העי העי העי, איך וויל זיין א רבי!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 804
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3742 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2535 מאל

העי העי העי, איך וויל זיין א רבי!

שליחה דורך אלפא »

רבותי, ווער איז גרייט צו דעבאטירן די נייע רבנות פאזיציע?

די רעדע איז פון אן הייפאטעטישע פאזיציע, אן ענליכע סארט צו וואס מ'האט דא געוואלט צוזאמשטעלן, אזא נייע סארט קהילה ווי עס זאל הערשן א דעמאקראטישע פרייהייט צוזאמען מיט א שטרענג תורה'דיגן לעבנס אויסקוק. אדער אפי' אן קריכן אזוי אוט אוו דע באקס, לאמיר דמיונ'ען ווי די רבנים/ראשי קהילה קומען איין טאג צום שכל, נעמען זיך צאם, און 'גענוג איז גענוג' איז די אויספיר! מיר פארמאגן גענוג פראבלעמען וועלכע ווערן נישט קער גענומען ביינזאם מיט מאסן רבנים וואס זענען אוכלים ואינם עושים, און וועלן אויפקומען מיט א געניאלן בעל-התל-ובעל-החריץ סטיל געדאנק אויפצונעמען רבנים אדער ראשי קהילה וואס טויגן צום דור - פארשטייען די מלאכה, און זיי וועלן זיך ארויסלאזן אויף יאגד נאך פאסיגע קאנדידאטן.

וואו דען, אויב נישט אין קאווע שטיבל, וועלן זיין צו געפינען אזעלכע וועלכע האבן ארויס די סיסטעם נאך בעסער ווי סיסטעם אליין?! און זענען געלערנטע מומחים, אלסווייסער, געשולטע קריטיקירער, און געלערענטע פילאסאפן, איבער די פונקטליכע מאסנאמען וואס דארפן גענומען ווערן אהערצושטעלן דעם סיסטעם ווי עס ברויך צו זיין?! אויסראטענדיג יעדן זוג וסיג של קארופציע צוזאמען מיטן מסדר זיין אלע פארזעענע לעכער וואס די סיסטעם האט שוין מצליח געווען אנצודרייען.
און ווי די חפץ חיים פלעגט זאגן מ'זאל לערנען קדשים ווייל במהרה יבנה המקדש, וויל איך דא פראבירן אזא דעבאטע סטעידזש פאר מעגליכע קאנדידאטן, ארויפצוברענגען וויזיעס, אויסצושארפן מיינונגען, און דיסקוסירן די פאליטיק וואס עס נעמט אריין, אלס און אלעמען איבער וויאזוי איר וואלט זיך אויפגעפירט ווערענדיג אויפגענומען אלס מנהיג ליהדות החרדית?
(ולמען הסימפליסיטי וועט מען עס אנקוקן פון א פערספעקטיוו ווי מ'האט מאקסימום פאליטיקעל פאווער (-בחינת רב שטיינמאן ביי די ליטאים וכדו' - אויב עס איז א גוטע דוגמא..), אבער נישט קיין מאכט צו טוישן הלכה אדער אויפנעמען סנהדרין א.ד.ג.)

די רולס פארן דעבאטע גייט, אז יעדער זאל צו ערשט אויסלייגן זיין וויזיע/פלאן - וואס ער האלט מען דארף טון למען הכלל, און וויאזוי ער זעט עס געשען סטעפ ביי סטעפ. און דאן קען מען זיך נעמען צו די אנדערעמ'ס ביינער ארויפברענגענדיג די לעכער/חסרונות דערפון - אנדערש איז פשט אז ער קען נאר צוווארפן אן בויען עפעס קאנסטרוקטיוו.. (דער וואס וועט אריינשרייען, וועט מען אבער אויסהערן... 8-) )
צייט קען זיך יעדער אליין נעמען וויפיל מ'וויל, עס איז אבער אויפן אייגענעם אחריות לגבי די לייקס וואס ער גייט באקומען...

_____________________________________

לקיים מה שנאמר: קריינא דאיגרתא.. וועל איך דא אנהייבן און ארויסלייגן מיין פלאן אין קורצן.

די ערשטע זאך גייט מען איינפירן וואלן פארשטייט זיך, א דעמאקראטישע סיסטעם אנע וואלן איז ווי טשאלענט אנע בונדלעך..
עפעס א סיסטעם פון א קאנסטיטוציע און בכלל אן אויפזיכט איבער די סיסטעם פון די וואלן אויפן ערשטן פלאץ דארף זיך נאך אויסקאכן, איך האף ביז דאן שוין צו האלטן נאכן 'ותשועה ברוב יועץ'...

דאן גייט מען אויפנעמען מיניסטארן (- טובי הקהל בלע"ז), עקסטערע חברה - עקספערטן - אויף יעדן זאך וואס איז נוגע בצרכי הרבים.
אנגעפאנגען פון א שר החינוך וואס זאל פארפיפיגן איבערן עתיד פון אונזער דורות, און פארשטענדליך דאס קען נישט זיין קיין חדר אינגל וואס האט זיך זעלבסט געקרוינט קעניג, דאס דארף זיין אן ערענסטן מומחה בענייני עדיוקעישאן און ארויסהאבן די בילד פון דעם תורה'דיגן און סאציאלאגישן זייט ביינזאם.

דאן קומט אן עקאנאמישן מיניסטאר, איינער וואס פארשטייט א טראפקעלע מער ווי מתקן זיין חתונה תקנות יעדע שני וחמישי, און האט די פאטענציאל אריינצוברענגען אינעם עולם די בעסיקס פון רעספאנסיביליטי, און דאס אז ווען מ'געבט אויס מער ווי מען האט, אדער ווען מ'מאכט ווייניגער וויפיל קינדער מ'האט - האט מען נישט. פינטל. חסד זאל זיך אנפאנגען - און ענדיגן - אינדערהיים כפשוטו, נישט אלס די שפיטאל אונטערן בריק וד"ל.
(אפשר וואלט טאקע גוט געווען ווען ער זעצט זיך מיטן שר החינוך, און מעטעמאטיק זאל ארויסקומען א געווינער אלס פונדאמענטאלע לימוד אין די מוסדות...)

איינעם געשטעלט אויף דירות. א צווייטן אויף די נושא פון אלטע בחורים/שידוכים/ארבייט פאר בחורים והמסתעף - אפצולערנען די סוגיא און אנקומען צו פראדוקטיווע מסקנות.

א בית דין צום זאך - אזאנס וואס זאל זיין אקאונטעבל פאר יעדן פסק, מיט אן אריינגעבויטן סיסטעם אויפצונעמען און טרענירן נייע דיינים.

א וועד זיך אפצוגעבן מיט ריסערטש און דאטא אנאלאזירונג פון אלס ארום די קהילה.

א באזע פאר פובליק רעלעישאנס, סיי כלפי חוץ - דרויסענדיגע קאמיוניטיס/גאווערמענט, סיי כלפי פריוואטע מענטשן אויסצוהערן טענות א.ד.ג., מעגליך אפי' א פתח פאר OTD / LG*T קאמיוניטיס זיך צו דורכקומען מיטן סיסטעם..

קאמיטעיען קער צונעמען פון חתן כלה מדריכים, מקוה לעידיס, ודומיהן. פארשטיין צו די אינטערנעט זאווערוכע, די נושא פון שטודירן פאר עלטערע בחורים און אינגערלייט, וכו' וכו'...

דערנאך דארף זיין א סיסטעם פון טעקס (מעמבערשיפ - מיט א מינונג..) אויסצוהאלטן די קהילישע אפעראציעס און באצאלן די איינגעשטעלטע.

נישט פארגעסן פון א מידיע נעץ - נישט קיין נעץ אריינצונארן דעם עולם און פארשטילן יעדע סיקריק, נאר אן אויסגעשפרייטע נעץ פון פארבינדונגען, וואו אמת איז די פיש און אויפריכטיגקייט זענען די קניפן...


און מיט דעם בין איך דערווייל געענדיגט פארצולייגן מיין אויסקוק פארן וועג צו שלימות (הגם אין רוב פלעצער האב איך נישט פערזענליך גענומען קיין שטעלונג, אבער דאס אליין אז טשעקס און באלאנסעס איז שפיץ פרייאריטעט דאס מיין איך איז מיין עיקר נקודה)... הוספות וועלן מעגליך נאכקומען...

!!וואויטס פאר סענדער!!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר