רבונו של עולם איך וויל מיט דיר מאכן א בייט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

רבונו של עולם איך וויל מיט דיר מאכן א בייט

שליחה דורך דיכטער »

פלאנעט ערד, סאלאר סיסטעם,
אריאן ארעם, מילך וועג,
ווירגא סופערקלאסטער,
באקאנטע אוניווערס.


געערטער רבונו של עולם.

אפשר מאכט מען א טויש? ווייסט דאך, יעדער האט ליב טשעינדזשעס, איז אפשר דאך זאלן מיר זיך טוישן פאזיציעס. דו וועסט זיך אראפקומען דא אונטן אויפ'ן עולם השפל און לעבן אויף דעם פלאנעט און איך וועל ארויפגיין אויבן זיך זעצן אויפ'ן כסא רם ונשא, ארומגענומען מיט מלאכים און שרפי מעלה עושי רצוני.

דו וועסט זיך פארען מיט אלע נסיונות דא אויף דער וועלט. דו וועסט ארבעטן פאר פרנסה און פארדינען אויסגעהארעוועטע געלט וואס וועט ווערן פארשווענדעט פאר נארישקייטן און דאן וועסטו זיך זען אויסגעזעקלט. דו וועסט דא ארום וואנדערן זיך וואונדערנדיג טאמער דו ביסט וויכטיג פאר איינעם, טאמער אין הימל וויל מען דיך מיט דיין עבודה, און קיינער וועט נישט קענען ענטפערן אויף דיינע פראגן, דו וועסט לעבן צווישן מענטשן און זוכן רעפוטאציע, כבוד און שטעלע און דארפן געבן כבוד פאר אלע שיינע מכובדים.

דו וועסט דארפן ווארטן אין די שורה צו באצאלן פאר די גראסעריי און אריבערגיין סעקיורעטי אינעם עירפארט - נאכן זיצן אין טרעפיק א שעה צייט און דאן זוכן פארקינג נאך צוואנציג מינוט - א פערטל שעה פאר די געיט מאכט זיך צו, און מיך וועלן אלע דארפן געבן כבוד און שעצונג אן קיין סוף און וויפיל זיי געבן וועט עס נישט זיין קיין טיפה של ים צו וויפיל עס קומט זיך מיר. דו וועסט זיין אין אנגסט און נישט וויסן וואס דער מארגן גייט ברענגען און איך וועל זיין דער צופה ומביט מסוף העולם ועד סופו עד סוף כל הדורות.

דו וועסט זיך מוטשען מיט יעדע זאך און פרובירן צו זיין בשמחה טראץ די אלע אומשטענדן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך און איך וועל צערענען יעדער מאל וואס דו באגייסט א זינד און מיט פיל רחמים וועל איך ווארטן פאר דיין תשובה.

דו וועסט פאלן און פרובירן זיך צו הייבן איין מאל און נאכאמאל און ווידער אמאל ביז דו וועסט פילן אז עס לאזן זיך אויס אלע דיינע אויסזיכטן זיך אויפצושטעלן, און איך פון אויבן וועל פארשרייבן אלע דיינע טאהטן און נישט פארקוקן קיין שום זינד אדער מצוה וואס דו ביסט באגאנגען.

דו וועסט וואנדערן אכציג בלוטיגע יאר אויף דעם פלאנעט און דאן וועל איך באשליסן טאמער עס קומט זיך דיר שכר.
דו וועסט דארפן צוקוקן וואס עס טוט זיך אפ דא אויף דעם וועלט מיט דיינע פליישיגע אויגן און איך וועל זיין דער דערבארעמדיגע פאטער מיט ענדלאזע רחמנות וואס קען נישט צוקוקן ווי א איד האט צער.

איך וועל פאר'משפט'ן דעם וועלט איינמאל א יאר און באשליסן ווער עס וועט לעבן און ווער עס וועט שטארבן. ווער עס וועט ליידן און ווער וועט לעבן רואיג. ווער וועט זיין רייך און ווער ארעם. און דיין אויפגאבע וועט זיין צו ערוועקן מיין רחמנות און שטילן מיין צארן, מיטן קול פונעם שופר.

דו וועסט זיך בעטן ביי מיר פאר דיינע טאג טעגליכע געברויכן און איך וועל באשטימען טאמער עס קומט זיך דיר.

צו מיר וועלן געהערן אלע פארמעגנס אויפן וועלט און דו וועסט זיך דארפן בעטן ביי מיך פאר א שטיקל ברויט און מיך באערן און דערהייבן מיט אלע לשונות פון לויב ווען איך געב דיר דיינע הויזן אנצוטון אינדערפרי.

נו, גיימער אויף דעם? פאר פינף מינוט? איין מינוט? דו האלטסט נישט דערביי, הא? אפילו נישט פאר א טויזענטסטל פון א רגע... אויב אזוי דאן פארשטיי אונז, מיר וועלכע זענען יא דא פארשטעקט פאר אכציג יאר, אן אונזער ווילן אדער הסכמה און פרובירן דאך צו טוהן אונזערע בעסטע, לויט אונזערע אומשטענדן טראץ דעם וואס מיר זענען אזוי מאכטלאז, עמפפינדליך און שוצלאז. ביטע, אז דו ווילסט זיך נישט בייטן דאן ווייניגסטנס פארגעב.

מיט פיל טרויער, ליבשאפט, ווייטקייט, האפענונג, יאוש, ערווארטונג, אנטוישונג, שטרעבונג און האס.

דיין זון וועלכע דו האסט פארלאזט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דיכטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אייזן! אייזן!

כמובן אז (די מושג פון) ״ג-ט״ ״צערענט״ נישט, ״קוקט״ נישט, ״משפט״ נישט, ״שטראפט״ נישט, ״באצאלט״ נישט, אא״וו אא״וו אא״וו. דאס זענען אלע קאטעגאריע מיסטעיקס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אייזן גוט געשריבן!

די איינציגסטע שורה מיט וועלכע איך בין אומאיינשטימיג איז די לעצטע - אפשר שפירן מיר פארלאזט, אבער דאס איז בלויז א הרגש. איך גלייב אז דער באשעפער האט אונז, און וועט אונז, קיינמאל נישט פארלאזן. כי לא יטוש ה' את עמו ונחלתו לא יעזוב.

אדערווייז איז דאס א חידוש פון א געשרייבעכץ, מען דארף מאכן א ניגון דערויף און עס זינגען גענוי ווי די אנדערע "לאמיר מאכן א בייט" ניגון.

פארפאלן הרב דיכטער, דו האסט א טאלאנט און א שטארקע כח ארויסצוברענגען מחשבות פון מענטשן אויפן פאפיר אויף א מורא'דיגע פארנעם. איך גלייב אז רוב מענטשן קענען זיך אידענטיפיצירן מיט דיינע באשרייבונגען.
וירח ה' את ריח הניחוח
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

וואה! דאס איז א מעסטער פיס!
זייער גוט און שטארק ארויסגעברענגט די נקודה.
אבער פונקט ווי @שמעקי דיס'עגרי איך מיט די לעצטע שורה, ער האט אונז נישט פארלאזט, יא ס'פילט זייער אסאך מאל זייער שטארק אז יא, ווען ער וואלט דיך פארלאזט וואלסטו ישו געשריבן די בריוו צו אים.
כה לחי @דיכטער
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

עס איז יתכן ער איז יא איינגעגאנגען אויפן בייט, דו האסט נאר נישט געהאט די כלים מקבל צו זיין אין-סוף'נעס, די פינף מינוט וואס דו בעטסט מעסט זיך פשוט אנדערש דארט!?

ערענסט גערעדט, די קונסט צו קענען אראפצולייגן ביידע זייטן אזוי מייסטערהאפטיג שפריצט ארויס פונעם ארטיקל - ווי נאר א 'צלם אלקים' קען :) ...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

דיכטער האט געשריבן: געערטע רבונו של עולם.

אפשר מאכט מען א טויש? ווייסט דאך, יעדער האט ליב טשעינדזשעס, איז אפשר דאך זאלן מיר זיך טוישן פאזיציעס. דו וועסט זיך אראפקומען דא אונטן אויפ'ן עולם השפל און לעבן אויף דעם פלאנעט און איך וועל ארויפגיין אויבן זיך זעצן אויפ'ן כסא רם ונשא, ארומגענומען מיט מלאכים און שרפי מעלה עושי רצוני.
איך מאך ח״ו נישט אוועק דיין עיקר נקודה דא פון מעורר זיין רחמי שמים. אבער דאך קענעך מיר נישט איינהאלטן צו אריינזאָמען אין דיינע ״ווערטער״ כאילו האסטעס געמיינט ליטערעלי - ואתכם הסליחה:

קודם לאמיר צו נעמען דעם צווייטן שטיקל וואס כ׳האב געמאכט באָלד:
איז די שאלה אזוי:
ביזטו טאקע גרייט פאר דעם פאזיציע??
וואלסטו זיך למשל ולהבדיל ריפלעיסד מיט פרעזידענט ביידן, אדער מיט עני פרעזידענט צו פירן אפילו א קליינע לאנד?
ביזטו גרייט איבערצונעמען די מענעדזשמענט פון עמעזאן? אדער אפילו קדם/גפן?
די הנהגה ביי דיר אין שטוב, איז מסודר על צד היותר טוב?
און צום לעצט; די הנהגה מיט דיר אליין איז פיין און מסודר? דיינע החלטות זענען סוקסעספול? און ביזטו דען בכלל אין קאנטראל אויף דיר? אויף דיינע מחשבות פאר איין מינוט??

יעצט זאגסטו, אז דו ווילסט פירן א וועלט...., א יוניווערס, קוסמוס, עולמות עליונים לאין קץ, פאר 6,000 + יארן???

---
יעצט בנוגע דעם ערשטן שטיקל:
אט דאס איז טאקע וואס ער וויל און די סיבה פארוואס ער האט דאס אלעס באשאפן....!
ועוד כתיב: ׳בכל צרתם לו צר׳
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ביזטו טאקע גרייט פאר דעם פאזיציע??
וואלסטו זיך למשל ולהבדיל ריפלעיסד מיט פרעזידענט ביידן, אדער מיט עני פרעזידענט צו פירן אפילו א קליינע לאנד?
ביזטו גרייט איבערצונעמען די מענעדזשמענט פון עמעזאן? אדער אפילו קדם/גפן?
די הנהגה ביי דיר אין שטוב, איז מסודר על צד היותר טוב?
און צום לעצט; די הנהגה מיט דיר אליין איז פיין און מסודר? דיינע החלטות זענען סוקסעספול? און ביזטו דען בכלל אין קאנטראל אויף דיר? אויף דיינע מחשבות פאר איין מינוט??

יעצט זאגסטו, אז דו ווילסט פירן א וועלט...., א יוניווערס, קוסמוס, עולמות עליונים לאין קץ, פאר 6,000 + יארן???
כ'מיין אז דיינע שאלות וואס דו פרעגסט דא איז נישט שואל כענין. ווען @דיכטער האט געשריבן זיין הערליכע ארטיקל מיט זיינע שאלות האט ער געמיינט צו טוישן און זיין אין גאט'ס פאזיציע אלץ אינפינאט גאט, נישט בלייבן אין א בשר ודם פאזיציע און פירן די וועלט.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

איי ריבונו של עולם, לאמיר מאכן א בייט. א בייט וועלען מיר מאכן.

כ'וועל דיך געבן הונדערט שעפטאל אשכולות. אוי וויי טאטע

וועסטו פרעגן, וואס דו וועסט מיך געבן דערפאר זאג איך דיר.

דו וועסט מיך געבן נאך דיכטער אשכולות. אוי וויי טאטע.
---

דיכטער: חוצפה כלפי שמיא מהניא. זאלסט האבן גע'פועל'ט אלס גוטס פאר זיך, לכל בית הקאפע, ולכל ישראל.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

הערליך! און פאוערפול
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

הערליך, בארירנד ביז טרערען.

און א ערליך איד גלייבט אז דער אייבישטער מאכט מיט מיט אים אלע ירידות ועליות.
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

שליחה דורך תניא בניחותא »

א בעה”ב מעג קריטיקירן זיין אייגן געשעפט ווייל ער מיינט די תועלת, משא”כ א פרעמדער ווען ער קריטיקירט קען זיין אז ער מיינט פארקערט...

לענייננו, ווען דער הייליגער בארדיטשובער רעדט א שפראך וואס קען אויסקוקן שארף כלפי שמי’ לדוגמא אז ער רופט כביכול צו א דין תורה וכדו’, איז עס קריטיקירט א אייגענע זאך ווייל ער איז דבוק מיטן אייבירשטן, משא”כ א פשוטע איד איז יכול להיות אז אזא שפראך גרעניצט זיך מיט כפירה ר”ל.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: רבונו של עולם איך וויל מיט דיר מאכן א בייט

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

תניא בניחותא האט געשריבן:א בעה”ב מעג קריטיקירן זיין אייגן געשעפט ווייל ער מיינט די תועלת, משא”כ א פרעמדער ווען ער קריטיקירט קען זיין אז ער מיינט פארקערט...

לענייננו, ווען דער הייליגער בארדיטשובער רעדט א שפראך וואס קען אויסקוקן שארף כלפי שמי’ לדוגמא אז ער רופט כביכול צו א דין תורה וכדו’, איז עס קריטיקירט א אייגענע זאך ווייל ער איז דבוק מיטן אייבירשטן, משא”כ א פשוטע איד איז יכול להיות אז אזא שפראך גרעניצט זיך מיט כפירה ר”ל.
בכלל נישט. יעדע איד איז דבוק אינעם אייבערשטן, אונז זענען אלע א חלק אלוקי ממעל, נו פארוואס טאר מען זיך נישט אליין קריטיקירן?[emoji28]

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארוואס איז ער א פרעמדער?
ער רעדט דאך פון זיך אליינס.
וירח ה' את ריח הניחוח
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

שליחה דורך תניא בניחותא »

שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס איז ער א פרעמדער?
ער רעדט דאך פון זיך אליינס.
אמת, יעדע איד האט א חלק אלוקי אין זיך, אבער אין חיי יום יום וואנדערט מען אמאל אוועק פון דביקות בד’,

איז ממ”נ גלייבסטו אין באשעפער, דארפסטו אויך וויסן אז לא מחשבותי מחשבותיכם און ער איז נישט דיין חבר פון ישיבה,
גלייבסטו נישט, איז אויף וועם רעגסטו זיך?
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: רבונו של עולם איך וויל מיט דיר מאכן א בייט

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

@דיכטער

אויב גיי איך שוין יא דאווענען אין א סידור וואס א בשר ודם האט געשריבן, וועל איך דאווענען דיין ארטיקל ווארט ביי ווארט און אינזין האבן די פירוש המילות!
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

תניא בניחותא האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס איז ער א פרעמדער?
ער רעדט דאך פון זיך אליינס.
אמת, יעדע איד האט א חלק אלוקי אין זיך, אבער אין חיי יום יום וואנדערט מען אמאל אוועק פון דביקות בד’,
נישטא קיין "אמת" מיט קיין "אבער", ס'איז נאר דא איד וואס איז די נשמה חלק אלקי ממעל וואס "וואנדערט" קיינמאל נישט אוועק פון די ממעל, דאס מיינט דאך חלק. די חיי יום יומייים איז ניטאמאל קיין טפל צום נשמה ווען מ'רעדט כלפי גאט ברוך הוא.
תניא ניחותא האט געשריבן: איז ממ”נ גלייבסטו אין באשעפער, דארפסטו אויך וויסן אז לא מחשבותי מחשבותיכם און ער איז נישט דיין חבר פון ישיבה,
גלייבסטו נישט, איז אויף וועם רעגסטו זיך?
לא מחשבותי מחשבותיכם איז געזאגט געווארן כלפי די גוף נישט כלפי די נשמה. אפילו די אויסדריק "נישט קיין חבר פון ישיבה" איז א סתירה צו "איז ממ"נ גלייבסטו אין באשעפער".

בקיצור, ס'עקסעסטירט נישט קיין נאנט/ווייט, חבר/פרעמדער, אדער גוף/נשמה אלס צוויי זאכן אויף די זעלבע פלאץ, ס'איז נאר דא איין זאך, די נשמה, אין רעפרענס פון די רילעישאנשיפ מיט באשעפער.

ס'האט גארנישט מיט אמונה, ס'איז פשוט א קאנסעפט וואס מ'קען נישט מישן, פונקט ווי מ'קען נישט מעסטן עפלעך דורך אראנדזשעס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

תניא בניחותא האט געשריבן:לענייננו, ווען דער הייליגער בארדיטשובער רעדט א שפראך וואס קען אויסקוקן שארף כלפי שמי’ לדוגמא אז ער רופט כביכול צו א דין תורה וכדו’, איז עס קריטיקירט א אייגענע זאך ווייל ער איז דבוק מיטן אייבירשטן, משא”כ א פשוטע איד איז יכול להיות אז אזא שפראך גרעניצט זיך מיט כפירה ר”ל.
אנטשולדיג לכתחילה פאר שארפקייט, אבער צו זאגן אז ס'דא א חילוק צווישן בארדיטשובער רב מיט א פשוט'ער איד כלפי באשעפער איז כפירה (בטעות...) ממש, און ניטאמאל א גרעניץ מיט כפירה. צו זאגן אז א פשוט'ע איד קען נישט האבן אן אפענער רילעישאנשיפ מיט גאט איז כפירה אין די נשמה פון א מענטש יציר כפיו של הקב"ה.

דאס איז די באוויסטע לשון פון באשעפער געברענגט אין חז"ל (ב"מ נ"ט ע"ב) ביי די מחלוקה פון תנור של עכנאי, אשכחיה רבי נתן לאליהו א"ל מאי עביד קוב"ה בההיא שעתא א"ל קא חייך ואמר ניצחוני בני ניצחוני בני, דהיינו אז ער וויל דווקא מ'זאל נוצן די עזות עם צו קאנפראנטן, פונקט ווי א שמועס פון צוויי זייער נאנטע, און דאס איז די אויסדריק ניצחוני "בני". נאך מער, ס'געט עם א high כביכול, אזוי ווי די גמ' דריקט זיך אויס "קא חייך".

איי וועסטו פרעגען פארוואס נאר דער בערדיטשעווער רעדט אזוי? די תירוץ איז גאנץ פשוט. פון גרויס אהבת ישראל האט ער געהאט די השגה צו רעדן אזוי. אונז פשוט'ע יודען וואלטן אויך געדארפט רעדן אזוי, אונז האב מיר נישט גענוג השגה און אמונה "אין זיך", ממילא פאלט אונז נישט ביי ווי נאנט אונז זעמער, און דאס אליינס איז די פראבלעם, אז אונז זעמער נישט גענוג נאנט, אדרבה מע'דארף דאס שטופן צו טוהן, ווייל גאט גליסט טאקע דאס, א שמועס כאיש אל רעהו, ווייל אזא מין באקוועמליכקייט פון "לאמיר" מאכן א בייט, איז שפיץ חלק אלוקי ממעל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

שליחה דורך תניא בניחותא »

וואלווי האט געשריבן:
תניא בניחותא האט געשריבן:לענייננו, ווען דער הייליגער בארדיטשובער רעדט א שפראך וואס קען אויסקוקן שארף כלפי שמי’ לדוגמא אז ער רופט כביכול צו א דין תורה וכדו’, איז עס קריטיקירט א אייגענע זאך ווייל ער איז דבוק מיטן אייבירשטן, משא”כ א פשוטע איד איז יכול להיות אז אזא שפראך גרעניצט זיך מיט כפירה ר”ל.
אנטשולדיג לכתחילה פאר שארפקייט, אבער צו זאגן אז ס'דא א חילוק צווישן בארדיטשובער רב מיט א פשוט'ער איד כלפי באשעפער איז כפירה (בטעות...) ממש, און ניטאמאל א גרעניץ מיט כפירה. צו זאגן אז א פשוט'ע איד קען נישט האבן אן אפענער רילעישאנשיפ מיט גאט איז כפירה אין די נשמה פון א מענטש יציר כפיו של הקב"ה.

דאס איז די באוויסטע לשון פון באשעפער געברענגט אין חז"ל (ב"מ נ"ט ע"ב) ביי די מחלוקה פון תנור של עכנאי, אשכחיה רבי נתן לאליהו א"ל מאי עביד קוב"ה בההיא שעתא א"ל קא חייך ואמר ניצחוני בני ניצחוני בני, דהיינו אז ער וויל דווקא מ'זאל נוצן די עזות עם צו קאנפראנטן, פונקט ווי א שמועס פון צוויי זייער נאנטע, און דאס איז די אויסדריק ניצחוני "בני". נאך מער, ס'געט עם א high כביכול, אזוי ווי די גמ' דריקט זיך אויס "קא חייך".

איי וועסטו פרעגען פארוואס נאר דער בערדיטשעווער רעדט אזוי? די תירוץ איז גאנץ פשוט. פון גרויס אהבת ישראל האט ער געהאט די השגה צו רעדן אזוי. אונז פשוט'ע יודען וואלטן אויך געדארפט רעדן אזוי, אונז האב מיר נישט גענוג השגה און אמונה "אין זיך", ממילא פאלט אונז נישט ביי ווי נאנט אונז זעמער, און דאס אליינס איז די פראבלעם, אז אונז זעמער נישט גענוג נאנט, אדרבה מע'דארף דאס שטופן צו טוהן, ווייל גאט גליסט טאקע דאס, א שמועס כאיש אל רעהו, ווייל אזא מין באקוועמליכקייט פון "לאמיר" מאכן א בייט, איז שפיץ חלק אלוקי ממעל.
דערמאנסט מיך די מעשה פון דעם מארמאראשן אידן וואס האט גענומען היי פאר זיין פערד פונעם רבי’נס שטאל, טענה’דיג אז ער איז דעם רבינ’ס, דער פערד איז דעם רבינ’ס, סה”כ האט דעם רבינ’ס פערד געגעסן פונעם רבינ’ס היי...

אמת, אין עוד מלבדו איז טייטש אז עס איז נישט דא קיין שום מציאות חוץ דער אייבישטער, אבער אזא מענטש וואס שפירט זיך ווי א מציאות און האלט נישט אויף די דרגא פון ביטול אזוי ווי דער בארדיטשעווער קען נישט רעדן אזא שפראך.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

תניא בניחותא האט געשריבן:
אמת, אין עוד מלבדו איז טייטש אז עס איז נישט דא קיין שום מציאות חוץ דער אייבישטער, אבער אזא מענטש וואס שפירט זיך ווי א מציאות און האלט נישט אויף די דרגא פון ביטול אזוי ווי דער בארדיטשעווער קען נישט רעדן אזא שפראך.
כ'דענק נישט כ'זאל האבן גערעדט פונ'ם באשעפער'ס אין עוד מלבדו רעפוטאציע. מאך נישט קיין הנחות אין מיין נאמען, און דריי עס נישט אויס. מ'האט גערעדט פון מענטש און זיין נשמה, אן קיין אבערס...

"קען נישט" קומט נאר ווען מ'איז ווייט און נישט ריעליסטיש, כידוע. די גרעסטע ביטול איז ווען א מענטש ברעכט דורך זיין עגאיסטישע זעלבסט-גרעניצן און זעהט גאט אלס א מציאות צו וועם ער רעדט כאיש אל רעהו. ממילא די ערשטע זאך איז צו נעמען רעדן צום באשעפער ווי א פריינט, די ביטול קומט ממילא, נישט פארקערט.

------------

אמר ר' יוחנן כל מקום שאתה מוצא גבורתו של הקב"ה אתה מוצא ענוותנותו וכו' שנוי בנביאים כה אמר רם ונשא שוכן עד וקדוש וגו' וכתיב בתריה ואת דכא ושפל רוח וכו' (מגילה ל"א א')

אז מ'מאכט עם ווייט, בלייבט ער ווייט...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

@וואלווי און @תניא בניחותא

ס'געגאנגען פעטש פון די באלאטעס...

און דער אייבישטער זאגט: קלי וקלי דברי אלקים חיים!!
פארשפארט