שו"ת אין ביקורת המקרא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
די וואך איז דא א פסוק וואס זעהט זייער שטארק אויס ווי א פשוט'ע גרייז, דאס איז פרק ט פסוק ד: אל תאמר בלבבך בהדף ה' אלקיך אתם מלפניך לאמר בצדקתי הביאני ה' לרשת את הארץ הזאת וברשעת הגוים האלה ה' מורישם מפניך. און די פסוק איז ממשיך: לא בצדקתך ובישר לבבך אתה בא לרשת את ארצם כי ברשעת הגוים האלה ה' אלקיך מורישם מפניך ולמען הקים את הדבר אשר נשבע ה' לאבתיך לאברהם ליצחק וליעקב.
די שוועריגקייט איז קלאר, די פסוק הייבט אן אז דו זאלסט נישט זאגן אז די רשעות פון די גוים האט דיר געמאכט באקומען דאס לאנד, און פירט אויס אז יא דאס איז די גורם. אין די מפרשים זענען דא צוויי מהלכים צוצוגיין צו די פסוקים.
רש"י זאגט: אל תאמר בלבבך צדקתי ורשעת הגוים גרמו. זאלסט נישט זאגן אז ביידע זאכן זענען די גורם ווייל נישט די צדקות איז די גורם נאר די רשעות איז די גורם. מיט די מהלך גייען אויך די רשב"ם, ר"י בכור שור ועוד
די גרעסטע שוועריגקייט פון די פשט איז די שינוי לשון פון גוף ראשון צו גוף שני, עס וואלט געדארפט שטיין וברשעת הגוים האלה ה' מורישם מפני, רד"צ הופמן פרובירט עס מיישב זיין, והעלה בידו חרס
א צווייטע מהלך איז פונעם רמב"ן וואס לערנט אז וברשעת הגוים וכו' איז שוין די אויספיר, כאילו עס וואלט אינעם ערשטן פסוק אויך געשטאנען "כי" ברשעת הגוים, און ווי שד"ל איז מסביר איז די וי"ו א וי"ו התנגדות און ברענגט אויף דעם עטליכע דוגמאות: ודוגמתה והם עמך ונחלתך, וכן מדוע באתם אלי ואתם שנאתם אותי, למה תקראנה לי נעמי וה׳ ענה בי, איך תאמר אהבתיך ולבך אין אתי, מה תתן לי ואנכי הולך ערירי, וכן האף אמנם אלד ואני זקנתי, מה לך לספר חקי וגו׳ ואתה שנאת מוסר
די שוועריגקייט מיט די פשט איז צווייפאכיג, קודם זענען די דוגמאות נישט דומה אהער, די אלע זענען א לשון תמיה און טייטשט זיך "ווען", למשל מדוע באתם וכו' וואס טייטשט זיך פארוואס זענט עטס געקומען ווען עטס האטס מיך פיינט, פארוואס רופט עטס מיר נעמי ווען ה' האט מיר געפייניגט וכו' (והם עמך ונחלתך איז אויך א המשך פון פן יאמרו פון א פסוק בעפאר וואס איז א לשון תמיה), אבער דא פאסט זיך עס בכלל נישט
אבער חוץ מזה איז שווער פארוואס די פסוק חזר'ט עס נאכאמאל איבער "לא בצדקתך ובישר לבבך אתה בא לרשת את ארצם כי ברשעת הגוים האלה ה' אלקיך מורישם מפניך", אויב די זעלבע זאך איז שוין געשטאנען א פסוק פארדעם. די רמב"ן באווארענט זיך דערויף און שרייבט: והנה זה טעם באבדן הגוים ההם, ולא נתן להם טעם ברשת ישראל את הארץ, על כן חזר וביאר: לא בצדקתך שתהיה צדיק במעשה, ולא אפילו בלב ישר שהיה לך, רק ברשעת הגוים אבדו הם, ובעבור שבועת אבותיך ירשת אתה את הארץ, כי אין החטא שלך יכול לבטל המתנה שנתן לאבותיך כי בשבועה נתנה להם.
די תירוץ איז שוואך ווייל ער קען דאס אלעס זאגן גלייך ביים ערשטן מאל און דארף נישט נאכאמאל איבערזאגן די גאנצע זאך צו קענען מוסיף זיין "וביושר לבבך" און "ולמען הקים את הדבר אשר נשבע ה' לאבתיך לאברהם ליצחק וליעקב"
אין די תרגום השבעים (Septuagint) שטייט בכלל נישט די צווייטע חלק פסוק, און די פסוקים ליינען זיך אזוי: אל תאמר בלבבך בהדף ה' אלקיך אתם מלפניך לאמר בצדקתי הביאני ה' לרשת את הארץ הזאת, לא בצדקתך ובישר לבבך אתה בא לרשת את ארצם כי ברשעת הגוים האלה ה' מורישם מפניך ולמען הקים את הדבר אשר נשבע ה' לאבתיך לאברהם ליצחק וליעקב. הערליך!
דאס ברענגט אסאך חוקרים צו שפעקולירן אז די שטיקל איז בטעות אריינגעפאלן פונעם צווייטן פסוק, בפרט אז לויטן תרגום השבעים שטייט נישט די ווארט "אלקיך" אינעם צווייטן פסוק וואס קומט אויס ממש ווארט ביי ווארט בלויז צוגעלייגט א וי"ו!

- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אזוי ווי כ'האב נישט געטראפן קיין אשכול ווי מען קען פרעגן פשט, און שטעלן פראגעס אויף פסוקי התורה און דרשת חז"ל, פרעג איך עס דא.
לעצטע וואך פרשת ראה שטייט אין די תורה אזוי:
יב כִּי-יִמָּכֵר לְךָ אָחִיךָ הָעִבְרִי, אוֹ הָעִבְרִיָּה--וַעֲבָדְךָ, שֵׁשׁ שָׁנִים; וּבַשָּׁנָה, הַשְּׁבִיעִת, תְּשַׁלְּחֶנּוּ חָפְשִׁי, מֵעִמָּךְ. יג וְכִי-תְשַׁלְּחֶנּוּ חָפְשִׁי, מֵעִמָּךְ--לֹא תְשַׁלְּחֶנּוּ, רֵיקָם. יד הַעֲנֵיק תַּעֲנִיק, לוֹ, מִצֹּאנְךָ, וּמִגָּרְנְךָ וּמִיִּקְבֶךָ: אֲשֶׁר בֵּרַכְךָ ה' אֱלֹקיךָ, תִּתֶּן-לוֹ. טו וְזָכַרְתָּ, כִּי עֶבֶד הָיִיתָ בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם, וַיִּפְדְּךָ, ה' אֱלֹקיךָ; עַל-כֵּן אָנֹכִי מְצַוְּךָ, אֶת-הַדָּבָר הַזֶּה--הַיּוֹם. טז וְהָיָה כִּי-יֹאמַר אֵלֶיךָ, לֹא אֵצֵא מֵעִמָּךְ: כִּי אֲהֵבְךָ וְאֶת-בֵּיתֶךָ, כִּי-טוֹב לוֹ עִמָּךְ. יז וְלָקַחְתָּ אֶת-הַמַּרְצֵעַ, וְנָתַתָּה בְאָזְנוֹ וּבַדֶּלֶת, וְהָיָה לְךָ, עֶבֶד עוֹלָם; וְאַף לַאֲמָתְךָ, תַּעֲשֶׂה-כֵּן.
דאס איז די פרשה פון הענקה, אז ווען מען שיקט אוועק אן עבד עברי נאך זיין 6 יאר פון ארבעט, דארף מען אים געבן שיינע מתנות פון צאן גורן ויקב. די פסוק ענדיגט מיטן פרט, אז אויב וויל די עבד נישט גיין, דאן זאל מען אים בויערן די אויער מיט א מרצע, און דאן קען ער בלייבן אן עבד פאר אייביג (ביז יובל) און די פסוק פירט אויס "און אזוי אויך זאל מען טון פאר אן אמה עבריה".
בפשטות מיינט די פסוק אז אויב א אמה עבריה וויל בלייבן, דאן זאל מען איר אויך בויערן די אויער.
למעשה זאגט רש"י אויפן פלאץ בשם די גמרא קידושין יז:, אז מען בויערט נאר אן עבד און נישט קיין אמה. און דאס לערנט מען ארויס פונעם פסוק אין פרשת משפטים, שמות כא, ה, ואם אמר יאמר "העבד" וכ' דרש'נט מען פון דעם, אז דווקה אן עבד קען דורכגיין דעם פראצעדור, אבער נישט קיין אמה עבריה. איי עס שטייט דאך ואף לאמתך תעשה כן? זאגט די גמרא אז דאס גייט ארויף אויף די פריערדיגע נושא פון הענקה, אז ווען אן אמה ענדיגט איר ארבעט נאך 6 יאר באקומט זי אויך הענקה.
אויב אזוי וויל איך פארשטיין פארוואס די פסוק פירט אויס די ווערטער פון וְאַף לַאֲמָתְךָ, תַּעֲשֶׂה-כֵּן ערשט נאך די גאנצע נושא פון בויערן די אויער? פארוואס שטייט עס נישט אין די פסוק פון הענקה? זאל שטיין אזוי: הַעֲנֵיק תַּעֲנִיק, לוֹ, מִצֹּאנְךָ, וּמִגָּרְנְךָ וּמִיִּקְבֶךָ -וְאַף לַאֲמָתְךָ, תַּעֲשֶׂה-כֵּן...
דער אמת איז אז מיין קשיא איז נאך שטערקער, די פרשה הייבט זיך דאך אן: כִּי-יִמָּכֵר לְךָ אָחִיךָ הָעִבְרִי, אוֹ הָעִבְרִיָּה! נו שטייט דאך קלאר אז מען רעדט אויך פון אן אמה עבריה, זי באקומט אויך הענקה, נו פארוואס דארף שפעטער בכלל שטיין ואף לאמתך תעשה כן? עס זעט גאר שטארק אויס פון די סדר הפסוקים אז די ואף לאמתך וכ' גייט יא ארויף אויף בויערן די אויער. איי אין משפטים שטייט העבד? קען מען זאגן אז ס'איז לאו דווקא...
כ'וויל אנמערקן אז די קשיא איז נישט אויף די פסוקים, נאר אויף די דרשות חז"ל, סאו ס'איז נישט ממש קיין ביקורת המקרא.
ווער עס האט א גוטן תירוץ איז מכובד צו ענטפערן... קען זיין אז די מפרשים רעדן דערפון און געבן גוטע תירוצים, די קשיות איז מיר פשוט איינגעפאלן בשעת קריאת התורה לעצטע וואך, און היות כ'בין זייער פארנומען די טעג, האב איך נאכנישט געהאט קיין צייט צו קוקן וואס די מפרשים האבן צו זאגן, אבער כ'וועל מיך פרייען צו הערן א צופרידנשטעלנדע ענטפער.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
די מצוה פון ביכורים (דברים כו) מיט וואס אונזער פרשה הייבט זיך אן, איז מען געוואוינט צו פארשטיין אלס א מצוה וואס גייט אן יעדער איינציגסטער יאר ווען די פרוכט ווערט געצייטיגט. אזוי איז טאקע משמע פון די פסוק אין שמות (כג) שָׁלֹשׁ פְּעָמִים בַּשָּׁנָה יֵרָאֶה כׇּל זְכוּרְךָ אֶל פְּנֵי הָאָדֹן י״י. לֹא תִזְבַּח עַל חָמֵץ דַּם זִבְחִי וְלֹא יָלִין חֵלֶב חַגִּי עַד בֹּקֶר. רֵאשִׁית בִּכּוּרֵי אַדְמָתְךָ תָּבִיא בֵּית י״י אֱלֹהֶיךָ, וואו די מצוה פון ביכורים שטייט צווישן מצות וואס גייען אן יאר יערליך. ווען מען לערענט אבער פרשת כי תבוא אליין זעט לכאורה אויס אז ביכורים איז אן איינמאליגן צערעמאניע וואס מען דארף טון די ביי די ערשטע שניט נאכן אריינקומען צו ארץ ישראל. קודם איז אזוי משמע פון די פלאץ וואו עס שטייט, צווישן מלחמת עמלק און די הר עיבל צערעמאניע וועלכע גייען נאר אן גלייך ביים אריינגיין צו א''י (למעשה איז דאס נישט די שטערקסטע ראיה ווייל די פרשה גלייך נאכדעם - ווידוי מעשרות - איז יא א מצוה וואס גייט אן אייביג, אבער למעשה פארוואס ווערט טאקע נישט דערמאנט ביכורים ביי ווידוי מעשר? ערש''י ד''ה וגם), און אזוי אויך איז דאס די פשוט'ע אפטייטש פון וְהָיָה֙ כִּֽי־תָב֣וֹא אֶל־הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁר֙ יְהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֖ נַחֲלָ֑ה וִֽירִשְׁתָּ֖הּ וְיָשַׁ֥בְתָּ בָּֽהּ, און עס ווערט נישט דערמאנט בכל אורך הפרשה אז די צערעמאניע דארף זיך איבערחזרן יעד'ס יאר.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
והיה כי תבוא אל הארץ שטייט אויך אויף מצות וואס גייט אן כסדר. והיה כי יביאך זאגסטו יעדן טאג?כרם זית האט געשריבן:די מצוה פון ביכורים (דברים כו) מיט וואס אונזער פרשה הייבט זיך אן, איז מען געוואוינט צו פארשטיין אלס א מצוה וואס גייט אן יעדער איינציגסטער יאר ווען די פרוכט ווערט געצייטיגט. אזוי איז טאקע משמע פון די פסוק אין שמות (כג) שָׁלֹשׁ פְּעָמִים בַּשָּׁנָה יֵרָאֶה כׇּל זְכוּרְךָ אֶל פְּנֵי הָאָדֹן י״י. לֹא תִזְבַּח עַל חָמֵץ דַּם זִבְחִי וְלֹא יָלִין חֵלֶב חַגִּי עַד בֹּקֶר. רֵאשִׁית בִּכּוּרֵי אַדְמָתְךָ תָּבִיא בֵּית י״י אֱלֹהֶיךָ, וואו די מצוה פון ביכורים שטייט צווישן מצות וואס גייען אן יאר יערליך. ווען מען לערענט אבער פרשת כי תבוא אליין זעט לכאורה אויס אז ביכורים איז אן איינמאליגן צערעמאניע וואס מען דארף טון די ביי די ערשטע שניט נאכן אריינקומען צו ארץ ישראל. קודם איז אזוי משמע פון די פלאץ וואו עס שטייט, צווישן מלחמת עמלק און די הר עיבל צערעמאניע וועלכע גייען נאר אן גלייך ביים אריינגיין צו א''י (למעשה איז דאס נישט די שטערקסטע ראיה ווייל די פרשה גלייך נאכדעם - ווידוי מעשרות - איז יא א מצוה וואס גייט אן אייביג, אבער למעשה פארוואס ווערט טאקע נישט דערמאנט ביכורים ביי ווידוי מעשר? ערש''י ד''ה וגם), און אזוי אויך איז דאס די פשוט'ע אפטייטש פון וְהָיָה֙ כִּֽי־תָב֣וֹא אֶל־הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁר֙ יְהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֖ נַחֲלָ֑ה וִֽירִשְׁתָּ֖הּ וְיָשַׁ֥בְתָּ בָּֽהּ, און עס ווערט נישט דערמאנט בכל אורך הפרשה אז די צערעמאניע דארף זיך איבערחזרן יעד'ס יאר.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
די תורה דערמאנט נישט קיין שום אנדייטונג אז ביכורים איז אן אנגייענדע מצוה, אזוי אויך איז עס צווישן פרשיות וואס זענען אלע איינמאליגע מצות. אדרבה, לערן דורך די פרשה אן קיין הנחה קדמות און זאג מיר וואס די פשטות איז. ולא באתי רק להעיר.
אגב, איך פיר מיך נישט ווי ר' פייויש דער רבי פון דער ב''ח צו זאגן די ד' פרשיות מיט די תפילין, איך פיר זיך ווי דער גר''א וועלכע האט זיי נישט געזאגט.
אגב, איך פיר מיך נישט ווי ר' פייויש דער רבי פון דער ב''ח צו זאגן די ד' פרשיות מיט די תפילין, איך פיר זיך ווי דער גר''א וועלכע האט זיי נישט געזאגט.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
די שבת האב איך געזען אין 'כמוצא שלל רב' בשם דער ציץ אליעזר (חלק טו סימן טז) וואו ער איז מחדש ע''פ פשטות הכתובים (ולא כמו שנפסק בהרמב''ם) אז ביכורים איז נישט קיין יערליכע מצוה אין די פעלד, נאר אן איינמאליגע מצוה וואס מען דארף טון ווען מען באקומט א נייע פעלד. וזה ממש כמו שכתבתי און מען דארף נישט צו קומען צו בקורות המקרא ווייל זיין חידוש שטימט זייער גוט מיט אלע פסוקים אין די תורה [רק יש להעיר ממש''כ בנחמיה (י לו) וּלְהָבִיא אֶת בִּכּוּרֵי אַדְמָתֵנוּ וּבִכּוּרֵי כׇּל פְּרִי כׇל עֵץ שָׁנָה בְשָׁנָה לְבֵית י״י, וי''ל. אגב, די פסוק אין נחמיה איז סתם אזוי א סתירה צו חז''ל ווייל עס איז משמע אז ביכורים ברענגט מען פון אלע פירות, נישט נאר פון שבעת המינים].
הגם אז אויסער זיין דיוק פון 'ראשית כל פרי האדמה' האב איך אויך מדייק געווען פון די ערשטע פסוק ווי עס איז משמע אז עס איז אן איינמאליגע מצוה (וְהָיָה֙ כִּֽי־תָב֣וֹא אֶל־הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁר֙ יְהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֖ נַחֲלָ֑ה וִֽירִשְׁתָּ֖הּ וְיָשַׁ֥בְתָּ בָּֽהּ), און אויך פון די פסוק הִגַּ֤דְתִּי הַיּוֹם֙ לַיהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ כִּי־בָ֙אתִי֙ אֶל־הָאָ֔רֶץ וואס איז משמע אז ער איז יעצט געקומען, קען מען ענטפערן ע''פ דרכו של הציץ אליעזר הנ''ל, אז התורה על הרוב ידבר און רוב אידן האבן באקומען זייער'ע פעלדער ביים אריינקומען קיין ארץ ישראל, אבער אויב קויפט מען א נייע פעלד (אדער אפשר אפילו אויב מען ירש'נט) דארף מען נאכאמאל ברענגען ביכורים.
הגם אז אויסער זיין דיוק פון 'ראשית כל פרי האדמה' האב איך אויך מדייק געווען פון די ערשטע פסוק ווי עס איז משמע אז עס איז אן איינמאליגע מצוה (וְהָיָה֙ כִּֽי־תָב֣וֹא אֶל־הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁר֙ יְהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֖ נַחֲלָ֑ה וִֽירִשְׁתָּ֖הּ וְיָשַׁ֥בְתָּ בָּֽהּ), און אויך פון די פסוק הִגַּ֤דְתִּי הַיּוֹם֙ לַיהֹוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ כִּי־בָ֙אתִי֙ אֶל־הָאָ֔רֶץ וואס איז משמע אז ער איז יעצט געקומען, קען מען ענטפערן ע''פ דרכו של הציץ אליעזר הנ''ל, אז התורה על הרוב ידבר און רוב אידן האבן באקומען זייער'ע פעלדער ביים אריינקומען קיין ארץ ישראל, אבער אויב קויפט מען א נייע פעלד (אדער אפשר אפילו אויב מען ירש'נט) דארף מען נאכאמאל ברענגען ביכורים.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
אין פרשת וילך (אדער פרשת ויכל ווי מיר וועלן באלד זען) איז דא אן אינטערעסאנטע ביקורות נמוכה. די תורה הייבט אן די פרשה וַיֵּ֖לֶךְ מֹשֶׁ֑ה וַיְדַבֵּ֛ר אֶת־הַדְּבָרִ֥ים הָאֵ֖לֶּה אֶל־כׇּל־יִשְׂרָאֵֽל, די מפרשים פראבירן צו פארשטיין צו וואו איז משה געגאנגען. די שאלה ווערט נאכשטארקער אויב איז מען מפרש אז אֶת־הַדְּבָרִ֥ים הָאֵ֖לֶּה גייט ארויף אויף די פריערדיג'ע פרשה (ע' רד''צ הופמאן), טא פארוואס שטייט וַיֵּ֖לֶךְ מֹשֶׁ֑ה וַיְדַבֵּ֛ר אֶת־הַדְּבָרִ֥ים הָאֵ֖לֶּה הערשט נאכדעם (וע' מש''כ רד''צ הופמאן)?
אבער אין תרגום השבעים איז די גירסה ווי פאלגאנד, והכל מיושב:
ויכל מֹשֶׁ֑ה לדַבֵּ֛ר אֶת־הַדְּבָרִ֥ים הָאֵ֖לֶּה אֶל־כׇּל־יִשְׂרָאֵֽל.
אזוי אויך אין די געפינענע מגילות נעבן ים המלח איז אויך די גירסה 'ויכל'.
עס לייגט זיך אויף די שכל אז ערגעץ וואו האט זיך די כ''ף און למ''ד אויפגעטוישט און אנשטאט 'ויכל' האט זיך פארמירט 'וילך'.
אבער אין תרגום השבעים איז די גירסה ווי פאלגאנד, והכל מיושב:
ויכל מֹשֶׁ֑ה לדַבֵּ֛ר אֶת־הַדְּבָרִ֥ים הָאֵ֖לֶּה אֶל־כׇּל־יִשְׂרָאֵֽל.
אזוי אויך אין די געפינענע מגילות נעבן ים המלח איז אויך די גירסה 'ויכל'.
עס לייגט זיך אויף די שכל אז ערגעץ וואו האט זיך די כ''ף און למ''ד אויפגעטוישט און אנשטאט 'ויכל' האט זיך פארמירט 'וילך'.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
א שיינע פשט!כרם זית האט געשריבן:אבער אין תרגום השבעים איז די גירסה ווי פאלגאנד, והכל מיושב:
ויכל מֹשֶׁ֑ה לדַבֵּ֛ר אֶת־הַדְּבָרִ֥ים הָאֵ֖לֶּה אֶל־כׇּל־יִשְׂרָאֵֽל.
אזוי אויך אין די געפינענע מגילות נעבן ים המלח איז אויך די גירסה 'ויכל'.
עס שטומט לכאו' מיט די בילד אויך.
עס איז מיר נאר נישט אינגאנצן פארשטענדליך די המשך הפסוקים וואס גייט ווי פאלגענד:
ל, יט: העידתי בכם היום את השמים ואת הארץ החיים והמות נתתי לפניך הברכה והקללה ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך:
ל, כ: לאהבה את ה' אלקיך לשמע בקלו ולדבקה בו כי הוא חייך וארך ימיך לשבת על האדמה אשר נשבע ה' לאבתיך לאברהם ליצחק וליעקב לתת להם:
לא, א: וילך משה וידבר את הדברים האלה אל כל ישראל:
לא, ב: ויאמר אלהם בן מאה ועשרים שנה אנכי היום לא אוכל עוד לצאת ולבוא...
ערגעץ דארף לכאו' זיין א דזשאנקשאן ווי די ערשטע נושא ענדיגט זיך און די צווייטע קומט אריין?!
לויט ווי דו זאגסט איז עס ויכל משה לדבר וגו', דאן וויאזוי קומט פלוצלינג אריין די קומענדיגע פסוק ווי אלט ער איז א.א.וו.?
אין סוף פרשת האזינו (לב, מה.) פאסט עס אריין ווען ער באציט זיך נאכדעם צום זעלבן נושא יעו"ש. ודו"ק
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

- טראלל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
די וילך משה האט מיך אלץ אויסגעקוקט מאדנע, אין קיינע פון די פינעף ספרים טרעפט מען נישט אזא סארט לשון, ער איז געגאנגען און ער האט געזאגט, ס'קלעבט עפעס נישט, די גירסא פון ויכל משה ווי פאני ס'שטימט יא אדער נישט מיט די ארומיגע פסוקים שטימט עס נאכאלץ בעסער ווי די מסורה'דיגע גירסא. די פראבלעם איז נאר אז לויט דעם פאלט אוועק די מקור פון גיין מיט א קאפל אדער קען זיין אז לויט דעם וועט מען עס דארפן ארויסלערנען פונעם פסוק וילך אברם כאשר דיבר אליו @#$%
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
לויט ווי פרופסור עמנואל טוב שפעקעלירט איז די קשיא פון דברים לב. מה. די סיבה פארוואס טאקע מען האט אויפגעטוישט פון ויכל צו וילך. יישר כח @מי אני פארן צו ווייזן די ארטיקל.
אויף די עצם קשיא קען מען ענטפערן אז ווען עס שטייט דא 'ויכל' גייט עס נאר ארויף אויף די פריערדיג'ע דרשה, משא''כ אין דברים לב. מה. גייט עס ארויף אויף די גאנצע תורה. והא ראיה אין פרשת וילך שטייט 'לדבר את הדברים', און אין פרשת האזינו שטייט 'את כל הדברים'. דאס גופא וועט זיין א שטיקל ראיה צו פרופסור עמנואל טוב'ס השערה, וויבאלד אין די בילד פון מגילת ים המלח שטייט 'כל הדברים' אויך אין פרשת וילך, משא''כ אין די תרגום השבעים; זעהט אויס אז ארגענעל איז געשטאנען 'כל הדברים' אויך אין פרשת וילך און עס איז געווען צוויי מהלכים צו אדרעסירן די פראבלעם פון פרשת נצבים. געוויסע האבן געטוישט די ווארט צו וילך, און די תרגום השבעים האט ארויסגענומען די ווארט 'כל'. [כ'האב יעצט באמערקט אז פרופסור טוב זאגט אליין די סברה סוף דא''ד ארטיקל, ברוך שכונתי.]
אויף דיין קשיא פארוואס משה רעדט נאך אויב האט ער שוין גענדיגט, קען מען ענטפערן אז די פסוק מיינט צו זאגן אז דאס איז שוין סוף דרשה און מער נישט אזוי ווייט מענין הנ''ל.
אגב, איך האב געהאט נאך א השערה ווי אזוי עס איז אויפגעטוישט געווארן פון 'ויכל' צו 'וילך'. איך האב עס נישט געוואלט שרייבן ווייל איך האב געהאלטן אז עס איז סתם דמיונות, אבער נאכן באקומען א הסכמה פון החכם @מי אני, וועל איך עס יא שרייבן ויגדל תורה ויאדיר. איך ציטיר פון מיין אישי צו אים:

אויף דעם האט ער גענטפערט:כ'האב דיר געוואלט שרייבן די פאלגנד'ע אין די פריערדיג'ע הודעה, אבער היות כ'האב עס געשיקט פון מיין פאון האב איך נישט געהאט קיין נערווען מאריך צו זיין:
איך האב געטראכט פון נאך א מהלך ווי אזוי עס איז אויפגעטוישט געווארן פון ויכל צו וילך (אויפן צד אז עס איז טאקע פארדעם געשטאנען ויכל), נעמלעך, אז קודם איז נאר געשטאנען 'ויכל לדבר' אן די ווארט 'משה' וואס איז נאר צוגעלייגט געווארן שפעטער פון א גליון וואס איינער האט צוגעשריבן (עס איז דא עטליכע אזאנע דוגמאות), דער שפעטערדיגער מעתיק האט געזען ויכ ללדבר האט ער אראפגענומען די איבריגע למ''ד (לדעתו), שפעטער איז געקומען א דריטער און זיך געוואונדערט אויף די מאדנע ווארט ויכ האט ער געטראכט אז עס מוז מיינען וילך...
כ'האב עס נישט געשריבן בפנים וויבאלד עס איז גג על גג און לכאורה שטותים מיט לאקשן.
מי אני האט געשריבן:דיין סברא זעהט מיר אויס מסתבר.
גארנישט אין די פעלד איז ממש דעמאנסטרעטיוו. ס'איז לפי וואס איז מער מסתבר ועולה על הדעת. קלערסט אז דיין היפאטעזיע איז צי נישט-פּאַרסימאָניִאוס (פשוט און מיט ווייניגער חלקים)?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- טראלל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
פארוואס שטותים מיט לאקשן? ס'איז מעשים בכל יום אז מ'טרעפט אין ספרי תורה און מזוזות ערגערע טעותים ווי דעם וואס ווען נישט די ספעציעלע סאפטוועיר וואס מ'נוצט היינט וואלט מען עס קיינמאל נישט געטראפן, ווען די סאפטוועיר איז ארויסגעקומען האט מען געטראפן גרייזן אין 90% ספרי תורה, לייג צו דערצו טויזענט יאר פון איבערשרייבן פון איין מגילה צום אנדערן און דו קומסט צו א מסקנאכרם זית האט געשריבן: מהלך ווי אזוי עס איז אויפגעטוישט געווארן פון ויכל צו וילך (אויפן צד אז עס איז טאקע פארדעם געשטאנען ויכל), נעמלעך, אז קודם איז נאר געשטאנען 'ויכל לדבר' אן די ווארט 'משה' וואס איז נאר צוגעלייגט געווארן שפעטער פון א גליון וואס איינער האט צוגעשריבן (עס איז דא עטליכע אזאנע דוגמאות), דער שפעטערדיגער מעתיק האט געזען ויכ ללדבר האט ער אראפגענומען די איבריגע למ''ד (לדעתו), שפעטער איז געקומען א דריטער און זיך געוואונדערט אויף די מאדנע ווארט ויכ האט ער געטראכט אז עס מוז מיינען וילך...
כ'האב עס נישט געשריבן בפנים וויבאלד עס איז גג על גג און לכאורה שטותים מיט לאקשן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
שד"ל אין זיין פירוש אויף קהלת שרייבט אין די הקדמה אז נאר נ"ך איז פיל מיט שבושים ווייל עס איז נישט וויכטיג געווען אפצוהיטן, די תורה משא"כ האט מען אלץ אפגעהיטן נישט צי טוישן, א דוגמא קען זיין סדר קדשים וועלכע איז פיל מיט שבושים מהאי טעמא, די טענה פון טעותים אין ספרי תורה איז נישט רעלעוואנט, אזא גראבע טעות פארט נישט אריבער אזוי גרינג ומכ"ש אז די קהילות נדחים ווי די ספרדים און תימנים האבן עס די זעלבע
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
פארוואס הייסט דאס א "גראבע טעות" וואס וואלט נישט געקענט אדורכגיין? מען פלעגט דאך נישט אלעמאל ליינען די גאנצע סדר קריאת התורה אזוי ווי היינט. ביז די צייטן פון די ספרדים און תמינים איז אויך אדורך א שיינע פאר יאר... זאת ועוד, דאס איז קלאר אז ס'איז געווען כלערליי גרסאות דורכאויס די יארן, נאר יעדע שטיק צייט האט מען געמאכט א קאנצענזוס איבער וואס יעדער זאל אננעמען.קאצקער האט געשריבן:שד"ל אין זיין פירוש אויף קהלת שרייבט אין די הקדמה אז נאר נ"ך איז פיל מיט שבושים ווייל עס איז נישט וויכטיג געווען אפצוהיטן, די תורה משא"כ האט מען אלץ אפגעהיטן נישט צי טוישן, א דוגמא קען זיין סדר קדשים וועלכע איז פיל מיט שבושים מהאי טעמא, די טענה פון טעותים אין ספרי תורה איז נישט רעלעוואנט, אזא גראבע טעות פארט נישט אריבער אזוי גרינג ומכ"ש אז די קהילות נדחים ווי די ספרדים און תימנים האבן עס די זעלבע
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- טראלל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
ערשטנס די ספרדים זענען קיינמאל נישט געוועהן קיין קהילות נדחים, די תימנים ווענדט זיך אין וועלכע תקופה.
צווייטנס, אזא טעות פארט יא אריבער גרינג, פרעג סיי וועלכע סופר סת"ם, און באמת איז עס בכלל נישט אזא גראבע טעות פאר ווער ס'קען זיך אויס אין סופרות.
דריטנס. די היינטיגע ספרים זענען איבערגעשריבן פון אהרן בן אשר וואס דער רמב"ם האט קאדיפיצירט זיין גירסא און זינט דאן איז דאס געווארן די mesoratic text ווי מ'רופט עס (וואס די תימנים האבן אויך געטוישט צו דעם כידוע אז זיי האבן שטארק אנגענומען דעם רמבם'ס פסקים), הגם ס'שוין פון פריער געוועהן אזעלכע וואס האבן פרובירט צו פאראייניגן די נוסחאות איז אבער דער רמב"ם געוועהן דער ערשטער וואס ס'איז איהם געלונגען.
לגבי שד"ל, מאנכע מיינען אז וויבאלד ער איז געוועהן א משכיל דארף מען אפקויפן יעדעס ווארט זיינער כתורה מסיני, כבודו במקומו מונח, אבער ווען ס'קומט צו ביקורת המקרא והמסתעף רעדט ער הוילע שטותים.
צווייטנס, אזא טעות פארט יא אריבער גרינג, פרעג סיי וועלכע סופר סת"ם, און באמת איז עס בכלל נישט אזא גראבע טעות פאר ווער ס'קען זיך אויס אין סופרות.
דריטנס. די היינטיגע ספרים זענען איבערגעשריבן פון אהרן בן אשר וואס דער רמב"ם האט קאדיפיצירט זיין גירסא און זינט דאן איז דאס געווארן די mesoratic text ווי מ'רופט עס (וואס די תימנים האבן אויך געטוישט צו דעם כידוע אז זיי האבן שטארק אנגענומען דעם רמבם'ס פסקים), הגם ס'שוין פון פריער געוועהן אזעלכע וואס האבן פרובירט צו פאראייניגן די נוסחאות איז אבער דער רמב"ם געוועהן דער ערשטער וואס ס'איז איהם געלונגען.
לגבי שד"ל, מאנכע מיינען אז וויבאלד ער איז געוועהן א משכיל דארף מען אפקויפן יעדעס ווארט זיינער כתורה מסיני, כבודו במקומו מונח, אבער ווען ס'קומט צו ביקורת המקרא והמסתעף רעדט ער הוילע שטותים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
עזרא הסופר האט שוין פריער צאמגענומען די טעקסט און אויסדערוועלט זיין בעסטע ניסח. כמבואר ברש"י דברי הימים א, ח, כט. לכאורה איז ער דער ערשטער וואס ס'איז אים געלונגען, אכ"פ צו אונזער ידיעה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
דאכצעך שטייט אזא געדאנק אין רד"ק אין זיין הקדמה צי יהושע (אויב נישט ערגעץ אנדערש) אז די קריאה און כתוב קומען מכח דעם, די אנכה"ג האבן גענומען אלע גירסאות און די רוב האט מחליט געוועןשמן למאור האט געשריבן:פארוואס הייסט דאס א "גראבע טעות" וואס וואלט נישט געקענט אדורכגיין? מען פלעגט דאך נישט אלעמאל ליינען די גאנצע סדר קריאת התורה אזוי ווי היינט. ביז די צייטן פון די ספרדים און תמינים איז אויך אדורך א שיינע פאר יאר... זאת ועוד, דאס איז קלאר אז ס'איז געווען כלערליי גרסאות דורכאויס די יארן, נאר יעדע שטיק צייט האט מען געמאכט א קאנצענזוס איבער וואס יעדער זאל אננעמען.קאצקער האט געשריבן:שד"ל אין זיין פירוש אויף קהלת שרייבט אין די הקדמה אז נאר נ"ך איז פיל מיט שבושים ווייל עס איז נישט וויכטיג געווען אפצוהיטן, די תורה משא"כ האט מען אלץ אפגעהיטן נישט צי טוישן, א דוגמא קען זיין סדר קדשים וועלכע איז פיל מיט שבושים מהאי טעמא, די טענה פון טעותים אין ספרי תורה איז נישט רעלעוואנט, אזא גראבע טעות פארט נישט אריבער אזוי גרינג ומכ"ש אז די קהילות נדחים ווי די ספרדים און תימנים האבן עס די זעלבע
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
ווי @שמן למאור און @טראלל (מיט צוויי למ''ד'ס, לאמיר האפן אז דער מעתיק וועט נישט אראפנעמען איין...) האבן שוין געשריבן הייסט דאס בכלל נישט קיין גראבע טעות, עס גייט אריין בגדר 'ביקורות הנמוכה'. די חילוק פון חח''ת צו די אנדערע ספרי קודש (וספרים חצוניים) וואס דו ברענגסט בשם שד''ל, שרייבט פרופסור טוב מדעת עצמו.קאצקער האט געשריבן:שד"ל אין זיין פירוש אויף קהלת שרייבט אין די הקדמה אז נאר נ"ך איז פיל מיט שבושים ווייל עס איז נישט וויכטיג געווען אפצוהיטן, די תורה משא"כ האט מען אלץ אפגעהיטן נישט צי טוישן, א דוגמא קען זיין סדר קדשים וועלכע איז פיל מיט שבושים מהאי טעמא, די טענה פון טעותים אין ספרי תורה איז נישט רעלעוואנט, אזא גראבע טעות פארט נישט אריבער אזוי גרינג ומכ"ש אז די קהילות נדחים ווי די ספרדים און תימנים האבן עס די זעלבע
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re:
יהושע ברמן שרייבט אין זיין ספר "אני מאמין" אז די רשב"א מיינט אבן חזם, וואס מאנכע האבן באטיטלט אלס די פאטער פון ביקורת המקראסקעפטיקער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 04, 2023 4:32 pmנאדיר, איך בין טאקע נייגעריג ווער איז דער ישמעאלי פון וועם ער רעדט?איציקל האט געשריבן:פונקט געטראפן א תשובות הרשב"א (מכון ירושלים, תשובות החדשות סי' שסז) וואס איז דן באריכות פארשידענע שאלות אין ביקורת המקרא ועוד. ער קומט אפווענדן א "כסיל אחד" (א ישמעאלי?), וואס האט געפרעגט קשיות "שלא קדמו אדם".
א יסוד וואס ער שטעלט אוועקעיי"ש.כל בן דעת צריך לדעת כי לא יתכן... להוסיף מדעתו בספר מן הספרים הקודמים.. בלתי אם יצטרך אותו הוספה לסיבה מן הסיבות, אם שיחזיק אמונתו עם אותו הוספה..., אבל בלתי סבת שום תועלת א"א למי שנמנה מכלל בני אדם להוסיף דבר גדול או קטן.
צווישן אנדערע איז ער פארנומען מסביר צו זיין וואס איז די תועלת פון מפרסם זיין אלע חטאים פון אונזערע אבות.
ווײטער פארענטפערט ער ווי אזוי פון די געציילטע בני קהת וואס זענען מפורש אין די תורה איז זיך צואוואקסן צו א מספר פון 2750 זכרים פון די דרייסיג ביז די פופציג. (זיין תשובה איז אז באמת זענען געווען נאך קינדער, נאר די תורה רעכנט נאר אויס די פאר וויכטיגע נעמען.)
שפעטער איז ער מסביר פשט אין די גמרא סוכה כ ע"א 'בתחלה כשנשתכחה תורה מישראל ועלה עזרא ויסדה, חזרה ונשתכחה ועלה הלל הבבלי ויסדה, חזרה ונשתכחה ועלו ר' חייא ובניו ויסדוה', וואס מיינט דאס שכחת התורה, עיי"ש.
מראה מקום אני לך, נישט אז יעצט ווערן קושיות פארענטפערט.