התוועדות וואס האט ווירקליך פאסירט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

התוועדות וואס האט ווירקליך פאסירט

שליחה דורך שעפטאל »

אין א באהאלטענעם צימער אין ווינקל פון א רעסטוראנט, זיצט זיך @קהל'ס נער און שמועסט מיט @צוזאמגעדרייט. א וויילע דערויף קומט שעפטי אהן און זעצט זיך צו צום שמועס. נישט לאנג נאכדעם, והנה @שמעקעדיג קומט אהן (מיטן רעשוואלקע, שטייצעך, כ'בין דאך א נעפיו פון דעם גאלאנטע רב'ס גבאי). און דאן @וואלווי קומט אויך להתעלס באהבים. מען האפט אז @פרנס החודש וועט זיך אויך משתתף זיין באלד. @דער גאלדענער אדלער גייט כמנהגו קומען צום לעצט..



באריכט:

קהל'ס איז א איזי גאואינג פרייליכע פיגור. ליידער פיצט ער די בארד ל"ע.. גייט מיט א טישורט אנגעקאטשקעט מיט א מאחורי סלענג.. (בילדער פון נשים זענען אויסדריקלעך נישט ערלויבט אויף זיין טישורט, אבער די רעקל פארדעקט עס ממילא) רחמנא לשיזבן. געט נישט קיין דעקל פאר קיינעם. א פאלנער לץ ר"ל.. אבער דאך ער טוהט נישט אויס דעם שטאפן היטל פאר קיין רגע. ס'הייסט, כ'בין דאך קהל'ס נער..

צוזאמגעדרייט איז דער גראבע הענדסאם, שיין און קלין, מיט זיין קאטען ציצית'ל איבערן טישורט. א וואוילער, א צוגעלאזענער. רואיג און שטיל. יא ער שרייבט שארף מיט שיטות, אבער איז א וואוילער און טויגליכער. אויפן נאז קוקט אויס ווי ער האט א פיינעם שלום בית.

(כמו שידוע על @רביה"ק זי"ע, ו@ברוך שפינוזה, זיי שרייבן אמאל זייער שארף, אבער זיי זענען גאלדענע האומבעל מענטשן, פארדעם זענען זיי בעסטע פריינט..)

שמעקעדיג'ס משפחה ווייסט ניטאמאל אז ער שרייבט דא. ער איז געהעריג אינעם סיסטעם, א גרויסע גרויע בארד מיט פּעך שווארצע שורות, צעפליקט פון אזויפיהל קנאבל קניפן. [קענסט עס שוין אראפלאזן, זאג איך אים... חלילה! כ'בין דאך דער ראש הקהל...]

געקניפטע פאות, מיט א גרויסע שמייכל. איין שטיק גוטס'קייט, ישרות, שמחה, עקסעפטענס, ועין טוב. שטייצעך מ'האט אים געגעבן די אויבן אהן, אבער ער האט ניטאמאל באמערקט אז מ'מיינט אים, ער זעצט זיך צום זייט ביים וואנט.

פיינעלי קומט אריין א שטארקע ענערגיע אינעם צימער, וואלווי. מיט זיין שמחה, און גרויסע חן. וואלווי איז נאר טועם אביסל פון זיין טייערע פארציע, בשעת שעפטי גנב'ט ארויס פון זיין טעלער פרענטש פרייס יעדע 2 מינוט.. וואלווי ליינט אפ דיין פנים, אין א רגע ווייסט ער וואס דו פיהלסט, ווילסט, וכו'. [מ'מעסט זיך די בייכל ווער איז גרעבער וואלווי צו שעפטי.. כ'געב נישט ארויס די רעזולטאטן.. :oops: ]


נאכן סעודה'ניו, גיימער צום פּאָל, פיינעלי דער גאלדענער איז שוין אנגעקומען. דער שלאנקע הויכע שטילער פערזאן, מיטן הויכן ביבער הוט [וואס זוכט א ביבער הוט אין סאטמאר?! אתמהה. ווי אויך נאך אזויפיהל ליינען און שרייבן האסטו נאכאלס נישט קיין גלעזער?!]

מיט זיין איבער'געקלוגטן שמייכל אבער נאבעלע מדות.

מיט זיין ברייטע אויסגעשפרייטע ברוינע גרויע בארד, אבער יונגע צורה.

מיט זיין שטארקייט, אבער האמבילעטי און וואנערבולעטי.

--



עטץ ווילטס אוודאי וויסן וואס מ'האט גערעדט... טשולדיגט, מ'קען נישט זאגן. מאחורי, חדר גבאים, חדר ישן, דעם טונקעלען פארדעמפּט'ן קעלער פון פארשפארטע אשכולות. מעקן, אויסשפארן, מנהלים. א חלום פון א פארום פון העלטה?


נעה, מ'קען יא זאגן.. (אביסל..)


פותחין בכבוד אכסניא, אונזער היינטיגער @מנהל איז ארויפגעברענגט געווארן לשבח. "ער האט אפגעשטעלט דעם מושג פון בוליאינג"!


ער שרייבט אמאל שארף. ווען איינער האט געשריבן: א שאנדע אז אזא אשכול קען בכלל בלייבן אפן. האט די מנהל געענטפערט: "א שאנדע אז דו האסט געזעהן דעם אשכול און נישט געלאזט וויסן די הנהלה דערוועגן.."


ער שרייבט אמאל מיט הומער, ווי: אופס... יישר כח פאר'ן מיר דערמאנען אז כ'דארף אויך פארשפארן דיין טראמפ 28' ניק..

תש"ח לו פאר אלע כוחות וואס ער לייגט אריין צו האלטן דעם שטיבל אלס א רואיגע ווינקל צו שמועסן און פארברענגען!! יישר כח!!


איז @טאמבל סאס די מנהל ביי עני טשענס? אויב נישט, פארוואס שרייבט ער אזוי פיהל ניבולפוי און כפירים?... נעה. זיכער נישט. ער איז בכלל נישט דעם סארט. [אפשר גאר פלוני? נע, אלמוני.. זאלעך שרייבן די נעמען? יא, זיכער. פארוואס נישט..]


מ'האט גערעדט אז ס'איז א שאד @תרמב איז נישט מיט אונז. ער איז דאך א גאלדענער מענטש, פון אלע זיינע תגובות שיינט ארויס ישרות, גוטס'קייט, טראסט, נארמאלקייט און באזעסנקייט.

נו, האופּ'פולי נעקסטיים!


פרנס החודש האט למעשה נישט געקענט קומען, מ'האט עס געשפירט, מ'קען אלעמאל ניצן דיינע שעפערישע געדאנקען, טענה'ן! ועוד, מ'זעהט דיך נישט אין שטיבל, ווי מיס יא!


די עולם האט געפרעגט ווי איז אונזער באליבטער בעל ההתוועדות הרב ר' @לייביששרייבער? א שאד ס'נישט אויסגעקומען (ער איז געוועהן פארנומען העלפן א איד), אונז האבן אבער נאר פארדינט דערפון.. אזוי גייט זיין נאך א התוועדות אויפן שיף!! :)

--

דער גאלדענער גייט נישט אריין אינעם פּאָל, ער טענה'ט אז ער קען נישט שווימען. זיצט ער אינדרויסן אין דער זייט בשעת אונז פלאטשקען די וואסער פון אינעווייניג, און ער דערציילט אונז: כ'בין נישט קיין גרויסע פיש מענטש, כ'האב נישט אזוי ליב פיש. אבער איינמאל ביי א טייערע רעסטאראנט, ס'געוועהן א מין פיש [כשר?..] אלע געשוויסטער זענען משוגע געווארן דערפאר. די שוועסטער גאלדי האט שטרענג באפוילן פאר גאלדי'נער "דו מוזט אונז מאכן אזא פיש נעקסטיים אונז עסן ביי דיך". גאלדענע פארשטייט דאך צו די אכילה, ער האט עקספיריענס מיט שמעלקא... ווער עס געדענקט.


הקיצור גאלדענער האט מקיים פסק געווען באהבה, און כשהגיע היום האט ער געגרילט א גרויסן פיש, די דיטעיל'ס, וועלכע פיש, די סאוסעס, וועלכע האלץ, ווי אזוי עס האט געברענט, ס'האט גענומען 15 מינוט צו דערציילן.. און ער ענדיגט צו, כ'האב עס געלאזט אויפן גריל, ס'זאל בלייבן ווארעם. מ'האט עס ארויסגענומען צום סעודה. און די רעסט איז היסטאריע..

והעיקר. ער איז בכלל נישט קיין גרויסע פיש מענטש....


גאלדענער האט זיך אויכעט געווערטעלט אויף מיין חשבון: שעפטי האט זיך אנגעריקט אין ק"ש פונקט ווי אן אפרוח שלא נפתחו עיניו וואס שפאצירט אריין אין א קענדי סטאר... [קענעך עס דען לייקענען? :oops: ]


שטייצעך מ'האט גערעדט פון איצא שגץ [ר' בערל'ן. יאפ. ס'גייט נישט דורך קיין התוועדות אהן זיך דערמאנען פון זיידי! :) ]


מ'האט אויך אנערקענט אז ס'דא אסאך נייע ניקים וואס שרייבן א מחיה. [אויב שרייבסטו איידל מיט רעספעקט, און באקומסט לייק'ס לכאו' ביסטו דערמאנט געווארן לשבח.]

--

כ'דענק נישט אלעס, אבער די געוואלדיגע עקסעפטענ'ס, ליבשאפט, כבוד חברים, געשמאקע פארברענג איז עפעס וואס כ'גיי נישט פארגעסן.


כ'זעה נאכאמאל: ק"ש איז נישט נאר א פלאץ צו שרייבן אנאנים, ווי א גנב. ס'דא אסאך נארמאלע באזעסענע מענטשן דא. מ'קען זיך באקענען מיט חברים וואס טראכטן די זעלבע. מ'קען טרעפן נשמה ברידער'ס.


אשרינו מיר זענען דא!

אונטער יעדע ניק שטייט א ברודערל וואס האט גוטע מינוט'ן און שווערע, הצלחות און אכזבות, שטארקקייטן און שוואכקייטן, פרייד און טרויער, נאנטשאפט און בענקשאפט, קאלטע שכל און הייסע געפיהל, גוטע מדות און ששש.


לאמיר אויפלאזן די מסכי הברזל הסוגרים על לבנו.

לאמיר זיך ווייטער רעספעקטן איינער דעם צווייטן.

ונראה כל אחד מעלת חברינו בעין טוב ובלב טוב.
---

גיימער ענדיגען מיט א גרויסע לאוו יא אלל!!..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

נאך א מזל די שרייבסט @טראמפ ‘28 ווייל ווען נישט וואלט מען גלייך געכאפט פון וועם די רעדסט….
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: התוועדות וואס האט ווירקליך פאסירט

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

איין זאך קען איך ענק זאגן. דער שעפטאל איז פיינע נייעס! דער איז א "גאו געטער", א כאריזמאטישע פיגור פיל מיט תוכן און טאלאנט.

עס גיסט זיך פון אים א Niagara falls פון לאָוו!
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

פארוואס האט מען מיך נישט גערופן? איך בין געהעריג באליידיגט...
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

וואלווי איז נאר טועם אביסל פון זיין טייערע פארציע, בשעת שעפטי גנב'ט ארויס פון זיין טעלער פרענטש פרייס יעדע 2 מינוט..
לאמיר דאס דא אויסגראדן, ברידער. ער האט נישט געגנב'עט מיינע פרענטש פרייס, וואס עפעס, ער גיבט זיך נישט אפ מיט אזעלעכע קלייניגקייטן, ער גנב'נעט נאר גאנצעטע טעלערס!! אנשטאט האבן די בושה פון אריין שטעקען זיינע ידים עסקניות איעדע צוויי מינוט אין מיין טעלער, שלעטפ ער גאר מיין טעלער צו זיך, וואס דארף ער בושות ווי א ד' וה', ווען ער קען זיין מושל בכיפה, אנגעהויבן ביים בענקעל, ומצודתו פרושה על כל השולחן כולו. אזוי איז עס געגאנגן ביז לחוך השור. עד כדי כך אז כ'האב געפילט װי א גנב אין אייגען שיסל, אפילו צו נעמן א פרענטש פריי צוויי דריי.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

תרמב האט געשריבן:פארוואס האט מען מיך נישט גערופן? איך בין געהעריג באליידיגט...
בעזה"י גיימער זיך בקרוב טרעפן מיט אייך און ר' לייביש אויפן שיף.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

שעפטאל האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:פארוואס האט מען מיך נישט גערופן? איך בין געהעריג באליידיגט...
בעזה"י גיימער זיך בקרוב טרעפן מיט אייך און ר' לייביש אויפן שיף.
איי קענט וועיט
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

זיצט דארט איינער מיט קורצע הויזן, מיט א ברייטן וואלענעם טלית קטן אויפן טישירט נוסח חיימאו, קראקס אנע זאקן להראות את העמים והשרים את יפיה, מיט א עקסעפטינג מאמע ווארעמקייט, פרייליך ווי א פון-גיהנם-ביים-פיאות-ארויסגעשלעפטער, זעיט זאכן וואס נאר טיי געטרינקענע קענען משיג זיין, והנה און אט, איש א מאן, יג׳אנג׳ תואר מיט א דשינדשי געשטאלט, ירך מכאן א דיכט פון דא, וכרס מכאן און א געדערים פון דארט, סביב רינגס און ארום.
פרעג איך עים ווי הייסט א יוד, שעפטאאאאל ענטפערט ער.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

ירך מכאן, וועלכע זייט? רעד קלאר ביטע...

כ'גיי זיך שנעל אנטוהן שיך, ס'זאל קיין גילוי ניט זיין..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: התוועדות וואס האט ווירקליך פאסירט

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

שעפטאל שרייבט
"דער גאלדענער גייט נישט אריין אינעם פּאָל, ער טענה'ט אז ער קען נישט שווימען. זיצט ער אינדרויסן אין דער זייט בשעת אונז פלאטשקען די וואסער פון אינעווייניג,"

שעפטאלע זיסער, כ'האב געמיינט אז נאר אין סווימינג פול האסטו אויפגענומען כמעט ס'גאנצע ספעיס, ביסט געליגען דארט ווי דער ריטייערטער עלטער פעטער אויפן ים המלח בפישוט ידים ורגלים, האסט מקיים געווען דעם ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה, נעוואדע בין איך נישט אריין אין סווימינג פול, כ'וואלט אויסגעקוקט דארט ווי דער בר מצוה בחור'ל וועלעכעס איז נארוואס געוואר געווארן וואס א בעל ק.. מיינט. מיט שרעק און צאמגעצויגענקייט שטייט ער אזוי אינעם ווינקל פונעם מקוה. כ'האב דיך נישט געוואלט פארשעמען האב איך מיך פארענטפערט אז כ'קען נישט שווימען. היצטערט ליין איך וואלווי'ס קאמענט הער איך גאר אז דארט אינעם רעסטוראנט האסטו אויך זיך געפירט מעשה רב. זעהט אויס ווי שעפטאל כמנהגו נוהג, אלעס גייט מיט א ברייטקייט, טיילט לייקס מיט א ברייטקייט, שרייבט ארטיקלעך מיט א ברייטקייט, עסט ברייט, שווימט ברייט... זיי אונז מהנה ביטע.. ווי ניעד מאר פיפל לייק יו..

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

גאלדענער: האסט פארגעסן צו דערציילען ווי שעפטי האט געשלעפט @צוזאמגעדרייט און @וואלווי
און צוזאמען אריינגעשפרינגן אינעם פּאל עד שאול תחתיה
דאן ביסטו שוין פיין נאס געווארן..
דער דארטשיקער @שמעקעדיג האט זיך שיעור נישט דערטראנקן פונעם צינאַמי וואס האט זיך געשאפן..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שעפטאל: איך האב געווארט מיט אן אנגעצויגענע אטעם צו זעהן און הערן וואס דו שרייבסט אלץ אויף (זיידי) בערל בעל עגלה. ייש"כ פאר דערמאנען מיין נאמען אזוי מיר נישט דיר נישט, אומדירעקט כלאחר יד. נאר בנשימה אחת מיט (דעם געוועזענעם) איצא שייגעץ. דו וועיסט דאך זיכער דאס ווערטל פון אחרי מות-קדושים.) איך בין א שטיקל סקווערער (מתנגד, לאל) זאג איך דו וועיסט.

שוין. לעניינו. אויסער אויב דו האסט אליינס געזעהן אט די אלע צדיקים וחסידים וואס דו האסט דא אויסגערעכנט, מיין איך לעניות דעתי (וואדען?) אז זו האסט דא געמאכט א שטיקל טעות לאמיר אנהייבן מיט הרב שמעקעדיג@: איך האב אן אימעדזש פון איהם אלס א פרייליך איד'ל. מיט א רויטע, האלב גרויע בארד און א פלאטשיגן ביבער הוט מיט א זייער שמאלן רים. אזוי ווי יונגע בחורים. ער איז אויך א שטיקל עגיל ואשמח (בעל בכי). איך האב מיך אמאל שיער נישט געטראפן מיט איהם.

אויב דו האסט געזאגט אז זער גאלדענער אדלער האט א לאנגע ברוינע, האלב גרויע בארד האסטו דיך טועה געווען מיט א צווייטן (אפשר דער זילבערנער אדלער)). ווייל איהם קען איך פערזענליך.

קהל'ס נער מיין איך האט א שטיקל לאנגע פייער'דיג רויטע בארד וועלכע הייבט שוין אן צו ווייזן סימנים פון גרוי. כאטש ער איז נאך גאנץ יונג (עד מאה ועשרים). ער איז א יניק וחכים.

צוזאמגעדרייט (וויל איך נישט זאגן) דאכטצעך מיר איז א וואוילער איד מיט א שטיקל הויקער. ער גייט איינגעבויגן. ער האט זיך אמאל געשעיווט. נאר מיט בערך א 5,6 יאר צוריק איינמאל אינמיטן די ספירה האטציך זיין שעווינג מאשין צובראכן. ער האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה און זיך געלאזט וואקסן א בארד. ער האט געזעהן א מ'געט אים מער כבוד, האט ער מחליט געוועהן אז ער לאזט בארד.

שוין. גענוג גערעדט לשון הרע אויף אנדערע. יעצט לאמיר רעדן א ביסל פון בערל בעל עגלה. ער איז נישט צו הויעך געוויקסיג. ווייניגער פון 6 פיס. מיט וויפיהל ווייניגער זאג איך נישט. ער איז אויך א שטיקל בעל בכי. ער גייט א טשולנט טאפ (אין ביהמ"ד) . ער איז אויך א (שטארקער) אהרוני און א ציוני. ער האלט ניט פון רעבעס וועלכע נעמען זיך שררה וגדולה. און ווען מ'קומט זיי זאגן אז ס'גייען פאר פארשידענ עוולות און שייגעץ שטיק אין זיין שטעיטל, זאגט ער (אייביג) "כ'וועיס נישט. ביי אונז אין שטעטל". שטאטס ער זאלל איהרנעמען די שקצי און זיי אנווארענען זאגט ער עיני יודעי. און די טעראר און שייגעץ שטיק גייען ווייטער אן.

שוין. שעפטאל איך בין נישט געקומען דא אנשמירן דיין אשכול מיט מיינע בויכווייטאג און שטותים. א גרויסן יישר כח. און א גוטן שבת אלע טייערע ידידים און גוטע פריינט...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זיידי דארף פארשטיין אז ערב ר"ה זענען מיר אלע דא צו פארמישן דעם שטן... דו ווייסט דאך יא דעם אמת אז גאלדענער אדלער איז באמת א קופערנע טשורעפאכע, אזוי אויך אלע אנדערע דעטאלן זענען געטוישט. די אמת'ע נעמען און נאטורן איז געהיטן אין רעדאקציע...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שמעקעדיג האט געשריבן:אזוי אויך אלע אנדערע דעטאלן זענען געטוישט. די אמת'ע נעמען און נאטורן איז געהיטן אין רעדאקציע...
ששש! זאג נישט אויס, ער כאפט נישט ס'איז א טרעפ. לאז אים רעדן, ס'קען צוניץ קומען שפעטער....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

כא כא כא
יעצט ווייס איך שוין אלעס.. חחח.. דבר והפיכו..

שמעקעדיג האט א ווייסע בארד אהן קיין פּעך

צוזאמגעדרייט איז דאר און הויעך ווי א שלאנג

קהל'ס גייט נישט מיט קיין טישורט

גאלדערנער האט בכלל נישט קיין בארד

וואלווי האט שוין לאנג גענימען דעם סליעוו

שעפטי האט נישט קיין גרויסע ירך מכאן, ענדערש א פול הלבן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אזוי אויך אלע אנדערע דעטאלן זענען געטוישט. די אמת'ע נעמען און נאטורן איז געהיטן אין רעדאקציע...
ששש! זאג נישט אויס, ער כאפט נישט ס'איז א טרעפ. לאז אים רעדן, ס'קען צוניץ קומען שפעטער....
פאר דיר זיכער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך איין קאמענט איבער הרב שמעקעדיג שליט"א. ער איז אזא גאון ווי ר' עקיבא אייגער און דער ראגאטשאווער. ווען דו פרעגסט איהם א שאלה אדער דערווארטסט א מיינונג איבער אן ענין וועט ער דיר געבן מראי מקומות. ...Viewtopic... this and viewtopic that...ער קארגט אויף ווערטער. אדער האלט ער אז איעדער איז אזא גאון ווי ער. וואס איז בקי אין גאנץ קאווע שטיבל...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן:נאך איין קאמענט איבער הרב שמעקעדיג שליט"א. ער איז אזא גאון ווי ר' עקיבא אייגער און דער ראגאטשאווער. ווען דו פרעגסט איהם א שאלה אדער דערווארטסט א מיינונג איבער אן ענין וועט ער דיר געבן מראי מקומות. ...Viewtopic... this and viewtopic that..
דאס וועט זיכער צו ניץ קומען שפעטער...

@שמעקעדיג
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

גראדע האט שמעקי ארויסגעברענגט די מעלה פון ר' בערל'ן @berlbalaguleh אז אין יעדע אשכול קומט ער אויף מיט א גוט'ס..

די שמייכל וואס דו ברענגט אונז ארויף ווען דו דערמאנסט דיין חשובען רבי מ'יארמע, איצא שייגעץ, און סקווערא כ'וועיס נישט..
--

אז מ'רעדט שוין..

דיינע כמו טענות פון צייט צו צייט (ווען אונז אייניקלעך לויפן זיך באהאלטן אונטערן טיש, ווייל זיידי שרייט יעצט..)

ווי אלל לאוו יא זיידי, אפי' דו ווילסט נישט עסען די זערא ציקער קעיק וואס כ'ברענג דיך אויף שבת, וואס זאלעך טוהן, באבי שרייט אסאך העכער אויב כ'ברענג דיך ציקער.. אבער כ'גיי זי נישט אויסזאגן אז דו באהאלסט די זיסווארג אין דיין טלית בייטל..)

א גוטע וואך זיידי!
פועל אויס אלעס גוט'ס פאר זיך און אונז אלע!
האמיך אינזינען.. שעפטי בן אמונה..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך איין (חשוב'ן) ניק האביך פארגעסן צו באשרייבן. דער חכם הרזים. אונזער רעזידענט פילאזאף. מי אני.

ווען דו זאגסט איהם גוט מארגן וועט ער דיר ברענגען גאנצע בלעטער פון קוואוטעישנס פון די גרויסע בריטישע פילאזאפן. און אפיקורסים. אויך מאמרים פון ניטשע און געהטע. און פון אלבערט איינשטיין איבער די טעאריע פון רעלאטיוויטעט. אויפצוווייזן אז גוט איז רעלאטיוו. די זעלבע איבער מארגן. וואס איז אויך רעלאטיוו צו היינט און נעכטן. אויך פון מורה נבוכים און דרך מאיר.

איך רעד שוין נישט ווען דו זאגסט איהם שלום עליכם וועט ער אויפבויען תילי תילים פון פשט'לעך און הלכות וועלכע פארנעמען גאנצע בלעטער.
פארשפארט