מעמד קידוש השם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

מעמד קידוש השם

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

די טיטל האבן שוין פולע מעמדים ביי כלל ישראל געטראגן, בעיקר מעמדים וועלכע האבן פארמאגט גרויסע ציבורים פון אידן - ארויסשרייענדיג מי כעמך ישראל.
טייל פון די מעמדים טראגנדיג די טיטל מיט גערעכטיגקייט, ווי מעמדים פון חיזוק לימוד התורה וכדו'. פייערנדיג און שטיצנדיג די עסק און השקעה אין באשעפער'ס תורה. און טייל זענען פאר אנדערע אגענדעס, צו פאליטיש צו אונטער די שלייער פון חיזוק הדת, וואס עס לאזט זיך דעבאטירן צו זיי טראגן די טיטל מיט גערעכטיגקייט.

די דעבאטע וועל איך לאזן פאר אן אנדערע געלעגנהייט. אבער איך וויל יא אויסדריקן התפעלות פון א געוויסע מעמד וועלכע טראגט די טיטל באמת. א מעמד אויף וועלכע עס שרייט זיך אויס מי כעמך ישראל - דערביי שאפנדיג א געוואלדיגע קידוש השם.

א מעמד וואס געוויסע טיילן פון 'ערליכע' און 'הייליגע' אידן וועלן קיינמאל אנערקענען אלס לעגיטים, ווער רעדט נאך פון אנערקענען אלס א קידוש שם שמים. אבער א מעמד ביי וועלכע עס האבן זיך צוזאמגעקומען נאנט צו צוואנציג טויזענט אידן אונטער איין דאך, חסידים - מאדערן - נישט רעליגיעז - און אלעס אינצווישן, און געזינגען צוזאמען אויפן זעלבן שפראך די זעלבע ווערטער, שירה צום אייבערשטן. זיי האבן אלע געטראפן א חיבור צו די ווערטער "רק אתה סיבות הסיבות" און "רק אתה יכול להפוך מספדי למחול", זיי האבן אפילו געטראפן אן אייניגע געפיל צו "אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה" פון חב"ד. אינמיטן נ.י.ס. האבן זיי אלע ארויסגעברענגט זייער קאמאן לאוו פארן זעלבן זאך.
ריין פון סיי וועלכע קאטאגאריעזאציעס, פון פאליטיק און מיינונגען, און פון דשאדשמענטליזם. אלע צוזאמען שרייענדיג - מי כעמך ישראל. יא עם ישראל חי! און די אלע סארט מענטשען זענען א חלק פון די עם, און זענען בארעכטיגט דערצו.

אויב איז דא א מעמד צווישן אלע גרויסע מעמדים און כלל ישראל וואס איז מקדש שם שמיים, איז עס די מעמד.


"אני שייך לעם שאף הוא שייך אלי אני שייך לעם הנבחר ומאחר שאני שייך אליו אני מודה ואני שר".
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

pics or it never happened
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

.
דוד בן ישי עבדך משיחך
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: מעמד קידוש השם

שליחה דורך טמיר »

בן ישי האט געשריבן:.
געוואלט זאגן די זעלבע פאר פונדאמענטל.

#קאט דע קרעפ
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: מעמד קידוש השם

שליחה דורך טמיר »

קיינער קומט נישט דארט לשם שמים
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

פארוואס ווען די התאחדות צו אנדערע לצים מאכן מעמדים שרייסטו נישט קאט די קרעפ? ווייל דארט פארשטייסטו פארוואס ס'איז א קידוש השם, דארפסטו דעוועלאפן א טעיסט פאר דעם סארט לשם שמים אויך.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

טמיר האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:.
געוואלט זאגן די זעלבע פאר פונדאמענטל.

#קאט דע קרעפ
ביסט גערעכט מיט די #קאט די קרעפ, בנוגע די קעפלעך "קידוש השם", "מי כעמך ישראל", און "ימות המשיח" אויסדריקן, וואס איז קאמאן ליידיגע סאשל מידיא אויסדריקן, און אמאל איבעלט עס טאקע.

אבער נישט צו פארלוירן ווערן פון הייפ, די געדאנק אז מענטשן ווערען נתעורר אויף אן אומאפהענגיגע אופן, ווייזט אויף די אינערליכע ריינקייט פון מענטשהייט ווען ס'קומט אן לעבלס, און ווי שטארק די אפעקט פון ריינע הארציגע נגינה, וואס איז פשוט'ע עבודת השם, קען האבן אין א סעטינג פון ברייטע אחדות ישראל.

אז כינוס כלל ישראל איז קידוש השם בשב ואל תעשה, קען דאס זיין קידוש השם בקום ועשה.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט