איגאו מהו?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

איגאו מהו?

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

אין מיין היינטיגע מעדיטאציע איז מיר געקומען אין געדאנק עפעס וואס כ׳האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין. ביי די סעקולערע וועלט איז די איגאו עפעס אזא ״איוועל״ שלעכטע חלק פונעם מענטש, וואס מ׳דארף פטור ווערן פון, אדער איגנארירן וכדו׳ אולי ענליך צו וואס אונז רופן ׳יצר הרע׳.

למעשה, האט זיך דער געדאנק קיינמאל נישט געזעצט געהעריג ביי מיר אין שכל. ווייל, וואס עפעס זאל מיר מאכן טראכטן אז דער ׳היומען ביאינג׳ איז באשאפען געווארן מיט עפעס אן איוועל אינגרידיענט מער ווי עני אנדערע בעל חי. בסך הכל איז א ״מענטש״ א (דומם, צומח) חי + מדבר, און די ׳פלאס׳ איז זיין כח הדיבור/עדווענסד שכל. וזה הא.

וואס איז די שלעכטע/איוועל פארט פונעם מענטש??

[דער פסוק ׳יצר לב האדם רע מנעריו׳, רעדט לכאורה פון עפעס אנדערש און ״איגאו״ איז טאקע נישט די זעלבע ווי ״יצר הרע״. ואכמ״ל].

סאוי, בינעך געקומען צו די מסקנה אז ס׳איז טאקע נישטא אזא זאך ווי ״איגאו״. ס׳איז א פאבריקאציע ופרי הדמיון...

וואס יא? איז אזוי:

• דער ׳מענטש׳ וויל לעבן (ואולי עוד רצוניות).
• דער ׳קאנטשוס מיינד׳ [וואס אידענדטיפייד דעם ׳זיך׳ מיטן ׳גוף׳] ארבייט מיט די פיזישע וועלט צו צופרידן שטעלן און ״פערזערווען״ דעם גוף (כדי נישט צו פארלירן דעם ׳איך׳).

יעצט, ווען דער מיינד טוט ״פאלטשערהייט״ אידענטיפייען ׳עפעס אנדערש׳ אויסער זיך, ׳מיט זיך׳, דאן רופט מען די אויטקאם דערפון: ״איגאו״.

לאמירעס פארשטיין מיט א משל: אויב ווערט איינער ווילד, ווען עמיצער האט צוקראצט זיין נייע, טייערע, פענסי קאר. זאגט מען אז ער אפערעיט יעצט פון זיין ׳איגאו. (כ׳מיין אזוי). אבער, באמת וואסיז דא געשען? פארוואס איזער טאקע ווילד געווארן? ווייל דער נאטירליכע, בילט אין פיטשער זיך/דעם גוף צו פערזערווען, האט אנגעהויבן אויך צו אכטונג געבן אויפן קאר [מיט דעם זעלבן לעוועל אוו אינטענסיטי]. ווייל ער אידענטעפעצירט ׳בטעות׳ דעם קאר אלץ חלק פון ׳זיך׳.

וכאמור לעיל, איזעס פשוט ׳דמיון׳ די אישו. ס׳גארנישט ראנג מיט דעם כח וואס ארבייט כסדר אכטונג צו געבן אויפן וועל-ביאינג פונעם מענטש זעלבסט. נאר ווען ׳דער׳ כח גיסט זיך אויס אויף אנדערע זאכן, דאן הייבטסעך אָן ס׳טראבל....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בְּתוֹךְ עַמִּי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

אזוי קלאר!

אין אנדערע ווערטער: ווען מ'באמערקט אז your essence remains the same
האט מען נישט דעם איגאו אישא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די נושא פון קאנשענס, איגאו, זיך, נשמה וכו׳ איז היבש קאמפלעצירט

ווי מער איך(?) וויל פארשטיין וואס איך(?) בין, ווער איך(?) זייער צומישט
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:אין מיין היינטיגע מעדיטאציע איז מיר געקומען אין געדאנק עפעס וואס כ׳האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין. ביי די סעקולערע וועלט איז די איגאו עפעס אזא ״איוועל״ שלעכטע חלק פונעם מענטש, וואס מ׳דארף פטור ווערן פון, אדער איגנארירן וכדו׳ אולי ענליך צו וואס אונז רופן ׳יצר הרע׳.
קודם כל, וואו זאגן 'זיי' (- די 'סעקולארע' וועלט..) אז עגא איז א שלעכטע זאך?

'עגא' האט אפאר טייטשן https://www.merriam-webster.com/dictionary/ego, די ערשטע איז פשוט דאס 'זיך'.
[די דריטע איז די פרוידיען אפטייטש פונעם סייקי, וואו עס איז דא די ID=נפש הבהמיות (דאס וואס דו רופסט אן די צווייטע 'יצר הרע'), די SUPEREGO=די דרויסענדיגע ערווארטונגען פונעם מענטש, און די EGO= די חלק פונעם 'מענטש' אליין וואס מאכט סדר צווישן די אנדערע צוויי און מאכט די החלטות.]

די צווייטע איז 'עגאיזם', וואס מיר באצייכענען אלס 'גאוה', וואס איז די אויפגעבלאזענע מצב פונעם זיך, צו וואס יעדער קען מודה זיין אז עס איז נישט געראטן און צומאל טאקע 'שלעכט'.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

דאסיז אפשר על פי סייענטיפישע דקדוק. סתם אזוי אבער רעדט מען דערפון אין א נעגעטיווער סענס:
The ego we see most commonly goes by a more casual definition: an unhealthy belief in our own importance. Arrogance. Self-centered ambition… It’s that petulant child inside every person, the one that chooses getting his or her way over anything or anyone else
פון דא
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

עגא פאר זיך איז א פאזעטיווע זאך, די פראבלעם ווערט ווען מ'שעמט זיך עס ארויסצואווייזן (צו אלץ געוואוינהייט פון אלץ קליין קינד ווען די ערוואקסענע האבן נישט געלאזט האבן אן אייגענעם מיינונג, אדער אויב מ'איז ליידער אויפגעוואקסן אין א שטרענגע רעליגיע וואו מ'טאר נישט האבן קיין אייגענע מיינונגען און רצונות) און ס'ווערט א טייל פונעם shadow וואס דאן ווערט עס א קענסער, א טייל פון די shadow work איז טאקע צו אקצעפטירן דעם עגא און עס טשאנעלן אויף א פאזעטיווען אופן ווי אריגינעל intended.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

שפינאזע לשיטתו אז נאטור איז גאט מיז מען טרעפען א געטליכע טשאנעל פאר איגאו אויך.

איך וויל זיך דינגען מיט בתוך עמי און טענהען אז ווען איינער איז כעסיק ווען מ'צוקראצט זיין קאר בטעות איז עס די זעלבע כעס וואס אזא מענטש האט אויף זיך ווען ער האט אליינס צוקראצט זיין אייגענע קאר. (אויב איז ער די טייפ וואס כעסט אלץ..) וואס ווען מ'צקראצט די אייגענע קאר איז נישט שייך קיין איגאו. אפשר איז כעסיק אויף זיין געלט שאדן וואס קאסט צו פיקסען אדער זיין צייט וואס ער גייט זיין ביזי עס צו פיקסען.

ווידער אויב ס'איז צוקראצט געווארן פאר דווקא, להכעיס, איז דאך די קאר (להבדיל) טאקע ווי זיך אליין. אין די להכעיס'ניק ברענגט טאקע די רעזאלטן פון כעס. ומה לי צוקראצט מיין קאר מה לי צוגראזשעט מיין ריקען?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארשפארט