איגאו מהו?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 665
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 860 מאל

איגאו מהו?

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

אין מיין היינטיגע מעדיטאציע איז מיר געקומען אין געדאנק עפעס וואס כ׳האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין. ביי די סעקולערע וועלט איז די איגאו עפעס אזא ״איוועל״ שלעכטע חלק פונעם מענטש, וואס מ׳דארף פטור ווערן פון, אדער איגנארירן וכדו׳ אולי ענליך צו וואס אונז רופן ׳יצר הרע׳.

למעשה, האט זיך דער געדאנק קיינמאל נישט געזעצט געהעריג ביי מיר אין שכל. ווייל, וואס עפעס זאל מיר מאכן טראכטן אז דער ׳היומען ביאינג׳ איז באשאפען געווארן מיט עפעס אן איוועל אינגרידיענט מער ווי עני אנדערע בעל חי. בסך הכל איז א ״מענטש״ א (דומם, צומח) חי + מדבר, און די ׳פלאס׳ איז זיין כח הדיבור/עדווענסד שכל. וזה הא.

וואס איז די שלעכטע/איוועל פארט פונעם מענטש??

[דער פסוק ׳יצר לב האדם רע מנעריו׳, רעדט לכאורה פון עפעס אנדערש און ״איגאו״ איז טאקע נישט די זעלבע ווי ״יצר הרע״. ואכמ״ל].

סאוי, בינעך געקומען צו די מסקנה אז ס׳איז טאקע נישטא אזא זאך ווי ״איגאו״. ס׳איז א פאבריקאציע ופרי הדמיון...

וואס יא? איז אזוי:

• דער ׳מענטש׳ וויל לעבן (ואולי עוד רצוניות).
• דער ׳קאנטשוס מיינד׳ [וואס אידענדטיפייד דעם ׳זיך׳ מיטן ׳גוף׳] ארבייט מיט די פיזישע וועלט צו צופרידן שטעלן און ״פערזערווען״ דעם גוף (כדי נישט צו פארלירן דעם ׳איך׳).

יעצט, ווען דער מיינד טוט ״פאלטשערהייט״ אידענטיפייען ׳עפעס אנדערש׳ אויסער זיך, ׳מיט זיך׳, דאן רופט מען די אויטקאם דערפון: ״איגאו״.

לאמירעס פארשטיין מיט א משל: אויב ווערט איינער ווילד, ווען עמיצער האט צוקראצט זיין נייע, טייערע, פענסי קאר. זאגט מען אז ער אפערעיט יעצט פון זיין ׳איגאו. (כ׳מיין אזוי). אבער, באמת וואסיז דא געשען? פארוואס איזער טאקע ווילד געווארן? ווייל דער נאטירליכע, בילט אין פיטשער זיך/דעם גוף צו פערזערווען, האט אנגעהויבן אויך צו אכטונג געבן אויפן קאר [מיט דעם זעלבן לעוועל אוו אינטענסיטי]. ווייל ער אידענטעפעצירט ׳בטעות׳ דעם קאר אלץ חלק פון ׳זיך׳.

וכאמור לעיל, איזעס פשוט ׳דמיון׳ די אישו. ס׳גארנישט ראנג מיט דעם כח וואס ארבייט כסדר אכטונג צו געבן אויפן וועל-ביאינג פונעם מענטש זעלבסט. נאר ווען ׳דער׳ כח גיסט זיך אויס אויף אנדערע זאכן, דאן הייבטסעך אָן ס׳טראבל....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בְּתוֹךְ עַמִּי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר