יהא זכרו ברוך

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ס'קען זיין אז די נייעס פארלאנגט זיך אן עקסטערע אשכול, אבער איך שרייב עס קודם דא - זאל טאקע זיין יהא זכרו ברוך!!!

א מורא'דיגע מעשה!

היינט איז נפטר געווארן הרב הצדיק רבי יצחק ראזענבוים זצ"ל, זון פון כ"ק אדמו"ר רבי דוד משה מ'קרעטשניף רחובות זצ"ל זייענדיג אלט בערך 50 יאר.

רבי יצחק האט מיטגעמאכט א שווער לעבן און זיך קיינמאל נישט מתרעם געווען.
ווען ער איז אלט געווען 3 יאר איז ער אראפגעפאלן פון די פיפנטע שטאק פון א בילדינג און נישט געזינט געווען אפאר יאר.

ער האט נאכדעם חתונה געהאט און זיך נעבעך גע'גט.

בערך צוויי חדשים צוריק איז ער געווען אין ניו יארק און געטראפן א איד וואס זיין ווייב האט געהאט די ריכטיגע מעשה אויף די לינגן ל"ע. רבי יצחק רחמנות האבענדיג אויף דעם איד, זיין ווייב און קינדער האט זיך אנגערופן אז ער נעמט איבער די מחלה!!! ביי די נעקסטע טעסט וואס די אידענע איז אדורך האט די דאקטאר צום ווינדער באשטעטיגט אז זי איז ריין!!! צוויי וואכן צוריק האט מען דייעגנאוזט רבי יצחק מיט "יענע מעשה אויף די לינגן"!!!

די נאכט האט רבי יצחק צוריקגעגעבן זיין לויטערע נשמה!

די לוי' קומט יעצט פאר אין ביהמ"ד קרעטשניף אין רחובות.

צווישן זיינע ברודערס זענען כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף רחובות שליט"א און כ"ק אדמו"ר מ'פרעמישלאן שליט"א

יהא זכרו ברוך. וזכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא. וזכותו הגדות יגן עלינו ועל כל ישראל.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך הרב_שלום »

בד"ה הרה"ח ר אפרים שמואל פעלדמאן ע"ה
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

בד"ה!

איז ער נישט געזונט געווען לעצטענס?
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

א קליפ ווי מען זעהט דעם נפטר ע"ה טאנצן "הייב אויף דיינע הענטעלעך" אינאיינעם מיט זיינע קינדער.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=riCDgVFQEqw[/youtube]
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

שעפטל האט געשריבן:ס'קען זיין אז די נייעס פארלאנגט זיך אן עקסטערע אשכול, אבער איך שרייב עס קודם דא - זאל טאקע זיין יהא זכרו ברוך!!!

א מורא'דיגע מעשה!

היינט איז נפטר געווארן הרב הצדיק רבי יצחק ראזענבוים זצ"ל, זון פון כ"ק אדמו"ר רבי דוד משה מ'קרעטשניף רחובות זצ"ל זייענדיג אלט בערך 50 יאר.

רבי יצחק האט מיטגעמאכט א שווער לעבן און זיך קיינמאל נישט מתרעם געווען.
ווען ער איז אלט געווען 3 יאר איז ער אראפגעפאלן פון די פיפנטע שטאק פון א בילדינג און נישט געזינט געווען אפאר יאר.

ער האט נאכדעם חתונה געהאט און זיך נעבעך גע'גט.

בערך צוויי חדשים צוריק איז ער געווען אין ניו יארק און געטראפן א איד וואס זיין ווייב האט געהאט די ריכטיגע מעשה אויף די לינגן ל"ע. רבי יצחק רחמנות האבענדיג אויף דעם איד, זיין ווייב און קינדער האט זיך אנגערופן אז ער נעמט איבער די מחלה!!! ביי די נעקסטע טעסט וואס די אידענע איז אדורך האט די דאקטאר צום ווינדער באשטעטיגט אז זי איז ריין!!! צוויי וואכן צוריק האט מען דייעגנאוזט רבי יצחק מיט "יענע מעשה אויף די לינגן"!!!

די נאכט האט רבי יצחק צוריקגעגעבן זיין לויטערע נשמה!

די לוי' קומט יעצט פאר אין ביהמ"ד קרעטשניף אין רחובות.

צווישן זיינע ברודערס זענען כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף רחובות שליט"א און כ"ק אדמו"ר מ'פרעמישלאן שליט"א

יהא זכרו ברוך. וזכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא. וזכותו הגדות יגן עלינו ועל כל ישראל.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות


ווילאנג די ווייזט נישט אז די מעשה וואס די פארציילסט איז אמת כמין ימא לטוגנא, דאקיומענטעד פאר זיין דייעגנאוסיז וועט א נארמאלע בר דעת עס דיסריגארדען אלץ נאך א באבע מעשה.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

פערינא האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:ס'קען זיין אז די נייעס פארלאנגט זיך אן עקסטערע אשכול, אבער איך שרייב עס קודם דא - זאל טאקע זיין יהא זכרו ברוך!!!

א מורא'דיגע מעשה!
בערך צוויי חדשים צוריק איז ער געווען אין ניו יארק און געטראפן א איד וואס זיין ווייב האט געהאט די ריכטיגע מעשה אויף די לינגן ל"ע. רבי יצחק רחמנות האבענדיג אויף דעם איד, זיין ווייב און קינדער האט זיך אנגערופן אז ער נעמט איבער די מחלה!!! ביי די נעקסטע טעסט וואס די אידענע איז אדורך האט די דאקטאר צום ווינדער באשטעטיגט אז זי איז ריין!!! צוויי וואכן צוריק האט מען דייעגנאוזט רבי יצחק מיט "יענע מעשה אויף די לינגן"!!!

די נאכט האט רבי יצחק צוריקגעגעבן זיין לויטערע נשמה!


ווילאנג די ווייזט נישט אז די מעשה וואס די פארציילסט איז אמת כמין ימא לטוגנא, דאקיומענטעד פאר זיין דייעגנאוסיז וועט א נארמאלע בר דעת עס דיסריגארדען אלץ נאך א באבע מעשה.

ולא עם הארץ חסיד, ס'איז קעגן אידישע הלכה זיך צו הרג'נען כדי צו ראטווען א צווייטן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נולד מאוחר האט געשריבן:ולא עם הארץ חסיד, ס'איז קעגן אידישע הלכה זיך צו הרג'נען כדי צו ראטווען א צווייטן.


זעה דא איז מען זיך מפלפל דערוועגן:

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 25#p613225
וירח ה' את ריח הניחוח
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

choini hamagel
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

האב איך געהערט די מעשה פון איימיצן וואס קען גוט די משפחה אין אפסטעיט נ.י. ווי די פרוי האט באקומען א גענצליכע רפואה צו די שטוינונג פון די דאקטוירים, און דער וואוילער איד האט בלויז צוויי וואכן נאכ'ן אנטראגן צו איבערנעמען די מחלה פארלאזט די וועלט.

בלויז א קלייניקייט וואס ווערט נישט דא געהעריג באהאנדלט, דער איד איז אלע יארן א גאר מיטגעמאכטער מענטש, האט נעבעך נישט געהאט קיין קינדער און האט זיך געמוטשעט מיט פארשידענע מיחושים, האט ער געזאגט, וואס טויגט אים דאס אפגעמוטשעט לעבן בכלל צו קענען צוקוקן ווי א מאמע פון קינדערלעך זאל זיך מוטשן און חלילה איבערלאזן קליינע יתומים'לעך, און ער האט אנגעטראגן אז ער איז גרייט ס'איבערצונעמען, און געבעטן א תפילה אז ער זאל עס איבערנעמען, און ס'האט פאסירט וואס ס'האט פאסירט.. יהי זכרו ברוך.
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

בד"ה: הרה"צ יצחק רוזנבוים זצ"ל השני

שליחה דורך היסטאריקער »

הבן לבית ראחוב • הרה"צ רבי יצחק רוזנבוים זצ"ל
הלך לעולמו הרה"צ רבי יצחק (איצ'ה) רוזנבוים זצ"ל, בנו של האדמו"ר מראחוב זצ"ל • נפגע קשה בתאונה לפני שנים רבות ומאז התייסר בייסורים קשים
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

נאך א מזל איך הייס נישט יצחק ראזענבוים...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ברוך דיין אמת
הב' יחזקאל ע"ה בן הרב שלמה רובין אב"ד ציעשנוב - קרית יואל
לויה יעצט אין פראנט פון הויז פון אדמו"ר מהר"א 5 צאנז קארט

געווען נישט געזונט?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ברוך דיין האמת:
הילד יחזקאל ז"ל בן הגה"צ חו"פ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשינוב - קרית יואל, ומשפיע רוחני במבצר הישיבות - מתיבתא בקרית יואל.

יחזקאל'ע איז שוין נעבעך ס'צווייטע נישט געזינטע קינד וואס הצדיק רבי שלמה האט פארלוירן (זיין זון הילד אהרן ז"ל איז אויך נישט געזינט געבוירן).

טראץ די אלע מיטמאכענישן, איז רבי שלמה באקאנט אז א איד פול מיט אמונה און בטחון און גאר דער וואס איז מחזק אידישע קינדער אין פאל פון נויט!

די לוי' קומט יעצט פאר פראנט פון הויז פון האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף צאנז קארט.

מ'פירט אים צו די סאטמארע חלקה אין ניו דזשערסי

ת.נ.צ.ב.ה.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ביי וועם איז ער אן איידעם?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

זר זהב האט געשריבן:ביי וועם איז ער אן איידעם?

ר' שלמה איז א זון פון הגה"צ ר' חיים יעקב רובין שליט"א אב"ד ציעשינוב, ור"מ ישיבה גדולה ד'סאטמאר בארא פארק.
און איידעם ביי הגה"צ ר' דוד מייזליש שליט"א - אב"ד קהל יטב לב ד'סאטמאר מאנטריאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

נעבעך. אזא צער ווי די קליינע ברודער שטייען דארט אין די זייט. ער איז א שטארקער מענטש, שוין געהערט רעדן עטליכע מאל
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין צייטונג המבשר שטייט אז די קינד האט זיך אופגעהאלטען אין המספיק און איז אוועק ווען די עלעקטעריק האט אויפגעהערט צו ארבייטען ביי די האריקען , און אלע זיינע מאשינ'ס האבען זיך אפגעשטעלט. אויב ס'אמת איז עס א סקאנדאל פארוואס המספיק האט נישט קיין געהעריגע זשענערעיטער
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

באריכט

שליחה דורך שעפטל »

היינט אינדערפרי איז ליידער אנגעקומען די נישט גוטע בשורה איבער די פטירה פון הבחור החשוב שלום יחזקאל שרגא ע"ה בן הרה"ג ר' שלמה רובין שליט"א משפיע רוחני בישיבה גדולה ומחשובי נכדי מרן רביה"ק זי"ע בעל ברך משה, בן הגה"צ מציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו בב"פ, וחתן הגה"צ גאב"ד ד'קהלתינו מאנטריאל שליט"א, וועלכער איז ל"ע אוועק נאכ'ן מיטמאכן יסורים ומכאובים כל ימי חייו ר"ל אין עלטער פון בלויז זעכצן יאהר.

צוליב'ן שווערער וועטער און שפעטער שעה איז נישט ערמעגליכט געווען אויסצווארטן מיט די לוי' פאר די זיידע'ס שליט"א וקרובי המשפחה נאר מען האט תיכף געמאכט די טהרה און אפגעראכטן די לוי'.

די לוי' איז ארויס פארנט פון ביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א אויף צאנז קט. אין קרית יואל, ווי עס איז קודם פאהרגעזאגט געווארן פסוקי תהלים,
ביים פאהרזאגן פרקי תהלים.jpg

און דאן האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן מיט די דברי הספד בקול בכי מאוד, ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט א טייטש וואס דער הייליגער חתם סופר האט געזאגט ביי א בר מצוה פרוואס מ'רופט דעם בחור בלשון "בחור" און נישט בלשון "בוחר" – ווייל הקב"ה איז אים בוחר, נישט אז ער איז בוחר, דערפאר הייסט ער בחור - אויסדערוועלט.
‫‫דער רבי שליט"א האט ערווענט דאס ענין אז דער נפטר איז מחמת יסוריו געווען פטור מן המצוות, פארט אבער האט אים זיין טאטע שליט"א אריינגעברענגט צו די מצוות, דער רבי האט דערמאנט אז ער האט זיך משתתף געווען ביי דעם ברית, און אזוי אויך ביים חדר פירן ווי דאס קינד האט נעבעך נישט געקענט זאגן קיין אל"ף בי"ת אבער די קינדער האבן געזאגט און ס'איז געווען א בחינה ווי שומע כעונה.
אזוי אויך האט דער רבי דערמאנט די בר מצוה, און ווי דער טאטע איז געגאנגען יעדן טאג לייגן תפילין פאר'ן קינד כאטשיק ער איז נישט געווען מחויב – אז דאס קינד גייט ארויף אויפן עולם העליון, גייט ער ארויף אלס ‫‫נפש נקי וטהורה.
‫‫דערביי האט דער רבי שליט"א דערמאנט אז דער נפטר האט געטראגן אזא הייליג נאמען שלום יחזקאל שרגא נאכ'ן ערשטן בעלזע'ר רב זי"ע און נאכ'ן שינאווע'ר רב זי"ע - אזעלכע קדושים, זאל ער ארויף גיין אין זייערע היכלים מעורר רחמים זיין, פאר'ן דור.
‫‫דאן האט זיך דער רבי שליט"א בבכי' עצומה משתתף געווען בצערם פון די חשובע בני משפחה – גיסו הגה"צ מאנטריאלע'ר רב שליט"א ואחותו הרבנית תליט"א, וועלכע מאכן שוין ליידער דא מיט נישט דאס ערשטע אומגליק ל"ע, און ארויסגעברענגט אז דער מסבב כל הסיבות האט אזוי צוגעגעפירט אז די זיידע'ס און באבע'ס האבן זיך נישט געקענט משתתף זיין בצער צאצאיהם.
‫‫באזונדער האט דער רבי שליט"א בתוך דבריו ארויסגעברעגט די אבידה פון די עלטערן הרה"ג ר' שלמה שליט"א וב"ב וואס האבן זיך אזוי געטריי אפגעגעבן מיט זייער באליבט קינד במשך די זעכצן יאהר.
‫‫לסיום דבריו האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט דאנק ווערטער פאר מוה"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו מנהל מוסד המספיק ואתו עמו אלע מיטהלעפער אינע'ם מוסד וועלכע האבן זיך אפגעגעבן מיט'ן נפטר מיט אזא מסירות במשך פון די גאנצע צייט – זאגענד'יג אז דאס קומט פון די מדות פון אברהם אבינו גומלי חסדים און אז נאר דער באשעפער קען און זאל זיי באצאלן.
דער רבי שליט''א ביים הארץ-רייסענדן הספד.jpg

‫‫נאך די הארץ-רייסענדן הספד האט אין קורצע ווערטער זיך געזעגענט דער צובראכענער פאטער הרה"ג ר' שלמה שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט די שווערע אבידה און די גרויסע ווייטאג,און געזאגט אז דער פעטער – מרן רבינו שליט"א האט שוין דערמאנט די זכי' וואס ער האט געהאט אז ער האט געקענט לייגן תפילין פאר זיין קינד.
‫‫בתוה"ד האט ר' שלמה שליט"א דערמאנט אז זקינו מרן רביה"ק זי"ע איז געווען דער סנדק פונעם קינד דאהי אין קרית יואל, און האט בשעת'ן ברית מרגיש געווען אז דער מצב פונעם קינס איז נישט אמבעסטן.
‫‫ר' שלמה האט ‫‫ארויסגעברענגט די מסירות נפש פון זיין רעביצין תחי', און אויך דערמאנט א יישר כח פאר'ן חשוב'ן מוסד המספיק און פאר אלע וואס האבן במשך די יאהרן צוגעהלפן וואס נאר מעגליך.
‫‫צום שלוס האט ר' שלמה מסיים געווען בברכה אז קיינער זאל נישט דורך גיין קיין שוועריקייטן מיט קינדער און חלילה נישט וויסן וואס דאס מיינט. ושלא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו.
בשעת די דברי הספד פונעם טאטן הרה''ג ר' שלמה רובין שליט''א.jpg

‫‫דערנאך האט מיט קורצע ווערטער מספיד געווען מוה"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו מנהל מוסד המספיק,
ר' מאיר ווערטהיימער מנהל מוסד המספיק ביים זיך געזעגענען.jpg

און דאן האט מען באגלייט דעם ארון וואס איז געפירט געווארן דורך אן הצלה אמבולאנס מיט די אנפירערשאפט פון ר' משה לייב וויטריאל הי"ו דירעקטער פון די פאבליק סעפטי וועלכ'עס האט געטראגן דעם פאטער הרה"ג ר' שלמה שליט"א מיט א מנין צום ביה"ח ד'קהילתינו אין ניו דשערסי ווי דער נפטר איז געקומען לקבורה נעבן זיין ברידער - ובמותם לא נפרדו.

אין די אווענט שטונדן איז דער רבי שליט"א געווען מנחם אבל זיין אין שטוב פון הרה"ג ר' שלמה רובין שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן פריוואט א לענגערע שעה, ווי דערביי האבן זיך (שוין) אויך געפונען די זיידע'ס הגה"צ גאב"ד ד'קהלתינו מאנטריאל שליט"א און הגה"צ מ'ציעשנוב וראש ישיבתינו בב"פ שליט"א

‫‫-ובלע המות לנצח-
-בשורות טובות-

(קרעדיט בחצרות סאטמאר bechatsrossatmar@gmail.com)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
עסן עסט'זיך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך עסן עסט'זיך »

א פלא וויאזוי רעביס פארשטייען נישט וואס א גוי פארשטייט, אבאמא און ראמניי קאמפייינען נישט אין די טעג פון הוריקעין סאנדי, אבער די גאנצע טארארם און פראפאגאנדע ביי א לויה פון א קינד איז אומלויבלעך, צייל אפ וויפעל מאל שטייט די ווארט רבינו שליט"א אין די ארטיקעל איבער די צרה פון א פארלוסט פון א נישט געזונט קינד
קליגער איד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:55 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך קליגער איד »

ראשעקאל האט געשריבן:אין צייטונג המבשר שטייט אז די קינד האט זיך אופגעהאלטען אין המספיק און איז אוועק ווען די עלעקטעריק האט אויפגעהערט צו ארבייטען ביי די האריקען , און אלע זיינע מאשינ'ס האבען זיך אפגעשטעלט. אויב ס'אמת איז עס א סקאנדאל פארוואס המספיק האט נישט קיין געהעריגע זשענערעיטער

מיין אינגעל זאגט און אזא צייט עס איז שטותים מיט לאקשען. עס איז ליגענט ער איז אוועק וויל עס איז געקומען די מינוט וואס ער האט געדארפט גיין..............
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

עסן עסט'זיך האט געשריבן:א פלא וויאזוי רעביס פארשטייען נישט וואס א גוי פארשטייט, אבאמא און ראמניי קאמפייינען נישט אין די טעג פון הוריקעין סאנדי, אבער די גאנצע טארארם און פראפאגאנדע ביי א לויה פון א קינד איז אומלויבלעך, צייל אפ וויפעל מאל שטייט די ווארט רבינו שליט"א אין די ארטיקעל איבער די צרה פון א פארלוסט פון א נישט געזונט קינד

וואס פונקטליך האסטו געוואלט זאל שטיין במקום רבינו שליט"א, דאס קומט דאך פון א סאטמארע נייעס קוואל, דאס איז פונקט ווי ראמני זאל קאמפלעינען אז מ'רופט אבאמא "פרעזידענט" אבאמא אינמיטן די האריקעין
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

עסן עסט'זיך האט געשריבן:א פלא וויאזוי רעביס פארשטייען נישט וואס א גוי פארשטייט, אבאמא און ראמניי קאמפייינען נישט אין די טעג פון הוריקעין סאנדי, אבער די גאנצע טארארם און פראפאגאנדע ביי א לויה פון א קינד איז אומלויבלעך, צייל אפ וויפעל מאל שטייט די ווארט רבינו שליט"א אין די ארטיקעל איבער די צרה פון א פארלוסט פון א נישט געזונט קינד

:o :shock: :?

(און ביזדערווייל איז דע אשכול געשטאנען אינדרויסן פון פאליטיק, ווארף אים נישט אריין אין צימעס ביטע)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

מזל טוב! נהפך מאבל ליום טוב!!!

שליחה דורך שעפטל »

עס באלאנגט טאקע נישטא, אבער אלס 'נהפך מאבל ליום טוב', לייג איג איך עס נאכן ריפארטן די שלעכטע נייעס:

מזל טוב!!!

הגה"צ חו"פ רבי שלמה רובין שליט"א משפיע רוחני במבצר הישיבות ד'סאטמאר בק"י ורב דביהמ"ד דברי שמחה ד'ציעשנוב בקרית יואל לרגל הולדות הבת למז"ט!

זאל ער זוכה זיין צו זעהן אסאך אידיש נחת פון די קינד און פון אלע קינדערלעך און קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער, אמן!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט