די גמרא אין מגילה (דף כ"ג עמוד א) זאגט:
ד. ה. יעדער קען ווערן גערעכנט פאר די זיבן עולים (די זיבן עליות ביים שבת'דיגן לייענען). אפילו א קליין קינד, און אפילו א פרוי. אבער חכמים האבן מתקן געווען אז א פרוי זאל נישט צוליב דעם כבוד פונעם ציבור.הכל עולין למנין שבעה ואפילו קטן ואפילו אשה אבל אמרו חכמים אשה לא תקרא בתורה מפני כבוד צבור.
פארוואס איז נישט קיין כבוד פארן ציבור אז א פרוי זאל לייענען?
אז איינער לייענט די ווערטער פון די ברייתא מיט פונקטליכקייט, וועט גלייך זעהן אז עס איז דא א שטיקל טויש אינעם שפראך, אנהייב רעדט מען פון "עולה זיין" און דערנאך שטייט "לא תקרא בתורה" - זי זאל נישט לייענען. עס איז דא א חילוק פון עולה זיין און לייענען.
ווי באקאנט, אין די צייטן פון חז"ל איז געווען דער סדר אז דער וואס האט עולה געווען האט געלייענט אין די תורה. דעריבער רעדט מען דא פון דעם אז די פרוי זאל לייענען די חלק פון די תורה ביי איהר עליה.
די ראשונים ערקלערן דעם ענין פון כבוד הציבור, אז עס איז נישט קיין כבוד אז קיינער פון די מענער זאל נישט קענען לייענען און זיי זאלן דארפן צוקומען צו א פרוי זאל זיי דארפן מוציא זיין. דער דאזיגער ערקלערונג שטימט זייער גוט מיט אן אנדערע גמרא (ברכות כ ע"ב) וואס נוצט זייער אן ענליכע אויסדרוק לגבי די שאלה צו א פרוי קען מוציא זיין מענער מיט ברכות.
עס איז קלאר פון די גמרא אז בעצם איז נישטא קיין שום הלכה'דיגע אפהאלט אז א פרוי זאל עולה זיין צו די תורה, עס איז נאר דא א טעכנישע פראבלעם פון כבוד הציבור. עס איז שוין פארגאסן געווארן אסאך טינט צווישן די אלטע פוסקים צו דער ציבור קען מוחל זיין אויף זייער כבוד. אבער אין יעדנס פאל - היינטיגע צייטן ווען מיר פיהרן זיך נישט אז דער וואס באקומט די עליה זאל לייענען אין די תורה, איז זיכער נישט פארהאן קיין שום אפהאלט אז א פרוי זאל עולה זיין לתורה.
די אויבנדערמאטע גמרא איז נישט סתם עפעס אן אגדתא אין סוף כתובות, עס איז בעצם גע'פסק'נט אזוי אין שולחן-ערוך (או"ח סי' רפ"ב סעי' ג). דער מחבר ברענגט אראפ די אויבנדערמאנטע גמרא אן קיין שום באגרעניצונג אדער תנאי.
אין פאקט, דער מהר"מ פון רוטנברוג (א ברייט בארימטער אשכנזישער פוסק, וואס רוב פון אונזערע היינטיגע פסקים גייען לויט איהם) שרייבט אין א פסק, אז אין א שטאט ווי אלע זענען כהנים - זאל די ערשטע צוויי עליות זיין פון כהנים, און דאס איבעריגע זאלן עולה זיין נשים. ער שרייבט נישט קיין "היתר", ער שרייבט א חיוב, אזוי זאל לכתחילה זיין.
על כל פנים, עס איז קלאר אז ע"פ הלכה איז נישטא קיין שום אפהאלט אז א פרוי זאל קענען באקומען אן עליה. און אזוי פיהרט מען זיך טאקע אין עטליכע ארטאדאקסישע קהילות.
ביז יעצט רעדן מיר פון אן עליה. וואס איז מיט אנדערע כיבודים? אזוי ווי הגבהה און גלילה? דאס איז שוין אפילו נישט דורכגעשמועסט אין די פוסקים. ווייל עס איז פשוט און קלאר אז א פרוי קען עס זיכער באקומען. אויב א קטן קען באקומען גלילה, פארוואס זאל א פרוי נישט מעגן באקומען?
עס איז ידוע באקאנט און דאקאמענטירט לאורך כל הדורות אז מ'האט רוהיגערהייט מכבד געווען א פרוי מיט גלילה. אריינגערעכנט ביז ממש לעצטנס בעפאר די דת החרדיזם האט איבערגענומען א גרויסן חלק פונעם ארטאדאקסישן ציבור.
---
כלפי מה הדברים אמורים? לעצטע וואך איז א פרוי (וואס האט מנדב געווען א ספר-תורה) מכובד געווארן צו מאכן גלילה אין א שוהל אין שטאט בית-שמש. דאס האט ארויפגעברענגט די צארן פון די היינטיגע חרדישע פירער, עד כדי כך אז הגר"מ שטערנבוך שליט"א האט געשריבן מיט זיין האנטשריפט:
טייערע ברודער - שרייבט ר' משה - לאמיר זיך אפטיילן פון זיי און עס וועט זיין גוט פאר אונז און אונזערע קינדער.אחינו בית ישראל נתנתק מהם ויהיה טוב לנו ולבנינו
טייערע ברודער - שרייבט ר' משה - עס איז שוין צייט צו גיין א שטאפל ווייטער, און זיך אינגאנצן אפרייסן פון אונזערע מקורות. לאמיר פארגעסן פון גמרות, שולחן ערוך און מהר"מ רוטנבורג. אונז זענען מיר שוין צו ווייט פארפארן אז מיר זאלן נאך קענען זיך רעכענען מיט אזעלכע פסקים.
ואנן, מה נעני אבתרייה.