אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א. אין מיין עקספיריענס באופן כללי, א גרעסערע מוסד וועט זיך לייכטער צושטעלן צו די אינדיווידועלע געברויכן פון א קינד ווי א קליינע מוסד, ווייל זיי שרעקן זיך נישט פאר די גאנצע מוסד.

ב. אסאך מוסדות האבען גוטע מלמדים און מנהלים אין די יונגערע כתות, און די עלטערע כתות זייגען אין גרויסען. פרעג זיך נאך ביי עלטערן מיט קינדער אין כתה ז׳ און ח׳ אויך, ווייל דארט קענסטו הערן א ברייטע קוק אויף די גאנצע מוסד.

ג. א נאכגעלאזענע בנין וכדו׳ קען זיין א שטארקען באווייז אויף א נאכגעלאזטע חינוך.

ד. ווען א משפחה האלט א חדר פאר זיך, אדער גיבט מען ארבעט פאר רעבישע קינדער וכדו׳, איז נישט דא קיין אויסזיכט אז די חינוך זאל טויגען. טאמער קינדער קומען יא אמאל ארויס נארמאל, איז עס ווייל די חדר מאכט נישט אויס אזויפיל.

איך וואוין נישט אין מאנסי און איך קען עס נישט, אבער דאס איז מיין עקספיריענס אין לעיקווא, ודון מינה ואוקי באתרה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

אמרי שפר קוקט מיר אויס ווי סאיז א מיקס פון אסאך צובראכענע שטובער,
בית דוד איז זייער ליטוויש און כהאב געהערט אז זיי נעמען שוין נישט אהן חסידישע משפחות,
מונקאטש איז שוין געמאכט פאר מער פענסי-באמישע חסידישע משפחות.
אמרי בינה סאונדס ווי די איינציגסטע אפשען, אבער כווייס נישט צופיל איבער זיי, ס'קוקט מיר אויס ווי א אפען מיינדעד מוסד וואס אינטערעסירט נאר תוכן'דיגע ענינים נישט די שטותים וואס אנדערע מוסדות זענען ביזי, ווי פרויען דרייוון אינטרנט פילטער אא"וו.

איינער ווייסט מער וועגן אמרי בינה, איבער די מוסד'ס קוואליטעט און די סארט משפחות וואס שיקן אהין?
משה בעריש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 2:41 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך משה בעריש »

וואס טוט זיך מיט חסידישע מיידל שולעס אין מאנסי?
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

real fake news האט געשריבן:אמרי שפר קוקט מיר אויס ווי סאיז א מיקס פון אסאך צובראכענע שטובער,
בית דוד איז זייער ליטוויש און כהאב געהערט אז זיי נעמען שוין נישט אהן חסידישע משפחות,
מונקאטש איז שוין געמאכט פאר מער פענסי-באמישע חסידישע משפחות.
אמרי בינה סאונדס ווי די איינציגסטע אפשען, אבער כווייס נישט צופיל איבער זיי, ס'קוקט מיר אויס ווי א אפען מיינדעד מוסד וואס אינטערעסירט נאר תוכן'דיגע ענינים נישט די שטותים וואס אנדערע מוסדות זענען ביזי, ווי פרויען דרייוון אינטרנט פילטער אא"וו.

איינער ווייסט מער וועגן אמרי בינה, איבער די מוסד'ס קוואליטעט און די סארט משפחות וואס שיקן אהין?
ס’איז געבעיסט מער אויף סטאלינער / מוני’ס געשטימטע משפחות, וואס וואלטען געשיקט קיין בית דוד, אבער ס’איז מער חסידיש געשטימט, און ווי געזאגט ס’איז צאםגעשטעלט פון ערנסטע עלטערן אבער אן די אלע ראדיקאלע משוגעת’ן...
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

יישר כח פארן בעל האשכול, ביז דא האט מען נאר גערעדט פון חדרים, קען איינער אראפברענגען וואס טיט זיך לגבי מיידל סקולס דא אין מאנסי, ביטע?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

קהל'ס נער האט געשריבן:יישר כח פארן בעל האשכול, ביז דא האט מען נאר גערעדט פון חדרים, קען איינער אראפברענגען וואס טיט זיך לגבי מיידל סקולס דא אין מאנסי, ביטע?
1. סאטמאר - הג"ר חיים יושע
2. סאטמאר - אהרונים
3. וויזניץ
4. בית רחל - ישיביש / מוני / סטאלין / אלד מאנסי געשטימט - מען לערנט זייער אסאך לימודי קודש וחול.
5. בית שפרה מרים - בערך ווי בית רחל אבער מער פרום - זיי נעמען נישט קיין פראגראמען.
6. תורת אמך - עלטערן וואס שיקן קיין תשב"ר- נועם אלימלך
6. פאפא
7. בנות דרך ישראל- עלטערן וואס שיקן קיין אמרי שפר / מונקאטש חדר, בערך אזוי
8. חינוך הישן - קאשוי
9. בעלז
10. חב"ד
11. בת מקרא

שא נא עיניך וראה מה אתה בורר לך...
הייליגע קאקאש קעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

שליחה דורך הייליגע קאקאש קעיק »

סטולין האט געעפענט א נייע סקול 'בית ברכה' קוקט אויס ווי סאיז מצליח
נייגיריגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:32 am
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך נייגיריגער »

איך האב א אנדערע קוועשין אויב מאפט איינער פון מאנרא קיין מאנסי איז דא טשענסעס אז איינע פון די סאטמארער מוסדות זאלן עים אריינעמען ארונים אדער ר'ח"י?
תקע בשופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך תקע בשופר »

ביי דעפאלט נעמען זיי נישט, באומרם אז מען מופט נאר צו ווערן מער מאדערן.
פארהאן פעלער וואס מיט פראטעקציע, כלומר $$$$ האט געארבעט.
אדער גייט מען קודם אין אנדערע מוסד אוו נאכדעם אהין, כדרך עמון ומואב טהרו בסיחון.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך berlbalaguleh »

תקע בשופר: דאס דערמאנט מיך א דזשאוק פונ'ם דזשואיש פרעס. (ס'האט טאקע אזא פנים). \

א איד האט זיך געטוישט זיין נאמען צו א גוי'אישן נאמען. שפעטער האט ער נאכאמאל געטוישט צו א צווייטן גוי'אישן נאמען. האט איהם זיין חבר געפרעגט...כ'פארשטיי נישט. מילא די ערשטע מאל ווען דו האסט געטוישט ווייל דו האסט נישט געוואלט האבן א אידישן נאמען. אבער די צווייטע מאל פארוואס האסטו געטוישט דיין נאמען?. ענטפערט ער...ווייל א יעדער האט מיך אייביג געפרעגט וואס איז געווען מיין נאמען פאר איך האב געטוישט. האב איך געדארפט זאגן...שווארץ
Salford
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 5:58 am
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך Salford »

דאס איז מעשים בכל יום ביי די ספרדים וואס ווילן ווערן אשכנזים
kolal1
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:57 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך kolal1 »

וואס גייט פאר מיט בנות דרך ישראל?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך berlbalaguleh »

Salford האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 3:48 am דאס איז מעשים בכל יום ביי די ספרדים וואס ווילן ווערן אשכנזים
און זיי זאגן אף אידיש...אז די זיידי אט געוואינט אין בערעגסאז. ער איז געווען דארט די שוחט.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך עמרם »

kolal1 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:57 pm וואס גייט פאר מיט בנות דרך ישראל?
געהערט אז זיי פארמאכן זיך, איך ווייס נישט אויב ס'איז קראנט

אויב יא, איז א גרויסע שאד, ס'איז דא אסאך קינדער, וואס פאר זיי איז עס ממש א ישועה
שטריימל באקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:50 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך שטריימל באקס »

kolal1 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:57 pm וואס גייט פאר מיט בנות דרך ישראל?
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... ystem.html
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך לאכעדיג »

בנות דרך ישראל סקול אין מאנסי האט זיך פארמאכט נעכטן און די מיידלעך זענען געבליבן אינדערהיים.

א גרויסע חלק עלטערן האבן נישט באצאלט קיין שכר לימוד און די הנהלה איז געווען געצווינגען צו שליסן.

זיי זענען די צווייטע מוסד וואס האט זיך געשלאסן די וואך. קודם די לינדענע מוסדות און יעצט א סקול אין מאנסי. אינפלאציע...!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך קורקלענד »

האט מען כסדר נאכגעזאגט בשם הערשל שרייבער אז ער געט נישט קיין צדקה פאר מוסדות ווייל זיי קענען זיך נישט פארמאכן...
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך קהל'ס נער »

קורקלענד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:44 pm האט מען כסדר נאכגעזאגט בשם הערשל שרייבער אז ער געט נישט קיין צדקה פאר מוסדות ווייל זיי קענען זיך נישט פארמאכן...
א פאליטיקלי קארעקט וועג פון זאגן אז ער האלט נישט ביים געבן.
לאמיר זעהן אז ער וועט ארויסבעילן די צוויי מוסדות וועל איך וויסן אז ער מיינט עס ערנסט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך בונה של טוב »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 12:45 am @מזל טוב

קודם ברוכים הבאים פארן באשיינען אינזער שטיבל.

און לעצם הענין, די פארטייאישע מוסדות איז נישט אינטערעסאנט אויסצושמועסן דא ווייל בדרך כלל וועלן נאר איינשרייבן דארט די וואס באלאנגן דארט נאך פון מ' יום קודם יצירה, אוודאי איז אייביג דא א יוצא מן הכלל, למשל אויב איז עס א פרישע מוסד, און זיי האבן נישט אזא גרויסע נאכפאלגערשאפט (חסידים בלע"ז) אינעם געגענט ווי זיי עפענען זיך, וועלן זיי במילא אננעמען קינדער פון "די פרעמד" אבי זיי זאלן זיך קענען אויפבויען.

אזוי האבן זיך אלע חסידשע און נישט חסידישע מוסדות געבויעט, ווי למשל סאטמאר מאנסי, וויזניץ, סקווירא, און אפילו לעצטענס, ראכמיסטריווקא, באבוב, קלויזענבורג, בעלז, וכו' וכו' און איינמאל זיי האבן זיך אויפגעבויעט האבן זיי אנגעהויבן א רייניגונג (קלענזינג בלע"ז) ווי זיי מאכן זיכער אז די מוסד מעגן נאר אריינקומען קינדער פון "היימישע משפחות" אדער ווי ס'ווערט גערופן אין די מער היימישע שפראך "אנשי שלומינו".

האב איך פרובירט צוזאם שטעלן א שטיקל ליסטע, דערווייל האלט איך נאך ביי זעקס ת"ת

אמרי בינה
ריבניץ
מונקאטש
אמרי שפר
ראכמיסטריווקא
בית דוד

די באלאנגן לגמרי נישט (חוץ ראכמיסטריווקא) צו קיין שום חסידות, און סיי וואספארא סארט חסידות ווערן אנגענומען דארט, כ'זאג נישט אז דאס אננעמען איז גרינג, אבער אויב זוכסטו אזא מין ת"ת זענען די לכאורה די טשויס, קען זיין ס'דא נאך, אבער יעצט אויף די מינוט קומט מיר דאס אין זיכרון.
איך הער אז אין מונקאטש געבט מען זיך גאנץ גוט אפ
ס׳איז אפילו דא א ספעציעלע resource פראגראם וואס איז נעקסט לעוועל מיט די געטריישאפט (עכ״פ אזוי האב איך געהערט פון א חבר וואס האט נישט לאנג צוריק אריינגעלייגט די קינדער דארט ווען ער האט געטוישט פון סאטמער
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re:

שליחה דורך בונה של טוב »

מזל טוב האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2019 1:17 am איז בית דוד עמטליך א חסיד'ישע תלמוד תורה? מיר האט זיך געדוכט אז ס'איז מער ישיבי'ש

ראחמיסטריווקא דארף איך מורא האבן פאר א עווענטועלע קלענזינג? (און עט ליעסט די קינדער וואס האבן שוין געלערנט דארט, זענען כאטש יא פארזיכערט צו קענען גראדואירן?)

פון ארום זוכן איז מיר אויסגעקומען אז מונקאטש, וויען, אמרי שפר און עטרת צבי הייסן אפיציעל אפן פאר יעדן, אבער מונקאטש און וויען פרובירן דאס צו טוישן און ווערן מער שטרענג. איז דאס למעשה אזוי?

(כשלעצמי האלט איך, אז אויב גייט מען שוין יא דעם ראוט איז אמרי שפר די בעסטע לויט די אימעזש וואס זיי פרובירן צו מאכן, א קוואליטי חינוך און אויך א דגוש אויף גוטע לימודי חול. איז דא למשל משפחות וואס קענען ווען רעלאטיוו גרינג אנגענומען ווערן אין מער סטאנדארט מוסדות אבער זענען אליינס בוחר אמרי שפר צוליב דעם? און למעשה, do they live up to the hype? זיי דעליווערן טאקע אדער איז דאס נאר פראפאגאנדע? וויאזוי זעהן אויס די פירות פון די פארגאנגענהייט?)

וואס און ווער איז אמרי בינה?
אמרי שפר האב איך געהערט אזויפיל געמישטע גריסן. ס׳דא וואס האבן געזאגט זיי האבן געהאט א גוטע עקספיריענס, אנדערע טענה׳ן אז מ׳האט זיי אויסגע׳רודפ׳ט (מ׳רעדט דא פון איידעלע מענטשן) און זייער קינד איז היינט א.ט.ד - טיילווייז א דאנק די טראומא פון יענע חדר, נאך אנדערע זאגן אז אזעלכע מעשיות זענען פארגעקומען אמאל אבער היינט איז שוין בעסער. איך וואוין נישט אין מאנסי ממילא האב איך נישט קיין אהנונג. פשוט געהערט גריסן פון עטליכע משפחות וועלכע האבן געשיקט אהין. (איך האב אסך משפחה און פריינט דארט)
נעכטן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2024 11:26 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך נעכטן »

קען איינער מסביר זיין די חילוק פון דער נייע מוסד ״יטב לב״ און ביידע טאטמארע חדרים? געווען טאקע אמאל נאר אנטי וועקסערס, אבער היינט?? די תקנות דארט איז די אזוי ווי סאטמאר??
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

שליחה דורך berlbalaguleh »

נייגיריגער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:43 pm איך האב א אנדערע קוועשין אויב מאפט איינער פון מאנרא קיין מאנסי איז דא טשענסעס אז איינע פון די סאטמארער מוסדות זאלן עים אריינעמען ארונים אדער ר'ח"י?
אויב איינער מאווט פון מאנרא ווייל מ'האט איהם "מרמז" געווען אז ער זאל מופן. דער זוכט נישט סאטמאר בכלל.

ס'קען אמאל זיין אז איינער מאווט פון מאנרא קיין מאנסי צוליעב "ספעציעלע" אומשטענדן.

אזוי ווי איך קען א פאל פון א יונגערמאן (דאמאלס געווען) וואס האט געמאווט פון מאנסי קייין בארא פארק. די גאנצע וועלט האט זיך געוואונדערט. ספעציעל ווען ער איז געווען מקורב אין א רבי'שן חצר.

נאר דארט איז געווען "ספעציעלע" אומשטענדן. כידוע ליודעים. ואכמ"ל.
פארשפארט