מעמד קידוש השם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 314
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 933 מאל

מעמד קידוש השם

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

די טיטל האבן שוין פולע מעמדים ביי כלל ישראל געטראגן, בעיקר מעמדים וועלכע האבן פארמאגט גרויסע ציבורים פון אידן - ארויסשרייענדיג מי כעמך ישראל.
טייל פון די מעמדים טראגנדיג די טיטל מיט גערעכטיגקייט, ווי מעמדים פון חיזוק לימוד התורה וכדו'. פייערנדיג און שטיצנדיג די עסק און השקעה אין באשעפער'ס תורה. און טייל זענען פאר אנדערע אגענדעס, צו פאליטיש צו אונטער די שלייער פון חיזוק הדת, וואס עס לאזט זיך דעבאטירן צו זיי טראגן די טיטל מיט גערעכטיגקייט.

די דעבאטע וועל איך לאזן פאר אן אנדערע געלעגנהייט. אבער איך וויל יא אויסדריקן התפעלות פון א געוויסע מעמד וועלכע טראגט די טיטל באמת. א מעמד אויף וועלכע עס שרייט זיך אויס מי כעמך ישראל - דערביי שאפנדיג א געוואלדיגע קידוש השם.

א מעמד וואס געוויסע טיילן פון 'ערליכע' און 'הייליגע' אידן וועלן קיינמאל אנערקענען אלס לעגיטים, ווער רעדט נאך פון אנערקענען אלס א קידוש שם שמים. אבער א מעמד ביי וועלכע עס האבן זיך צוזאמגעקומען נאנט צו צוואנציג טויזענט אידן אונטער איין דאך, חסידים - מאדערן - נישט רעליגיעז - און אלעס אינצווישן, און געזינגען צוזאמען אויפן זעלבן שפראך די זעלבע ווערטער, שירה צום אייבערשטן. זיי האבן אלע געטראפן א חיבור צו די ווערטער "רק אתה סיבות הסיבות" און "רק אתה יכול להפוך מספדי למחול", זיי האבן אפילו געטראפן אן אייניגע געפיל צו "אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה" פון חב"ד. אינמיטן נ.י.ס. האבן זיי אלע ארויסגעברענגט זייער קאמאן לאוו פארן זעלבן זאך.
ריין פון סיי וועלכע קאטאגאריעזאציעס, פון פאליטיק און מיינונגען, און פון דשאדשמענטליזם. אלע צוזאמען שרייענדיג - מי כעמך ישראל. יא עם ישראל חי! און די אלע סארט מענטשען זענען א חלק פון די עם, און זענען בארעכטיגט דערצו.

אויב איז דא א מעמד צווישן אלע גרויסע מעמדים און כלל ישראל וואס איז מקדש שם שמיים, איז עס די מעמד.


"אני שייך לעם שאף הוא שייך אלי אני שייך לעם הנבחר ומאחר שאני שייך אליו אני מודה ואני שר".
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר