עליונים למטה ותחתונים למעלה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:55 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
עליונים למטה ותחתונים למעלה
עס איז באקאנט די גמרא אין בבא בתרא, עולם הפוך ראיתי, עליונים למטה ותחתונים למעלה - אויף יענער וועלט זיצט די הונטערשטע שיכט פון פאלק אויבנאן און די שיינע אידן זיצן פון הונטן.
איך וואונדער מיך שוין לאנג דערויף, לכאורה וואס איז די אויפטו, איינמאל די בעלי עגלות (נישט אונזער ר' בערל ח"ו...) זיצן פארנט און די אנשים מכובדים זיצן אין בעק, אוטאמאטיש פאלט די ווערד פון די פאדערשטע זיצן און די אויבנאן טוישט איר לאקאציע צו די בעק. און אפילו לאמיר זאגן מ'זאל טוישן לבוש, די נגידים מוזן אנטון קוטשמעס און די פויערן שיינע הוטן, נו, וועט קוטשמעס ווערן די נייע סטייל, ס'איז נישט דער הוט אדער רעקל, ס'איז דער מענטש וואס טראגט עס, ס'איז נישט דער מקום אין ביהמ"ד, נאר דער מענטש וואס זיצט דארט. דער שוסטער מיט'ן ראש הקהל טוישן זיך נישט מהות איינער מיט'ן צווייטן איבערנאכט, ס'גייט נישט אזוי.
איך פרעג בדרך צחות אבער איך מיין עס האלב ערנסט.

והוא יחמול עליך חמלה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
פשט איז נישט אז אויף יענע וועלט זיצן די חשובע אידן אין די בעק, און די פשוטע אידן פון פארנט. פשט איז אז מען זעט איין אויף יענע וועלט אז די -אזוי געריפענע, "חשובע אידן" באלאנגען טאקע אין די בעק, און די -אזוי געריפענע "פשוטע אידן" באלאנגען טאקע אויבן אן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
אדער ווי יענער האט געזאגט (דער יעניגער וואס איז אחראי אויף אלע גוטע ווערטלעך...) עולם הפוך מיינט אז דעם וועמען מיר מיינען (און האפן) אז ער וועט אנקומען אונטן, וועט למעשה בלייבן אויבן-אן, און דער פון אונטן וועט בלייבן אונטן, מעגליך דער פון דרום וועט אנקומען צו צפון אנשטאט...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:55 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
כ'ווייס אויך נישט פינקטליך... אפשר דער אופן ווי אזוי מ'לייגט עס אראפ האט מיך אויסגעזען מאדנע... גיי ווייס... צו ערנסט איז עס זיכער נישט.וואלווי האט געשריבן:די צחות חלק האסטו פיין מסביר געווען. וואס איז די האלב ערענסטע חלק פון די שאלה?עמק הבכא האט געשריבן: איך פרעג בדרך צחות אבער איך מיין עס האלב ערנסט.
והוא יחמול עליך חמלה
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
היינט צופרי אין ביהמ"ד זעצט זיך אוועק נעבן מיר אזא קילער סארט אינגערמאן, פארהארטעוועטע פיאה'לעך, גלאנציגע פאסיק, גראבן זייגער, שיעור זיך נישט צושטאכן פון זיינע שיך. און פארשטייט זיך אז פארן לייגן תפילין זאגט מען דאך דעם 'מי אנכי שאזכה' האט ער געמוזט מסדר זיין אלע זיינע סטאטוס'ן און דורכטון הויך אויפן קול זיינע לעיטעסט אויפטואנגען, גייענדיג פון מעכל צו רעכל זיכער מאכן זיי ווייסן ער איז דא. וואס יא, עס האט מיר געכאפט וויאזוי אנע גרויסע השגות לייגט ער זיך זיינע שיידעלעך אויפן ארעם און אויפן קאפ און דער בחור דאוונט. טאקע נישט קיין בעל שם'סקע דאווענען, אבער פארט א שמועס מיט ג-ט -ער נעמט דאס ערענסט, די איבעריגע איז נישט מורא'דיג אינטרעסאנט, אבער די ברייטהארציגע צדקות און די גוטע ווערטער פאר אריינקומענדע אידן האט מיר מיט דעם אלעם באנומען..
קוקנדיג צום אויבן-אן, זיצט זיך דארטן עפעס אן אינגערמאן המכונה 'מורה הוראה', מיטן פילסטן ערענסטקייט פארטרייבט יעדער וואס שטרעקט אויס די האנט, קיין גוט ווארט פאר קיינעם, און איך בין מסופק ווי ווייט זיינע מורמלערייען זענען בכלל געצילט צום באשעפער, עס האט מער אויסגעזען ווי תנועות מיר איבערצוצייגן אזוי..
טראכט איך מיר נאכדעם, איז דען נישט דאס די פשוטע אפטייטש פון 'עליונים למטה ותחתונים למעלה'? איז דאס נישט געווען קיין לייוו דעמאנסטראציע, וויאזוי דער קילער מיט די קליינע השגות אין עולם הבא קומט זיך דאווענען פאר איין סיבה וואס רופט זיך ג-ט ב"ה, און פארטיילט שמייכלען צו די זייט ליהנות בהם בני אדם, בעת וואס דער רבישע בונדל דארט פילט זיך גאראנטירט מיט זיין חלק אין גן עדן (אפגעזען די כבוד אויף דער וועלט) און נעמט דערפון עדוואנטעדזש צו גיין יעדעם אויף די געהירן און אקטן לויט די פארשריפטן...?!
עס בלייבט נישט איבער מער ווי צו האפן אז קוב"ה וועט האבן אן ענליכן טעיסט...
קוקנדיג צום אויבן-אן, זיצט זיך דארטן עפעס אן אינגערמאן המכונה 'מורה הוראה', מיטן פילסטן ערענסטקייט פארטרייבט יעדער וואס שטרעקט אויס די האנט, קיין גוט ווארט פאר קיינעם, און איך בין מסופק ווי ווייט זיינע מורמלערייען זענען בכלל געצילט צום באשעפער, עס האט מער אויסגעזען ווי תנועות מיר איבערצוצייגן אזוי..
טראכט איך מיר נאכדעם, איז דען נישט דאס די פשוטע אפטייטש פון 'עליונים למטה ותחתונים למעלה'? איז דאס נישט געווען קיין לייוו דעמאנסטראציע, וויאזוי דער קילער מיט די קליינע השגות אין עולם הבא קומט זיך דאווענען פאר איין סיבה וואס רופט זיך ג-ט ב"ה, און פארטיילט שמייכלען צו די זייט ליהנות בהם בני אדם, בעת וואס דער רבישע בונדל דארט פילט זיך גאראנטירט מיט זיין חלק אין גן עדן (אפגעזען די כבוד אויף דער וועלט) און נעמט דערפון עדוואנטעדזש צו גיין יעדעם אויף די געהירן און אקטן לויט די פארשריפטן...?!
עס בלייבט נישט איבער מער ווי צו האפן אז קוב"ה וועט האבן אן ענליכן טעיסט...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
אויבן אויף זאגסטו פיין, אבער ביז גאט, דהיינו ווייל גאט זאגט כי לא מחשבותי מחשבותיכם! וואס @אלפא, און גאלדענער אדלער טראכטן, טראכט גאט אנדערש. דער בנש"ק איז דאך באמת נישט שולדיג פאר זיינע זויערע הנהגות (ווענדט זיך פון וועלכע גזע ער האט ארויס געשפראצט, זיס, פריילעך, זויער, פריינדליך, בייסיג, פליענדיג, אנטי, פרא, וכו' וכו'), דער קען שוין זיין א דור רביעי מיט איינגעגעסענע מידות/משוגעת'ן כן נלפענ"ד. קען זיין כ'בין נישט גערעכט אבער אלץ א לימוד זכות קען עס דינען.
- טראלל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
עליונים למטה ותחתונים למעלה גייט ארויף אויפ'ן מענטש אליין, דאס וואס דו האסט זיך צופייערט ביי חסל סידור פסח און דו האסט געמיינט אז דו ביזט מתקן תיקונים און דרייסט מיט די עולמות העליונים וועסטו ארויפקומען אויבן וועסטו זעהן ווי ס'ליגט אונטן צוזאמען מיט'ן טיווי שאו וואס דו האסט געוואטשט דעם נעקסטן טאג, און ווען דו האסט געדארפט בלייבן יום כיפור אינדערהיים זיך אפצוגעבן מיט די קינדער ווייל דיין ווייב האט נישט געפילט גוט וועסטו ארויפקומען אויבן וועסטו געוואור ווערן אז דארט האסטו מתקן געוועהן אלע דיינע פריערדיגע גילגולים.
פארשטייט זיך אז עליונים למטה ותחתונים למעלה מיינט נישט א רבי מרדכי שטיינער מיט רבי אהרן מרדכי רוטנער גייען זיצן אין די בעק, און ארי בארי באקסער גייט זיצן נעבן חיימא אויבן אן, ס׳מיינט אז אסאך מענטשען וואס מ׳קוקט אן אויף די וועלט אלץ פשוטע אידן, אבער ווען קיינער זעהט נישט טוהן זיי א ים מיט חסד, אדער די אלע קאנסטראקשן מענעדשערס וואס קומען אהיים פון די ארבעט זעקס אזייגער נאכמיטאג, און זיי האלטן נאך א טאג פון עבודת הפרך, נעמען זיי א שעה צוויי צו האבן א שיעור דף היומי אדער חומ״ר פון זיי רעדט מען, ווייל זיי זעען אויס דא ווי פלעינע מענטשען וואס דרייען זיך און די בעק, אבער זייערע קליינע זאכן איז אסאך חשובער ביים אייבערשטען ווי די אלע רבי׳ס וואס האבן בתי מדרשים, און גייען אגאנצן טאג ארום צו וואך נאכטס און ניחום אבילים׳ס.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
איך בין נישט דער וואס זאל דן זיין אבער א מענטש קען זיין א גרויסער צדיק און עובד השם און מקיים זיין אלע תרי"ג מצוות אבער חובתו בעולמו האט ער נישט געטוהן, פארקערט, ס'דא אסאך גרויסע עובדי השם וואס נוצן זייער דקדוק ההלכה וחסידות זיך ארויסצודרייען פון מקיים זיין חובתם בעולמם. ס'איז פיל גרינגער צו לערנען 18 שעה א טאג ווי ארויסצוקומען קעגן די טעראר פון די מוסדות איבער אינטערנעט, ס'איז טויזענט מאל גרינגער צו דאווענען 4 שעה א טאג מיט כוונות הרש"ש ווי אויסצוארבעטן א prenuptial agreement צו פארמיידן עגונות רח"ל. נאכאמאל, איך בין זיי נישט דן, אבער אויף יענע וועלט ווארט זיי נישט אפ קיין גרויסע גליקן. פון די אנדערע זייט קען זיין א חילוני א שיכור א דראג עדדיקט וואס איז נאר אראפגעקומען אויף דעם וועלט צו באצאלן א חוב אדער ווייס איך נישט וואס, ער האט טאקע נישט געהיטן קיין איין מצוה אין די תורה אבער ער האט געטוהן חובתו בעולמו, ער קומט ארויף אויבן גייט ער גראד צום אויבן אן.עמקות המחשבה האט געשריבן:פארשטייט זיך אז עליונים למטה ותחתונים למעלה מיינט נישט א רבי מרדכי שטיינער מיט רבי אהרן מרדכי רוטנער גייען זיצן אין די בעק, און ארי בארי באקסער גייט זיצן נעבן חיימא אויבן אן
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
ביסט זיי נישט דן, אבער א רגע דערנאך טוסטו פונקט דאס...ברוך שפינוזה האט געשריבן:נאכאמאל, איך בין זיי נישט דאן, אבער אויף יענער וועלט ווארט זיי נישט אפ קיין גרויסע גליקן.עמקות המחשבה האט געשריבן:פארשטייט זיך אז עליונים למטה ותחתונים למעלה מיינט נישט א רבי מרדכי שטיינער מיט רבי אהרן מרדכי רוטנער גייען זיצן אין די בעק, און ארי בארי באקסער גייט זיצן נעבן חיימא אויבן אן
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
אבער צו זיין א גוטער איד טאר מען נישט האקן אויף טישירטס און וואטסעפפ, און די אלע מענטשן וואס דו זעהסט האקן אויף אזעלכע זאכן קומט עס דערפון וואס זיי פארגינען עס נישט פאר זיך אליין, ווען זיי וואלטן עס פארגינט פאר זיך (צו למעשה צו טעארעטיש) וואלטן זיי עס פארגינט פאר יענעם אויך.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
יאפ. ואהבת לרעך "כמוך" זה כלל גדול בתורה. אלעס הייבט זיך אן ביי זיך.ברוך שפינוזה האט געשריבן:אבער צו זיין א גוטער איד טאר מען נישט האקן אויף טישירטס און וואטסעפפ, און די אלע מענטשן וואס דו זעהסט האקן אויף אזעלכע זאכן קומט עס דערפון וואס זיי פארגינען עס נישט פאר זיך אליין, ווען זיי וואלטן עס פארגינט פאר זיך (צו למעשה צו טעארעטיש) וואלטן זיי עס פארגינט פאר יענעם אויך.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ואולי קען מען זאגן לפי"ז אז וועגן דעם, דארט בב"ב י: וואו יוסף בריה דר' יהושע האט געזעהן עליונים למטה ותחתונים למעלה, האט ער אויך געהערט אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו ע"ש. והיינו, ווייל מה דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה (שבת לא.), און ביי דעם קען מען שוין יא מער וויסן ווער וועט זיין למעלה שם. (ועיין שם בב"ב בתוד"ה עליונים.)
און אין דעם נושא האב איך פונקט געשמועסט מיט א חשוב'ע מיטגליד אין אישי, איבער דעם מלבי"ם באיוב (יא ו):
והגם הום אליין איז דעריבער צוגעקומען אז עס איז טאקע נישטא קיין איין ספּעציפישע (כעין) סאָבּסטאנץ וואס איז דאס "זעלבסט", האלט אבער דער מלבי"ם (זייענדיג א מער-ווייניגער טראדיציאנאלער טעאיסט) אז עס איז באמת יא דא [די נפש/נשמה], נאר עס איז טאקע לגמרי נישט תחת השגת והרגשת החושים. און טאמער גייט מען מיט די עמפּיריסיסט שיטה, איז טאקע, אפילו אין פּרינציפּ, נישט שייך צו האבן קיין שום מדע איבער'ן נפש ומהות האדם באמת, ואפילו דעם אייגענעם. דאס קען נאר הקב"ה.
עכ"פ באלאנגט נישט די נפש ומהות האדם (באמת) צום סוג פענאמענון כלל. איז דעריבער קען אפילו זיין אז דער אייגענער מענטש אליין זאל מיינען אז ער איז, לפי זיינע מעשים ומחשבות וואס ער זעהט בחוש, א צדיק/רשע. אבער באמת, לפי מהותו, וואס ניטאמאל ער אליינס קען וויסן (וממילא איז דאס א נאמענאן) כנ"ל, איז ער באמת פארקערט.
און אין דעם נושא האב איך פונקט געשמועסט מיט א חשוב'ע מיטגליד אין אישי, איבער דעם מלבי"ם באיוב (יא ו):
ווי איך פארשטיי מאכט דער מלבי"ם א שילוב צווישן קאנט'ס שיטה אין דעם חילוק צווישן דעם נאמענאן און דעם פענאמענאן, און שיטת דוד הום איבער דעם "זעלבסט". והיינו, דער מלבי"ם האלט סיי ווי קאנט אז ס'איז דא א חילוק צווישן א זאך ומהות של דבר שהוא בעצמו [דעם נאמענאן], וואס דאס איז פארהוילן פון אונז און אונז קענען דאס נישט משיג זיין על בוריו, און די חלקים דערפון וואס זענען נתון תחת חושינו [דעם פענאמענאן], וואס אונז קענען יא. און דער מלבי"ם האלט סיי ווי דוד הום אז מהות האדם, ואפילו לאותו האדם עצמו, איז אָלטימעטלי, און אין פּרינציפּ, unknowable. א, כעין, ווי ווייט טיעף דו גייסט נאר נישט אין זיך(...) אריינקוקן, וועסטו פונדעסטוועגן דאך נאך אלס נישט טרעפן דעם "זעלבסט", כדברי הום. און דאס איז טאקע אין איינקלאנג מיט הום'ס עמפּיריסיסט שיטה בענין מדע (ועיין כאן).שהדברים הנמצאים מתחלקים לשנים:
א) כפי מה שהם בעצמותם,
ב) כפי מה שהם מוחשים ומושגים לחושינו,
כי אנו אין אנו משיגים מן הדברים רק את מקריהם החיצונים כפי מה שהם פועלים על חושינו, ומזה לא נוכל לדון על מהות הדברים כפי מה שהם בעצמם מזולת היחוס שבין שטחם החיצוני ובין חושינו, כי תנאי משיגי החושים הם הזמן והמקום והם אינם תנאי הדברים בעצמותם. ולפי"ז א"א שנשיג משום דבר השגה ברורה לדעת איך הוא הדבר בעצמו לפי אמתתו, רק כפי מה שנראה לנו מפעולתו על חושינו, והמשיג עצמות הדברים בידיעה מושכלת שלא ע"י החוש רק כפי מה שישכיל השכל המופשט מחומר, הוא יבין תעלומות חכמה לדעת מהות הדברים ואמתתם, כי כל יש הוא מכופל, ועצמותו ואמתתו הוא משונה מחצוניותו המוחש ע"י החוש, ואז "ודע כי ישה לך אלו-ה מעוניך", אם תשיג תעלומות עצמות האדם כפי מה שהוא באמת לא כפי מה שהוא מוחש בחוש החיצוני, אז תדע כי אינך צדיק, שהגם שלפי הנגלה ממך אתה תם וישר ואין בך דופי, אין לדון מן החוש הבלתי משיג עצמות הדברים, שיוכל להיות שכפי נפשך הפנימית שהוא עצמות האדם אתה רשע, כי לא השלמת את נפשך כראוי להשלימה מצד שהיא עצם נבדל קדושה ומלאכיית, ושלא עשית כל אשר ביכלתך לעשות כפי כח נפשך הגדולה, וזה יחשב לך לעון וע"ז אתה נענש, הגם שנדמה לך שאתה צדיק לפי ישך החיצון, הנך רשע לפי ישך הנסתר הנכפל תחת היש החיצוני.
והגם הום אליין איז דעריבער צוגעקומען אז עס איז טאקע נישטא קיין איין ספּעציפישע (כעין) סאָבּסטאנץ וואס איז דאס "זעלבסט", האלט אבער דער מלבי"ם (זייענדיג א מער-ווייניגער טראדיציאנאלער טעאיסט) אז עס איז באמת יא דא [די נפש/נשמה], נאר עס איז טאקע לגמרי נישט תחת השגת והרגשת החושים. און טאמער גייט מען מיט די עמפּיריסיסט שיטה, איז טאקע, אפילו אין פּרינציפּ, נישט שייך צו האבן קיין שום מדע איבער'ן נפש ומהות האדם באמת, ואפילו דעם אייגענעם. דאס קען נאר הקב"ה.
עכ"פ באלאנגט נישט די נפש ומהות האדם (באמת) צום סוג פענאמענון כלל. איז דעריבער קען אפילו זיין אז דער אייגענער מענטש אליין זאל מיינען אז ער איז, לפי זיינע מעשים ומחשבות וואס ער זעהט בחוש, א צדיק/רשע. אבער באמת, לפי מהותו, וואס ניטאמאל ער אליינס קען וויסן (וממילא איז דאס א נאמענאן) כנ"ל, איז ער באמת פארקערט.
מהיכי תיתי אז זיי זענען אראפגעקומען אויף די וועלט מסדר צו זיין טעראר פון די מוסדות אדער מסדר צו זיין prenuptial agreements, אפשר זענען זיי יא אראפגעקומען צו דאווענען 4 שעה מיט כוונות און לערנען 18 שעה א טאג, און יא די אייבערשטער פארלאנגט דאס אויך.ברוך שפינוזה האט געשריבן:איך בין נישט דער וואס זאל דן זיין אבער א מענטש קען זיין א גרויסער צדיק און עובד השם און מקיים זיין אלע תרי"ג מצוות אבער חובתו בעולמו האט ער נישט געטוהן, פארקערט, ס'דא אסאך גרויסע עובדי השם וואס נוצן זייער דקדוק ההלכה וחסידות זיך ארויסצודרייען פון מקיים זיין חובתם בעולמם. ס'איז פיל גרינגער צו לערנען 18 שעה א טאג ווי ארויסצוקומען קעגן די טעראר פון די מוסדות איבער אינטערנעט, ס'איז טויזענט מאל גרינגער צו דאווענען 4 שעה א טאג מיט כוונות הרש"ש ווי אויסצוארבעטן א prenuptial agreement צו פארמיידן עגונות רח"ל. נאכאמאל, איך בין זיי נישט דן, אבער אויף יענע וועלט ווארט זיי נישט אפ קיין גרויסע גליקן. פון די אנדערע זייט קען זיין א חילוני א שיכור א דראג עדדיקט וואס איז נאר אראפגעקומען אויף דעם וועלט צו באצאלן א חוב אדער ווייס איך נישט וואס, ער האט טאקע נישט געהיטן קיין איין מצוה אין די תורה אבער ער האט געטוהן חובתו בעולמו, ער קומט ארויף אויבן גייט ער גראד צום אויבן אן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re:
דברים כדרבונותברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 10:04 amאיך בין נישט דער וואס זאל דן זיין אבער א מענטש קען זיין א גרויסער צדיק און עובד השם און מקיים זיין אלע תרי"ג מצוות אבער חובתו בעולמו האט ער נישט געטוהן, פארקערט, ס'דא אסאך גרויסע עובדי השם וואס נוצן זייער דקדוק ההלכה וחסידות זיך ארויסצודרייען פון מקיים זיין חובתם בעולמם. ס'איז פיל גרינגער צו לערנען 18 שעה א טאג ווי ארויסצוקומען קעגן די טעראר פון די מוסדות איבער אינטערנעט, ס'איז טויזענט מאל גרינגער צו דאווענען 4 שעה א טאג מיט כוונות הרש"ש ווי אויסצוארבעטן א prenuptial agreement צו פארמיידן עגונות רח"ל. נאכאמאל, איך בין זיי נישט דן, אבער אויף יענע וועלט ווארט זיי נישט אפ קיין גרויסע גליקן. פון די אנדערע זייט קען זיין א חילוני א שיכור א דראג עדדיקט וואס איז נאר אראפגעקומען אויף דעם וועלט צו באצאלן א חוב אדער ווייס איך נישט וואס, ער האט טאקע נישט געהיטן קיין איין מצוה אין די תורה אבער ער האט געטוהן חובתו בעולמו, ער קומט ארויף אויבן גייט ער גראד צום אויבן אן.עמקות המחשבה האט געשריבן:פארשטייט זיך אז עליונים למטה ותחתונים למעלה מיינט נישט א רבי מרדכי שטיינער מיט רבי אהרן מרדכי רוטנער גייען זיצן אין די בעק, און ארי בארי באקסער גייט זיצן נעבן חיימא אויבן אן
אבער פאר דיר (און פאר מיר) איז מסתם נאך אסאך גרינגער ארויסצוקומען מיט א מבצע פאר prenuptial agreements און מיר טוהען עס נישט
מיר פריוואטע מענטשן וואלטן זיך ג'קענט ארויסשטעלן קעגן עוולות פון אנדערע (ע"ע הצדיק ר' יונתן שווארץ) און מיר טוהן עס נישט.