עקסערסייז - איבונגען ביים חסידישן עולם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

עקסערסייז - איבונגען ביים חסידישן עולם

שליחה דורך אייניקעל »

עס איז נישט קיין סוד פאר די מענטשהייט אז צו זיין געזונט און לעבן לאנגע קוואליטי יארן דארף א מענטש זיך ריקן די מוסקלען, ארויפריקן דאס הארץ ראטע, און אריינברענגן מער אקסידזשען אינעם גוף
א sedentary lifestyle איז זייער נישט גוט פאר די גוף צעלן וואס דארפן זיך כסדר ריקן און אויסציען כדי צו זיין אינעם בעסטען צורה

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם איז א יסוד אין יידישקייט וואס נעמט אריין אין זיך עקסערסייז - איבונגען אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט: "הואיל והוויית הגוף בריא ושלם, מדרכי ה' הוא, שהרי אי אפשר שיבין או יידע, והוא חולה--צריך אדם להרחיק עצמו מדברים המאבדין את הגוף, ולהנהיג עצמו בדברים המברים המחלימים וכו' ; ועוד כלל אחר אמרו בבריאת הגוף: כל זמן שאדם מתעמל ויגע הרבה ואינו שבע, ומעיו רפים--אין חולי בא עליו וכוחו מתחזק, ואפילו אכל מאכלות הרעים; וכל מי שהוא יושב לבטח ואינו מתעמל, או מי שמשהה נקביו או מי שמעיו קשים--אפילו אכל מאכלות טובים ושמר עצמו על פי הרפואה, כל ימיו יהיו מכאובים וכוחו תשש" ובתרגום ליודיש: 'וויבאלד דאס אז דער גוף זאל זיין געזונט און גאנץ איז פון גאט'ס וועגן, ווייל עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין אדער וויסן, און ער איז קראנק - דערפאר דארף א מענטש זיך דערווייטערן פון זאכן וואס פארניכטן דעם גוף, און זיך פירן אין די זאכן וואס היילן וכו'; און נאך א כלל האבן זיי געזאגט בבריאות הגוף: אזוי לאנג ווי א מענטש מאכט איבונגען און רירט זיך אסאך און איז נישט איבערגעגעסן, און די געדערעם איז לייכט - קומט אויף אים נישט קיין מחלה און זיין כוח ווערט געשטארקט, אפילו ער עסט שלעכטע עסענווארג; אבער דער, װאָס זיצט רואיג און מאכט נישט קיין איבונגען, אָדער דער װאָס גייט נישט אין ביה"כ געהעריג, אָדער װאָס זײַן געדערעם איז שװער, אַפילו אַז ער עסט גוטע מאכלים און היט זיך אַזױ װי דער רפואה, װעלן אַלע זײַנע טעג זײַן מיט פּײַן, און זײַן כּוח װעט פֿאַרלאָזט ווערן.'

אפילו סתם זיך וואשן דעם גוף האט הלל הזקן געזעהן אלץ א מצוה וכל שכן וקל וחומר צו פארבעסערן דאס עצם גוף וואס איז דער האלטער פונעם נשמה איז דאך זיכער גאר הייליג.

מיין שאלה איז וואס טוט דער היימישער חסידישער עולם לגבי עקסערסייז - איבונגען? צו איז דאס בכלל אן ארטיקל?
ארבעט מען זיך אויס אינדערהיים? צוזאמען מיט אנדערע?
אין א כשר'ע GYM (איז בכלל דא אזא זאך?) ? אין א אלגעמיינע GYM?
מען לויפט אויף די גאסן? מען בייקט אויף די גאסן?

ווילאנג מען איז 20-30 יאר אלט קען מען נאך אדורכשטופן אן עקסערסייז אבער ווי עלטער א טאג מען ווערט, אלץ שווערער ווערט דאס גוף הקדוש ווען מען נעמט דערפון נישט קעיר ווי עס פאסט זיך

לאמיר הערן די עקספיריענס פונעם עולם, און מיטטיילען געדאנקען וויאזוי מען קען פארבעסערן דאס קוואליטעט פונעם לעבן

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר