צומישטע געדאנקען אין א פארנעפלטן טאג

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

צומישטע געדאנקען אין א פארנעפלטן טאג

שליחה דורך כספי »

החכם מורינו מי אני ברענגט בשם החכם יאיר איך בין אפי’ נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, וויאזוי קען איך זיין זיכער אז...

‘איך’? ווער איז דער איך וואס איז נישט זיכער, וואס מיינט זיכער? און וואס מיינט עקזיסטיר? ווער וועט פארענטפערן די אלע שווערע שאלות וואס דרייען א קאפ, לאזן נישט קיין מנוחה, מאכן די לעבן אומדערטרעגליך, פארוואס בכלל שרייב איך? איך האף אז דאס וועט אביסל אויסקלארן מיינע געדאנקען אבער ביזדערווייל העלפט עס נישט ממש, ס’זעט ענדערש אויס אז מיינע מחשבות ווערן נאר מער צוווילדעוועט, און צולאזט און לאזן נישט אנקומען קיין מסקנא.

און ווער זאגט אז איך דארף אנקומען צו מסקנא, ווער זאגט בכלל אז איך דארף טראכטן, די וועלט שטייט שוין 5783 יאר לכה"פ און ס’איז געשטאנען פיין און געפארן ווייטער אויך אן אויב איך הק’ זאל אנקומען צו מסקנות אדער טראכטן בכלל, 'לאז אפ' ס’איז נישט גוט פאר קיינעם, זאגט מיר אין אויער מיין יצר העצלנות, 'לאז אפ' וואס מיינסטו גייסטו טרעפן? דו מיינסט גייסט דא טרעפן די גליק, אדער די אמת, נושאים וואס ווערן שוין דורכגעטון דורכגעטראכט דורך די גרעסטע חכמים פון די וועלט, און דו קליינער שוואכער מענטשעלע וואס ווי א אפרוח שלא נפתחו עיניו קומסטו מיר פאר, דו ביזסט קוים דא אויף די וועלט פאר אזוי און אזויפיל יאר דו וועסט עס אויספיגערן?

ס’דא א גאט? ער וויל דוקא איך זאל אויספאלגן זיין תורה, די גזרי חז"ל און אלע חכמי הדורות, אינקלודינג די היינטיגע, אדער ער וויל איך זאל אליין אנקומען צו עם איך זאל עפענען מיינע אויגן און עם טרעפן דורך זיין וואונדערליכע בריאה, אדער דורך די בריאה וואס פייניגט יעדער וואס גייט עם אדורך, וואס? וואס? וואס?

פארוואס בינעך דא? אראפצוברענגען שכינה בתחתונים? אדער צו אויסרייניגן מיין גוף? און לאמיר שוין זאגן אז ער וויל איך זאל איינע פון זיי טון אדער עפעס אנדערש? פארוואס דארף איך עם פאלגן? אה, ער איז מיין יוצר און באס, האסט שוין אמאל געהערט א באס וואס דינגט א נייעם ארבעטער און ער לייגט עם אריין אין די פאבריק און זאגט עם 'פיגער אליין אויס וואס דו דארפסט טון', כ’מיין, קאם אן, און אפי’ ס’וועט זיין גאר קלוגע וואס וועלן יא אויספיגערן, און וואס איז מיט אלע אנדערע? איי ער האט געהייסן אונזערע זיידעס כ’ווייס וויפיל יאר צוריק וואס ער וויל, און אפשר נישט? גלייב! פארוואס עפעס, פאר וועלכע סיבה אין די וועלט זאל איך גלייבן אין א גלייבונג וואס צוימט מיר אויף טריט און שריט? לאזט מיר נישט טראכטן וואס איך וויל לאזט מיר נישט קוקן ווי איך וויל, לאזט מיר נישט רייכערן ווען איך וויל, לאזט נישט דאס לאז נישט יענץ, הייסט דאס און יענץ, טוה דאס טוה יענץ

און וואס האב איך צו טראכטן בכלל, ווי האט איינער געזאגט ס’דא גרויסע דענקער דא און דארט, וויפיל איי קיו האבעך בכלל צו האבן די זכי’ צו טראכטן, און אפי’ כ’וועל שוין יא טראכטן וועל איך דען צוקומען צו נייע השגות וואס די פריערדיגע זענען נישט אנגעקומען? וועל איך עפעס משיג זיין פריש? און אז איך טרעף יא עפעס וואס זעט אויס אין מיינע אויגן ווי א חידוש מיינסטו טאקע אז די פריערדיגע זענען נישט געקומען אויף דעם?

פארלאז דיך אויף די פריערדיגע גרויסע פון אונזער פאלק! און אפשר זאל איך מיך פארלאזן אויף די גרויסע דענקער וואס זענען נישט פון אונזער פאלק? און אפשר טאקע נישט ווייל אזוי מאך איך נישט קיין מסקנות אויף מיין אייגענע שכל צו אויסזוכן פון די ‘פרעמדע’ קלוגע ווער ס’געפעלט מיר, נאר פלעין נאכפאלגן מיינע רבי’ס

פארלאז נישט די וועגן פון דיינע עלטערן? ווטד"פ פארוואס עפעס נישט? מיינע עלטערן האבן אויך נישט ליב קאקע קאלע וועגן דעם זאל איך עס נישט טרינקען, כ’מיין יעדער טוט וואס ס’קוקט עם אויס גוט, ווער גאראנטירט מיך אז וואס מיינע עלטערן האבן געטון איז ריכטיג און קלוג? און ווייטער אפשר יא ווייל אזוי מאך איך נישט קיין החלטה איך לייג מיין שכל אין זייט ווי האט ער געזאגט איך בין א נאר און איך גלייב

און אפשר בין איך א בהמה און איך גלייב? אוי וואס וועט זיין דא? און ווער זאגט ס’דארף עפעס זיין אכול ושתה כי מחר נמות, און כאילו איך האב וואס צו עסן און צו טרינקען כאילו איך פארשטיי די הנאה פון עסן און טרינקען? מ’קען מיינען מ’עסט מ’טרינקט, און? מ’שלאפט, און?

אינטערטעימענט? וועלכע אינטערטעימענט איז שוין דא מאוויס? יודישע איז נישט אינטרעסאנט חוץ וואס כ’האב זיי שוין מסתם אלס געזען גוישע לאזט ער דאך נישט, איז וואס איז שוין יא דא צוטון, גיין שווימען נו גיימער ווי טרעף איך א פול, גיי ווייס? גיין צו די גוים? און בכלל ווער לאזט אינטערטעינען, מ’דארף דאך לערנען יומם ולילה, מילא אז מ’קען נישט לערנען אבער גיין אינטערטעינען סתם אזוי פארוואס נישט?

כ’דארף א קאר, אזוי וועל איך קענען גיין צום ים! אה! ביים ים, טעם גן עדן ממש
אקעי געקריגן א קאר, וואס’י יעצט? געווען ביים ים, שוין צוריק, געווען נאכאמאל, און נאכאמאל צוריק, ווי זאגט דער קלוגער שלמה גם זה הבל גם זה הבל גם זה הבל

דאן וואס איז יא די תכלית?

וואס טראכסטו אזויפיל, גיי ארבעטן וועסטו שוין נישט האבן אזויפיל צייט צו טראכטן! געגאנגען ארבעטן און? ווייטער גארנישט נאר געטראפן עקסעס צו ברייטערע ספיקות מוטשענישן רעגענישן און מחשבות , גם זה הבל!
און אפשר איז טראכטן אליין א תכלית, פאר א סיבה איז דאך דאס די חילוק צווישן דער מדבר און די חיה! ומותר האדם מן הבהמה – שכל! און אפשר האבן זיי יא שכל נאר זיי האבן פשוט נישט קיין מויל וואס זאל ארויסברענגען זייער מחשבה? אויב האבן זיי יא שכל, האבן זיי אויך די זעלבע פראבלעמען וואס איך האב? אה ענדליך געטראפן א אח לצרה! כאטש דאס, איך גלייב נאר נישט אז כ’וועל זיך קענען דורכרעדן מיט זיי, זיי וועלן מיר פארטרייבן ווי די שווארצע פעפער וואקסט איך בין דאך פון די וואס מארדן פון זיינע ברודערס תמידים כסדרן אנ’ע רחמנות
שוין גייט מיר נישט אן כ’על קוקן וואס יעדער טוט און אזוי וועל איך טון, אבער יעדער טוט דאך עפעס אנדערש, על איך טון ווי מיינע עלטערן, אבער מיינע עלטערן האבן דאך נישט קיין אינטערנעט, און נאך אפאר זאכן וואס זיי האבן נישט און איך יא, שוין איך וועל טון כמעט אזוי ווי זיי


האסט א אנדער וועג פאר מיר??


און פארוואס ברענג איך קינדער אויף אזא וועלט? ווייל אזוי האבן מיינע עלטערן געטון, נו, האסט דען נישט צער אויף דעם וואס זיי האבן זיך באהאפטן און דיר אראפגעברעגנט, וואס האט דיר געפעלט פארדעם? וואס פארא גליק האסטו שוין געטראפן דא אויף די וועלט?
און מיינע קינדער? וואס וועלן זיי טון? זיי וועלן אויך טון וואס זייערע עלטערן – דאס מיינט מיך, איא? - האבן געטון, אה? דאס הייסט חוזק געמאכט פון די בריאה
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

אביסל קלארערע מחשבות ביום ממחרת

שליחה דורך כספי »

איז אזוי, נאכן שרייבן נעכטן אזוינע שאקלנדע ווערטער, דארף איך מיך אביסל צאמנעמען, איז לאמיר זאגן אזוי, מיין לעבנס-שטייגער באשטייט ביזדערווייל ביז דער פון אויבן וועט מיר באלייכטן אין א געוויסע בחינה אויף 'סטאטוס-קווא', דאס הייסט אפילו לו יצוייר אז ס'איז דא קושיות און שאלות אין מיין גלויבונג, זעה איך אבער נישט עפעס אנדערש וואס זאל זיין בעסער ווי דאס, פארשטייט זיך איך האב נישט דורכגעזוכט אלע רעליגיעס פון די וועלט, אבער וויפיל איך האב אנגעיאגט אין מיין קורצן לעבן און נאך קורצערע לעבן אנליין צו זען טרעף איך נישט עפעס בעסער.
און לאמיר גיין צושטאטליך, דאס קען מען זאגן כמעט זיכער אז די וועלט האט א תכלית, ווי מורנו ורבנו ונבנתה זאגט דא:
ונבנתה העיר האט געשריבן: א. לאגיק זאגט אז עס איז דא א גאט וואס האט מחדש געווען יש מאין, דאס איז – אין מיין לאגיק – די מערסטע מסתבר [וויפיהל עס איז שייך 'מסתבר' אין אזא זאך], און כ'מיין אז עס איז בכלל נישט דא [דערווייל] אן אנדערע טעאריע ווי אזוי עס איז געווארן יש מאין.

ב. מיין לאגיק זאגט מיר אז ער וויל עפעס מיט די בריאה, דער צד איז מיר מער מסתבר ווי צו זאגן אז ער איז פשוט געווען לאנגווייליג איין טאג און האט באשאפן א בריאה פאר גארנישט און נישט וואו דער עולם זאל שעלטן דעם טאג וואס האט זיי געבוירן.
און אפי' לאגיק וועט מיר נישט זאגן אינגאנצן אזוי, געבט מיר אבער די אנדערע אפציע גארנישט אז איך זאל מיך רעכענען מיט דעם, דאס הייסט אפי' כ'וועל אנעמען עוואלושן ע"פ אפיקורסות, אדער אנדערע שיטה וואס איז שולל א בורא ונברא, וועט מיר אויך גארנישט געשען אויב כ'וועל פאלגן א ג-ט, אויסער אביסל צאמליידן מיינע יארן אויף דעם וועלט, מיטן נישט טארן טון דאס און יענץ, קיין גרויס עוה"ז טרעף איך מילא נישט (ווי געשריבן נעכטן), און ס'מוז בכלל בכלל נישט זיין אויב כ'וועל מיך אריינלייגן אין עוה"ז וועל איך עס טרעפן, וויפיל מענטשן גייען אדורך יסורי איוב כל ימי חייהם (וויפיל יסורים בין איך אליין שוין אדורך מיום היולדי ועד היום הזה?), משא"כ מיט די געטליכע מהלך אויב נוץ איך נישט אויס די יארן דא עם צו דינען, האב איך אנגעוואוירן די אפציע וואס ער האט מיר געגעבן, צו ווערן נאנט צו עם 'לעבן חיי נצח', און בכלל מתקן זיין די וועלט במלכותו, און אזוי ווי ביידע זייטן זעהן מיר כרגע נישט אויס מוכרח, לוינט זיך מיר ענדערש גיין מיט די געטליכע מהלך, כמובן.

נעקסט, וויפיל קושיות ס'וועלן זיין אויף די יודישע גלויבונג, איז דאך אויך דא אויף די אנדערע גלויבונגען פונקט אזוי אדער נאכמער, און ווי געשריבן נעכטן אויף אלע זייטן איז דא גרויסע דענקערס, כ'זעה נישט ס'זאל זיין א מהלך וואס זאל נישט זיין קיין קושיות אויף דעם, די בעסטע תירוץ אויף די סארט קושיות מוז זיין אז ס'איז העכער פון דיין פארשטאנד, למשל די אנפאנג פון די וועלט וואס מוטשעט יעדער וואס פאנגט נאר אן אביסל צו טראכטן (און אין די סטעידש שטיי איך יעצט), אויב זאגסטו אז ס'איז העכער פון דיין פארשטאנד ווייל ס'איז געטליך און דו קענסט נישט פארשטיין געטליכקייט (פונקט ווי דו קענסט נישט פרעגן וועלכע טעם האט די קאליר בלוי, קענסטו נישט פרעגן ווער האט באשאפן ג-ט, אדער וואס איז געווען פאר ג-ט האט באשאפן די וועלט [קרעדיט י"וו]), דעמאלטס שטיי איך גוט, איך קען נישט פרעגן נאך קושיות ווייל דא ענדיגט זיך אויטאמאטיש אלע שאלות, אבער אויב זאגסטו אז מ'קען עס יא פארשטיין מיט שכל אנוש דורך (למשל) עוועלושן, אויב אזוי מוז איך עס פארשטיין ריכטיג, אויב אזוי ווי האט זיך אלעס אנגעפאנגען? און פארדעם? און פארדעם? און פארדעם? און ס'טאקע דא אנדערע קושיות וואס וועלן פאדערן אמונה פון מיר, אבער איינמאל דו לייגסט אראפ די הנחה אז ס'איז דא אזא זאך ווי געטליך האסטו זיך איינגעשפארט רוב קושיות און שאלות (ענליך ווי ר' נחמן האט זיך פארזיכערט לעולם ועד מיט 'מניעות'...), אלזא איך בין טאקע נישט הונדערט פראצענט זיכער מיט וואס איך טוה, אבער אזוי ווי עפעס אנדערש האב איך נישט געטראפן בלייב איך דא, ביז דער פון אויבן וועט מיר אריינשיינען די תירוץ אויפן פשוט'ן שאלה 'מה חובתי בעולמי'
די שאלה וואס מוטשעט מיר 'אויב וואלסטו נישט געבוירן געווארן אלס איד, וואלסטו אויך געבליבן דארט וואו דו ביזט געבוירן'? זעט מיר ביזדערווייל אויס אז יא.
די זעלבע פיר איך מיך אין די פראקציעס וואס פארעמען אויס די אידישע פאלק, און די פראקציע וואס איך בין געבוירן גיי איך ווייטער, נישט אזוי ווייט אז איך האב איינגעזען אז די מהלך איז גערעכט, און נישט ווייל איך זעה נישט די פראבלעמען און די קושיות אויף די מהלך, נאר ווייל אנדערע מהלכים זעה איך די פראבלעמען און די קושיות, פארוואס זאל איך זיין א מחליף פרה וחמור? ווען אין יעדע פראקציע זעה איך זיינע פראבלעמען, און אויב כ'וועל אמאל טון אנדערש ווי מיין סביבה איז עס ווייל מיין יצה"ר איז גענוג שטארק מיך צו איבערעדן, אבער להדיא נישט ווייל איך האלט אז דאס וואס איך טוה איז ריכטיג, איין משל איז טאקע די נוץ פון אינטערנעט, וואס אין מיין קרייז איז עס אפגעפרעגט (עכ"פ נישט לצורך פרנסה וכדו', מיט א שוואכן פילטער זיכער) און איך נוץ עס יא, נישט ווייל איך האב א מהלך אז אינטערנעט איז ריכטיג ווי סאך אנדערע דא אין שטיבל, נאר ווייל דאס איז קאנוויענט, ווען נישט אינטערנעט וואלט איך לכאו' זיך נישט ארומגעדרייט מיט די אלע מוטשענישן וואס כ'האב אפגעשריבן נעכטן, איי אפשר איז עס טאקע יא גוט, זיך ארומדרייען מיט די אלע מוטשענישן און אזוי אנקומען צו ג-ט ב"ה (אמן) פון מיין אייגענע שכל און מהלך, קען טאקע זיין, אבער פון די צווייטע זייט פארשטיי איך אויך אז אפשר לוינט זיך בכלל נישט אינטערנעט און בלייבן מיט די אמונה פון קינדערגארטן, בקיצור ביידע זייטן זעה איך די מעלות און חסרונות (און אזוי איז נאך נושאים, כ'האב עס נאר אנגעכאפט אלס דוגמא), סוי כאטשיג אין מיין פריוואטע לעבן וועל איך טון וואס איז פאר מיר קאנוויענט (כ'רעד יעצט פון לעבן אין אידישקייט, נישט אידישקייט איטסעלף), אבער כ'וועל מחנך זיין מיינע קינדער אויף די מהלך ווי איך בין געווארן אויפגעצויגן ווייל איך זעה פשוט נישט עפעס בעסערס
ס'קען טאקע זיין אז דאס אליין קומט אויך פון קאנוויענטס נישט צו דארפן אדורכגיין די יסורי הגו"נ פון טוישן מהלכים, אדער נאך ערגער פון נישט קענען אנעמען קיין באשלוסן אין לעבן, אבער דאס איז מיין תשובה צו מיין נעכטיגע אויסברוך

נאר איין זאך בין איך נישט אינגאנצן קלאר, לויט ווי ס'קוקט מיר אויס וואלטן אידן עובדי ד' וואס זארגן זיך פאר זייער נשמה, געדארפט אדורכגיין גאנץ גאגל מיט בינג און אלע סוירטש ענדזשינס, אויסזוכן אלע גלויבנס און זען אפשר איז דא א גלויבן וואס איז מער אמת ווי די אידישע, וואס הייסט? מ'רעדט דאך דא פון דיין חיי נצח? וואס ביזטו אזוי זיכער אז די מהלך וואס דו גייסט איז די ריכטיגע מהלך, און אפשר איז דא איינס בעסער?
אביסל קען איך טראכטן אז מ'פארלאזט זיך אויף די פריערדיגע וואס האבן עס שוין דורכגעטון, און אזוי ווי איך וואלט מיך אויך פארלאזט מיט מיין לעבן אויף די פריערדיגע (ווי למשל מיינע עלטערן, און זיי אויף זייערע וכו') קען איך מיך אויך פארלאזן מיט מיין לעבנס מהלך אויף זיי, אבל עדיין אינו מספיק
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

כספי האט געשריבן:איז אזוי, נאכן שרייבן נעכטן אזוינע שאקלנדע ווערטער, דארף איך מיך אביסל צאמנעמען, איז לאמיר זאגן אזוי, מיין לעבנס-שטייגער באשטייט ביזדערווייל ביז דער פון אויבן וועט מיר באלייכטן אין א געוויסע בחינה אויף 'סטאטוס-קווא', דאס הייסט אפילו לו יצוייר אז ס'איז דא קושיות און שאלות אין מיין גלויבונג, זעה איך אבער נישט עפעס אנדערש וואס זאל זיין בעסער ווי דאס, פארשטייט זיך איך האב נישט דורכגעזוכט אלע רעליגיעס פון די וועלט, אבער וויפיל איך האב אנגעיאגט אין מיין קורצן לעבן און נאך קורצערע לעבן אנליין צו זען טרעף איך נישט עפעס בעסער.
און לאמיר גיין צושטאטליך, דאס קען מען זאגן כמעט זיכער אז די וועלט האט א תכלית, ווי מורנו ורבנו ונבנתה זאגט דא:
ונבנתה העיר האט געשריבן: א. לאגיק זאגט אז עס איז דא א גאט וואס האט מחדש געווען יש מאין, דאס איז – אין מיין לאגיק – די מערסטע מסתבר [וויפיהל עס איז שייך 'מסתבר' אין אזא זאך], און כ'מיין אז עס איז בכלל נישט דא [דערווייל] אן אנדערע טעאריע ווי אזוי עס איז געווארן יש מאין.

ב. מיין לאגיק זאגט מיר אז ער וויל עפעס מיט די בריאה, דער צד איז מיר מער מסתבר ווי צו זאגן אז ער איז פשוט געווען לאנגווייליג איין טאג און האט באשאפן א בריאה פאר גארנישט און נישט וואו דער עולם זאל שעלטן דעם טאג וואס האט זיי געבוירן.
איך וויל מיך אויפן מינוט נישט דינגען אויף די ערשטע, ווייל עס איז א קאמפליצירטע נושא. אבער די צווייטע הנחה פארשטיי איך בכלל נישט, פארוואס איז זיכער אז ער וויל עפעס? מאכט בכלל סענס אז א כל יכול זאל עפעס וועלן? וועלן איז אייביג דא אנצופילן א Void, וויאזוי איז דאס שייך ביי א כל יכול און כליל המעלות?
און אויב וויל ער יא וואס וויל ער? מאכט סענס ער זאל וועלן פארשווערן די לעבן מיט נסיונות וכדו'? דיינע הנחות ברענגען אונז נישט ווייטער ווי Philosophical theism
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

שטארקע דיבורים! ייש"כ!

עס קומט מיר פאר, און ווי @סקעפטיקער איז מער מבאר, אז דאס איז געבויט (בפרט די ערשטע תגובה) אויף א הנחה פון דעם אז ס'איז דא א "תכלית" להבריאה. און ווי איך ברענג צו פונעם רמב"ם ואברבנאל, איז טאקע דאס דאס וואס איז גורם א חלק פונעם תלונה פונעם פראבלעם פון שלעכטס, בפרט טאמער איז עס דער מענטש וואס איז די תכלית. ולכן איז, ווי איך שרייב דארט, דאס די טעמע טאקע פון מיין פערטע ארטיקל אין מיין סעריע על הרעות. אין קורצן, עס איז טאקע נישט מוכרח, ואפילו פון א טעאיסטישן מבט ווי @סקעפטיקער ברענגט ארויס, אז עס איז דא א תכלית (וואס אונז רופן מיר די ווארט "תכלית") להבריאה.

די צווייטע תגובה, קומט מיר פאר ווי א שילוב פון צוויי זאכן וואס זענען יעדעס איינע אליינס א שילוב פון צוויי. די ערשטע איז א שילוב פון די באקאנטע פּאַסקאַל'ס געוועט מיט די פירכא דערויף פון די ארגומענט פון אינקאנסיסטענט רעוועלעישאנס, אז אנדערע רעליגיעס האבן זייערע רעוועלעישאן און קלעימס וואס זענען בניגוד צו מיינע, און אפשר דארף איך וועטן מיט זיי? נאר אז איינס איז טאקע מבטל די צווייטע, פון אַן "אָננעמען" מבט, און איך פשוט בלייב און וועט וואו איך בין שוין מעיקרא אלס שטאטוס קוואָ.

די צווייטע שילוב איז דעם געדאנק אז מ'באטראכט (און מאכט) א "תכלית" ממבטינו. וואס דאס קען זיין א שילוב פונעם אברבנאל און, להבדיל, אטעאיסטן. מיינענדיג, די שילוב איז אז מ'קען אנערקענען אז דאס וואס איז ממבטינו התכלית איז טאקע ל"ד באמת אזוי אלס אַן אנטאלאגישע ריעליסט מציאות און עס איז טאקע ל"ד מיינד-אינדעפּענדענט, אבער דאס האט פארט א ווערט ווייל "איך/אונז" געבט דאס ווערט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

אינעם ערשטן מאמר האסטו מיר דערמאנט מיינע אינטערפרעטעישאנס פון ספר קהלת! דו צייכנסט אפי' צו די ווערטער 'הכל הבל' וכו.
איך קוק עס אן ווי נוטרעלייזען פילאסאפיע, ארויסנעמען די לופט פון אלע רעדער אויף וואס אונזער מח פארט. טרעפן טרעפט מען זיך טאקע מיט אזא פלאכן פלאטשקע אויפן נאקעטן ערד, גארנישט מיינט נישט גארנישט און אלעס מיינט אלעס, 'קום צוריק ווען איך בין קלאר' - סטיל...
עס לאזט אונז איבער ביים פילאסאפישן דיפאולט אז גארנישט איז נישט קראנט און מ'קען אויף גארנישט בויען - ניטאמאל דארף מען לעבן.

די צווייטע איז נוטרעלייזען פסיכאלאגיע, וועלכע צושטערט אלע סיבות און דראנגען פארוואס מיר זאלן אננעמען געוויסע החלטות, וואו מ'טרעפט זיך פונקט אין די פלאץ ווי מען איז, אן קיין דרייוו אדער סיבה צו זיין אנדערש.
די פסיכאלאגישע דיפאולט איז אז ''ס'לעבט זיך'' טאקע אן קיינע צילן, אבער אלעס לויפט געהעריג.

די קאנטראסט צווישן פילאסאפיע און פסיכאלאגיע, ובעיקר ביי זייערע שורש-דיפאולט, איז א נושא איבער וועלכע איך האב נישט דערווייל געטראפן קיין חומר (לא יגעת ולא מצאת...) אבער עס פארלאזט נישט מיינע מחשבות (-פילאזאפיע) און געפילן (-פסיכאלאגיע) פאר קיין רגע..
עס ברענגט ארויס די חמר-גמל חלק פונעם מענטש ווי מיט געפיל פארן זאכן גוט ביז מ'טראכט און ווען מ'טראכט דארף גארנישט פארן - ביז מ'פילט... וחוזר חלילה.

עס שיינט ווי איינער פון די סודות הבריאה, אדער זאגאר די עומק פון 'קאנשעסנעס'...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

כספי האט געשריבן:
נאר איין זאך בין איך נישט אינגאנצן קלאר, לויט ווי ס'קוקט מיר אויס וואלטן אידן עובדי ד' וואס זארגן זיך פאר זייער נשמה, געדארפט אדורכגיין גאנץ גאגל מיט בינג און אלע סוירטש ענדזשינס, אויסזוכן אלע גלויבנס און זען אפשר איז דא א גלויבן וואס איז מער אמת ווי די אידישע, וואס הייסט? מ'רעדט דאך דא פון דיין חיי נצח? וואס ביזטו אזוי זיכער אז די מהלך וואס דו גייסט איז די ריכטיגע מהלך, און אפשר איז דא איינס בעסער?
אביסל קען איך טראכטן אז מ'פארלאזט זיך אויף די פריערדיגע וואס האבן עס שוין דורכגעטון, און אזוי ווי איך וואלט מיך אויך פארלאזט מיט מיין לעבן אויף די פריערדיגע (ווי למשל מיינע עלטערן, און זיי אויף זייערע וכו') קען איך מיך אויך פארלאזן מיט מיין לעבנס מהלך אויף זיי, אבל עדיין אינו מספיק
דיינע מחשבות זענען מיר זייער אינטערסאנט ווייל איך אידענטיפיי מיך מיט אסאך פון זיי

איך כאפ מיר נאר ארויף אויף איין שורה, וועגן זיך פארלאזן אויף פריערדיגע, פארוואס ווילסטו זיך פארלאזן אויף די פריערדיגע? ווייל דו האסט נישט קיין כוח דורכצוגיין גאנץ גוגל איז דיר גרינגער זיך צו פארלאזן אויף דיין טאטע, ס'קען אבער זיין אז דיין טאטע מאכט די זעלבע חשבון און ער פארלאזט זיך אויף זיין טאטע, און זיין טאטע אויף זיין טאטע אזוי ביז ארויף, סאו אויף וועם פארלאזטו זיך? ס'קען זיין אז ס'גייט ארויף ארויף ביז עפעס א זיידע א שטאקיגע נער וואס האט זיך פארלאזט אויף עפעס א מענדעלע וויזשניצער אדער א אליעזר בערלאנד פון דעמאלטס, און פון דארט איז די המשכה אראפ ביז דיר, און יעצט זאגסטו אז דו פארלאזט זיך אויף פריערדיגע.

א שטיקל ראיה לדבר איז די אלע צוגעקומענע זאכן צו אידישקייט וואס מ'קען זעהן אז ס'איז געבויעט אויף לופט און ס'האלט אינמיטן ווערן א תורה שלימה, ווען דיינע אייניקלעך גייען זיך ווינדערן פארוואס ס'איז דא א עקסטערע ליניע אין אלע געשעפטן עקסטער פאר מענער און עקסטער פאר פרויען, וועלן זיי טראכטן איך ווייס נישט וואס איז פשט דערפון אבער אונז פארלאזן זיך אויף די פריערדיגע, דו וועסט זיין א אלטע זיידע אין א וויעלטשעיר וועסט קענען שרייען איך געדענק ווען די משוגעת האט זיך אנגעהויבן אבער מ'וועט דיך מסתם אויסלאכן, א אלטע באם פון קאווע שטיבל...
פארשפארט