יא! האסט מיר פארכאפט..!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חמול על מעשיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 05, 2022 11:08 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

יא! האסט מיר פארכאפט..!

שליחה דורך חמול על מעשיך »

יא איך בין פארכאפט חמול איז פארכאפט רייסט איין!!!

נישט עקשאלי יעצט פארכפט אין בין געווען פארכאפט… אין פאר די הייבסט אהן מאכען א סעודת הודעה ס’גווען ממש נאר פאר א פיצי וויילע ממש א סקונדע.

ווי, וואס, ווען, קום אריין קלאר…

איז אזוי דער פארכאפער איז אזא איך וועל עם אנריפען טיפקל, יא יא א טיפקל אינגערמאן פון עם רעדט מען, נישט פון א בארבארישע יאנוש אדער מאפינערישע דזעק נאר אזא טיפעקל וויליאמסבורג’ער אינגערמאן בקיצור טיפעקל שלום בית, טיפעקל פרנסה, טיפקל שידוך, וואס נאך..? טיפעקל גיי זיי מסביר וואס טיפעקל איז…

ער וואוינט גלייך לעבן מיר נישט אין מיין בילדינג אפי’ נישט אויף מיין גאס נאר ווי דען? נו לאמיר הערן… קעגען איבער ממש קעגען איבער! נישט פינקטלעך ווייל ער איז איין שטאק ארויף פון מיר…

יעצט אז מיר ווייסן ווער דער פארכאפער איז לאמיך ענק פארשטעלען ווער די וויקטם איז די וויקטים בין איך חמול! שטייטזיך אבער ווער איז חמול שווער צו מיך מגדיר זיין, אין איין ווארט איך בין דפרינט! יא דפרינט! ס’נישט מעגליך מיר צו קאטגאזירן אזש די וויליאמסבורגער באבעס האבען זיך געזעצט אויף א אמערדזענסי קאנפרענס צו מיך קאטאגאזירן אין זיי האבען נישט געקענט… נישט מיין לבוש שומט מיט מיין קאריער, אין נישט מיין יוחס שטימט מיט מיין עדעטאט… אא”וו

[ איך וויל נישט אריינגיין אין דעם אפשער אין א צווייטע גלעגענהייט אבער לכבוד דעם בין איך טאקע געבליבען מיט מיין יאמנטערישע רעכטען ווייל איך בין געבליבען חמול מיך אליינס נישט סתם עפעס א (נאמבער) קאטעגאריע]

יעצט אז די ביסט קלאר אין די כאראקטארן (כ’האף אזוי) לאמיר צוגיין צום קריי”ם סי”ן…



~~~



אונגעהויבען האט זיך עס דער וואך מאנטאג ווען די פליגען זענען צוריק געקומען פון קאנטרי איך ווייס נישט ווי אזוי די חברה מאכען עס אין די פארסראכטע באנגעלוי אבער סא”ם האו”י קומען זיי יעדעס יאר צוריק מיט מער ווי מען איז געגאנגען… וד”ל

ס’איז געווען שיין שטיקעג די געשמאקע יאמדעטי שטראלען האבען זיך אריינגעזאפט אין די רבינו תם’ס, אין פון צופרי זעי איך ווי דער טיפקל טרייט צו זען ווער איז דער נייע שכן אנטקעגן איבער אבער ווי פריער גערעדט איז ער א שטאק העכער סא דעיס איז שוין געווען א פלאס פאר מיר ווייל איך קען ארויפקוקען פון די ווינדא”ו שעי”ד שפאלטען אין ער נישט…

לאמיר גיין צום ענין איך וואק ארויס ער וואקט ארויס מיט אזא באהלטנע סקענער געט ער מיר א סקען דארוך פון קאפ ביז פיס אזוי וואקענדיג מיר אין מיין וועלטל אין איך הייב אהן באמערקן אז דער שונא איז דא יא איך געב א דריי אויס די קאפ…

אין דא איז עס געקומען געכאפט ער האט מיך געכאפט…

איך האב מיך געגעבן א דריי צוריק די קאפ ווי כאילו איך האב גארנישט באמערקט, ווי כאילו עס גייט מיך נישט אהן אז איינער קוקט אויף מיר, כאילו כ’בין בכלל נישט אינטרעסירט מיט וואס ער טראכט אויף מיר, אבער עס איז שוין צו שפעט איך בין א פארכאפטער…

יא יא א פארכאפטער פאר א פיצקלע טראפקלע סעקונדע בין איך גווען פארכאפט אין זיין סקעמער… כ’מיין סקענער…



~~~



יעצט צו מיין טייערע ליבע שכן מר’ טיפעקל איך בין טאקע געווען פארכאפט אין דיין סקעם פאר א סקונדע אבער דאס מיינט נישט אז דו האסט מיך, איך בין שוין לאנג אוועק פון דיין טראמא אין קומענדיגס מאל גיי איך מיך נישט לאזן פון דיר, איך ווייס נישט וואס מיין סטראטעגיע גייט זיין, אדער גיי איך דיר אריינקוקען אין פרצוף אזש זאלסט דיך דערמאנען פון די צורה פון דיין באבע, אדער גיי איך בכלל נישט קוקן דיין וועג, צו אפשר וועט די אלמעכטיגער גאט מיר געבן א פרישען טא”ל צו זיך פריווענטען פון דיין וויילענס, אין זאך איך גיי מער נישט פאלן פאר דיין סקענער, ניין..!


Sent from my SM-T978U using Tapatalk
זיי לאכן פון מיר ווייל איך בין נישט ווי זיי...
איך לאך פון זיי ווייל זיי זענען אלע די זעלבע...

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר