הכנה לר"ה - ווער בין איך און וואס טוה איך דא?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

הכנה לר"ה - ווער בין איך און וואס טוה איך דא?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר האלטן שוין ביים שוועל פון די ימי הרחמים והרצון, מען הייבט שוין אָן צו זאגן סליחות אין די נאנטע טעג, און אט אט וועלן מיר אריינגיין אינעם הייליגן יום טוב ראש השנה, דער טאג
אין וועלכע מיר זענען זוכה ממליך צו זיין השי"ת אויף אונז, און דער טאג וואס דער מלך חפץ בחיים וועט אונז משפט'ן אויפן קומענדיגן יאר.

ווי מיר ווייסן, ליינט מען אלעמאל פרשת נצבים אין די יעצטיגע טעג איידער ראש השנה, און ס'איז באקאנט וואס עס שטייט אין זוהר הקדוש אז אַתֶּם נִצָּבִים "הַיּוֹם" כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם, היום גייט ארויף אויף ראש השנה, דער יום הדין אין וועלכע מיר שטייען אלע פאר השי"ת. און פארשטייט זיך אז דאס איז נישט סתם א רמז, נאר טאקע אין די פסוקים שטייען אודאי ווערטער וואס זענען נוגע פאר אונז און דינען אלס א חלק פון אונזער הכנה צום גרויסן און הייליגן יום טוב ראש השנה.

די דיוקים אין די פסוקים און די ווערטער פון רש"י
אצינד לאמיר זיך מתבונן זיין אינעם לשון הפסוק וואס משה רבינו זאגט דא צו כלל ישראל: "אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם" איר שטייט אלע דא היינט פארן אייבישטער, און ווי רש"י זאגט אז משה רבינו האט טאקע צוזאמגעברענגט גאנץ כלל ישראל אינאיינעם פאר זיין הסתלקות פון די וועלט, און ער רעכנט אויס ווער עס געפונט זיך אלס דא, רָאשֵׁיכֶם, שִׁבְטֵיכֶם, זִקְנֵיכֶם, וְשֹׁטְרֵיכֶם, כֹּל אִישׁ יִשְׂרָאֵל, עס זענען זיך צוזאמגעקומען יעדער פון גרויס ביז קליין, אנגעהויבן פון די הויפטן און די זקנים פון כלל ישראל, און אינעם קומענדיגן פסוק איז ער ווייטער ממשיך, ווער נאך עס שטייט דא אלס מיט אלע אידן צוזאמען, טַפְּכֶם, נְשֵׁיכֶם, וְגֵרְךָ אֲשֶׁר בְּקֶרֶב מַחֲנֶיךָ, די קינדער, די ווייבער, די גרים, און אפילו "מֵחֹטֵב עֵצֶיךָ עַד שֹׁאֵב מֵימֶיךָ" די האלץ האקער און די וואסער טרעגער זענען אויך געקומען הערן דעם דבר השם.

וואס לכאורה דארף מען פארשטיין וואס איז פשט פון די אריכות, און וואס וויל משה רבינו דא מדגיש זיין מיט'ן אויסרעכענען די אלע דַרגות פון אויבן אראפ? אזוי אויך וואס באדייט די לשון 'נִצָבִים' וואס איז משמע א לשון פון זיך אוועקשטעלן מיט א שטארקייט, [אזויווי מיר געפונען אין פרשת וישב ביי די חלום פון יוסף הצדיק, וְהִנֵּה קָמָה אֲלֻמָּתִי וְגַם "נִצָּבָה", אדער אין פרשת בשלח ווען משה רבינו האט געזאגט צו די אידן "הִתְיַצְּבוּ" וּרְאוּ אֶת יְשׁוּעַת ה'], לכאורה וואלט געדארפט שטיין אַתֶּם 'עוֹמְדִים' הַיּוֹם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם.

אביסל ווייטער אין די פסוקים, ברענגט רש"י א מדרש אגדה, פארוואס קומט פרשת נצבים דא באלד נאך פרשת כי תבוא, וויבאלד אין פרשת כי תבוא האבן מיר געלערנט די שטרענגע פסוקים פון די תוכחה, וואס דארט שטייט אויסגערעכנט אלע קללות און עונשים וואס וועלן קומען ח"ו אויב מ'פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, איז ווען די אידן האבן דאס געהערט "הוריקו פניהם, ואמרו מי יוכל לעמוד באלו" זייערע פענימער זענען ממש גרין געווארן פון שרעק, און זיי זענען דערציטערט געווארן דערפון און געקלערט צו זיך ווער קען דאס דען ביישטיין, וויאזוי וועלן מיר האבן א קִיוּם מיט אזא שרעקליכע תוכחה. התחיל משה לפייסם אתם נצבים היום, הרבה הכעסתם למקום ולא עשה אתכם כלייה והרי אתם קיימים לפניו! משה רבינו האט זיי געוואלט בארואיגן אז זיי זאלן נישט אזוי מורא האבן, האט ער זיי געזאגט "אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם" למעשה לעבט איר, איר זענט דא און איר שטייט נאך פארן אייבישטער, טראצדעם וואס איר האט שוין אזויפיל מאל געזינדיגט און דערצערנט דעם אייבישטער ח"ו, מיט דעם אלעמען האט ער אייך נישט פארלענדט און חרוב געמאכט, דאס איז א סימן אז איר קענט יא האבן א קִיוּם און איר דארפט נישט מורא האבן פון די תוכחה.

און רש"י ברענגט ווייטער די כוונה אין די ווערטער פון משה רבינו, משה רבינו זאגט זיי "הַיוֹם" זייטס ענק מתבונן אויף די סדר פונעם טאג, כיום הזה שהוא קיים והוא מאפיל ומאיר, כך האיר לכם וכך עתיד להאיר לכם, דאס הייסט פונקט ווי אין א טאג איז דא פארשידענע מצבים, קודם איז טונקל און דערנאך לעכטיג, אזוי האט השי"ת באלאכטן פאר אייך ביז היינט, און ער וועט ווייטער שטענדיג באלייכטן פאר ענק.

וואס די גאנצע ענין דארף מען פארשטיין, קודם כל מיט וואס האט משה רבינו טאקע דא געטרייסט כלל ישראל פון זייער גרויס פחד פון די תוכחה, און וואס מיינט ער זיי צו זאגן מיט דעם אז זיי האבן ביז יעצט געהאט א קיום ממילא וועלן זיי ווייטער האבן א קיום. און נאך קען מען מדייק זיין, משה רבינו נוצט דעם 'טאג' אלס א משל, אז פונקט ווי אין א טאג איז 'מאפיל ומאיר' עס איז קודם טונקל און דערנאך לעכטיג, דאס זעלבע איז מיט אייך כלל ישראל... אויב אזוי וואלט ער לכאורה געדארפט אויספירן דעם נמשל, אז אויך ביי אייך כאטש ס'איז אמאל טונקל, דאָך דארפט איר זיך מחזק זיין אז ס'וועט נאך ווערן לעכטיג, אזויווי דער סדר היום אז נאך די טונקלקייט קומט לעכטיגקייט. אבער אנשטאט דעם זאגט רש"י "כך האיר לכם וכך עתיד להאיר לכם", אזוי איז ביי אייך געווען לעכטיג אין די פארגאנגענהייט און עס וועט ווייטער זיין לעכטיג אין די צוקונפט! אבער די טונקלקייט ווערט אינגאנצן נישט דערמאנט, וואס באדייט
דער ענין?.

די גרויסע פראגע "ווער ביסטו און וואס טוסטו דא?"
איז איידער מיר טרעטן צו צו אונזער שמועס, לאמיר אנפאנגן מיט א מעשה וואס ווערט דערציילט אויף הרה"ק רבי שלום דובער פון ליובאוויטש זי"ע באקאנט מיט זיין נאמען דער מהרש"ב. דער מהרש"ב זי"ע איז אמאל געגאנגען שפאצירן, ווען בשעת מעשה איז ער געווארן גאר שטארק פארטראכט און פיל מיט דביקות מיט זיינע טיפע מחשבות, און אזוי האט ער זיך דערווייטערט אלס מער ארויס פון געגנט, ער האט זיך ממש נישט געפונען אויף די וועלט און בכלל נישט מרגיש וואו אהין זיינע פיס טראגן איהם. אינאיינעם מיט איהם האט שפאצירט זיין משמש וואס האט זיך נישט געוואגט איבערצוהאקן און אויפוועקן דעם רבי'ן פון זיינע הייליגע רעיונות, נאר געשפאנט שטילערהייט ביי זיין זייט אָן ארויסרעדן א ווארט. גייענדיג אזוי צווישן פעלדער און גערטנער אין א געגנט אויסערן שטאט, קומט זיי פלוצלינג אנקעגן א בייזער גוי, וואס איז ווארשיינליך געווארן אויפגעברויזט אויף די צוויי אידן וואס האבן אריינגעבלאנזשעט אין זיין תחום, און גיבט א שריי אויפן מהרש"ב "ווער ביסטו און וואס טוסטו דא?!".

דער מהרש"ב גיבט זיך א כאפ אויף פון זיין דביקות הערנדיג די פראגע פונעם גוי, און ער גיבט זיך א רוף אָן, "איך בין געקומען דיך דינגן און אויפנעמען צו ווערן איינגעשטעלט ביי מיר!", מיך דינגן? פרעגט דער גוי צוריק מיט וואונדער, פון וואס רעדט איר? וואס ווילט איר אז איך זאל טוהן ביי אייך?. זאגט דער מהרש"ב, איך וואלט דיר געוואלט דינגן אז דו זאלסט קומען צו מיר יעדן טאג פאָרהאַלטן און פרעגן אט די ברענענדיגע פראגע "ווער ביסטו און וואס טוסטו דא?!"... ביים הייליגער מהרש"ב אין די אויערן האבן די ווערטער פונעם פויער געקלינגן ווי א שארפע מוסר דרשה, געוואלד, ר' איד ווער ביסטו און וואס טוסטו דא אויף די וועלט? און ער האט געזוכט ווער עס קען איהם כסדר מעורר זיין און רופן צו חשבון הנפש און תיקון המעשים.

די צוויי דרכים אין עבודת השי"ת
עס איז אבער באקאנט וואס די ספרים הקדושים ברענגן בשם הרה"ק רבי בונם פון פרשסיחא זי"ע, און דער יסוד איז א זאך וואס מען געפונט גאר אסאך כמעט אין אלע חסיד'ישע ספרים, אז איד דארף שטענדיג האבן ביי זיך 'צוויי וועגן' אין עבודת השי"ת, מיט וועלכע ער דארף זיך קענען פירן, (און ווי דער רבי רבי בונם זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט אז מ'דארף האבן "צוויי קעשענעס", דאס הייסט אז אין יעדן טאַש זאל ליגן אן אנדערע מהלך, און מ'דארף וויסן ווען זיך צו באנוצן מיט וואס), צומאָל דארף דער מענטש קענען זאגן מיט ענוה און שפלות "אנכי עפר ואפר" און זיך האלטן קליין אז ער איז גארנישט ווערד, אבער אמאל איז דאס נישט קיין טובה, נאר מ'דארף זיך קענען שטארקן און זאגן מיט א פעסטקייט "בשבילי נברא העולם" די גאנצע וועלט איז נאר באשאפן געווארן צוליב מיר, און איך בין גרויס און חשוב. ווייל ווען דער יצה"ר קומט אראפצוקלאַפן א איד און ער וויל איהם איינרעדן אז ער זאל זיך מייאש זיין ח"ו, דעמאלטס טויג נישט אויב דער מענטש וועט זיך האלטן קליין, נאר אין אזא פאַל דארף ער זיך קענען באנוצן מיט די אנדערע וועג פון טראכטן "בשבילי נברא העולם" אז נישט אומזיסט האט דער אייבישטער באשאפן זיין וועלט, נאר אלעס צוליב מיר אליין, און ער ווארט אויף מיין עבודה און תשובה.

צוויי באזונדערע פעלער אין די משנה פון עקביא בן מהללאל
און באמת געפונען מיר שוין דער יסוד אסאך פריער, אויף די משנה אין מסכת אבות (פרק ג' משנה א') עֲקַבְיָא בֶן מַהֲלַלְאֵל אוֹמֵר הִסְתַּכֵּל בִּשְׁלשָׁה דְבָרִים וְאֵין אַתָּה בָא לִידֵי עֲבֵרָה, עס זענען דא דריי זאכן וואס א מענטש דארף זיך מתבונן זיין און דורכדעם וועט ער זיין אפגעהיטן פון זינדיגן, "דַּע מֵאַיִן בָּאתָ, וּלְאָן אַתָּה הוֹלֵךְ, וְלִפְנֵי מִי אַתָּה עָתִיד לִתֵּן דִּין וְחֶשְׁבּוֹן". און דערנאך איז עקביא בן מהללאל מער מרחיב אין די דריי זאכן, מֵאַיִן בָּאתָ מִטִּפָּה סְרוּחָה, וּלְאָן אַתָּה הוֹלֵךְ לִמְקוֹם עָפָר רִמָּה וְתוֹלֵעָה, וְלִפְנֵי מִי אַתָּה עָתִיד לִתֵּן דִּין וְחֶשְׁבּוֹן לִפְנֵי מֶלֶךְ מַלְכֵי הַמְּלָכִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אז א איד דארף שטענדיג געדענקן אז דער גוף איז גארנישט, ער קומט פון א קליינע נישטיגע ברעקל און צום סוף וועט ער אויך ווערן צוריק גארנישט און ווערן פאוואנדלט אין שטויב און ווערים אינעם קבר, און ער גייט זיך איין טאג דארפן שטעלן פארן אייבישטער און אפגעבן דין וחשבון אויף אלע זיינע מעשים...

וואס לכאורה זעהט דאס אויס ווי א דאפלטע לשון, ווייל ער האט דאָך שוין אויסגעשמועסט די דריי שאלות מֵאַיִן בָּאתָ, וּלְאָן אַתָּה הוֹלֵךְ, וְלִפְנֵי מִי אַתָּה עָתִיד לִתֵּן דִּין וְחֶשְׁבּוֹן, און דערנאך זאגט ער איבער יעדע שאלה באזונדער אינאיינעם מיט איר תשובה, וואס באמת וואלט ער דאס געקענט זאגן גלייך אין אנהייב "מֵאַיִן בָּאתָ מִטִּפָּה סְרוּחָה, וּלְאָן אַתָּה הוֹלֵךְ לִמְקוֹם עָפָר רִמָּה וְתוֹלֵעָה, וְלִפְנֵי מִי אַתָּה עָתִיד לִתֵּן דִּין וְחֶשְׁבּוֹן לִפְנֵי מֶלֶךְ מַלְכֵי הַמְּלָכִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא".

נאר ערקלערט דער מדרש שמואל אויפן פלאץ, און אזוי ווערט אויך געברענגט בשם דער אריז"ל, אז דא שטייען צוויי באזונדערע זאכן, און די ערשטע טייל פון די משנה דארף מען זינגן מיט גאנץ אַן אנדערע ניגון... קודם זאגט עקביא בן מהללאל, ר' איד אויב ווילסטו נישט זינדיגן, דאן זיי זיך מתבונן אין די דריי גרויסע הייליגע זאכן, "דַע מֵאַיִן בָּאתָ, וּלְאָן אַתָּה הוֹלֵךְ, וְלִפְנֵי מִי אַתָּה עָתִיד לִתֵּן דִּין וְחֶשְׁבּוֹן" ווייס ווער דו ביסט און פון וואו דו שטאמסט, דו ביסט א איד פון זרע אברהם יצחק ויעקב, א חלק אלוקי ממעל וואס איז איין שטיק קדושה און לעכטיגקייט, און צום סוף וועסטו זוכה זיין אנצוקומען צו עולם הבא און זיך צו שטעלן פארן כסא הכבוד, און דער אייבישטער ערווארט דיין עבודה, עס איז הייליג און טייער ביי איהם, און ער וויל הערן פון דיר א גוטע דין וחשבון אויף דיינע מעשים! און דערפאר שטייט טאקע נישט אין די רֵישא פון די משנה די אלע זאכן וואס שרעקן אפ און צוקלאפן דעם מענטש.

און נאר נאכדעם קומט עקביא צו צום צווייטן טייל, אז ס'איז אויך דא אמאל וואס מ'דארף זיך האלטן קליין און צוברעכן דאס הארץ פארן אייבישטער, און דעמאלטס דארף מען טאקע טראכטן די אנדערע וועג, מֵאַיִן בָּאתָ מִטִּפָּה סְרוּחָה, וּלְאָן אַתָּה הוֹלֵךְ לִמְקוֹם עָפָר רִמָּה וְתוֹלֵעָה, און אזוי ווייטער.

די עיקר איז די עבודה פון בשבילי נברא העולם
און ווי די ספרים הקדושים זאגן אונז טאקע, אז געווענליך הערן מיר גענוג פון די טענה פון "ואנכי עפר ואפר", דער יצר הרע וועט זיכער מאכן דאס אונז צו דערמאנען כסדר; אזויווי מ'זעהט אלעמאל ווען א איד וויל צוגיין צו א מצוה אדער צו א דבר טוב, דעמאלטס וועט דער יצר הער איהם אריינרוקן א פאלשע ענוה און שפלות און איהם צוקלאפן זאגענדיג "וואס ביסטו דען ווערד? ווער מיינסטו דו ביסט? צו דען קענסטו זיך אפילו איינרעדן אז דיינע מצוות און דיינע גוטע קבלות האבן א חשיבות אין הימל?", דער יצר הרע איז א מומחה צו דערמאנען פארן מענטש אלע זיינע עבירות און שוואכקייטן כדי איהם צו מאכן פילן קליין און נישט ווערדיג צו קענען טוהן א מצוה פארן אייבישטער.

און דעריבער דארפן מיר זיך שטארקן מיט די צווייטע מדה פון "בשבילי נברא העולם", מיר דארפן זיך אנגארטלן מיט מוּט און שטארקייט קעגן דעם יצר הרע, און אויסשרייען, יא, איך בין ווערד! דער אייבישטער וויל מיין עבודה! דער אייבישטער ווארט אויף מיר! ער האט מיך באשאפן, און אנגעגרייט די גאנצע בריאה נאר פאר מיינעטוועגן, און ער ווארט אז איך זאל איהם דינען און מאכן א נחת רוח, איך בין א איד, איך האב א הייליגע נשמה און א נקודה פנימית, און איך דארף נישט מורא האבן צוצוטרעטן נאנט צום אייבישטער און טוהן זיין רצון.

און אז מיר וועלן זיך גוט מתבונן זיין וועלן מיר באמערקן אז דאס איז א וויכטיגע טייל פון אונזער עבודה, בפרט בזמן הזה, ווען מענטשן דרייען זיך ארום צוקלאפט און נידערשלאגן אז מ'האלט נאך אין ערגעץ נישט און מ'טוט גארנישט אויף ח"ו, דארפן מיר מקיים זיין דעם וַיִגְבַּה לִבּוֹ בְּדַרְכֵי הַשֵׁם און איינ'חזר'ען צו זיך אליינס ווי חשוב און באליבט אונזער עבודה איז אין הימל און וויפיל גוטע חלקים מיר האבן יא אין זיך, טראצדעם וואס מיר זענען נאך ווייט פון שלימות, און מיר האבן טאקע אויך חסרונות, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון אונזערע מעלות און אונזער חביבות וואס מיר האבן ביי אונזער טאטן אין הימל.

דו ווייסט ווער איך בין, און וואס איך טוה דא?
און דאס זעלבע איז טאקע מיט די אויבנדערמאנטע פראגע וואס דער מהרש"ב האט געפאדערט פון זיך, "ווער ביסטו און וואס טוסטו דא?!", וואס פארשטייט זיך אז דער מהרש"ב מיט זיינע גרויסע מדריגות און מיט זיין הייליגע עניוות האט דאס גענוצט אלס א שטארקע טענה און א תביעה און ער האט געמאָנט פון זיך אז ער האלט ווייט אוועק פון וואו ער וואלט געדארפט זיין... אבער די זעלבע ווערטער דארף א איד קענען זינגן מיט אַן אנדערע ניגון אויך, גענוי ווי די ווערטער פון עקביא בן מהללאל אין די משנה. א איד דארף קענען קלערן צו זיך מיט שטאלץ און גאוה דקדושה, "דו ווייסט ווער איך בין, און וואס איך טוה דא?!" אריינקלערנדיג צו זיך אז ער איז באמת א חלק אלוקי ממעל וואס פארמאגט א הייליגע און ריינע נשמה, און ער האט שוין זוכה געווען צו טוהן פילע מצוות און מעשים טובים וואס האבן גרויס חשיבות אויבן אין הימל.

די עבודה פונעם שטן אין די הייליגע טעג
און אויב דאס אלעס איז נוגע במשך די גאנצע יאר, איז דאָך על אחת כמה וכמה ווען עס קומען צו גיין די ימים נוראים, די הייליגע טעג ווען א איד שטעלט זיך פארן מלך מלכי המלכים, און גרייט זיך אריבערצומישן א נייע בלעטל, עס קומט א נייע יאר מיט א פרישע התחדשות, א זמן פון תשובה און תיקון המעשים און נייע קבלות טובות פארן קומענדיגן יאר.

אבער דא קומט דער שטן צו גיין מיט זיין שטענדיגע טענה, ועכשיו ביותר, טאקע יעצט אין דעם גרויסן זמן ארבעט ער מיט גרויס אימפעט, ווי מיר אלע קענען די מחשבות פון שפלות און צובראכנקייט וואס נעמט אונז ארום, ווען דער איד מאכט זיך א חשבון וויפיל מאל ער האט שוין פראבירט אנצוהייבן ראש השנה מיט א פרישקייט, אויך פאַריאָר האט ער זיך מקבל געווען גוטע קבלות, אבער ער האט דאס ליידער כמעט נישט אויסגעפירט, און עס שווימען ארויף אויפן געדאנק פארשידענע מחשבות וויאזוי די פארגאנגענע יאר האט אויסגעקוקט, און עס ווערט איהם שווארץ פאר די אויגן... ער פארלירט שוין באלד די גאנצע חשק צו וועלן זיך נעמען אין די הענט אריין פון דאסניי, ווייל ער שפירט ווי א דורכפאל, ווי איינער וואס איז ווייט נישט אנגעקומען דארט וואו ער האט ערווארטעט פון זיך אנצוקומען דורכ'ן יאר.

און טאקע צוליב דעם זענען אסאך מענטשן צוגעוואוינט צו טראכטן פון די ימים נוראים מיט א ביטערקייט; ווען זיי טראכטן נאר פון אלול און תשרי קומט עס באגלייט מיט שווערע געפילן און עצבות, און זיי ווילן שוין האלטן דערנאך. דאס איז אלעס א חלק פונעם עצת היצר, ווייל דער יצר הרע פלאנצט איין אין אונז די אלע מחשבות פון קטנות המוחין, פון זיך זעלבסט דערנידערן און קלאפן ביי זיך אז מ'איז גארנישט ווערד און מ'האט גארנישט אויפגעטוהן אויף די וועלט ביז אהער.

וואס דארף זיין אונזער עבודה אין די הייליגע טעג
אבער אויב א איד וועט זיך שטארקן מיט אביסל קוראזש, און חַזר'ן צו זיך אליינס, "דו ווייסט ווער איך בין, און וואס איך האב שוין אויפגעטוהן ביז אהער?" ער וועט זיך מאכן א חשבון הנפש אז ער איז בכלל נישט אזוי געפערליך ווי ער מיינט אז ער איז, סוף כל סוף האט ער זוכה געווען צו טוהן גאנץ אסאך גוטע זאכן דורכ'ן יאר, ער האט געהאט פארשידענע גוטע מינוטן פון וואס דער אייבישטער האט זיכער געהאט א תענוג און א נחת רוח פון איהם, און ער האט א נקודה פנימית וואס איז אלעמאל הייליג און טייער ביי אבינו שבשמים, און דער אייבישטער ווארט צו הערן פון איהם, דאן וואלט ער צוגעגאנגען צו די ימים נוראים מיט א גאנץ אנדערע געפיל, ער וואלט געשפירט דערהויבן און באליבט ביים אייבישטער, און ער וואלט פראבירט אנצוהייבן נאָכאַמאָל מיט א התחדשות.

אודאי דארף מען תשובה טוהן און אנערקענען אז מ'האט ליידער געזינדיגט און געטוהן געוויסע זאכן נישט ווי עס דארף צו זיין, א איד דארף לעבן מיט חשבון הנפש און מיט וידוי און חרטה אויף זיינע שלעכטע וועגן, און אודאי דארף ער זיך אליינס פרעגן וואו בין איך טאקע אויף די וועלט און וואס טוה איך דא, אבער עס טאר נישט קומען מיט די עצבות און ביטערקייט, עס טאר נישט קומען פון צוקלאפטקייט און יאוש, נאר עס דארף קומען פון התרוממות, פון דערהויבנקייט, פון א געפיל פון תשוקה און חשק צו ווערן בעסער און מער ערליך.
דער איד איז אלעמאל לעכטיג ביי השי"ת

און דערמיט קומען מיר צוריק צו די פסוקים מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן, וואו משה רבינו זאגט צו די אידן, "אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם", משה רבינו לערנט אונז דעם וועג, ווען עס קומט צו גיין דער הַיוֹם, דער גרויסער טאג פון ראש השנה, דארף א איד וויסן אז זיין תפקיד איז "אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם" ער דארף זיך אוועקשטעלן מיט א שטארקייט, ווי עס איז די טייטש פון די ווארט נצבים, נישט מיט א צוקלאפטע געמיט און א הרגשה אז ער איז גארנישט ווערד ח"ו, נאר ס'דארף זיין נִצָּבִים מיט א גאוה דקדושה.

און משה רבינו איז ממשיך ווייטער, רָאשֵׁיכֶם, שִׁבְטֵיכֶם, זִקְנֵיכֶם, וְשֹׁטְרֵיכֶם... מֵחֹטֵב עֵצֶיךָ עַד שֹׁאֵב מֵימֶיךָ, אפילו א איד שפירט ביי זיך אז ער איז גאר ווייט פון זיין מדריגה וואו ער וואלט געדארפט האלטן, לעצטע יאר ראש השנה האט ער זיך פאָרגענומען פארשידענע קבלות און החלטות און געפלאַנט צו וואקסן פון די רָאשֵׁיכֶם, שִׁבְטֵיכֶם, זִקְנֵיכֶם, און למעשה דערזעהט ער זיך יעצט אין א בחינה פון מֵחֹטֵב עֵצֶיךָ עַד שֹׁאֵב מֵימֶיךָ, וואס איז מרמז אויף קטנות און פשטות, ער האלט ליידער זייער ווייט אוועק פון זיינע שאיפות און רצונות, איז דאס אבער נישט קיין סיבה צו ווערן דערביטערט און געפאלן ביי זיך, טראץ דאס אלעס מוז ער ווייטער מקיים דעם "אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם" און קומען צו גיין מיט א שטארקייט פארן אייבישטער, און וויסן און גלייבן ווי חשוב און באליבט זיין קליין ביסל עבודה איז, און ווי שטארק ער האט נאך די מעגליכקייט תשובה צו טוהן און זיך באמת טוישן דאס יאר.

און דער איד וואס ווערט צובראכן און מיואש ביי זיך פון זיין מצב, עס איז "הוריקו פניהם, ואמרו מי יוכל לעמוד באלו" ער הייבט אָן צו שפירן אז ער איז גארנישט ווערד ח"ו און אז די תוכחה איז געזאגט געווארן פאר איהם, זאגט איהם משה רבינו אז דאס איז נישט די אמת, און וויפיל מיר האבן שוין ח"ו מכעיס געווען דעם אייבישטער האט ער אונז נאך אלס ליב און ער גיבט אונז נאך אלס האפענונג און א געלעגנהייט און גיבט אונז א אייביגע קיום צו קומען און שטיין פאר איהם.

און משה רבינו זאגט ווייטער, "הַיוֹם" זייטס ענק מתבונן אויף די סדר פונעם טאג, כיום הזה שהוא קיים והוא מאפיל ומאיר, כך האיר לכם וכך עתיד להאיר לכם, דער אייבישטער האט באלאכטן פאר אייך ביז היינט און ער וועט ווייטער שטענדיג באלייכטן פאר ענק, און מיר האבן מדייק געווען אז לכאורה וואלט ער געדארפט זאגן אז אפילו ס'איז יעצט 'טונקל' דאָך וועט נאכדעם אויפשיינען די לעכטיגקייט... אבער דער תירוץ איז, אז משה רבינו לערנט אונז דא אז עס איז בכלל נישט פארהאן קיין טונקלקייט, אפילו מיר מיינען טאקע אז עס איז 'מאפיל ומאיר' עס דאַכט זיך אונז אז מיר געפונען זיך יעצט אין א מצב פון חושך און מיר זענען פרעמד און דערווייטערט ח"ו און מיר האבן נישט מיט וואס צוצוטרעטן צום ראש השנה, זאגט אונז משה רבינו, ניין, עס איז בכלל נישט אזוי, "כך האיר לכם וכך עתיד להאיר לכם - עס איז געווען לעכטיג ביז היינט, עס איז יעצט ווייטער לעכטיג, און עס וועט זיין נאך לעכטיגער אין די צוקונפט", ר' איד האלט זיך נישט אזוי קליין, דו שיינסט און דו לייכסט ביים אייבישטער און ער ווארט אויף דיר, קום און שטעל זיך אוועק ראש השנה מיט א שטארקייט און א דערהויבנקייט און זיי עוסק אין תשובה און תיקון המעשים מיט א חיות דקדושה, ווייל דו מיט דיין עבודה זענען גאר טייער און חשוב אין הימל.

לסיכום געדענק:
• א איד דארף האבן צוויי וועגן אין עבודת השי"ת, אמאל דארף מען זיך האלטן קליין, און אמאל דארף מען וויסן זיך צו שטארקן מיט בשבילי נברא העולם.
• מיר דארפן זיך אנגארטלן מיט שטארקייט קעגן דעם יצר הרע און אויסשרייען איך בין ווערד! דער אייבישטער וויל מיין עבודה! דער אייבישטער ווארט אויף מיר!.
• בפרט אין די הייליגע טעג דארפן מיר מקיים זיין אתם 'נצבים' היום, צו אנערקענען אונזער חשיבות, און צוגיין מיט א דערהויבנקייט און א שמחה.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך א שעפעלע »

לייוו שיעור
ווער בין איך און וואס טו איך דא?!
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=254819

פרינט ארויס פי די עף
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 09&gil=172
פארשפארט