יצמחו השמים ותגל הארץ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5933 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5765 מאל

יצמחו השמים ותגל הארץ

שליחה דורך וואלווי »

ידידנו @חדשים האט מציע געווען דא צו פארברייטערן די נושא פון עקספעריענס אויף סייקאדעליקס און (אפשר אויך) קאנאביס, וז"ל:
חדשים האט געשריבן:חדשים שלאגט פאר א הצעה, צו עפענען א נייע אפטיילונג פאר אלעס ארום סייקעדעליקס והמסתעף. עס לאזט זיך שפעקולירן אז עס גייט זיין אסאך וואס צו שרייבן דערויף, ובפרט וויאזוי דאס גייט זיך אנטוויקלען אין די היימישע לאגער און די מערכות ארום דעם.והעיקר, עס זאל זיין א מקום מיוחד צו שרייבן געדאנקען וואס מען זעט/פיעלט/שפירט/חלומ’ט/עקספיריענסט בשעת מעשה.

הנני מביא את עבדי צמ”ח.
געשמאקע און פראקטישע הצעה.

בעצם איז דא עטליכע אשכולות סיי וועגען קאנאביס, און סיי וועגען סייקאדעלעקס. א באזונדערע אפטיילונג פאר דעם אליינס איז א געדאנק.

אבער ביז ס'ווערט געמאכט אזא אפטיילונג, וואלט שוין געווען א ניץ פאר אן אשכול וואס איז נאך נישט דא, דהיינו אן אשכול מיוחד צו שרייבן פון די עקספיריענס גופא, אדער געדאנקען און רילייזעישאנס וואס קומען ארויף בשעת די טריפ. אזוי אויך, פאר די בעד און נגד, סיי בינינו, און סיי וואס די ברייטע חרדישע וועלט האלט, זאל זיין א באזונדערע אשכול.

-----------

בעצם זענען קאנאביס און סייקאדעליקס צוויי אנדערע טריפס, איבערהויפט איז סייקאדעליקס טיפער, לענגער, און מער טעראפיוטיק. אין סייקאדעליקס אליינס זענען אויך דא פארשידענע סארטן. די געדאנק פון באשרייבן עקספיריענס איז א ספעציעלע אויפטו נאר אויב משרייבט נישט דראמאטיש, און אויך נישט צו שטארק שרייבעריש. ס'איז אזוי אויך שווער מסביר זיין פאר איינער וואס האט דאס נאכנישט פראבירט, ממילא איז בעסער צו ארויסלאזן די ארום, ווייל ס'קען נאך שווערער מאכן אויב דער לייענער וועט נישט קלאר זיין וואס די עקספעריענס איז. ס'וועט נישט זיין א תועלת סיי פארן שרייבער און סיי פארן לייענער, אויב די איבעריגע דראמא פארנעפלט די עקספיריענס פון די פארשידענארטיגע סארט סחורה וואס מ'נעמט, אויב מ'בלייבט סטאק מיט די חצונית'דיגע חלק דערפון.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר