אידן אדער מתייהדים?
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
אידן אדער מתייהדים?
אלע ווייסן דאך פונעם נארישן טעאריע אז די אשכנ'זישע אידן זענען בעצם אייניקלעך פון די קוזארן וואס האבן זיך מגייר געוועהן, מיר ווייסן היינט אז די אשכנזישע אידן קומען פון א גרופע פון מייסטנס מענער וואס זענען פארוואגלט געווארן קיין גרמניה for some reason און זיי האבן געהייראט ארטיגע פרויען, שפעטער האבן די קרייצציגלער זיי כמעט אויסגעראטן ביז ס'זענען איבערגעבליבן בלויז ארום 300 מעמבערס אבער פון די 300 נפש איז זיך צעוואקסן א גאנצע פאלק וואס מ'רופט היינט "אשכנזישע אידן".
אלנספאלס, ווען איך האב דאס ערשטע מאל געהערט פון דעם טעאריע האב איך זעלבסטפארשטענדליך גלייך דערשמעקט אז ס'איז סתם פאנטאזיעס, אבער דאך האב איך געפילט אז ס'ליגט עפעס אן אמת דערין. כלומר כ'האב פארשטאנען אז די אפיציעלע נאראטיוו איז נישט ממש 100% אקוראט ווייל אויב זאכן וואלטן געפארן נאטורליך, משה מסרה ליהושע ויהושע לזקנים, וואלטן מיר אנגעקומען דארט ווי אלע אנדערע פרעהיסטארישע פעלקער פונעם ראיאן זענען אנגעקומען. גייסט היינט אין אתונה זעהסטו עפעס א זכר פון אפלטון און אריסטו? אין מצרים זעהט זיך עפעס אן א השפעה פון די פרעונים? זענען די היינטיגע מצריים עפעס מיט א האר אנדערש ווי די אראבער אין מאראקא? וואס איז געשעהן מיט די יהודאים אז זיי זענען געבליבן stuck in time ווי מ'זאגט און נישט עוואלווט ווייטער מיט אלעמען? ס'מוז זיין אז עפעס א דרויסענדיגע artificial כח האט געשטופט דעם אידישע וואגן אינעם פארקערטן ריכטונג.
שוין אפאר יאר וואס איך גיי מיט'ן נאראטיוו אז דאס האבן עזרא הסופר און זיינע חברים אנגעמאכט, מ'קען אסאך פון אונזער וויזויהייסטעס מייחס זיין צו איהם, און באמת האט זיך עס שוין אנגעפאנגען פון שפן הסופר און זיין פאפעט די אינגל יאשיהו, אבער דאך האב איך געפילט ווי עפעס פעלט אינעם פאזל, ביז דעם וואך.
באמת האב איך שוין געהאט געהערט פון דעם קאנצעפט מיט א צייט צוריק אבער איך בין נאכנישט גענוג רייף געוועהן עס צו אקצעפטירן, אבער מיט אפאר טאג צוריק האב איך מיך ווידער אין דעם אנגעשטויסן און פלוצלונג האט אלעס אנגעפאנגען מאכן סענס! איך בין נישט אויסגעקאכט אין אלע פרטים (דערפאר עפן איך דעם אשכול ווייל איך וויל הערן פון די היסטאריקער דא וואס זיי ווייסן דערוועגן) אבער ס'גייט בערך אזוי. אלכסנדר מוקדון האט איינגענומען די גאנצע באקאנטע ציוויליזירטע וועלט אין זיינע צייטן און "די וועלט" איז געקומען אונטער איין צענטראלע הערשאפט, אין א בחינה איז די גריכישע אימפעריע געוועהן אזויווי די אינטערנעט אין אונזערע צייטן, פלוצלונג איז די גאנצע וועלט געווארן ברייט אפן, מ'האט געקענט קומען און גיין פון איין לאנד צום צווייטן אומגעשטערט, ס'האט זיך געטוהן ומלאה הארץ דעה. חכמים און מלומדים זענען ארומגעפארן נאשן פון דעם קולטור און יענעם קולטור, מ'האט אויסגעטוישט אינפארמאציע און מנהגים איינער מיט'ן צווייטן, און יעדער האט פארדינט דערפון, און די היסטאריע ביכער איז דאס פארשריבן אלץ די העלעניסטישע קולטור.
אין געאגראפישן צענטער פון דעם גאנצן חגיגה איז זיך געזעצן א קליינטשיג עטנישע גרופע, יהודאים האבן זיי געהייסן, וויפיל גענעטישע און קולטורישע שייכות זיי האבן פאקטיש געהאט מיט די פארצייטישע קעניגרייך יהודה לאזט זיך דעבאטירן אבער למעשה איז דאס געוועהן די נאראטיוו וואס זיי האבן פארקויפט. זענען גריכישע אנטראפאלאגן און פילאזאפן געפארן קיין מצרים זיך לערנען עפעס חכמה פון די פארצייטישע פרעונים און חרטומים אבער אויסער אפאר פיראמידן וואס קיינער האט נישט געוואוסט ווי צו עפענען האבן זיי גארנישט געטראפן, אפאר פאפיראסן מיט היראגליפיקס האבן זיי געטראפן אבער קיינער האט נישט געהאט קיין אהנונג פון וועלכע זייט מ'הייבט עס אויף. אויפ'ן וועג צוריק קיין גריכנלאנד זענען זיי פונקט דורכגעפארן די געגנד פון יהודה און זיך באקענט מיט'ן ארטיגן רייכן, (כלומפרשט?) אור-אלטן קולטור און זיי זענען נתפעל געווארן. דא האסטו א פאלק וואס האבן א רייכן אוצר פון אור-אלטע כתבים, און זיי קענען עס ליינען! זיי האלטן נאך אן זייערע אור-אלטע מנהגים, שחט'ן קרבנות פאר זייער גאט הוי"ה וואס לויט זייער חשבון דארף צו זיין עלטער פון זאוס מיט זיין חד גדיא. בקיצור, זיי זענען אנציקט געווארן, אזא בחינה ווי מיר ווערן היינט אנציקט פון בודדהיזם און הינדואיזם. זיי קומען צוריק קיין גריכנלאנד און שמועות הייבן אן צירקולירן אז יא, מיר האבן געטראפן דעם אור-אלטן אוצר, און וואו איז דאס? אין יהודה!
זענען געקומען גרויסע פראפעסארן קיין יהודה, מ'האט זיך אויסגעלערנט עברית, מ'האט איבערגעזעצט די אור-אלטע כתבים צו גריכיש, די מגילות האבן אנגעפאנגען צו צירקולירן, און גורוס מיט לאנגע ווייסע בערד האבן אנגעפאנגען ארומפארן פארקויפן חכמה וואס זיי האבן געלערנט אינעם ווייטן יהודה. ס'האט זיך געטוהן א ניו אייג' אין גרויסן, ס'האט נישט געדויערט קיין לאנגע צייט ביז יעדער האט געוואוסט פון אברהם יצחק ויעקב צו זאגן, מאסן אינגווארג האבן ארויסגעוואנדערט קיין אינדיע צו שטודירן מעדיטאציע, כ'מיין קיין יהודה צו שטודירן קרבנות און די בראשית מיטאלאגיע. אזוי ווייט איז דאס געגאנגען אז יוספוס פלאביוס שרייבט אז 10% פונעם באפעלקערונג אינעם מזרח זייט פונעם גריכישן אימפעריע האלטן זיך פאר אידן, לויט איהם האבן שוין מער "אידן" געוואוינט אינדרויסן פון יהודה ווי אין יהודה אליין… ס'געוועהן אזויווי בודדהיזם אין 2023, ס'די צייטגייסט, ס'די מצב אין גאס, יעדער וויל האבן א שייכות דערמיט, די גרעסטע אפאלאגעטיקע וואס דו קענסט היינטיגע צייטן געבן פאר דיין רעליגיע איז אז ס'שטימט מיט בודדהא'ס תורות, פונקט אזוי האט עס אויסגעקוקט.
אסאך נעמען (אויב נישט רוב צו כמעט אלע...) וואס מיר קענען פון ספרי חז"ל זענען געוועהן דירעקטע אייניקלעך, תלמידים, צו גאר אליין געוועהזן פון דיזע מתייהדים. רבי עקיבא (דער רבי פון 24K תלמידים און רשב"י), שמעיה ואבטליון (די רבי'ס פון הלל הזקן), און מ'קען זיך פארשטעלן אז פאר יעדע נאמען וואס איז פארשריבן אין היסטאריע זענען געוועהן נאך צעהן-טויזענט מתייהדים וואס זענען נישט פארשריבן, ס'איז פשוט'ע סטאטיסטיקס. כ'געדענק נישט די פונקטליכע מקור דערפון אבער די בודדהיזם איז געווארן אזא אנשיקעניש אז רוב פרויען פון די nobility זענען געווארן פארכאפט דערין, הלני המלכה - די קעניגן פון חדייב - און איר זוהן מונבז זענען געווארן מתייהדים, ברניקה, א טאכטער פון אגריפס איז געוועהן א mistress פון טיטוס און שפעטער אסאך אנגעדרייט אין רוים, בקיצור, איך בין שוין אויסגעלאפן פון מקורות וועל איך עס לאז ביי דעם, איך בעהט ווער ס'האט מער אינפארמאציע איבער יענע תקופה זאל זיך ביטע אנרופן. בכל אופן גייט די טעאריע אזוי, קשים גרים לישראל כספחת זאגט תוספות ווייל זיי גלייבן צופיל אין די זאך… ס'געווארן אזא הייפ און דאס האט געשטופט דעם וואגן פאר א לאנגע צייט, שטעל זיך פאר ווען היינט געבן זיך א לאז אראפ א מאסע גרים קיין וויליאמסבורג וואסערע מצב ס'וואלט געמאכט און וואסערע בוסט ס'וואלט געגעבן פאר'ן וואגן. שפעטער איז געקומען שאול התרסי (אויך פון די מתייהדים) און אויסגעפויקט יאשקע מיט די גאנצע וויזויהייסטעס, מ'האט זיך אנגעפאנגען ארומרייבן די יאשקע'ס חסידים מיט די מתנגדים און ווי מיר ווייסן איז מחלוקת די בעסטע וועג צו שטופן דעם וואגן, and the rest is history. און נאכאמאל, ווער ס'קען מיר צואווייזן וואו איך קען ליינען/הערן/וואטשן איבער דיעס וואונדערליכע תקופה אין כלל ישראל זאל זיך ביטע אנרופן, it fascinates me, א דאנק פון פאראויס.

פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- יום טוב ליפמאן צונז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
Re: אידן אדער מתייהדים?
זייער שיין באשריבן. איך זע נישט וואס נאך ס׳פעלט דיר. גראדע פון וואו די אשכנז אידן שטאמען איז נישט באקאנט פאר די חוקרים און ס׳איז א מיסטעריע. דאס וואס דו שרייבסט אז ס׳איז געקומען א גרופע מערסטענס מענער האט נישט קיין מקור.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
ס'דארף זיכער צו זיין באשריבן ערגעץ מער דערוועגן, איך פרוביר צו טרעפן אויף וויקיפעדיע צו איינער רעדט מער דערוועגן, כ'האב גראדע יעצט געטראפן א זיסע ליניע אינעם ערך התרבות ההלניסטית: "היוונים מצאו לעיתים בדתות המזרח את המיסטיות, את שלוות הנפש, את ההתבוננות אל מהויות הפרט, ובעיקר את השונה מדתם ומפולחנם..." ס'ברענגט זייער שטארק ארויס די בליק וואס איך האב אויף יענע תקופה. איך האב אויסגעהערט אפשר 5 שיעורים פון יגאל בן-נון איבער התהוות היהדות און דאס איז די גאנצע וואס איך האב געקענט ארויסקראצן איבער דעם תקופה, ס'דארף זיכער צו זיין ערגעץ מער אינפארמאציע, אזעלכע יוסף בן מתתיהו סטייל סטאטיסטיקס, נאך באקאנטע פיגורן וואס האבן געהאט א שייכות מיט די גאנצע התייהדות.
בנוגע די אשכנז'ישע אידן, מעגליך אז איך האב נישט פארשטאנען די שפראך אבער מיר ליגט אין קאפ אז די אשכנז'ישע maternal DNA ליניע איז כמעט ריין אייראפעאיש, נאר די paternal ליניע קען מען רוב דערפון (מ'קען שוין מיינען רוב, אביסל מער פון 50%) צוריקפירן צום מיטל-מזרח.
בנוגע די אשכנז'ישע אידן, מעגליך אז איך האב נישט פארשטאנען די שפראך אבער מיר ליגט אין קאפ אז די אשכנז'ישע maternal DNA ליניע איז כמעט ריין אייראפעאיש, נאר די paternal ליניע קען מען רוב דערפון (מ'קען שוין מיינען רוב, אביסל מער פון 50%) צוריקפירן צום מיטל-מזרח.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- יום טוב ליפמאן צונז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
ער וויל צוגלייכן רב שרירא גאון צו שפן/עזרה, אבער קיינער האט עס נישט אנגענומען עס איז דא אסאך ראיות דערקעגן.יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:אז דו דערמאנסט שוין יא הרה״ג ר׳ יגאל בון נון שליט״א, איז אינטערעסאנט נאך צו זאגן פון אים אז ער שווערט מיט א זיכערקייט אז דער תלמוד ווואס מיר האבן איז נישט געשריבן געווארן פאר דער יאר 800 למספרם. (עפ״ל) איך ווייס נישט וואס זיין ראיה דערצו איז. אויב קען איינער מסביר זיין וואלט געווען א גלייכע זאך.
ווען איך האב גערעדט מיט יוסף אגסי ז״ל, האב איך גערעדט מיט אים וועגן דעם, און איך האב אים געזאגט אז איך האלט אז בן נון׳ס טעאריע קומט פון נישט זיין גענוג באהאווענט און תלמוד, און יוסף אגסי (וואס האט אין די אינגע יארן געלערנט) האט מסכים געווען
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ברוך שפינוזה: 2 זאכן. ערשטנס דיין גאנצע בנין איז געבויעט אלס א פארגלייך צו בודהיזם און הינדואיזם. ביי מיר איז בודהיזם גארנישט מער ווי א פאר נארישע ברומערייען פון עטליכע באשעפענישן וועלכע האבן נישט פארמאגט קיין בארבערס צו קענען געבן א גוטן העיר קאט און א שעיוו.
צווייטנס: דו גלייבסט וואס די בעלי התוספות זאגן? זיי זענען סך הכול געווען א פאר פראנצויזן וועלכע זענען געקומען קויפן וויין ביי ר' שלמה בן יצחק אין זיין וויין געשעפט. און ער האט זיי פארקויפט זיינע טעאריעס איבער מעשה בראשית. (נישט די חכמה פון דארווין און קארל מארקס) איינער פון זיי האט חתונה געהאט מיט זיין טאכטער. זיי האבן שטודירט אין סארבאן אוניווערזיטעט. און זיי האבן אויך איבערגעטייטשט זייער זיידע'ס מאנוסקריפטן צו אראמיש...!
אויב שוין כפירה. דאמאלס זאלל זיין אלל דהע וועי. ס'איז א סאך מער אינטרעסאנט ווי צו גלייבן אין אונזער טראדיציאנעלע אידיש רעליגיעזע היסטאריע. ס'איז זיכער מער קיהל.
אוי האב איך א בלוט בילבול קאנספיראציע דיר צו פארקויפן. צוזאמען מיט א בריק וועלכע לויפט פון ברוקלין קיין מאנהעטן.
די ניו יארק טיימס ברענגט א רעפארט אז א "לעב" האט געטראפן מענטשליכע די.ען.עי. אין פסח'דיגע שמירע מצה. די סייענטיסטן האלטן אז דאס איז בלוט. נישט (ח"ו) קיין מענטשליכע שווייס. וואס קען מאכן די מצות חמצ'דיק.
(עלילת דם נוסח 2023)
צווייטנס: דו גלייבסט וואס די בעלי התוספות זאגן? זיי זענען סך הכול געווען א פאר פראנצויזן וועלכע זענען געקומען קויפן וויין ביי ר' שלמה בן יצחק אין זיין וויין געשעפט. און ער האט זיי פארקויפט זיינע טעאריעס איבער מעשה בראשית. (נישט די חכמה פון דארווין און קארל מארקס) איינער פון זיי האט חתונה געהאט מיט זיין טאכטער. זיי האבן שטודירט אין סארבאן אוניווערזיטעט. און זיי האבן אויך איבערגעטייטשט זייער זיידע'ס מאנוסקריפטן צו אראמיש...!
אויב שוין כפירה. דאמאלס זאלל זיין אלל דהע וועי. ס'איז א סאך מער אינטרעסאנט ווי צו גלייבן אין אונזער טראדיציאנעלע אידיש רעליגיעזע היסטאריע. ס'איז זיכער מער קיהל.
אוי האב איך א בלוט בילבול קאנספיראציע דיר צו פארקויפן. צוזאמען מיט א בריק וועלכע לויפט פון ברוקלין קיין מאנהעטן.
די ניו יארק טיימס ברענגט א רעפארט אז א "לעב" האט געטראפן מענטשליכע די.ען.עי. אין פסח'דיגע שמירע מצה. די סייענטיסטן האלטן אז דאס איז בלוט. נישט (ח"ו) קיין מענטשליכע שווייס. וואס קען מאכן די מצות חמצ'דיק.
(עלילת דם נוסח 2023)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך האב געהערט א סאך פון פראפעסאר יוסף אגסי'ס רעקארדינגס. ער איז געווען א מאמין. אין זיין אייגענעם וועג. יגאל בן נון האט זיך ספעציאליזירט אין תנ"ך לפי עדותו. ער אליין האט קיין תלמוד נישט געלערנט. אין דעם טראדיציאנאלן וועג.Nanach האט געשריבן:ער וויל צוגלייכן רב שרירא גאון צו שפן/עזרה, אבער קיינער האט עס נישט אנגענומען עס איז דא אסאך ראיות דערקעגן.יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:אז דו דערמאנסט שוין יא הרה״ג ר׳ יגאל בון נון שליט״א, איז אינטערעסאנט נאך צו זאגן פון אים אז ער שווערט מיט א זיכערקייט אז דער תלמוד ווואס מיר האבן איז נישט געשריבן געווארן פאר דער יאר 800 למספרם. (עפ״ל) איך ווייס נישט וואס זיין ראיה דערצו איז. אויב קען איינער מסביר זיין וואלט געווען א גלייכע זאך.
ווען איך האב גערעדט מיט יוסף אגסי ז״ל, האב איך גערעדט מיט אים וועגן דעם, און איך האב אים געזאגט אז איך האלט אז בן נון׳ס טעאריע קומט פון נישט זיין גענוג באהאווענט און תלמוד, און יוסף אגסי (וואס האט אין די אינגע יארן געלערנט) האט מסכים געווען
אויסער דעם האלט איך אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט דעם וועג וויאזוי ער רעדט. מסתמא האט ער א פעלער אין די שמיעה. ער האט א הער מאשינקע. (זיינע ווערטער קומען ארויס א ביסל "סלוירר'ד".
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
מ'דארף נישט קיין ראיה אויף וואס מ'לערענט אין חדר. איך כאפט נישט פארוואס די זאגסט עפ"ל ווען אונז לערנען מיר אז די רבינא ורב אשי והרבנן סובראי סדרו הש"ס והם הם עורכי סתמא ד'גמרא. רב שרירא גאון זיצט נאך אין בבל אויף זייער בענקליך אין זייער ישיבות.יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:אז דו דערמאנסט שוין יא הרה״ג ר׳ יגאל בון נון שליט״א, איז אינטערעסאנט נאך צו זאגן פון אים אז ער שווערט מיט א זיכערקייט אז דער תלמוד ווואס מיר האבן איז נישט געשריבן געווארן פאר דער יאר 800 למספרם. (עפ״ל) איך ווייס נישט וואס זיין ראיה דערצו איז. אויב קען איינער מסביר זיין וואלט געווען א גלייכע זאך.
די רבנן סובראי זענען נאך אין בבל 800 למספרים.
ביטע זיי מסביר דיין עפ"ל.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- יום טוב ליפמאן צונז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
Re: אידן אדער מתייהדים?
יגאל בון נון האלט אז רב שרירה גאון ׳המציא את התלמוד׳ אויף דעם האב איך געשריבן עפ״ל. אויף זאגט ער אז ביז בערך יאר 1200 האט קיינער נישט געוויסט פון די תלמוד צו זאגן. ביי אונז אין חדר האט מען געלערנט אז די חתימת התלמוד איז געווען בערך אין יאר 500. די סבוראים האבן געמאכט קליינע תיקונים.יאסל ראקאווער האט געשריבן:מ'דארף נישט קיין ראיה אויף וואס מ'לערענט אין חדר. איך כאפט נישט פארוואס די זאגסט עפ"ל ווען אונז לערנען מיר אז די רבינא ורב אשי והרבנן סובראי סדרו הש"ס והם הם עורכי סתמא ד'גמרא. רב שרירא גאון זיצט נאך אין בבל אויף זייער בענקליך אין זייער ישיבות.יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:אז דו דערמאנסט שוין יא הרה״ג ר׳ יגאל בון נון שליט״א, איז אינטערעסאנט נאך צו זאגן פון אים אז ער שווערט מיט א זיכערקייט אז דער תלמוד ווואס מיר האבן איז נישט געשריבן געווארן פאר דער יאר 800 למספרם. (עפ״ל) איך ווייס נישט וואס זיין ראיה דערצו איז. אויב קען איינער מסביר זיין וואלט געווען א גלייכע זאך.
די רבנן סובראי זענען נאך אין בבל 800 למספרים.
ביטע זיי מסביר דיין עפ"ל.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: אידן אדער מתייהדים?
אויף יגאל בן נון'ס בוך (קיצור תולדות הויה) זאגט מען ס'איז מער א פאנטאזירטע ראמאן ווי א היסטארישע פארש ארבעט
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- יום טוב ליפמאן צונז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
איינער האט מיך צוגעוויזן אז איך האב נישט אינגאנצן מדייק געוועהן אין די היסטארישע פאקטן ווייל די אור-אלטע מצרישע קולטור איז נאך אנגעגאנגען גאנץ שטארק אין די העלעניסטישע צייט, און לכאורה זענען געוועהן נאך אור-אלטע רעליגיעס וואס זענען נאכנישט געוועהן אינגאנצן אינטערגעגאנגען. עכ"פ די פוינט איז אז for some reason זענען די גריכן געגאנגען גאגא דווקא פאר די יהודה'שע כתבים, דארף מען וואוסן פארוואס, אבער דאס איז די מציאות וואס יוסף בן מתתיהו באשרייבט.
אגב. פון געוויסע הערות, דא און פריוואט, האט מיר אויסגעזעהן ווי מ'האט בכלל נישט געכאפט די פוינט, אנדערע האבן עפעס ערווענט וועגן כפירה ואפיקורסת, סתם גענומען אן אומשולדיגע היסטאריע אשכול און פארשמירט. די פוינט פון מיין טעזע איז אז די מסורה פון חז"ל/תושבע"פ/וכו' מיט די גאנצע organized religion און פונדאמענטאליזם איז נישט ארויסגעוואקסן organically פון אידישקייט נאר פון מענטשן וואס זענען געקומען פונדרויסן און מיטגעברענגט זייער התלהבות צום זאך און זיך גענומען שטופן דעם וואגן, מ'דארף אויך געדענקען אז די גאנצע מוסד פון גירות איז נאכנישט געוועהן אין יענע צייטן, מ'איז פשוט געקומען און זיך אריינגעדרייט אינעם קולטור און געווארן א חלק פון די זאך, שמעיה און אבטליון זענען געוועהן פשוט'ע גוים פון רוים אדער איך ווייס נישט וואו וואס זענען געפארן קיין ווייטן יהודה לערנען אור-אלטע חכמה און מיט די צייט געווארן גאנצעטע גורוס און געשאפן נייע תורות מיט מאוומענטס אזש פון בבל איז הלל געקומען הערן וואס זיי האבן צו זאגן. סעים גאוס טו רבי עקיבא, אין מיין דמיון איז זיין טאטע געוועהן א רוימישער יוגנטליכער וואס איז פארכאפט געווארן אינעם הייפ און ארויסגעדראפט פון קאלעדש, געטוישט זיין נאמען אויף יוסף און אנטלאפן קיין יהודה לערנען חכמה, למעשה האט ער נישט צופיל מצליח געוועהן אין זיינע שטודיעס האט ער זיך געסעטלט אין אן ארטיגן farm village און געהייראט א רוימישע קאלעדש דראפאוט ווי איהם. צופיל אידישע מנהגים האט די משפחה פון יוסף נישט געקענט ביז רחל די טאכטער פון כלבא שבוע איז געקומען און אויפגעקלערט זייער זוהן עקיבא אז ווייל זיינע עלטערן האבן נישט מצליח געוועהן מיינט נישט אז ער קען אויך נישט און אזוי איז ער פארכאפט געווארן אינעם הייפ און מיט די צייט געווארן א גאנצער גורו און טויזענטער איגנטליכער זענען געקומען צופארן פון איבער די גאנצע רוימישע אימפעריע צו לערנען פון איהם. אזוי פון די גאנצע התלהבות און הייפ ארום די זאך האט זיך צוביסלעך אויסגעפארעמט א נייע school of thought וואס זייענדיג באזירט אויף הייפ האט עס געהאט אן עקסטערע כח אפצושלאגן אויסערליכע קולטורישע השפעות וואס האבן געדראעט איר איינצושלונגען ביז די יהודה'ישע מסורה האט למעשה איינגענומען די גאנצע ראיאן אינעם פארעם פון נצרות און שפעטער איסלאם.
אגב. פון געוויסע הערות, דא און פריוואט, האט מיר אויסגעזעהן ווי מ'האט בכלל נישט געכאפט די פוינט, אנדערע האבן עפעס ערווענט וועגן כפירה ואפיקורסת, סתם גענומען אן אומשולדיגע היסטאריע אשכול און פארשמירט. די פוינט פון מיין טעזע איז אז די מסורה פון חז"ל/תושבע"פ/וכו' מיט די גאנצע organized religion און פונדאמענטאליזם איז נישט ארויסגעוואקסן organically פון אידישקייט נאר פון מענטשן וואס זענען געקומען פונדרויסן און מיטגעברענגט זייער התלהבות צום זאך און זיך גענומען שטופן דעם וואגן, מ'דארף אויך געדענקען אז די גאנצע מוסד פון גירות איז נאכנישט געוועהן אין יענע צייטן, מ'איז פשוט געקומען און זיך אריינגעדרייט אינעם קולטור און געווארן א חלק פון די זאך, שמעיה און אבטליון זענען געוועהן פשוט'ע גוים פון רוים אדער איך ווייס נישט וואו וואס זענען געפארן קיין ווייטן יהודה לערנען אור-אלטע חכמה און מיט די צייט געווארן גאנצעטע גורוס און געשאפן נייע תורות מיט מאוומענטס אזש פון בבל איז הלל געקומען הערן וואס זיי האבן צו זאגן. סעים גאוס טו רבי עקיבא, אין מיין דמיון איז זיין טאטע געוועהן א רוימישער יוגנטליכער וואס איז פארכאפט געווארן אינעם הייפ און ארויסגעדראפט פון קאלעדש, געטוישט זיין נאמען אויף יוסף און אנטלאפן קיין יהודה לערנען חכמה, למעשה האט ער נישט צופיל מצליח געוועהן אין זיינע שטודיעס האט ער זיך געסעטלט אין אן ארטיגן farm village און געהייראט א רוימישע קאלעדש דראפאוט ווי איהם. צופיל אידישע מנהגים האט די משפחה פון יוסף נישט געקענט ביז רחל די טאכטער פון כלבא שבוע איז געקומען און אויפגעקלערט זייער זוהן עקיבא אז ווייל זיינע עלטערן האבן נישט מצליח געוועהן מיינט נישט אז ער קען אויך נישט און אזוי איז ער פארכאפט געווארן אינעם הייפ און מיט די צייט געווארן א גאנצער גורו און טויזענטער איגנטליכער זענען געקומען צופארן פון איבער די גאנצע רוימישע אימפעריע צו לערנען פון איהם. אזוי פון די גאנצע התלהבות און הייפ ארום די זאך האט זיך צוביסלעך אויסגעפארעמט א נייע school of thought וואס זייענדיג באזירט אויף הייפ האט עס געהאט אן עקסטערע כח אפצושלאגן אויסערליכע קולטורישע השפעות וואס האבן געדראעט איר איינצושלונגען ביז די יהודה'ישע מסורה האט למעשה איינגענומען די גאנצע ראיאן אינעם פארעם פון נצרות און שפעטער איסלאם.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- יום טוב ליפמאן צונז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
די יהודה׳שע קולטור האט געהאט טאפ נאטש אלטע כתבים פון א שטארקע קוואליטעט. וואס האט געהאט זייער א גרויסע חשיבות בעק אין דע דעיס. דאס האט אויך געמאכט די העלעניסטן אינטערעסירט אין דעם יהודה׳שע קולטור. ס׳דא וואס זאגן אז אין דעם הויעך פונקט פון דעם יהודהשע קולטור זענען 10% פון דער גאנצע געגענט געווען א חלק דערפון. אויך איז דער מושג פון איין גאט נאך נישט געווען איינגעפירט. גרויסמאכטן האבן געהאט אסאך געטער. קליינטשיגע לענדער האבן נישט געקענט עפארדן ציפיל געטער. איין מעלה איז דעמאלט געווען אז מ׳האט נישט פארגאסן בליט בשם גאט. ווייל יעדער האט דאך פארשטאנען אז ס׳קען זיין מער ווי איין גאט דערפאר מיז נישט יעדער זיין געטריי צום זעלבער גאט. יעדער קען פיקען וועלכע גאט ער גלייכט.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
@ברוך שפינוזא ברענגסט זייער א זיינע טעאריע.
די זאך איז אז מען עס איז וועריפייעבעל, אויב איז דיין טעאריע אמת דארף מען צו זען א גרויסע dna רילעישען צווישן אידוןאון איטאליענער מער ווי גערמאנער. און די פערסענטעדשז דארף זיין ענדליך אויך ביי די ספרדים און תימנים

- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: אידן אדער מתייהדים?
דר. יעקב כדורי (המכונה James Kugel) אין זיין ארטיקל איבער אפענע ווס פארמאכטע אידישקייט, ציטירט דעם געדאנק אז די אידן זענען ענדערש טריבאלע יוצ"ח פון כנענים און אנדערע פעלקער וואס האבן זיך צוזאמגענומען, און שפעטער מחליט געווען אויסצומעקן יעדע זכר פון זייער היסטארישע אנסעסטארי.
ער מערקט אן אז לויט דעם טעאריע איז די פסוק אין יחזקאל (טז ג) "כֹּה אָמַר ה אלקים לִירוּשָׁלַ͏ִם מְכֹרֹתַיִךְ וּמֹלְדֹתַיִךְ מֵאֶרֶץ הַכְּנַעֲנִי אָבִיךְ הָאֱמֹרִי וְאִמֵּךְ חִתִּית" ווארשיינליך ליטעראל!

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל
Re: אידן אדער מתייהדים?
אוודאי אזוי, וואו איז די חידוש דא?אלפא האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 03, 2024 8:22 am דר. יעקב כדורי (המכונה James Kugel) אין זיין ארטיקל איבער אפענע ווס פארמאכטע אידישקייט, ציטירט דעם געדאנק אז די אידן זענען ענדערש טריבאלע יוצ"ח פון כנענים און אנדערע פעלקער וואס האבן זיך צוזאמגענומען
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: אידן אדער מתייהדים?
מיט דעם שטימט די פתיחה צו די מגילת העצמאות:
בְּאֶרֶץ-יִשְׂרָאֵל קָם הָעָם הַיְּהוּדִי, בָּהּ עֻצְּבָה דְּמוּתוֹ הָרוּחָנִית, הַדָּתִית וְהַמְּדִינִית, בָּהּ חַי חַיֵּי קוֹמְמִיּוּת מַמְלַכְתִּית, בָּהּ יָצַר נִכְסֵי תַּרְבּוּת לְאֻמִּיִּים וּכְלַל-אֱנוֹשִׁיִּים וְהוֹרִישׁ לָעוֹלָם כֻּלּוֹ אֶת סֵפֶר הַסְּפָרִים הַנִּצְחִי
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. קוגל ברענגט דארט צו פון דר. אלבּרעכט אלט:הכנה דרבה האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 03, 2024 2:16 pmאוודאי אזוי, וואו איז די חידוש דא?אלפא האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 03, 2024 8:22 am דר. יעקב כדורי (המכונה James Kugel) אין זיין ארטיקל איבער אפענע ווס פארמאכטע אידישקייט, ציטירט דעם געדאנק אז די אידן זענען ענדערש טריבאלע יוצ"ח פון כנענים און אנדערע פעלקער וואס האבן זיך צוזאמגענומען
די אקאדעמישע קאנסענסוס כהיום איז טאקע אז בעצם, ווי דר. קוגל טערמינט דאס דארט, ״Canaanites are us״. און ווי וויקיפידיע שרייבט:One rival explanation goes back to the 1920s and 1930s, when it was put forward most prominently by the German biblicist Albrecht Alt (Martin Noth’s teacher). Alt had spent some time in Palestine and studied, among other things, the movements of modern-day desert nomads (the Bedouin). They live principally off their flocks of sheep and goats, Alt observed, and during the rainy winter, when vegetation is relatively lush, they lead these flocks into the rugged, uninhabited areas close to the desert, where they can graze freely. Later, however, after the farmers have finished harvesting their crops, the Bedouin move into the settled land. There their animals can feed on the stubble left over after the harvest, and the farmers don’t mind (the manure the flocks leave behind enriches their soil). During the hottest part of the summer, when even the stubble has given out, the Bedouin move up into the cooler highlands with their flocks, seeking out whatever patches of green still exist and waiting for the heat to give way to the first winter rains. A visitor to Jerusalem today can still sometimes see Bedouin flocks at the height of summer, munching tranquilly on the grass of a traffic island in the midst of a busy city street
Surveying this pattern, repeated year after year, Alt concluded that there are very few “pure” nomads in the region. Most spend only part of the year wandering from place to place in the wilderness; the rest of the year they are camped in or near one of the green, settled areas. Indeed, Alt observed that the Bedouin themselves sometimes take up farming, cultivating a little farm patch in one spot while grazing their flocks in another. They are thus best described as semi-nomads. True, the Bedouin are not enthusiastic farmers. “When a plow crosses the threshold,” an old saying has it, “manhood departs.” But the bigger their little farm patches became, the less the Bedouin would find themselves in need of the local farmers to get grain and other staples. For Alt, this provided a model of what might have happened in ancient times. The Israelites, semi-nomadic grazers, moved in and out of settled Canaan for a long while and then, gradually and at first peacefully, began to settle down themselves, leaving the first traces of their habitation in the sparsely populated mountain highlands. They went there, Alt said, precisely because these areas were underpopulated; they could move in and start farming on their own without ruffling anyone’s feathers. Only later did they begin encroaching into the valleys and such urban centers as Shechem. At that point their infiltration may have ceased to be unopposed — after all, signs of conflict and conquest were found at Hazor, Bethel, and elsewhere. But if there was no evidence of a countrywide conquest, and if places like Jericho and most other sites had never been put to the sword, that was because the conquest was basically a later invention: Israel’s real origins were in the desert wastes
לגבי די עצם טעזע פונעם אשכול, ברענגט דר. לואיס פעלדמאן צו באותו ענין פון דר. מארטין גודמאן:Several theories exist for the origins of historical Israelites. Some believe they descended from raiding groups, itinerant nomads such as Habiru and Shasu, or impoverished Canaanites who were forced to leave wealthy urban areas and live in the highlands. The prevailing academic opinion is that the Israelites were a mixture of peoples predominately indigenous to Canaan, with additional input from an Egyptian matrix of peoples, which most likely inspired the Exodus narrative
Martin Goodman, in his Mission and Conversion, claims that the notion of a massive surge of proselytism that would account for the population growth of the Jews runs up against a dearth of evidence: No ancient Jewish writer, he says, asserts that such a widespread conversion had taken place, although it would have been an obvious source of pride. In a published article, Goodman remarks on how small a proportion of rabbinic discourse concerns the status of non-Jews. He here asks, moreover, why any Gentile would want to convert to Judaism when, after doing so, he would be obliged to contribute financially to the fiscus Iudaicus. Additionally, except for the case of Adiabene (which, being outside the Roman Empire, represented no threat to Rome), Josephus always disapproves of conversion; and large groups of people in antiquity do not convert to Judaism of their own accord. If Philo and Josephus do speak about the spread of such customs as the Sabbath and dietary laws, this represents, according to Goodman, the spread of Judaizing (that is, observance of certain Jewish practices without actual conversion), not of Judaism