רבי'שע פאליטיק. איז עס טאקע אזוי אינטרעסאנט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2577 מאל

רבי'שע פאליטיק. איז עס טאקע אזוי אינטרעסאנט?

שליחה דורך אלפא »

יענקל מילער זאגט אלס פאר ער הייבט אן רעדן איבער 'שוויגערס', אז עס איז נישט קיין שיינע זאך באמת צו רעדן פון שויגערס - עס זענען דא אסאך שענערע זאכן ווי שוויגערס..

ועל של עתה באתי,
עס טוט זיך א קאכענעיש אינעם אשכול ''די נייע רחמסטריווקע אדמו"רים'' יעדעס מאל מ'ריפרעשט דעם 'אקטיווע אשכולות' קנעפל שיינט פון פריש דעם אראנדזשן אייקאן, די עולם איז ערענסט פארנומען ווער, ווען, און וואו, די פאליטיק וועט זיך אויסקאכן.
וואס איך בין אבער באמת נייגעריג, איז דא דא עפעס וואס איך פארזע אז מיר אינטרעסירט עס נישט? כ'מיין עס איז די מערסט אקטיווע אשכול דא אין די לעצטע צוויי וואכן,
ביי מיר זענען רבי'ס קיינמאל נישט געווען קייין 'שיינע זאך' צו רעדן פון, אבער אזוי אויסצוקייען מאכט מיר שוין פילן אביסל פאני.

נאך איינער פילט וואס איך זאג?
קען מיר איינער אפשר מסביר זיין די געשמאק?

למעשה מיין קאווע געטרינקעכטס דא אין שטיבל איז מיט א געוויסע זין פאראויס צו גיין פון דעם 'סיסטעם', נישט צוריקצוקוקן און אנאלאזירן יעדער מיינאר טויש דערין?!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר