ווען פרויען פירן כלל ישראל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3229
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8938 מאל

ווען פרויען פירן כלל ישראל

שליחה דורך שמן למאור »

לאור די פרישע אינטערשריפט פון ידידינו קהל'ס, און די שמועס וואס האט זיך געשאפן דערוועגן, האב איך געטראכט צו ווידמען אן אשכול אביסל צו טראכטן און לאזן די דמיון לויפן, וויאזוי וואלט אונזער שולחן ערוך און הילך החיים אויסגעזען ווען פאר טויזנטע יארן וואלטן די פרויען געווען די בעלי בתים אויף די תורה, ווען היסטאריש וואלטן די פרויען געווען די יושבי על מדון און געווען די הויפטן און דיינים לאורך כל הדורות...

נ.ב. היות די פריערדיע לינק לאזט זיך נישט געהעריג לינקן מאיזה סיבה שיהיה, עס טראגט צום פריערדיגן בלאט. וועל איך דא אהערברענגען מיין תגובה פון דארטן ככתבה וכלשונה, אז מען זאל פארשטיין אויף וועלכע תגובה די אשכול דא באציעט זיך צו
שמן למאור האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:קהל'ס, איך בין נייגעריג פון וואו דיין נייע אינטערשריפט
"where there is a rabbinic will, there is a halachic way" שטאמט.

כ'זע אז דו ברענגסט עס בשם @אלפא, אבער דאכצעך אז כ'האב עס שוין געהערט פון flatbush girl. איך בין נייגעריג ווער עס איז די מחבר פון דעם ווארט, ווייל דאס שנייד דאך אזוי טיף, עס כאפט אן די גאנצע יהדות רבנית ביי די ביצים.
כזע אז מען ברענגט עס בשם בלו גרינבערג.

עס לאזט זיך טראכטן, אויב וואלטן די פרויען געווען די בעלי בתים אויף די תורה, ווען היסטאריש וואלטן די פרויען געווען די יושבי על מדון און געווען די הויפטן און דיינים לאורך כל הדורות, ווי אנדערש וואלט אונזער שולחן ערוך אויסגעקוקט.
דאס ווייסן מיר דאך שוין אז די תורה איז איבערגעגעבן געווארן צו די חכמים שבכל דור ודור צו פארטייטשן און מחדש זיין נייע דינים, סייגים, לופהאולס, היתרים, און איסורים, הכל כפי הצורך וכפי המצב.

דאס ווייסן מיר אויך, אז חוץ פון ממש געציילטע פעלער, האבן די מענער לאורך כל הדורות שטארק אנגעהאלטן די לייצער פון פירערשאפט אינערהאלב יהדות, און דאס איז לכאורה געקומען פונעם אלוועלטליכן בליק אז די מענער זענען די וואס פירן די וועלט.

כמובן, איז יעדע שררה וואס עס פעלט אין דעם א רעפרעזענטאציע פון א געוויסע סארט עולם, וועט פעלן פון די מאס רגישות און רעכטן וואס יענע גרופע וועט באקומען.

לשבר את האוזן: שטעלט ענק פאר אז די קהל פון סאטמאר וואס באשליסט די איינגעלעגנהייטן בנוגע אלע ציבור'ישע ענינים, באשטייט בלויז פון איין גרופע פון 10 אידן, וואס באשליסן פאר ביידע סאטמאר'ס אינאיינעם. די גרופע וועט באשטיין פון זיבן ארונים, און דריי זאלונים, אוודאי פארשטייט יעדער אז די באשלוסן וועלן ענדערש זיין גענויגט לטובת קהילת מהר"א ווי איידער לטובת קהילת מהרי"י. ווער רעדט נאך אויב עס וועט זיין אלע 10 פון קהילת מהר"א און קיין איינער פון קהילת מהרי"י, דאן פארשטייט יעדער קלאר אז ממש אלע באשלוסן וועלן זיין פעסט לטובת מהר"א, און זיי וועלן זיך בכלל נישט קימערן לטובת די אנדערע קהילה.

יעדער בר דעת פארשטייט, אז אויב איז דא אפאר מענטשן וואס רעפרעזענטירן און שטעלן אוועק די געזעצן און משפטים וויאזוי א געמיינדע זאל זיך פירן, דאן כדי אז עס זאל ארויסקומען יושר'דיגע געזעצן וואס רעכנט זיך מיט יעדעם, מוז עס זיין א 50/50 רעפרעזענטאציע, אדער לכה"פ זאל יעדע גרופע האבן די פראצענט פון בענקלעך וויפיל פראצענט זיי מאכן אויס אין די פאפולאציע. דאס איז די פשוטע אלף בית פון דעמאקראטיע און יעדער פארשטייט דאס.

למעשה אבער האבן מיר דא טויזנטער יארן וואס פרויען האבן כמעט נישט געהאט קיין ווארט אין גארנישט, זיי זענען געזעצן שטיל בשעת די "מענער" האבן זיי איינגעטיילט וואס צו טון. עס לאזט זיך חקר'נען וויאזוי אונזער יהדות וואלט אויסגעזען אויב די קארטן וואלטן געווען פארקערט, און די פרויען וואלט געפירט כלל ישראל לאורך כל הדורות... וויאזוי וואלט עס אויסגעקוקט...
*
קודם כל איז קלאר אז יעדע מערידזש וואס וואלט זיך נישט אויסגעארבעט, און די מאן וואלט נישט געהאלטן ביים געבן א גט, וואלט די פרוי געקענט קומען צום בית דין, און די אידענעס דארטן וואלטן מפקיע געווען די קידושין למפרע. סטייטש? כל המקדש אדעתא דרבניות מקדש, און אויב קומט אויס אז די מאן איז אזא סארט אז ער איז א מסרב גט, דאן איז למפרע די קידושין בטל ומבוטל כעפרא דארעא, והכל על מקומו יבא בשלום. די פרוי איז מותרת לשוק.

אויב די פרוי וואלט מסרב געווען צו נעמען א גט, לאזט זיך טראכטן אויב די פרויען וואלן צוגעלאזט א היתר מאה רבניות. א חוצפה? דער וויל זיך אנפייפן אויפן הארבן חרם דרבינו אשת ר' גרשום? דאס איז פון די הארבסע זאכן ביי כלל ישראל! עס וואלט גענומען אסאך צייט און מערכות פון די מענער, ביז זיי וואלטן געקענט פוילן אזא זאך ביי די רבניות.

דאס איז קלאר אז נאר פרויען וואלטן געמעגט לערנען גמרא, די מענער וואלטן נישט געמעגט נאר עפעס חומש און רש"י, אין סאטמאר וואלט מען דאס אויך נישט געמעגט.

פרויען מעגן גיין אנגעטון וויאזוי עס גליסט זיך זיי, עס איז די אויפגעבע אויפן מאן זיך איינצוהאלטן זיינע תאוות און נישט צו קוקן. אויב קוקט ער יא איז עס זיין פראבלעם. "ער" איז עובר אויפן 'ולא תתרו' נישט זי.

אין די תורה שטייט טאקע אז די זיבן טעג פון נדה טאר מען נישט וואוינען צוזאמען, אבער שמאטעס? דאס זאלן די מענער זיך אריינשטעקן, נישט אונז! דריי א צווייטן א קאפ. גאנצע 72 מינוט זאלן מיר זיך ארומדרייען מיט א שמאטע אין אותו מקום צילוב עפעס א חומרא? נא וועי!!!

חפיפה פאר א שעה צייט?! ביסטו פאריקט? מען געבט א קוק צו ס'איז דא חציצות, און "פארטיג"! זאלן די מענער זיך רייבן מיט זייף פאר א שעה צייט אינעם ליל טבילה, נישט די פרויען.

ביי יעדע דרשה וואלטן די פרויען אריינגעגעבן פאר די מענער אז אלע צרות קומען צוליב די "מענער" אלעס זענען זיי שילדיג נישט די פרויען.

פארשטייט זיך אז פאר א מאן איז אסור צו דרייוון א קאר, ער דארף זיך דאך היטן די אויגן, נאר א פרוי מעג דרייוון, זי דארף דאך גיין איינקויפן און פירן דעם ווערטשאפט.

ראש השנה און יום כיפור וועלן זיך די מענער צוקוועטשן אויבן אינעם "מענער שול" און צאלן 300 דאלער פאר א האלבע זיץ כדי צו קענען מיטהאלטן וואס עס טוט זיך דארטן אינטן אינעם גרויסן ביהמ"ד. מען וואלט זיך ציגעהערט צו די שיינע פרויען בעלי תפילות. איי, גיטי ציעט ארויף הויעך ביי המלך... אבער יעדער ווארט מיט געדילד פאר רחי'ס ונתנה תוקף, זי לייגט עס דאך אראפ מיט אזא מתיקות אז מען קען צוגיין.

קול באישה ערוה האסטו געזאגט? דארפסט א דאקטער? ווען איז געווען די לעצטע מאל איז היסטאריע וואו א מאן האט באקומען א הרהור צוליב דאס הערן א פרוי זינגען? אפשר אינגע בחורים'לעך, דערפאר איז טאקע דא עקסטערע דעזיגנירטע בחורים מנינים. אויב מאכט זיך יא א קראנקע זכר, קען ער אדער ארבעטן אויף זיך, אדער גיין דאווענען ביי די בחורים, ווילסט איבערדרייען די וועלט וועגן איין הייסע זכר בונדל?

ווען עס וואלט זיך חלילה געמאכט א פירצה אז א מאן איז געגאנגען מאכן גלילה, וואלט רעביצין שטערבוך געשריבן גאר שארפע ווערטער אז מען זאל זיך שוין אפרייסן פון די נייע נעאלאגן וואס ברענגען אריין נייע ווינטן שאין רוח חכמניות נוחה הימנו.

ווען משיח וועט קומען רייטנדיג אויפן אייזל, וועט "זי" ווייזן מיטן פינגער אז "דאס זענען די מיידלעך וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה"
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר