירה, ווייל דער איד גייט דאך אייביג צו דעם צדיק, ממילא וועט דאס נישט העלפן דאס וואס ער וועט איהם פארציילן די צרה.
נאר די עצה איז, ער זאל האבן אסך צדיקים, איינמאל זאל ער גיין צו דעם צדיק, און איינמאל צו יענעם, ממילא איז מעגליך ער זאל אנקומען צו דעם צדיק וואס איז נישט בכלל די גזירה.


צוריק צו אונזער ענין.
דאס איז זיכער אז אמאל איז געווען מער צרות ווי היינט
אבער אמאליגע צייטן ווען עס איז געקומען א פריוואטע צרה אויף א מענטש, ווער האט געוויסט דערפון.
די 70 מענטשן פון זיין שטעטל, נאך אפאר פון די ארומיגע דערפער, אויף די אלע מענטשן איז געווען אנגעשריבן אז עס זאל קומען אויף זיי די צער
משא''כ אויב וואלט רוב רובם פון כלל ישראל געהאט די צער, וואלט די אויבערשטער נישט געשיקט די צרה, ווייל עס איז נישט נגזר געווארן אויף יעדן קיין צער.

משא''כ היינטיגע צייטן, וואס דער אויבערשטער האט אויסגעשטעלט די וועלט, אז ווען עס געשעהט ל''ע א צרה, ווייסט כמעט גאנץ כלל ישראל דערפון, [און אפילו דער וואס קוקט נישט אויף איי וועלט אדער הערט נישט קול מבשר, הערט אויך דערפון בעקיפין.
קומט אויס אז עס איז נגזר געווארן צער אויף א גרויסן חלק פון כלל ישראל.
דאס איז 'עקבתא דמשיחא'

און דאס איז אמאל נישט געווען, יעדער האט זיך געקענט לעבן אין זיין וועלטעל, און נישט האבן די מינדעסטע אהנונג וואס טוט זיך אין א שטאט דערנעבן.

הכלל
נישט 'צרות' איז נתרבה געווארן בישראל, עס איז נתרבה געווארן 'צער' בישראל

איז דא א טובה אין קול מבשר?

אז מ'טראכט אריין נאך טיפער, זעט מען דערין א געוואלדיגע חסד השם, וואס די היינטיגע וועלט איז אויסגעשטעלט צו וויסן אלעס אין אפאר מינוט.
[אזוי וועט מען נישט אזוי באשולדיגן קול מבשר, וואס זיי מאכן דיפרעסט דעם עולם, מיט די אנטיסעמיטיזם, און אנדערע צרות]
ווייל ווי מ'זעהט, איז אנגעשריבן געווען ביז היינט אויף כלל ישראל, צו האבן אסך צער
יעצט אויב וואלט נישט געווען די מעגליכקייט, צו וויסן ביז אפאר מינוט וואס עס איז געשען אין יענע עק וועלט
וואלט דער אויבערשטער געדארפט שיקן א צרה אויף איהם אליינ'ס, צו אויף זיין קרוב וכדומה, באופן וואס ער זאל באקומען די מאס צער וואס איז נגזר געווארן אויף איהם
אבער יעצט, וואס ער איז זיך מצטער בצרת חבירו, אז ער שוין אפגעקומען מיט דעם אויף אלעס
[כמדומה לי אז די בחינה שטייט ערגעץ, איך קען זיך אבער נישט דערמאנען יעצט וואו]
פארשטייט זיך אז דאס מיינט נישט אז מ'דארף הערן קול מבשר אגאנצן טאג, ווייל צער נעמט מען נישט מיט די אייגענע הענט, מ'דארף נאר מקבל זיין וואס מ'גוט.
אבער די מציאות איז דאך אז מ'הערט עניוועיז קול מבשר, און אפילו דער וואס הערט עס נישט, הערט שוין עפעס פון זיין חבר.

און נאך עפעס ריוח קומט ארויס פון דעם פאר אונזער דור
אמאל האט א מענטש נישט געהאט אזויפיל געלעגנהייטן, זיך צו קענען מצער זיין בצרת חבירו
משא''כ היינט וואס מ'הערט זיך ליידער אזויפיל אהן, איז אויב א מענטש האט שכל, און ער שטעלט זיך אפ א רגע, און ער איז זיך אמת'דיג מצטער בצרת חבירו, וואס די אלע קרובי המשפחה מאכן מיט, איז דאס א מורא'דיגע לימוד זכות בשמי מעל..
דער סניגור זאגט פארן בוכ''ע: גיב א קוק דיינע קינדער זענען זיך מצער בצרת ישראל, אפילו זיי האבן נישט קיין בלאסן אהנונג ווער דאס איז.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז מ'זאל שוין האבן אפגעקומען מיט די אלע צרות, ויאמר לצרותינו די, און מ'זאל האבן שכל און זיך שטענדיג מיטפרייען מיט אידישע שמחות, ממילא וועט דאס קענען זיין די לימוד זכות אויף כלל ישראל.
''זע ווי דיינע אידישע קינדער פרייען זיך מיט א שמחת חתן וכלה, אפילו זיי הייבן זיי נישט אהן צו קענען'', און אזוי ווייטער.
אכיה''ר

IVELT
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום a1b2, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר